אידישע ווארט פון טאג

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

yankl36

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankl36 »

געצײג: זעלביקע זאַך, מסתּמא מער נאָרמאַליש אָבער זײ זענען בײדע גענוצט. איך מײן אַז געצײג איז כּמעט נאָר פאַר זאַכן װאָס מ'נוץ צו מאַכן אָדער פאַבריקירן זאַכן און מכשיר איז מער אַלגעמײן אין באַדײט אָבער איך װײס ניט.

ענגליש איז מײן מוטערשפּראַך. איך קען גוט שפּאַניש און (איך האָף) אידיש. שפּאַניש העלפט מיט אַ סך פון די פראַנצײזישע װערטער װאָס זענען אַרײנגעקומען אין אידיש פון רוסיש.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יאנקל;

געצייג איז די אידישע ווארט פאר די לשון הקודש'ע מכשיר.
yankl36

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankl36 »

אין אַ ביבליאָטעק האָב איך געזען אַ בוך מיטן טיטל: "אַ געשיכטע פון די גרעסערע אידישע נאַפט מאַגנאַטן." נו, האָב איך געטראַכט, װאָס מײנט דאָס? האָב איך אַ קוק געטאָן אין װערטערבוך:

מאַגנאַט: אַ גרױסער פירער פון האַנדל. אײנער װאָס קאָנטראָלירט אַ גאַנצע אינדוסטריע. דאָס װאָרט עקזיסטירט אױך אױף ענגליש:
magnate

נאַפט: אױל אײדער זי איז פאַררײניקט פאַר געזאָלין. דאָס װאָרט שטאַמט פון רוסיש. אױף ענגליש: crude oil

צװײ אַנדער אידישע װערטער װאָס איך האָב לעצטנס געלערנט: פאַך/פּאָליציע.=shelf
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אלע פיר ווערטער זעען ברייט באנוצט היינטיגע טעג.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אלע פיר?
מאגנאט - יא
נאפט - יא
פאליצע - יא
אבער 'פאך'?
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

יאנקל שרייבט:
נאַפט: אױל אײדער זי איז פאַררײניקט פאַר געזאָלין. דאָס װאָרט שטאַמט פון רוסיש


דאס ווארט ווערט גענוצט דורך חז"ל - אלס נפט - און איז אפשטאמיג פון גריכיש-לאטייניש.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרעמער האט געשריבן:אלע פיר?
מאגנאט - יא
נאפט - יא
פאליצע - יא
אבער 'פאך'?



ווייסט נישט די באדייט פון "פאך"...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואס זענען די דריי פינטעלעך? דו פרעגסט, אדער דו טרייבסט שפאס אויף מיין חשבון?

ביי אונז רופט מען דעם מייסטער א פאכמאן, ער האט א פאך (אומנות) אין די האנט. אבער יענקל36 שטעלט דאס צוזאם מיט פאליצע, און דאס איז ביי מיר א חידוש.
yankl36

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankl36 »

ס'איז אױך געװען מיר אַ חידוש װײל איך האָב נאָר געזען פּאָליציע און פאַך בײ מיר איז װי אַ מין אַרבעט אָדער אײנער װאָס טרײבט אַרבעטער, אַזױ װי איר האָט געזאָגט. אָבער װאָרשײנלעך האָבן מענטשן עס גענוץ צו מײענען פּאָליציע װײל ס'שטײט אין װערטערבוך. אָבער אַחוץ דעם װערטערבוך האָב איך קײנמאָל ניט געזען
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גערעכט, איך האב נישט באמערקט דעם 'פאך'.
yankl36

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankl36 »

אונדזערע װערטער אױף הײנט קומען פון ספּאָרטן:
מאַנשאַפט: אײן צד אין אַ ספּאָרט פאַרמעסט. אױף ענגליש טיעםteam.
מאַטש: אַ פאַרמעסט אין פוסבאַל. פון פּױליש: אָריגינעל פון ענגליש.
קױשבאַל=באַסקעטבאַל. קױש איז דער האַרטער גרונט געמאַכט פון האָלץ אָדער צעמענט אױף װאָס מ'שפּילט די פאַרמעסט.
הילקע-פּילקע: װאָס די אידישיסטן רופן בעסבאַל װאָס מ'שפּילט מיט אַ קלײן קײלעכדיקע פּילקע (באַל אױף פּױליש און אױך ליטװיש אידיש) װאָס איז װײך.
צילן: די זאַכן בײם סוף פון אַ פוסבאַל פעלד. אױף ענגליש "גאָלס"goals.
פוסבאַל=soccer
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנקל,
טייל פון די ווערטער זענען אין באנוץ נישט נאר אויף ספארטן, צום ביישפיל;

מאנשאפט = ווערט גענוצט אויף די גרופע געהילפן אויף א עראפלאן אדער שיף (STUARDS)
קויש = איז א קאָרב (BASKET)
ציל = TARGET אדער GOAL נישט נאר אין ספארטס.

די מעשה איז אז די חסידים זענען געווענליך נישט אפיליאירט מיט ספארטס דערפאר איז נישט פארהאן קיין אידישע טערמינען פאר אפיציעלע ספארטס געשפרעכן, און מ'רופט דאס מיט די ענגלישע אדער אלגעמיינע ווערטער.

אויף 'באל' האב איך שוין געזעהן שרייבן א 'טאבע', און א 'בעיס' איז 'באזע' ממילא זעה איך נישט פארוואס די אידישיסטן זאגן נישט 'באזעטאבע' אדער כאטש 'באזעבאל'.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

עגרי מיט מיללער, אבער איך זעה אז יענקל זאגט אז דער קויש איז די פאדלאגע און נישט די בעסקעט, און דאס איז מיר אינטערסאנט, קען זיין אז עס איז סתם א פליטת פה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יענקל האט זיכער געגרייזט מיט זיין אננעמען אז דאס הייסט אזוי צוליב די ערד.
yankl36

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankl36 »

איר זענט גערעכט. די טעות איז מײנע. קױש אױף אידיש מײנט טאַקע basket און צוליב דעם מײנט קױשבאַל basketbal . איך בין געװאָרן צומישט װײל די פּאָדלאָגע הײסט אַ "קױששפּלאַץ" װען מ'רעדט נאָר פון קױשבאַל.

נו, דאָ זענען אינטערעסאַנטע װערטער װאָס איך האָב נאָר געלערנט.
סעמאַפאָר/פירסיגנאַל: בײדע מײנען די לומפּן װאָס גלאַנצן אױף רױט אָדער גרין און פאָלגן די שאָפערס אױב זײ מעגן אָנגײן װײטער אָדער נײן. פירסיגנאַל איז אַ װאָרט גענוץ בײ די אידישיסטן און סעמאַפאָר איז דאָס װאָרט אױף רוסיש און אַ סך אַנדערע שפּראַכן.

שנײדפּונט: די שנײדונג פון צװײ װעגן אָדער גאַסן. אױף ענגליש: intersection or junction
מעװע: אַ מין פױגל װאָס מ'זעט אָפט מאָל בײ אַ ברעג-ים.seagull.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נאכנישט געהערט קיינע פון די ווערטער (א פרשת דרכים, FORK ON THE ROAD, רופן מיר א 'שייד-וועג').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך וואלט געזאגט אז דער לעצטער ווארט איז 'שניידפונקט' מיט א ק'.
yankl36

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankl36 »

מוסטער: אַ פּראָדוקט װאָס מ'זעט אין אַ קראָם אײדער מ'קױפט אַן אַנדער קאָפּיע פון'מ פּראָדוקט װאָס איז אין גאַנצן דער זעלביקער. אױף ענגליש: sample
ס'זאָל זײן "שנײדפּונקט" מיט אַ ק
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנקל,
עס איז וויכטיג צוצולייגען אז מוסטער איז טאקע נאר פאר א 'SAMPLE', פאר א 'EXAMPLE' זאגט מען א 'ביישפיל', מאנכע טוען דאס צומאל פארמישען.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

מיללער האט געשריבן:
אויף 'באל' האב איך שוין געזעהן שרייבן א 'טאבע', און א 'בעיס' איז 'באזע' ממילא זעה איך נישט פארוואס די אידישיסטן זאגן נישט 'באזעטאבע' אדער כאטש 'באזעבאל'.


אויף אראביש רופט מען דאס אויך א טאבע. דעריבער גלייב איך אז דאס ווארט איז א ירושלימער, און דאס איז ווארשיינליך נאר פון אראביש איבערגענומען.
yankl36

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankl36 »

קאָנװערט: די זאַך װאָס האַלט אַ בריװ װאָס מ'שיקט דורכן פּאָסט . פון רוסיש.

הכנסה/ראַבאַט/דיסקאָנט: פאַרשידענע װערטער װאָס מענטשן האָבן גענוץ אױף אידיש אין אײראָפּע צו מײנען הכנסה. דער װערב איז "דיסקאָנטירן". אין אַלטע טעקסטן זעט מעןדאָס פּױלישע װאָרט: "דיסקאָנטאָ". ראַבאַט איז פון'מ זעלביקן קװאַל װי דעם ענגלישן װאָרט rebate.

שװאָם: די געצײג װאָס מ'נוץ אינדערהײם צו פאַררײניקן אַ טיש אָדער אָפּפּוצן אַ באַנק. אױף ענגליש: sponge.

שױב-מאַשין, אַראָפּשױבער, װאַקומירשקע, פאַררײניקער: פאַרשידענע װערטער װאָס איך האָב געזען אין אַלטע טעקסטן צו מײנען "װאוקום קלינער".

גאַניק: porch.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קאנווערט ווערט גאנץ שוואך באנוצט ביים רעדן, זיין פלאץ האט איבערגענומען דער ענגלישער ענוועלאופ (ביים שרייבן נוצט מען נאך יא 'קאנווערט').

הכנסה זאגט מען 'פארדינסט', א ריבעיט איז ווען מען באקומט צוריק אביסל פון וואס מען האט איינגעצאלט, און א דיסקאונט איז ווען מען באקומט אביסל ביליגער פונעם פרייז. (ריבעיט און דיסקאונט זענען אריבערגעקומען פון ענגליש).

שוואם איז היינט נישט אין באנוץ אין אמעריקע, נאר טאקע 'ספאנדזש'.

מיר נוצן אויך 'וועקיום קלינער'.

און 'פארטש'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך בין איינשטימיג מיט קרעמער, אבער 'גאניק' האב איך שוין געזען נוצען ביים שרייבן, אדער 'טעראסע'.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

קרעמער שרייבט:
שוואם איז היינט נישט אין באנוץ אין אמעריקע, נאר טאקע 'ספאנדזש'.


ביים שרייבן איז ריכטיג צו שרייבן "שוואם" ווי מען זעט עס - דאכט זיך - ביי שרייבער.

מיר נוצן אויך 'וועקיום קלינער'.


איך (אלס יידישיסט :wink: ) בעפארצוג דאס ווארט "שטויב-זויגער" אפילו ביים רעדן. דאס איז דאכט זיך דאס אלטערנאטיווע ווארט ביי אונז פאר א "וואקיום (וועקיום) קלינער".
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו זאגסט אין שטוב "שטויב-זויגער", און דו לעבסט דאס איבער צו דערציילן?

איך האב געקענט א בחור (היינט שוין א יונגערמאן) וואס האט מקפיד געווען צו רעדן דייקא אידיש, זיינע חברותא'ס זענען צופלאצט געווארן ווען ער האט געלערנט "די הויז פון יוסף [פאר א נויט 'פארמערונג']" אנשטאט בית יוסף, און די "נייע הויז" אנשטאט ב"ח..
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”