חסידישע ישוב אין הילסייד, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 1:35 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:#כח היחיד ערשטער חסידישע אינגערמאן מופט קיין הילסייד


https://www.yiddish24.com/cat/38


די נחשון, וועלכער האט געקלויזט אויף א דירה אין הילסייד ניו דזשערזי, זייענדיג דארט סאמער ערשטער היימישער איינוואוינער


אויף וועלכע גאס האט ער אריינגעמאופט?
נפק"מ לzillow

put in chabad of hillside same area

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 3:38 pm

כך נהגו הלכה למעשה צו וואוינען אין קליינע דערפלעך אנע מנין און אן אנדערע הצטרכות'ער. - איך רעד נישט דא פון 200 יאר צוריק פון די ארענדע'ס, איך רעד אין אונגארן אין תש"ב. שוין אין די ת"ש יארן! - רבותינו פון אונזערע היימישע מקומות האבן עס צוגעשטופט מחזק געווען און אפילו מקנא געווען כידוע. עס איז נישט געווען ביי קיינעם קיין קלער אז מען 'קען' נישט וואוינען אין א שטאט וואו עס וואוינען נישט כך וכך אידן. עס איז אפשר נישט אזוי גרינג און נישט באטעמט, אבער עס איז דאעבל און איז בכלל נישט קיין נחות דרגא אין אידישקייט.

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 3:45 pm

Programming האט געשריבן: אבער עס איז דאעבל און איז בכלל נישט קיין נחות דרגא אין אידישקייט.

די סטעיטמענט איז נישט ריכטיג

דאס איז אמת אז מ'פלעגט וואוינען אין קליינע דערפער, אבער דארט ווי מ'האט געוואוינט אן קיין מנין, איז יא געווען א נחות דרגא אין אידישקייט, והרבה מעשיות יש על כך, ווי ס'געווען א קטרוג אין הימל, פאר די אלע וואס וואוינען אין די דערפער, און מ'האט ממתיק דינים געווען.

ועוד רבות איז דא סיפורים איבער דעם.

איז אוודאי מ'האט אזוי געוואוינט אסאך מאל, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין לכתחילה.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 3:50 pm

שמו האט געשריבן:
Programming האט געשריבן: אבער עס איז דאעבל און איז בכלל נישט קיין נחות דרגא אין אידישקייט.

די סטעיטמענט איז נישט ריכטיג

דאס איז אמת אז מ'פלעגט וואוינען אין קליינע דערפער, אבער דארט ווי מ'האט געוואוינט אן קיין מנין, איז יא געווען א נחות דרגא אין אידישקייט, והרבה מעשיות יש על כך, ווי ס'געווען א קטרוג אין הימל, פאר די אלע וואס וואוינען אין די דערפער, און מ'האט ממתיק דינים געווען.

ועוד רבות איז דא סיפורים איבער דעם.

איז אוודאי מ'האט אזוי געוואוינט אסאך מאל, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין לכתחילה.


איך ווייס אז מהאט עס שוין דא דן געווען, און מענטשן זענען זייער סענסיטיוו דערצו אבער וואס מ'זעט זיך צוזאם אין וויליאמסבורג ווען ס'ווערט נאר אביסעלע ווארימער, ספעציעל אביסל אין די אוטסקירטס פון וילי איז אפילו נישט קיין דיעבד שבדיעבד
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:19 pm

lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס אז מהאט עס שוין דא דן געווען, און מענטשן זענען זייער סענסיטיוו דערצו אבער וואס מ'זעט זיך צוזאם אין וויליאמסבורג ווען ס'ווערט נאר אביסעלע ווארימער, ספעציעל אביסל אין די אוטסקירטס פון וילי איז אפילו נישט קיין דיעבד שבדיעבד

דאס איז אמת
און ווען ס'וואלט נישט געווען קיין אנדער עצה, איז טאקע נאר דא די עצה פון דעם הייליגן רמב"ם, ארויס צו גיין וואוינען אליין אין וואלד.
אבער כהיום ווען ס'דא פולע נייע ישובים, איז נישט די ערשטע אפשען צו גיין וואוינען אליין אן קיין מנין.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:21 pm

שמו האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס אז מהאט עס שוין דא דן געווען, און מענטשן זענען זייער סענסיטיוו דערצו אבער וואס מ'זעט זיך צוזאם אין וויליאמסבורג ווען ס'ווערט נאר אביסעלע ווארימער, ספעציעל אביסל אין די אוטסקירטס פון וילי איז אפילו נישט קיין דיעבד שבדיעבד

דאס איז אמת
און ווען ס'וואלט נישט געווען קיין אנדער עצה, איז טאקע נאר דא די עצה פון דעם הייליגן רמב"ם, ארויס צו גיין וואוינען אליין אין וואלד.
אבער כהיום ווען ס'דא פולע נייע ישובים, איז נישט די ערשטע אפשען צו גיין וואוינען אליין אן קיין מנין.

שוין מ'פארקריכמער לאמיר צוזאמען צוריק גיין, אין הילסייד איז דא שיינע מנינים נאר נישט פונעם זעלבן סארט וואס מיר זענען צוגעוואוינט
א לאנגע קאמפליצירטע נושא פאר זיך.............
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 7:32 pm

שמו האט געשריבן:
Programming האט געשריבן: אבער עס איז דאעבל און איז בכלל נישט קיין נחות דרגא אין אידישקייט.

די סטעיטמענט איז נישט ריכטיג

דאס איז אמת אז מ'פלעגט וואוינען אין קליינע דערפער, אבער דארט ווי מ'האט געוואוינט אן קיין מנין, איז יא געווען א נחות דרגא אין אידישקייט, והרבה מעשיות יש על כך, ווי ס'געווען א קטרוג אין הימל, פאר די אלע וואס וואוינען אין די דערפער, און מ'האט ממתיק דינים געווען.

ועוד רבות איז דא סיפורים איבער דעם.

איז אוודאי מ'האט אזוי געוואוינט אסאך מאל, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין לכתחילה.


געהאקט,
טויזענטער יארן האט מען אזוי געוואוינט אויסגעשפרייט איבער טויזענטער שטעטלך און דערפלעך, ב"ה צום היינטיגן אכשר דרא עפפאכע האט מען מעמיד געווען דת על תילה וואס קדושי עליונים אשר על דבריהם אנו חיים האבן נישט געקענט באווייזן...

איין מעשה איז דא בימי בעל התניא, ומשם יפרדו לגירסות שונות ומשונות און פון זיי איז שוין געווארען "עוד רבות סיפורים איבער דעם". גאנצע הלכות איז אוועק געשטעלט ספעציעל פאר זיי נאך מימי התנאים. אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין לכתחלה, התמהה, אבי געשאסן.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:25 pm

כיש להוסיף, ווער עס ווייסט ווייסט. איך האב וועגן דעם דירעקט געשריבן אז איך באצי זיך נישט צו קיין ארענדע מעשיות פון 200 יאר צוריק אין אנדערע מדינות. איך רעד אויסדרוקליך פון אונזער היימישער עולם אין אונזערע געגנטער פאר א קארגע פאר יארצענדליג צוריק, עס איז ידוע פונעם קדושת יום טוב און פון סאטמאר רבי'ן ז"ל וועלכע האבן מחזק געווען און מעודד געווען אידן צו וואוינען אין קליינע דערפלעך - און מנין איז בכלל נישט געווען קיין אפהאלט.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:35 pm

lebediger berel האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס אז מהאט עס שוין דא דן געווען, און מענטשן זענען זייער סענסיטיוו דערצו אבער וואס מ'זעט זיך צוזאם אין וויליאמסבורג ווען ס'ווערט נאר אביסעלע ווארימער, ספעציעל אביסל אין די אוטסקירטס פון וילי איז אפילו נישט קיין דיעבד שבדיעבד

דאס איז אמת
און ווען ס'וואלט נישט געווען קיין אנדער עצה, איז טאקע נאר דא די עצה פון דעם הייליגן רמב"ם, ארויס צו גיין וואוינען אליין אין וואלד.
אבער כהיום ווען ס'דא פולע נייע ישובים, איז נישט די ערשטע אפשען צו גיין וואוינען אליין אן קיין מנין.

שוין מ'פארקריכמער לאמיר צוזאמען צוריק גיין, אין הילסייד איז דא שיינע מנינים נאר נישט פונעם זעלבן סארט וואס מיר זענען צוגעוואוינט
א לאנגע קאמפליצירטע נושא פאר זיך.............


אויב אזוי איז עס דאך פונקט ווי די אוטסקירטס פון מאנסי, מעשים בכל יום אז עס מופן ארויס חסידי'שע אינגעלייט פון די סמעטענע, בני תורה, דיינים בנש"ק און סתם וואוילע אינגעלייט צו בלאקן און געגנטער וועלכע האבן נישט - דערווייל - קיין חסידי'שע מנין און זיי דאווענען אין די לאקאלע בתי מדרשים. דאס איז בכלל נישט קיין חידוש פון הילסייד.

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:59 pm

מוסדות פאר די קינדער וואס זענען זיינע אפציעס פאר אזא יונגערמאן דארט?

חזקי פרידמאן
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:59 am

ווער איז דאס האט געשריבן:מוסדות פאר די קינדער וואס זענען זיינע אפציעס פאר אזא יונגערמאן דארט?

אויב לינדען וועט עפענען מסודת קען מען אהין שיקען

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:08 pm

דאס ערשטע קערנדל....
דאס ערשטע הייזקע וואס איז אריבער צו חסידישע הענט:

https://www.google.com/maps/place/116+K ... 74.2195146
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:15 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
Programming האט געשריבן: אבער עס איז דאעבל און איז בכלל נישט קיין נחות דרגא אין אידישקייט.

די סטעיטמענט איז נישט ריכטיג

דאס איז אמת אז מ'פלעגט וואוינען אין קליינע דערפער, אבער דארט ווי מ'האט געוואוינט אן קיין מנין, איז יא געווען א נחות דרגא אין אידישקייט, והרבה מעשיות יש על כך, ווי ס'געווען א קטרוג אין הימל, פאר די אלע וואס וואוינען אין די דערפער, און מ'האט ממתיק דינים געווען.

ועוד רבות איז דא סיפורים איבער דעם.

איז אוודאי מ'האט אזוי געוואוינט אסאך מאל, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין לכתחילה.


געהאקט,
טויזענטער יארן האט מען אזוי געוואוינט אויסגעשפרייט איבער טויזענטער שטעטלך און דערפלעך, ב"ה צום היינטיגן אכשר דרא עפפאכע האט מען מעמיד געווען דת על תילה וואס קדושי עליונים אשר על דבריהם אנו חיים האבן נישט געקענט באווייזן...

איין מעשה איז דא בימי בעל התניא, ומשם יפרדו לגירסות שונות ומשונות און פון זיי איז שוין געווארען "עוד רבות סיפורים איבער דעם". גאנצע הלכות איז אוועק געשטעלט ספעציעל פאר זיי נאך מימי התנאים. אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין לכתחלה, התמהה, אבי געשאסן.


פון א מעשה בימי התניא האב איך נישט געהערט, אבער עס איז דא א באקאנטע עובדא פון רבי מענדלי פון רימנוב מיט'ן ראפשיצער רב צו מען זאל וואוינען אין די דערפער צו נישט. רבי ר' מענדלי האט געטענה'ט אז מען וואוינט אליינס אין א דארף אין די מצב אין אידישקייט טויג נישט אזוי.

צו די היינטיגע מצב איז די זעלבע, מסתמא נישט וועגן כמה סיבות.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:21 pm

אביונה האט געשריבן:דאס ערשטע קערנדל....
דאס ערשטע הייזקע וואס איז אריבער צו חסידישע הענט:

https://www.google.com/maps/place/116+K ... 74.2195146

געקויפט פאר 250k
WOW
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:23 pm

אביונה האט געשריבן:דאס ערשטע קערנדל....
דאס ערשטע הייזקע וואס איז אריבער צו חסידישע הענט:

https://www.google.com/maps/place/116+K ... 74.2195146

wowwww
איך האב געטשידט אויף גוגל סטריטוויו אויף 2012 זעט מען א אידישע משפחה, מיט גרויסע ציצית אויפן אינגל אבער...
געוואלד, א טווין קערידזש, נישט קיין באגעבו, בכלל נישט! עפעס געקויפט אין וואלמארט פאר 24.99?
א חוצפה, א הריסה אין אידישקייט!!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2467
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:47 pm

יא יא זיידי אזוי גייט עס...

יעצט וועט איר שוין פארשטיין אביסל פארוואס מאנכע זענען זיך אזוי מתנגד צום גאנצן געדאנק, מ'גייט זיך אליין און א שטעטל, מיט אנדערע קרייזן, קוים א פאר טאג פארביי און מ' שעמט זיך שוין נישט ארויסצוגיין אין גאס אן א באגעבו, וואס קען שוין אזוי אויסוואקסן??......

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 4:19 pm

פונקט איצט צוגעברענגט אין אן אנדערן אשכול פון סאטמאר רבי'ן

viewtopic.php?p=2064513#p2064513

חזקי פרידמאן
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 9:27 pm

ווער איז דאס האט געשריבן:מוסדות פאר די קינדער וואס זענען זיינע אפציעס פאר אזא יונגערמאן דארט?

איך זע יעצט אויף די Maps אז סאיז נאר א 20 מינעט דריוו פון Jersey city חדר, אויב אזוי איז דאס נאך א שטארקע סיבה אז סזאל זיך פיין אויסארבטן, מיט די צייט שטעלט מען צוזעם א ווען (באס) פון די געגנט, אין מדארף נישט עפנען מוסדות דארט.
אין אזוי קען זיך עפנען נאך אסאך חרידשע געגנטער בעזרת השם...

eizer
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:56 pm

תגובהדורך eizer » מוצ"ש דעצמבער 28, 2019 9:47 pm

.
לעצט פאראכטן דורך eizer אום זונטאג דעצמבער 29, 2019 1:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » זונטאג דעצמבער 29, 2019 12:02 am

eizer האט געשריבן:Listed for $375k
...Can get same or better in Linden


So go buy in Linden

eizer
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:56 pm

תגובהדורך eizer » זונטאג דעצמבער 29, 2019 1:41 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:דאס ערשטע קערנדל....
דאס ערשטע הייזקע וואס איז אריבער צו חסידישע הענט:

https://www.google.com/maps/place/116+K ... 74.2195146

געקויפט פאר 250k
WOW


250k sold in 2017 now listed for 375k

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:07 pm

eizer האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:דאס ערשטע קערנדל....
דאס ערשטע הייזקע וואס איז אריבער צו חסידישע הענט:

https://www.google.com/maps/place/116+K ... 74.2195146

געקויפט פאר 250k
WOW


250k sold in 2017 now listed for 375k

Yep my mistake
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » זונטאג ינואר 05, 2020 9:52 am

למעשה וואס טוט דער תושב מיט מוסדות

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12047
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 05, 2020 11:48 am

ווער זאגט ער האט קינדער

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג ינואר 05, 2020 11:57 am

ווער איז דאס האט געשריבן:למעשה וואס טוט דער תושב מיט מוסדות

אויף ק''מ זאגט ער וועט זיי אריינדרייווען קיין ווילי יעדע אינדערפרי, און האפענטליך וועט לינדען האבן מוסדות בקרוב.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 6 געסט