האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

האט איר ערבים-לייף אינשורענס פאליסי

לייף אינשורענס
159
28%
ערבים
133
23%
ביידע
159
28%
איך פלאן צו מאכן א פאליסי
86
15%
איך פלאן נישט צו מאכן א פאליסי
36
6%
 
סך הכל שטימען: 573

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

אלט מאנרא האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:א יונגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער אין מאכט נישט קיין שום פאליסי איז א אום אחריות'דיגע טאטע/מאן

קעי איך הער
ווי אלט זענט איר ? וויפיל טראגעדיעס האט איר שוין געהערט ? און וויפיל פארצענט מענשטן במשך פון די יארן קענען נישט באצאלן זייער פאליסי און עס גייט קראכן ?
איז עס א נארמאלער זאך אז מען מען שטארבט יונג? ניין! און פארדעם איז די קאמפעני דיר גרייט צו מאכן די פאליסי, יעצט מען הערט ליידער במשך פינעם יאר טראגעדיעס אבער צו זאגן אז דער מענשט דארף זיך פראטעקטן פון יענע נישט נארמאלער געשעניש איז נישט גערעכט
לאמיר דיר געבן צו פארשטיין
עס איז אויכט דא א פאליסי אויב מען דיאגנאוזט א מענטש מיט יענע מחלה רח"ל באקימט מען די געלט בלויז פארן דיאגנאוזן, יעצט איך מיין אז די פארצענט וואס ווערן דיאגנאוזט א יאר איז ליידער אסאך אסאך מער ווי וויפיל מענטשן שטארבן א יאר, אפשר זאל יעצט יעדער מאכן אזא פאליסי? ווען איינער מיטעשט זיך מיט די מחלה איז די גאנצע שטוב ליידער נישט מסדר, די קאסטן זענען עד לב השמים, און מען קען נישט געהעריג ארבעטן,
אבער די פארשטייסט אויכט אז זאכן וואס געשעהן נישט נארמאל כאטש עס מאכט זיך און ליידער אפילו אסאך, מוז מען נישט האבן קיין פאליסי אויף דעם
אגב איך האב א פאליסי בלויז ווייל איך האב די געלט דערפאר



א טערם מיליון דאללער פאליסי פאר א 25-30 יעריגע יונגערמאן קאסט ארום 30 דאללער א חודש

יעדער מענטש קען זיך ערלויבן $7.50 א וואך פאר די עתיד פון זיינע קינדער אין פאל פון א אימגליק אויף אלע גוים געזאגט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

אלט מאנרא האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:א יונגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער אין מאכט נישט קיין שום פאליסי איז א אום אחריות'דיגע טאטע/מאן

קעי איך הער
ווי אלט זענט איר ? וויפיל טראגעדיעס האט איר שוין געהערט ? און וויפיל פארצענט מענשטן במשך פון די יארן קענען נישט באצאלן זייער פאליסי און עס גייט קראכן ?
איז עס א נארמאלער זאך אז מען מען שטארבט יונג? ניין! און פארדעם איז די קאמפעני דיר גרייט צו מאכן די פאליסי, יעצט מען הערט ליידער במשך פינעם יאר טראגעדיעס אבער צו זאגן אז דער מענשט דארף זיך פראטעקטן פון יענע נישט נארמאלער געשעניש איז נישט גערעכט
לאמיר דיר געבן צו פארשטיין
עס איז אויכט דא א פאליסי אויב מען דיאגנאוזט א מענטש מיט יענע מחלה רח"ל באקימט מען די געלט בלויז פארן דיאגנאוזן, יעצט איך מיין אז די פארצענט וואס ווערן דיאגנאוזט א יאר איז ליידער אסאך אסאך מער ווי וויפיל מענטשן שטארבן א יאר, אפשר זאל יעצט יעדער מאכן אזא פאליסי? ווען איינער מיטעשט זיך מיט די מחלה איז די גאנצע שטוב ליידער נישט מסדר, די קאסטן זענען עד לב השמים, און מען קען נישט געהעריג ארבעטן,
אבער די פארשטייסט אויכט אז זאכן וואס געשעהן נישט נארמאל כאטש עס מאכט זיך און ליידער אפילו אסאך, מוז מען נישט האבן קיין פאליסי אויף דעם
אגב איך האב א פאליסי בלויז ווייל איך האב די געלט דערפאר


דברים פשוטים, איינער וואס מאכט גארנישט, איז א אומ'אחריות'דיגער מענטש, און אויב טראכט ער ווי אלט מאנרא שרייבט, דאן 'טראכט ער נישט גראד' אויך צו דער זייט, און אויב האט ער פייער אינשורענס יא, ד"ה אז פאר זיך זארגט ער זיך יא אויף א מיעוט שאינו מצוי, איז ער סעלפיש אויך.

מיינע צוויי סענט. נישט קויפן לייף אינשורענס ווען א אגענט עפראטשט דיך, ער מיינט געווענליך נישט דיין טובה, אליינס רופן, און קויפן נאר טוירעם'ס, מקען קויפן טוירם לייף אינשורענס פאר גאר ביליג, 30 יאר דעקונג, שפעטער קען מען קויפן פאר פרישע 30 יאר און לאזן פאלן די ערשטע, זיך נישט איבער קויפן מיט לייף אינשורענס, און געדענקען א לייף אינשורענס איז נישט קיין אינוועסטמענט, עס איז גארנישט נאר אינשורענס, קויפן לייף אינשורעס אזוי ווי מקויפט פייער אינשורענס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איז די עדווייס פאר יעדן? אדער נאר פאר געוויסע?

מיין עקספיריענס אלס עידזשענט האט געוויזן אז 99 פראצענט מענטשן קויפן נישט קיין פאלעסי נאר ווען אן עידזשענט עפראוטשד זיי, אסאך מאל זאגן מענטשן אז זיי האבן שוין אסאך געטראכט און געוואלט אבער קיינמאל נישט געטוהן למעשה...

איך קען אסאך מענטשן וואס האבן געקויפט האלל לייף אינגערהייט, דאס האט זיי געהאלפן שפעטער אין לעבן...

איך קען אסאך מענטשן וואס האבן געקויפט האלל לייף און טוירם יונגערהייט, די האלל לייף איז שוין אויסגעצאלט און אויב מאכצעך, ס'זאל זיך נישט מאכן, אז זיי קענען מער נישט באצאלן, האבן זיי כאטש די האלל לייף אינשורענס, משא"כ די טוירם גייט ער נישט האבן...

סאו יאפ! איך בין אן עידזשענט, אבער איך ווייס אז סינישטא קיין דזשענעראל רולס, יעדע קעיס איז אנדערש...

דעריבער איז מיין פראגע צו דיין עדווייס איז יא דזשענעראל אדער נאר אין דיין ספעסיפיק פאל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

וויכי. וואס טוט מען מיט די מענטשן וואס פלאנען נישט צו מאכן א פאליסי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואס דארף מען טוהן?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אז דו קענסט מיר ברענגען א מענטש וואס דו האלטסט אז ער דארף האבן אבער ער וויל נישט, קען איך טרייען צו מאכן די קעיס, כאבעס שוין געטוהן... אבער ווען איינער זאגט איך וויל נישט, וואסי שייך צו טוהן?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

וויפיל געלט דארף כלל ישראל אנגרייטן, פאר די אידן דא וואס פלאנען נישט צו מאכן קיין פאליסי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לדעתי איז היינט דא זייער ווייניג מענטשן אן קיין שום פאלעסי, אבער יעדע מענטש אן קיין פאלעסי "אויב קען ער האבן"... אקעי, וואטעווער...

און כ'וועל צולייגן נאך א פוינט, אסאך מענטשן פלעגן נישט האבן ווייל זיי זענען געווען אומוויסענד, היינט האבן מער מענטשן, ווייל סיז דא מער קוואלעטי עידזשענטס אין די גאס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס דארף מען טוהן?


זיי אויפקלערן אז כאטש זאלן זיי מאכן טוירם אינשורענס, לכל צרה שלא תבוא.

בד"וו, א געלט מעשה פאר מוצאי שבת, איך האב געליינט א מעשה, מען דארף סוירטשן א מקור, אז שינאווע'ר רב פלעגט זאגן אז מאכן לייף אינשורענס איז א סגולה פאר אריכות ימים, ווייל א עושר האט מזל, און געווענליך זענען די קאמפעני עשירים, און זיי לוינט דער איד זאל יא לעבן.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איך האב ב"ה אויך געמאכט א whole life, עס איז שוין ב"ה אויסגעצאלט.

ס'איז טאקע קליין געלט אבער איך קען ארויס נעמען ביים חתונה פון די ערשטן קינד איבער 30 אלפים.

איך קען יעצט בארגן געלט פון די פאליסי, למשל צו קויפן א הויז.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זינגער האט געשריבן:איך האב ב"ה אויך געמאכט א whole life, עס איז שוין ב"ה אויסגעצאלט.

ס'איז טאקע קליין געלט אבער איך קען ארויס נעמען ביים חתונה פון די ערשטן קינד איבער 30 אלפים.

איך קען יעצט בארגן געלט פון די פאליסי, למשל צו קויפן א הויז.



ווייסט פארוואס סיז קליינגעלט? מסתם ווייל האסט אריינגעלייגט קליין געלט... ווען א קלייענט זאגט מיר דאס, זאג איך אסאך מאל אז ווען ער לייגט ווען צו א 0 צו די פרימיום, קענער ווען צולייגן א זערא צו די קעש וועליא... אבער די פוינט איז שטארק...

ואגב, איך האף אז דו האסט נאך טוירם אדער האלל לייף אויסער דעם...

אבער לאמער א רגע קוקן בלויז אויף דעם אליין, נישט קיין חילוק וויפיל ס'איז, גייטעס אין די לאנג ראן זיין ביליגער פון וויפיל טוירם וואלט דיך געקאסט! לאמער זאגן האסט אריינגעלייגט 2000 דאללער פער יאר, יעצט האסטו 30 טויזענט דאללער, אפילו אויב האסט נישט פארדינט קיין איין פעני אויף דיין געלט האסטו די פאלעסי פון ווען דו האסט עס געקויפט ביז 100 יאר בחנם! ווידער א טוירם צאלסטו יעדעס יאר, און ביי די 80 איזעס מער נישטא!

איז טאקע א האלל לייף פאר יעדן? ניין! יעדער זאל רעדן מיט זיין עידזשענט אדער בראוקער און אויסטשעקן וואס איז ריכטיג פאר אים... אבער סיז דא אסאך פעלער וואס א האלל לייף איז גוט, און ווי געשריבן אין 99 פראצענט פעלער קויפט מען נישט קיין אינשורענס אנדעם וואס איינער זאל דיך קאנטאקטן...

אדרבה, זאל יעדער זיך לאזן הערן, האט שוין איינער דא געקויפט אינשורענס טוירם אדער האלל לייף אנדעם וואס א עידזשענט אדער בראוקער זאל אים קאלן?

דיסקלעימער, דאס איז נישט קיין עדווייס בנוגע אינשורענס, ס"ה א קאנצעפט, פאר עני פראגע בנוגע אינשורענס קעמען פרעגן פריוואט, סיז נישט אויסגעהאלטן צו גיבן עדווייס אויף א פובליק פארום...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

און די צייט וואס די לייף אינשורענס באנדיטן דרייען זיך ארום און רייטן אויף די געפילן ביטע הערט דאס אויס פאר איר מאכט אייער באשלס

https://drive.google.com/file/d/1aOC7GO ... LeXmU/view
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

וויכי, מסתם איז נישט דא קיין כלל, חוץ דעם כלל פון גלייב נישט דעם אגענט, רעד דאס דורך מיט ערפארענע מענטשן, מענטשן וואס האבן נישט קיין פערזענליכע אינטערעסן.

איך האב ב"ה א אויסגעצאלטע האלל לייוו און טוירמס, נאך אלץ זאג איך פאר מיין בראקער אז דו ביזט א באנדיט, דו האסט נישט באמת געקלערט און אינזין געהאט וואס מיין טובה איז !!!

האסט אויסגענוצט די תמימות פון א אומוויסענדע כולל אינגערמאן, נישט פאר זיין טובה.

אלע מיינע טוירמס האב איך אליין גערופן דעם בראקער, יעדע מאל האט ער מיר פראבירט צו דרייען דעם קאפ מיט נאך האלל לייווס, פראדוקטן וואס זענען געמאכט פאר עשירים, ביז כהאב אים איינמאל געגעבן אין באבנס באבן אריין, אז ער האט אויף זיין פיקל אסאך "ולפני עור לא תתן מכשול" און אסאך יעצנו רעה'ס, איך האב אים געפרעגט, הלמאי דער גראסערי מאן ווען איך בעט אים א ברויט, דרייט מיר קיינמאל נישט דעם קאפ כזאל אינוועסטן אין בעקערייען און קריגן ברויט אומזינסט, און צו דיר קען מען נישט רעדן קיין גראד ווארט.

איך וויל זיין געדעקט, און אינוועסטמענטס וועל איך אליין זוכן.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:איך האב ב"ה אויך געמאכט א whole life, עס איז שוין ב"ה אויסגעצאלט.

ס'איז טאקע קליין געלט אבער איך קען ארויס נעמען ביים חתונה פון די ערשטן קינד איבער 30 אלפים.

איך קען יעצט בארגן געלט פון די פאליסי, למשל צו קויפן א הויז.



ווייסט פארוואס סיז קליינגעלט? מסתם ווייל האסט אריינגעלייגט קליין געלט... ווען א קלייענט זאגט מיר דאס, זאג איך אסאך מאל אז ווען ער לייגט ווען צו א 0 צו די פרימיום, קענער ווען צולייגן א זערא צו די קעש וועליא... אבער די פוינט איז שטארק...

ואגב, איך האף אז דו האסט נאך טוירם אדער האלל לייף אויסער דעם...

אבער לאמער א רגע קוקן בלויז אויף דעם אליין, נישט קיין חילוק וויפיל ס'איז, גייטעס אין די לאנג ראן זיין ביליגער פון וויפיל טוירם וואלט דיך געקאסט! לאמער זאגן האסט אריינגעלייגט 2000 דאללער פער יאר, יעצט האסטו 30 טויזענט דאללער, אפילו אויב האסט נישט פארדינט קיין איין פעני אויף דיין געלט האסטו די פאלעסי פון ווען דו האסט עס געקויפט ביז 100 יאר בחנם! ווידער א טוירם צאלסטו יעדעס יאר, און ביי די 80 איזעס מער נישטא!

איז טאקע א האלל לייף פאר יעדן? ניין! יעדער זאל רעדן מיט זיין עידזשענט אדער בראוקער און אויסטשעקן וואס איז ריכטיג פאר אים... אבער סיז דא אסאך פעלער וואס א האלל לייף איז גוט, און ווי געשריבן אין 99 פראצענט פעלער קויפט מען נישט קיין אינשורענס אנדעם וואס איינער זאל דיך קאנטאקטן...

אדרבה, זאל יעדער זיך לאזן הערן, האט שוין איינער דא געקויפט אינשורענס טוירם אדער האלל לייף אנדעם וואס א עידזשענט אדער בראוקער זאל אים קאלן?

דיסקלעימער, דאס איז נישט קיין עדווייס בנוגע אינשורענס, ס"ה א קאנצעפט, פאר עני פראגע בנוגע אינשורענס קעמען פרעגן פריוואט, סיז נישט אויסגעהאלטן צו גיבן עדווייס אויף א פובליק פארום...


שטארקע נקודה!
טייטש; האל לייף איז כמעט אימזיסט (אבער נישט יעדער קען עס איפארדען) און א טערם איז גאר טייער (אבער מער מענטשן קענען עס איפארדען!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלט מאנרא האט געשריבן:און די צייט וואס די לייף אינשורענס באנדיטן דרייען זיך ארום און רייטן אויף די געפילן ביטע הערט דאס אויס פאר איר מאכט אייער באשלס

https://drive.google.com/file/d/1aOC7GO ... LeXmU/view


איך בין נישט קיין באנדיט!

און די אודיא וואס דו האסט געלייגט האט זערא מיט לייף אינשורענס צו טוהן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צווייפעל האט געשריבן:וויכי, מסתם איז נישט דא קיין כלל, חוץ דעם כלל פון גלייב נישט דעם אגענט, רעד דאס דורך מיט ערפארענע מענטשן, מענטשן וואס האבן נישט קיין פערזענליכע אינטערעסן.

איך האב ב"ה א אויסגעצאלטע האלל לייוו און טוירמס, נאך אלץ זאג איך פאר מיין בראקער אז דו ביזט א באנדיט, דו האסט נישט באמת געקלערט און אינזין געהאט וואס מיין טובה איז !!!

האסט אויסגענוצט די תמימות פון א אומוויסענדע כולל אינגערמאן, נישט פאר זיין טובה.

אלע מיינע טוירמס האב איך אליין גערופן דעם בראקער, יעדע מאל האט ער מיר פראבירט צו דרייען דעם קאפ מיט נאך האלל לייווס, פראדוקטן וואס זענען געמאכט פאר עשירים, ביז כהאב אים איינמאל געגעבן אין באבנס באבן אריין, אז ער האט אויף זיין פיקל אסאך "ולפני עור לא תתן מכשול" און אסאך יעצנו רעה'ס, איך האב אים געפרעגט, הלמאי דער גראסערי מאן ווען איך בעט אים א ברויט, דרייט מיר קיינמאל נישט דעם קאפ כזאל אינוועסטן אין בעקערייען און קריגן ברויט אומזינסט, און צו דיר קען מען נישט רעדן קיין גראד ווארט.

איך וויל זיין געדעקט, און אינוועסטמענטס וועל איך אליין זוכן.



קודם כל, לאמעך טרייען צו זיין קלאר, ווען דו זאגסט אויסגעצאלט מיינסטו האלל לייף, נישט טוירם, איא?

און איך ווייס נישט צו דיין אגענט איז א באנדיט, סיז אבער נישט פעיר אנצורופן הונדערטער אינגעלייט וואס ארבייטן שווער פאר פרנסה "באנדיט"! און נאכאמאל, איך קעניש דיין עידזשענט, איך קען נישט דיין קעיס, איך פארקויף נישט פאר קיין כולל אינגעלייט, אומוויסענדע וואו דו רופסט עס... און אגב, זיי האבן אסאך מאל די מערסטע צייט און מאכן די מערסטע ריסוירטש...

און נאכאמאל, קען זיין אז אין דיין פאל איז האלל לייף געווען א פארברעכן, כ'ווייס נישט... דאס מאכט עס נישט פאר קיין כלל...

און דאס אז דו האסט אליינס גערופן די בראוקער צו קויפן איז אויך א זעלטענהייט... אדרבה, דער עולם דא זאל זיך אנרופן... ווער דא האט אינשורענס ווייל א בראוקער האטעם געקאלט און ווער האט אליינס אפגעמאכט ער וויל קויפן...

און די פאקט אז א בראוקער פארדינט געלט, מיינט נישט אז ער טוט עפעס וואס איז נישט דיין טובה, יעדער וואס טוט סיי וואס פאר ביזנעס מיינט געלט, און אויך דיין טובה... דיין מארטגידזש בראוקער, דיין דאקטער יעדער וואס טוט דיר סיי וואס, איז אין ביזנעס צו מאכן געלט! דאס איז נישט קיין סתירה מיט טוהן וואס איז ריכטיג...

אויב האט דיין בראוקער געטוהן עפעס ראנג, איזעס נישט קיין כלל פאר אלע בראוקערס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נעם אין אכט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:איך האב ב"ה אויך געמאכט א whole life, עס איז שוין ב"ה אויסגעצאלט.

ס'איז טאקע קליין געלט אבער איך קען ארויס נעמען ביים חתונה פון די ערשטן קינד איבער 30 אלפים.

איך קען יעצט בארגן געלט פון די פאליסי, למשל צו קויפן א הויז.



ווייסט פארוואס סיז קליינגעלט? מסתם ווייל האסט אריינגעלייגט קליין געלט... ווען א קלייענט זאגט מיר דאס, זאג איך אסאך מאל אז ווען ער לייגט ווען צו א 0 צו די פרימיום, קענער ווען צולייגן א זערא צו די קעש וועליא... אבער די פוינט איז שטארק...

ואגב, איך האף אז דו האסט נאך טוירם אדער האלל לייף אויסער דעם...

אבער לאמער א רגע קוקן בלויז אויף דעם אליין, נישט קיין חילוק וויפיל ס'איז, גייטעס אין די לאנג ראן זיין ביליגער פון וויפיל טוירם וואלט דיך געקאסט! לאמער זאגן האסט אריינגעלייגט 2000 דאללער פער יאר, יעצט האסטו 30 טויזענט דאללער, אפילו אויב האסט נישט פארדינט קיין איין פעני אויף דיין געלט האסטו די פאלעסי פון ווען דו האסט עס געקויפט ביז 100 יאר בחנם! ווידער א טוירם צאלסטו יעדעס יאר, און ביי די 80 איזעס מער נישטא!

איז טאקע א האלל לייף פאר יעדן? ניין! יעדער זאל רעדן מיט זיין עידזשענט אדער בראוקער און אויסטשעקן וואס איז ריכטיג פאר אים... אבער סיז דא אסאך פעלער וואס א האלל לייף איז גוט, און ווי געשריבן אין 99 פראצענט פעלער קויפט מען נישט קיין אינשורענס אנדעם וואס איינער זאל דיך קאנטאקטן...

אדרבה, זאל יעדער זיך לאזן הערן, האט שוין איינער דא געקויפט אינשורענס טוירם אדער האלל לייף אנדעם וואס א עידזשענט אדער בראוקער זאל אים קאלן?

דיסקלעימער, דאס איז נישט קיין עדווייס בנוגע אינשורענס, ס"ה א קאנצעפט, פאר עני פראגע בנוגע אינשורענס קעמען פרעגן פריוואט, סיז נישט אויסגעהאלטן צו גיבן עדווייס אויף א פובליק פארום...


שטארקע נקודה!
טייטש; האל לייף איז כמעט אימזיסט (אבער נישט יעדער קען עס איפארדען) און א טערם איז גאר טייער (אבער מער מענטשן קענען עס איפארדען!



דאס איז ענליך צו די בחינה פון קויפן א הויז ווס רענטן א הויז... אויב האט מען געלט איז קויפן ביליגער אין די לאנג ראן, אויב נישט, רענט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

נישט ממש, א הויז ברויך מען האבן ביז די 120, לייו אינשורענס "מוז" מען האבן ביז מהאט קינדער אין שטוב, דערנאך איז עס בלויז א ריטייערמענט פלען.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

נאר איין שורה מצטרפנו צו די ווערטער פון @צווייפעל אז ס׳איז שאדערליך וואס גאר אסאך לייף אינשארענס אגענטן טוהן, די ליין האט מסתם פון די שווערסטע נסיונות שאין לשאר ואין לטהר והרבה יותר נשאר בקלמתי. א עצה איז אפשר פאר א יונגערמאן וואס א אגענט לויפט איהם נאך צו קלאר דורך רעדן זיין בודזשעט מיט איינער אין די משפחה וואס פארשטייט גוט צו פיינענשעלס קלאר זאגן זיין אלע אינקאם און הוצאות און וואס ער טראכט צו קויפן אפי׳ טוירם כ״ש וכ״ש האול לייף און די ווייטאג איז גרויס
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

לעצטענס האביך גערעדט מיט אפאר לייף אינשארענס אגענטן (וואס זענען שוין יארן אין די ליין...) איך בין געווען שאקט צו הערן אז זיי פארשטיין גארנישט זילטש צו באדזשעטינג... און זיי שרייען נאך די העכסטע ווי וויכטיג האול לייף איז... מרא דאברהם! וויפעל יודן זיי האבן איינגעמיירעט וואס זייערע האול לייף פאלעסיס גייען לעפס׳ן, און וויפעל שאדן פון אידיש געלט ס׳גייט זיין? אבער זיי לעבן א חיים טובים און האבן וואויל פארדינט... די עיקר איז צו ריקן א דיעל און פארשטייצעך די דיעל.. וואס שטומט די בעסטע פארן אגענט, ווי ער פארדינט די בעסטע! איך זאג נישט אז לייף אינשארענס איז שלעכט, טוירם איז גאר פיין, האל לייף קען אויך זיין פיין, ערבים איז אויך גאר פיין. אבער מ׳דארף זיין אין בודזשעט אין כ״ש האול לייף, ווי זאגט נאר @צווייפעל, פאר אינוועסטמענטס וועל איך מיך אליינס נאך פרעגן.. וואויל געזאגט!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אפשר טראגט מען דעם דעבאטע אינעם ריכטיגן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אבער, מיט מיינע מיליאן און איין טענה'ס קעגן אסאך לייף אינשורענס אגענטן, און מיט די מיליאן שבחים אויף אנדערע גיי איך צו ענק (סיי צו אגענטן און סיי צום ציבור) רעדן איבער זייער א וויכטיגע זאך וואס צוויי פון מיינע ידידים האבן ל"ע לעצטנס זיך אנגעטראפן מיטן פראבלעם, און דאס איז אז ס'איז עקסטרים שווער פאר א מאן לאמיר זאגן אין די פופציגער יארן צו טרעפן א שידוך זוו"ש שטייטצעך, כאטשע ער האט נאך בדרך הטבע א דרייסיג יאר צו לעבן געזונט און פריש, די סיבה איז, אז די פרויען ווילן בדרך כלל סאך ווייניגער חתונה האבן בזוו"ש אין דעם עלטערן ווי מענער, קודם פשוט, זיי קענען זיך אליין קאכן, רוימען, און וואשן די וועש, בשעת מענער קענען נישט ועוד כמה סיבות
עכ"פ אמאל האבן פרויען נישט געארבעט, נישט געהאט קיין פינאנציעלע מעגליכקייטן אזוי וווי היינטיגע צייטן, איז א אלמנה / גרושה געווען להוט צו חתונה האבן, יעצט, איז דער מצב גאנץ אנדערש.
האבן מיר די (געוועזענע) אינגעלייט געזאגט אז זיי וואלטן ווען געהאט געלט וואלט אלעס געווען אנדערש, און מ'רעדט נישט פון אביסל געלט, ווייל דאס דארף מען דאך קודם פאר זיך און אין אזא מצב וויל מען דאך נאך מער קענען מהנה זיין די אייגענע קינדער. כ'רעד פון א עקסטערע צוויי דריי מעלאנעס צו די זייט וואלט עס ווען געווען א מורא'דיגע הילף צו קענען טרעפן א פאסיגע שידוך, וויאזוי מ'דארף שפילן דערנאך מיטן געלט איז א שווערע סוגיא פאר זיך, אבער סאך א געשמאקערע סוגיא וואו צו שטיין אן געלט.
על כן
זע איך פאר גאר וויכטיג צו האבן א פאליסי (טערם אדער האלייף איז א סוגיא פאר זיך - יעצט רעד איך פונעם עצם פאליסי) וואס זאל דעקן דוקא די פרוי, מענטשן מיינען אז כאטש אויף דעם קען מען זיך באגעניגן מיט ערבים, אבער איצט זע איך אז דוקא ווען מ'האט שוין נישט קיין קינדער אין שטוב און ערבים צאלט שוין נישט, אבער דער מאן וואס בלייבט אליין דארף האבן א "עקסטערע סכום געלט" אויב פלאנט ער צו טרעפן גרינג א שידוך, פארשטייט זיך יעדע כלל און מעשה האט א אויסנאם אבער כ'האב געזען אז דאס געשעט בדרך כלל האב איך געפילט פאר וויכטיג מעורר צו זיין (פארשטייט זיך הני מילי בדאיכא)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און דאס אז דו האסט אליינס גערופן די בראוקער צו קויפן איז אויך א זעלטענהייט... אדרבה, דער עולם דא זאל זיך אנרופן... ווער דא האט אינשורענס ווייל א בראוקער האטעם געקאלט און ווער האט אליינס אפגעמאכט ער וויל קויפן...


מיר האט א בראקער אנגעטראפן בימים ההם, אבער כ'האב דעמאלטס געמאכט ריסוריטש, און כ'האב מיר איבערצייגט אז דער בראקער איז נישט געווען אויפריכטיג מיט מיר, ער האט מיר געוואלט פארקויפן עפעס וואס וואלט אים אנגעפילט די טאשן, און מיר געלאזט מיט קאפיקעס. האב איך אנגערופן א בראקער וואס איך קען און איך טראסט ער זאל מיר דאס מאכן.

און די פאקט אז א בראוקער פארדינט געלט, מיינט נישט אז ער טוט עפעס וואס איז נישט דיין טובה, יעדער וואס טוט סיי וואס פאר ביזנעס מיינט געלט, און אויך דיין טובה... דיין מארטגידזש בראוקער, דיין דאקטער יעדער וואס טוט דיר סיי וואס, איז אין ביזנעס צו מאכן געלט! דאס איז נישט קיין סתירה מיט טוהן וואס איז ריכטיג...


ס'איז אנדערש ווי איינער וואס פארקויפט דיר א אייטעם וואס דו קענסט זעהן קלאר וואס יענער פארקויפט דיר, סך הכל רעדט ער דיר איבער אז דו זאלסט עס טאקע קויפן. ביי לייף אינשורענס איז דא אזויפיל לעכער און וועגן אויסצושטעלן דעם פאליסי אז דו ווייסט ניטאמאל געהעריג וואס יענער פארקויפט דיר און וואס דו וואלסט ווען געקענט האבן פאר די זעלבע פרייז.

והדברים ידועים.

עס איז זיכער דא ארנטליכע בראקערס, אבער ליידער אסאך וואס ווערן פארבלענדעט פאר'ן דאללער. והדברים ידועים.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

צווייפעל האט געשריבן:נישט ממש, א הויז ברויך מען האבן ביז די 120, לייו אינשורענס "מוז" מען האבן ביז מהאט קינדער אין שטוב, דערנאך איז עס בלויז א ריטייערמענט פלען.


נישט ח"ו גרינגשעצן ריטייערמענט פלענינג, עס איז וויכטיג צו קוקן דערויף, לייף אינשורנס איז אבער ריטייערמענט נאר אויב איינער שטארבט, ריטייערמענט איז וויכטיגער צו פלאנען אויב ביידע בלייבן לעבן.

הערת @מילכיגער, א פיינענשל אדווייזער ארבעט נאר פאר דיר, ווען דו באצאלסט אים, ווען א פירמע באצאלט אים ארבעט ער פאר זיי, מאך זיכער צו נעמען א פיינענשל אדווייזער און צאל אים די פאר דאללער.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

אלט מאנרא האט געשריבן:און די צייט וואס די לייף אינשורענס באנדיטן דרייען זיך ארום און רייטן אויף די געפילן ביטע הערט דאס אויס פאר איר מאכט אייער באשלס

https://drive.google.com/file/d/1aOC7GO ... LeXmU/view

מי זה?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איך דיסעגרי מיט רוב הערות דא.. מיין גראסערי פארקויפט אויך ברויט נאר ווייל ער מיינע זיך, די זעלבע איז מיט דוקטורים. זיי מיינען בלויז זייער פרנסה. פארוואס זאל איך מיר לאזן אינטערזיכן?

פארוואס זאל איך מיר קויפן א היט ווען דער סוחר טוט דאס נאר ער זאל מאכן א דאללער? איך פיל מער נישט אן מיין קאר מיט געז! כ׳האב אויסגעפונען אז דער אייגענטומער פארגינט געלט אויף ״מיין חשבון״!

יאפ. דער לייף אינשורענס אגענט פארדינט געלט. און דער וואס זעצט אן א פאליסי איז א גרויסע רחמניות. עס ווענדט אבער גארנישט אפ. איך האב מער ווי איין פאליסי, איך האלט א שטענדיגע עיני פקיחה דערויף, איך האב עס בעזהשי״ת אויסגעשטעלט אויף לאגישער א מהלך.. און יא. מיינע פאליסיס זענען געקומען נאכן באקומען א פאון קאל פון א אגענט. וואס איז דער פראבלעם?

האט נישט מורא, כ׳האב באקומען מער ווי איין פאון קאל, שוין אנגעהויבן פון א טאג נאך שבע ברכות גענוי ווי יעדער איינער. כ׳ווייסט נישט אויב ס׳איז שוין אמאל געווען עימיצער וואס זאל אויפהייבן דעם טרייבל, אנרופן דעם אגענט אז ער וועל מאכן א פאליסי, פלעין.. ווייל כ׳האב יעצט אזוי באשלאסן.די צווייטע, דריטע פערטע... יא, דעמאלטס רופט מען שוין יא אן דעם אגענט.. אז מ׳וויל מוסיף זיין.

לייף אינשורענס איז זייער וויכטיג, עטליסט א טורם. דיסעבילעטי איז פון א געוויסער זין פיל מער וויכטיגער.
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”