איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע רעדע?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז יאסי געשטעטנער גערעכט מיט זיין שארפע פארציע?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 9:36 pm

100 פראצענט גערעכט
205
50%
גוט געזאגט, נאר צו שארף
100
25%
בכלל נישט גערעכט
101
25%
 
סך הכל שטימען: 406

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:א דאנק פאר אלע קאמפלימענטן סיי אין פאבליק און סיי אין אישי, איך האב נישט גע'חלום'ט אז איך וועל באקומען אזויפיל פידבעק. שכח פאר אלע.

א דאנק אייך יפה דברת,
סתם פאר אינטערעסאנקייט האט מען שוין געזען עפעס רעזולטאטען פון די דרשה ?
קישקע זאפט
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קישקע זאפט »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
קישקע זאפט האט געשריבן:איך מיין אז די מערסטע נעגעטיוועטי באקומט ער אויף אידישע וועלט...

זיינע צוויי פינטלעך זענען זייער פשוט, און רוב שרייבער דא עגריען דערמיט, איר האלט ער וואלט עס געברויכט זאגן דיפרענטלי? גוט, איז אפשר גייט איר אריבער אהין ענד זשאסט דא איט די רייט וועי?...

אינזערע ברידער און מאנסי האבן א סיריעס פראבלעם, איז דא עפעס מיט וואס איר קענט העלפן א חוץ דעזיגנירן א אשכול אים צו קריטיקירן?

פעלט עסקנים אמת?
#אייקנוי.

איך ווייס נישט וואס די רעדסט רוב תגובות דא זענען לטובתו, אין די וואלן קומט ער אריין מיט א לענדסלייד, חוץ א מעשה האט אים די באשעפער געשאנקען מיט א איבעריגע מאס סעלף קאנפעדענץ (גיימיר נישט אריין אויב סאיז דוקא א מעלה..) במילה אינטערעסירט אים גאנץ קנאפ אונזער קריטיק,
#צייט צו לויפן פאר אפיס.
אפילו אן קיין אינדורסירונגען פון אינזערע אינסטיטוציעס האט ער ברענעדיגע שטיצער


איך ווייס נישט צו ממש רוב... אבער יא כ'האב עס געשריבן איידער כ'האב געזעהן לעגאו'ס תגובה...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

שמערלער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:א דאנק פאר אלע קאמפלימענטן סיי אין פאבליק און סיי אין אישי, איך האב נישט גע'חלום'ט אז איך וועל באקומען אזויפיל פידבעק. שכח פאר אלע.

א דאנק אייך יפה דברת,
סתם פאר אינטערעסאנקייט האט מען שוין געזען עפעס רעזולטאטען פון די דרשה ?

עד דעי איז דאך געקומען קיין פארשעי
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:א דאנק פאר אלע קאמפלימענטן סיי אין פאבליק און סיי אין אישי, איך האב נישט גע'חלום'ט אז איך וועל באקומען אזויפיל פידבעק. שכח פאר אלע.

א דאנק אייך יפה דברת,
סתם פאר אינטערעסאנקייט האט מען שוין געזען עפעס רעזולטאטען פון די דרשה ?

עד דעי איז דאך געקומען קיין פארשעי

פשיהא
אין גלייך דערנאך געגאנגען שרייבן אויף פעיסבוק קעגן די אידן,
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

וואס האט ער געשריבן?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך מיין אז מ'דארף זיך אביסל איבערטראכטן וויאזוי מען גייט זיך דא אום מיט די לעצטע געשעענישן

מ'זעהט מענטשן קומען ארויס מיט אטאקעס אנטקעגן פאליטישאנס, די גאווערנער, די מעיאר, די קאונטי, די טאון, די פאליס טשיף דארף רעזיינען, די דזשערסי סיטי רעגירונג... יו נעים איט. מ'גייט זיך אליינס באוואפענען, וואטעווער..

1) מענטשן פארגעסן מ'איז אין גלות, ס'איז בכלל נישט אין זייערע הענט אונז צו פראטעקטן!

2) מיטן אטאקירן די פאליטישאנס אפשר מיינסטו אז זיי דערשרעקן זיך און אז זיי קענען עפעס טוהן מער ווי די בעיסיקס, למעשה אבער קענען זיי נישט טוהן מער וויפיל זיי זענען ביכולת.

3) רוב פון דעי עלעקטאד אפישעלס היינט צוטאגס זענען בחסד הבורא שטארקע אוהבי ישראל (יאפ, אפילו זיי זענען דעמאקראטן) און מיטן אראפרייסן די מענטשן שפילט מען זיך מיט פייער.

אפשר זאל מען זיך אביסל אויפוועקן און איינזעהן אז די שנאת ישראל קומט ווייל מ'פארגעסט מ'איז אין גלות און אונז האמיר נישט וואס צו עלעקטן חסידישע אסעמבלי לייט אין אלבעני?! פרומע פרויען פאר דזשאדזשעס?! היימישע אידן אין קאונטי פאזישענס?! ארטאדאקסישע אידן אין סיטי קאונסיל?! וכו'.. דער גוי זעהט נאר אז דער איד האט די מאכט אין די רעגירונג, מער פון דעם ווייסט ער נישט!

בעפארן צווייטן וועלט קריג זענען אידן געווען אויף די העכסטע פאזיציעס אין דייטשלאנד.
בעפאר גירוש שפאניע איז געווען דאס זעלבע!
דו קענסט בכלל אביסל היסטאריע? קוק וואספארא שרעקליכער שנאת ישראל און חורבן דאס האט אנגעברענגט!

(איך מאך נישט חלילה אוועק פשוט'ע שתדלנות דורך ריכטיגע עלטערע באזעסענע עסקנים לטובת הכלל, דאס איז אייביג געווען, און די פשוטע אחריות וואס ליגט אויף די מוסדות צו הערמעטיש פארשליסן די טירן מיט בולעט פרוף טירן און פענסטער, מ'דארף טוהן שכל'דיג וואס מ'קען נאר.)

אבער מיט די יעצטיגע געשעענישן ניצט מען נאך מער אויס די ביסל מאכט וואס מען האט, ביז צו א קלימאקס. מ'נעמט עדווענטידש. אונזערע היימישע עלעקטעד פאליטישאנס אין אן אפענעם בריוו צום גאווערנער פארלאנגן די נעשאנעל גארד זיך צו דרייען אין בארא פארק! זאג נאר, וואס טראכט דער גוי ווען ער זעהט די עדווענטידשעס וואס דו נעמסט דיך ארויס פון דיין ביסל מאכט פאר אונז אידן...

און טראכט אריין נאכמער, ווילאנג פונקטליך מיינסטו וועלן די באהערדע זיך דרייען אין די אידישע געגנטער? ס'איז פשוט נישט מעגליך זיי זאלן אויפהאלטן הונדערטער אפיצירן ביי'ן אונז אויף אייביג! מארגן ווען זיי גייען אהיים בלייב מיר אונז אומפארזיכערט, אבער די שנאת ישראל וואס דו האסט אנגעמאכט בלייבט מיט אונז, און יעדער קליינער טראבל קען אריינקומען מיט עניטינג און אנמאכן א חורבן.

האסט א פאליסי דיפערענץ מיט די נייע בעיל געזעצן? פיין! איך בין מיט דיר! האלטסט אז דיבלאזיא איז נישט גוט פאר ביזנעס, נישט גוט פאר די ריעל עסטעיט אינדאסטריע? גוט! מיט דעם בינעך אויך מיר דיר! אבער וואס האט עס מיט אנטיסעמיטיזם?? פארוואס אטקירסטע אים מיטן גאווערנער איבער אנטיסעמיטיזם?? דו ווילסטו זיי בידים מאכן פאר שונאי ישראל??? ס'איז א שפיל מיט פייער! געדענק, אפילו אויב דו האסט א גערעכטע פאליסי טענה האסטו נאכנישט די רעכט אריינצולייגן מיט דיין טיפשות אנדערע אידן אין א סכנה! ניין! דו ביסט א איד אין גלות און פאק איין!

אנשטאטס ארומלויפן וויינען און שרייען, אנשטאטס יעדעס בחור'ל מיט א טוויטער אקאונט וואס רייסט -שעדליכערהייט- אראפ יעדן וועם זיי קענען נאר, איז אפשר א בעסער מהלך זיך 'אראפצוזעהן' פון די 'העדליינס' יעדן טאג, אראפ צו זעהן דעם גרויס מויל הייקינד פון פאקס ניוס, ווייל אונז זעה מיר קלאר ס'העלפט גארנישט און מער און מער אטאקעס ליידער געשעהן יעדן טאג...

למעשה האנדלט מען זיך איין געווער אווי כאילו דאס גייט אונז פארזיכערן הונדערט פראצענטיג!

ר' איד, איז דיר אפילו איינגעפאלן אז אנשטאטס זיך גיין איינהאנדלן שעדליכע געווער, אנשטאטס זיך פארזיכערן אויפן כוחי ועוצם ידי (לכאורה אפיקורסעס), אנשטאטס שטעלן 19 יעריגע שנוקעס מיט ריזיגע כלי זין אויף פארשעי רד צווישן קליינע קינדער, אנשטאטס דעם על חרבך תחיה -וואס דאס זעהט אויך דער גוי צו- אנשטאטס דעי אלע שטותים, זאלסטיך עפענען א תהילים און actually מתפלל זיין פאר ריכטיגע שמירה עליונה?

אפשר איז דאס א רוף פון אויבן אז מ'האמיר פארגעסן אויף וועם זיך באמת צו פארלאזן און זיך דערמאנען מ'איז אין גלות און מיר ברויכן זיין אראפ פון די העדליינס? אפשר דארפן אונזערע עלעקטעד אפישעלס מוחל זיין און איבערלאזן זייערע פאזיציעס און צוריקגיין נעמען א דזשאב אין B&H פונקט אווי יעדן איינעם פון אונז דא אין גלות....? קוק צוריק אין היסטארי וואסערע חורבן דאס האט געברענגט! מיט וועלכע רעכט לייגסטו אריין גאנץ כלל ישראל אין א סכנה? ווער גיבט דיך די רעכט צו גיין אויף טוויטער און רעדן פאר כלל ישראל?

איי וויאזוי גיימיר למעשה זיין פראטעקטעט?
וויאזוי??!!?!?!?! ס'דא א באשעפער אויף דער וועלט!!! וועק דיך צוריק אויף!!! זיי מתפלל פאר דיך און דיין משפחה!! ביסט א טאטע? א מאמע? האסט אן אחריות צוצולייגן א קאפיטעל תהילים יעדן טאג פאר די שמירה פון דיינע אייגענע קינדער! ניין, דו ביסט נישט צוזאמען מיט דיינע קינדער יעדע מינוט פון טאג און דיין שטארקן רעוואלווער קען זיי נישט אייביג אפהיטן, נאר די בוכ"ע קען, און וועט.. איז זא מוחל הייב אן טוהן צום זאך! אונזערע רבי'ס האבן געזאגט אז 'א טאטע וואס זאגט נישט כאטש איין קאפיטל א טאג פאר זיין הויזגעזינד, איז א רי"ש'

און רעד מיך און דיך נישט איין אז דו שפירסטיך הונדערט פראצענט רואיגער יעצט מיט דיין גאן, ניין! ס'העלפט דיך 'אפשר' נאר אביסעלע זיך בארואיגן... און אויך נאר אויב דו ביסט שנעלער פון יענעם.... ח"ו

מ'ווייסט מיר קלאר אין דזשערסי סיטי ליידער וואס יענע רוצחים האבן באמת געפלאנט, אבער אונז פארשטיי מיר אויך נישט וואס האט זיי למעשה אפגעהאלטן, קיינער האט דארט נישט געהאט קיין גאן זיי צו סטאפן, און אלע טירן זענען געוועהן אפען פאר זיי... א פחד! איז ווער האט זיי למעשה אפגעשטעלט פון גיין ווייטער רחמנות לצלן? דער בוכ"ע אליינס האט אפגעהיטן די תינוקת של בית רבן!! ער האלט אליינס, און נאר ער האלט אפ די אלע חיות טורפות יעדן טאג!! מ'זעהט דארטן קלאר די ניסים מחוץ לדרך הטבע!!

איז לאמיר זיך ארויסזעהן פונעם גוי'ס אויג. לאמיר זיך דערמאנען מ'איז אין גלות, און לאמיר געדענקן אז די בוכ"ע איז די איינציגסטער וואס היט אונז אפ טויזענט פראצענטיג!!!! לאמיר צוזאמען מתפלל זיין יעדן טאג פאר שמירה מעולה, שריי אויס אמן יהא שמא רבא הויעך ווענעווער דו הערסט א קדיש און דיינע דינים פון 70 יאר וועלן צוריסן ווערן אזויווי ס'שטייט! "און איך זאג דיר צו דו וועסטיך איינמאל פאר אלעמאל שפירן א מיליאן פראצענט רואיג און פארזיכערט"!

ס'נאך דא אסאך פוינטס וואס איך קען ארויסברענגן אבער פאר יעצט וועל איך צוענדיגן מיט איין ווארט פון פרשת וישלח

יעקב אבינו האט געשיקט מלאכים צו עשו אים צו זאגן עם לבן גרתי ואחר עד עתה, רש"י זאגט גרתי מיינט אז איך בין געבליבן א גר, איך נישט געווארן קיין שר וחשוב, איך בין נישט געווארן קיין עלעקטעד אפישעל און ס'נישטא קיין סיבה זאלסט מיך פיינט האבן. נאכדעם אבער שיקט יעקב מתנות צו עשו שור וחמור, צאן ובקר, ער ווייזט אים זיין גרויס משפחה וואס ער האט זיך איינגעהאלדט, וואס גייט דא פאר? ביסטו געבליבן א גארנישט אדער ביסטו יא סוקסעספול? זאגט די הייליגע נועם אלימלך אויפן פלאץ, ווען אידן האבן רייכטום, כבוד ועושר, באקומט דער איד רעספעקט פונעם גוי אפילו דער גוי האט נישט דירעקט הנאה פונעם איד'ס כבוד.

איך מיין ס'איז א געוואלדיגע חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט'ן דעילי לייף. מאך ביזנעס. ווער רייך. זיי סוקסעספול. אבער לאמיר נישט זיין אין די העדליינס. נישט זיין אין אלבעני. נישט צינדן קיין ריזיגע מנורות אויפן עף די ער. נישט פערזענליך טוויטן אנטקעגן דעם גוי וכו'.. דזשאסט ענדזשוי לייף פור יורסעלף!

בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצלינו מידם
אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר
הנא לא ינום ולא ישן שומר ישראל
השם לי ולא אירא!!!!!
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
רזא דגלגוליא...
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רזא דגלגוליא... »

זייער שטארק
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

טייערע ווערטער.

פון די אנדערע זייט אבער, דארף מען אבער וויסן אראפצושטעלן א פוס, און בשום אופן נישט לאזן אנטיסעמיטיזם און העצע לויפן. אוודאי מיט רעספעקט.
איבער אלעם דארף זיין א דעת תורה וואס יא און וואס נישט, ווייל אז נישט וועלן נאך מאנכע דא באזידלען דעם טישל ווארפער אין זיך נישט אויפפירן ווי א גלות איד כלפי דעם רוצח...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אה אה, כמים קרים על נפש עייפה!
ענדליך רעדט שוין איינער אפאר אידישע ווערטער דא
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אה אה, כמים קרים על נפש עייפה!
ענדליך רעדט שוין איינער אפאר אידישע ווערטער דא
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

דגל יהודה האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך מיין אז מ'דארף זיך אביסל איבערטראכטן וויאזוי מען גייט זיך דא אום מיט די לעצטע געשעענישן
...

גוט געזאגט אבער...
לאמיר טאקע רעדן פון יעקב אבינו, וואס האט ער געטון?
דורן, תפילה, ו... מלחמה.
איך זאג נישט אז מען ברויך זיך באוואפענען מיט ריזיגע רעוואלווערס אבער עפעס השתדלות ברויך מען טון.
לעצט פארראכטן דורך פערפלוואל אום דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 7:17 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
money
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך money »

דגל יהודה האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך מיין אז מ'דארף זיך אביסל איבערטראכטן וויאזוי מען גייט זיך דא אום מיט די לעצטע געשעענישן וכ״ו


ענדליך רעט שוין איינער וואי adult !
נישט נאר וואס די געפיל זאגט (די ביסט יעצט פארוייטאגט אין מען שרייט איך קען אויך שלאגן אדער באשיליג יעדעם איינעם)
טראכט אויך Realistic
די קענסט נישט מאכן די גוי זאל דיר ליב האבן, די קעסט אים מאכן פארגעסן אז אינז עסזעטירמער
זייער גוט אין גערעכט ישר כוח ;l;p-
לעצט פארראכטן דורך money אום דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 7:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

דגל יהודה האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער


ביסט 100% גערעכט דערמיט, און נישט גענוג אז דיין עיקר פוינט איז דשאסט האולי און נישט ריכטיג, האסטו אויך אריינגעווארפן אינדערמיט מיסלידינג זאצען צו פראווען עפפעס וואס עקזעסקטירט נישט.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

זייער גוט געזאט אבער אין רעאליטעט זענען אונז סייווי אויף די העדליינס, צו מיר פאקן איין צו נישט.
וכיון שנפל היסוד נסתר הבנין.....
אלס זענען געווען אידישע שתדלנים ווען די באהערדע האבן געמאכט גזירות אדער אנגערייצט די מאסן,
אבער ווען די מאסן רייצן זיך אליינס אן איינער דעם צווייטן(אויף פעיסבוק וכדומה) אזאנס איז נאך קיינמאל נישט געווען, און עפעס דארף געטון ווערן, וואס פוקטליך ווייסעך נישט, אבער סאיז זיכער נישט אזוי סימפל, און ווען איינער טוט שוין יא דארף מען אים מכיר טוב זיין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

money האט געשריבן:
דגל יהודה האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך מיין אז מ'דארף זיך אביסל איבערטראכטן וויאזוי מען גייט זיך דא אום מיט די לעצטע געשעענישן וכ״ו


זייער גוט אין גערעכט ;l;p-

;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

@דגל יהודה!!

יפה דברת.. שפתיים ישק!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איך מיין ס'איז א געוואלדיגע חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט'ן דעילי לייף. מאך ביזנעס. ווער רייך. זיי סוקסעספול. אבער לאמיר נישט זיין אין די העדליינס. נישט זיין אין אלבעני. נישט צינדן קיין ריזיגע מנורות אויפן עף די ער. נישט פערזענליך טוויטן אנטקעגן דעם גוי וכו'.. דזשאסט ענדזשוי לייף פור יורסעלף!

בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב"ה מצלינו מידם
אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר
הנא לא ינום ולא ישן שומר ישראל
השם לי ולא אירא!!!!![/quote]

מאך ביזנעס, זיי סוקסעספול,

אבער זיי נישט אין די העדליינס!!

יפה דברת,

ישר כח
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

שיעלע בהמה האט געשריבן:זייער גוט געזאט אבער אין רעאליטעט זענען אונז סייווי אויף די העדליינס, צו מיר פאקן איין צו נישט.
וכיון שנפל היסוד נסתר הבנין.....
אלס זענען געווען אידישע שתדלנים ווען די באהערדע האבן געמאכט גזירות אדער אנגערייצט די מאסן,
אבער ווען די מאסן רייצן זיך אליינס אן איינער דעם צווייטן(אויף פעיסבוק וכדומה) אזאנס איז נאך קיינמאל נישט געווען, און עפעס דארף געטון ווערן, וואס פוקטליך ווייסעך נישט, אבער סאיז זיכער נישט אזוי סימפל, און ווען איינער טוט שוין יא דארף מען אים מכיר טוב זיין.


אין די זאגסט אויך זייער רעלעווענט פוינטס,

אבער זיי דיך נישט מייאש,

אז מווייסט די פראבלעם פון פעיסבוק טוויטער יו טוב קליפס, פאלטשע מעסעזש, קען מען טון דערצו,

כלל ישראל איז וואויל מאיז נאר געווען פארשיכורט אפאר יאר, סאיז געווען א נייע טוי וואס מהאט נאך נישט געקענט געהעריג,

קיין איין גוי שטייט נישט אויף פון איין מינוט אויפן צווייטען אנציפילען גאנצע שעות מיטן האקען אויף דיר, סגיסט זיך נאר ליידער איבער אונזערע העצעס צי זיי אין ווילאנג מסטאפט דעס נישט גייט זיך נישט אויפהערען,

מענטשען האבען זיך געפילט פריי (נאך שטארק'ס מעשה) צי פלעטשקענן לשון הרע'ך רכילותלך אין די קראלי מקוה, מעשהלעך וויאזוי ער האט זיך כלומרשט אויפגעפירט צי טענענטס,

סאיז געווען א אנפאנג פון א נייע עפאכע ליידער, מהאט זיך געפילט גוט, מהאט זיך געפילט וויכטיג, ביז קיינער וויל דאך נישט זיין אנדערש, פון דארט איז עס געווארען פארשפרייט געווארען אין סאציאלע מידיא אין מינוטען, אין פון דארט צי יעשיווע ווארלד ניוז'ס קאמענטס סעקשען חיים שאולזאן פעילד מעסייע, Tot וכו' , אין פון דארט ביז די ניו יארק פאוסט איז געווען א קאצען שפרינג,

אין ווען די נעקסטע טאג איז געווען א העדליין אין ניו יארק פאוסט, סלאמלארד!! ווען סשרייט אראפ א ריזיגע פיקטשור (וואס איז געקומען פון א איד) פון ר' מנחםן עה מיט א שיפע שטריימעל, איז דער עולם געשפרינגען,

מהאט פאריפען פרעסע קאנפרענצען געטומלט אין די זעלבע טוויטער נייעס חברה פון נעכטען, האבען פארדאמט הלמאי די פאוסט איז אזוי אנטיסעמיטיש,

די פאוסט האט געשריבען אז אין די קאמיונעטי שמועסט מען אזוי, אבער וואס האט עס דען אויסגעמאכט,

אין וויפיל אידען האבען אריינגענומען אין קאפ דע נערישע אומנוצבארע שמועות, ליידער אסאך.. ווייל סשטייט גזירה על לשון הרע שתקבל על הלב, (שטייט נישט על מח)

ברוך ה' אבער די לעצטע פאר וואכען ווערט א שטארקע אויפוואכונג ביי כלל ישראל וועגען דעי ענין
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

שיעלע בהמה האט געשריבן:זייער גוט געזאט אבער אין רעאליטעט זענען אונז סייווי אויף די העדליינס, צו מיר פאקן איין צו נישט.
וכיון שנפל היסוד נסתר הבנין.....

זיין אין די העדליינס יא, אבער זיך בידים לייגן, מאן דכר שמי'?
און יא @דגל יהודה איז טריליאן פראצענט גערעכט, פוינטס וואס בוזשעווען אין מיין מוח אלץ ווען "עסקנים" רעדן אין מיין נאמען און בפרט זינט די לעצטיגע שוידערליכע אטאקעס רח"ל לתפ"צ
עץ חיים הוא למחזיקים בה
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בקיצור ווער ספארשטייט מיין נקודה פארשטייט
אוועטאר
אפגעבריעטער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעבריעטער »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויפיל ניקס וואס רייסן אים אראפ וואוינען דא אין ראקלענד

גא"מ
איך האב מיר טאקע אפגעבריעט, אבער איך האב מיר געלערנט מיין לעקציע!
אוועטאר
אפגעבריעטער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעבריעטער »

דער אשכול איז סאם האו געפארן פון יוסי געשטעטנער ביז צו האבן געווער....
מנהלים: אויב מעגליך ביטע אריבערפירן די תגובות צו זייער ריכטיגע אשכול.
איך האב מיר טאקע אפגעבריעט, אבער איך האב מיר געלערנט מיין לעקציע!
קישקע זאפט
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קישקע זאפט »

דגל יהודה האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער

איר האט גראדע א גוטע פינטל אין זשענערעל אבער איך זעה נישט ווי ס'באלאנגט אהער אין דעם אשכול.

דגל יהודה האט געשריבן:מיטן אטאקירן די פאליטישאנס אפשר מיינסטו אז זיי דערשרעקן זיך און אז זיי קענען עפעס טוהן מער ווי די בעיסיקס, למעשה אבער קענען זיי נישט טוהן מער וויפיל זיי זענען ביכולת


ער האט סך הכל אפירגענומען די וואס טוהן אביסעל מער פון די בעסיקס...
מ'רעדט פון פאליטישענס וואס שטיצן אפען וויסטע אנטיסעמיטיזם.

דגל יהודה האט געשריבן:רוב פון דעי עלעקטאד אפישעלס היינט צוטאגס זענען בחסד הבורא שטארקע אוהבי ישראל (יאפ, אפילו זיי זענען דעמאקראטן)


האסט שוין אמאל געהערט די נאמען עד דעי?
אה נישט געכאפט דו שרייבסט רוב, איז ווי קומט עס אהער אין דעם אשכול?
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

דגל איך ווייס נישט צו די האסטעס געשריעבן צו נישט,
אבער די ארטיקעל איז מוראדיג, שכויעך פארן עס ברענגען,
אפאר זאכן בינעך מחולק בעיקר (לכאורה אפיקורסעס) אבער אווער אלל איזעס שטארק,

נ.ב. איך האלט נישט אז יוסי איז אין די זעלבע קאטאגאריע ווי הייקינד, און איך האף האסטו אים טאקע נישט געמיינט.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

monroe10950 האט געשריבן:ווען ר' יוסף זאל ווען זאגן די זעלבע דרשה, נאר:

אנשטאט שרייען זאל ער וויינען

וואלט ער:
1) פיל מער אויפגעטון
2) געווען א 'גלות איד'.
*
ר' יוסף טוט אויף א געוואלד אין אלע געביטן. און ער מיינט נישט קיין כבוד, און מיינט נישט קיין געלט, נאר נוצט זיין ענערגיע צו מאכן קאנטאקטן, און די קאנטאקטן צו העלפן כלל ישראל.
אבער א גלות איד ברויך צו גיין צום שתדלן מיט א רענצל מיט גילדן, און זיך חנפנ'ן און זיך בעטן בתחנונים, שרייען און פארפירן און פארלאנגען איז נישט אין גייסט פון דעם גלות איד.
ר' יוסף טו ווייטער אויף, אבער מיט א גלות גייסט!



Wow.

האבן מיר שוין דא דאך איינער וואס ווארט צו זעהן ווי א איד וויינט.

איהר ליינט אפשר זייער פעיסבאק בלעטער, אז איהר ווילט זעהן אידן וויינען?

#שנאתישראל
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”