מיין פאליטישע פארטיי איז...?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ביטע צייכנט אן צו וועלכע פארטיי איר באלאנגט

דעמאקראט
41
31%
רעפובליקען
45
34%
ליבעראל
3
2%
קאנסערוואטיוו
5
4%
ליבערטעריען
5
4%
אנדערע פארטייען
4
3%
דעמאקראט אבער פלאן צו טוישן
5
4%
רעפאבליקען אבער פלאן צו טוישן
3
2%
קען נישט וואוטן
4
3%
זיך נישט רעגיסטרירט
16
12%
 
סך הכול שטימען: 131

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מיין פאליטישע פארטיי איז...?

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:26 pm

צו וועלכע פארטיי באלאנגט איר?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:55 pm

וועלעכע פארטיי איך בין רעגעסטרירט? אדער מיט וועלעכע איך אידענטעציר מיר?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:59 pm

ארגיאנעלע דעמאקראט. דער אמעריקאנער חלום.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:00 pm

דעמאקראט, ווייל דאס איז די מערסטע נוגע אין ניו יארק.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:36 pm

יאך בין געווען רעגיסטרירט אלס דעמאקראט, ווייל איך האב מיך רעגיסטרירט אלס בחור ווען איך האב אפי' נישט געוויסט ווי אזוי די פרעזידענט הייסט, איך האב מיך רעגיסטרירט מיט א בלינדע אמונה אין די עסקנים, אז דאס איז די פארטיי, למעשה בין איך עלטער געווארן אין אנגעהויבן זען ווי פאלטש און נער'יש די דעמאקראטישע ווירדן זענען, האב איך מיך געטוישט צו רעפובליקן..
הלב שלי נקרע לשניים, חציו אשם וחציו לשם שמים,
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול, לזכך את החול, לרכך בי הכל,
ורק אתה מבין איך לגשת ללב שלי, משכך כל כאב שבי, מרפא את הלב...
- ישי ריבו אלול תשע"ט

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:38 pm

ראדני

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:45 pm

יודאיזם
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:59 pm

כבין רעגעסיטרירט אלס דעמאקראט ווייל דא אין ניו יארק ווילעך קענען וואויטען אין די פריימעריס פאר די מעסיגע, אבער איך רוף מיר אלס א קאנסערוועטיווער רעפאבליקען.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:16 am

פ"וו האלטן די היימישע פאליטישאנס אז מיר זענען רוב דעמאקראטן ווען עס זעהט זיך אויס אז דערוילעם איז מער רעפובליקאניש?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:15 am

ס'מאכט בכלל נישט אויס אין וועלכע פארטיי מ'איז רעגיסטרירט, נאר לגבי פריימעריס.

אלע לאקאלע וואלן זענען דעמאקראטיש גענויגט, ממילא אויב איז מען רעגיסטרירט דעמאקראטיש קען מען כאטש אריינוועלן מעסיגע דעמאקראטן נישט קיין סאציאליסטישע קאמוניסטן.

די אויבער חכמים וואס רעגיסטרירן זיך אלס רעפובליקאנער בלויז זיך צו פילן גוט אז מ'איז אין טראמפ'ס פארטיי מאכן נאר שאדן פאר די לאקאלע וואלן און פארדינען גארנישט, ווייל אין א פרעזידענטליכע פריימערי מאכט ניו יארק ממילא גארנישט אויס.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:25 am

בלינצע האט געשריבן:ראדני


;l;p-

---------------------------------------

איך בין רעגיסטרירט ביי די רעפאבליקאנער, אבער האלט זיך פאר א מעסיגער דעמאקראט, אבער פלאן נישט צו טוישן מיין רעגיסטראציע בקרוב.

ווי אזוי ברויך איך דא שטימען?

---------------------------------

@עושר וכבוד, אין 2016 האט טראמפ געווינען די פריימעריס דורך די ניו יארקער רעפאבליקאנער פריימעריס, הגם די היימישע געגענטער גראדע, האט טעד קרוז געווינען.

נאר וואס דען, טראמפ וועט דאך שוין נישט האבן קיין קאמפעטעטיוו פריימערי.

---------------------------

@יידישע קהילות, איך גלייב אז די היימישע פאליטיקאנטן ווייסן אז אונזער ציבור זענען עפ"י רוב רעפאבליקאנער און טראמפיסטן, מען זעהט עס קלאר ביי די וואלן.

---------------------------

איך בעט די 19 פראצענט דא וואס איז נישט רעגיסטרירט, זיי זאלן זיך ביטע רעגיסטרירן, און טאקע גיין שטימען, נישט אזוי ווייט קיין חילוק פאר וועם, עס איז זייער וויכטיג פאר דעם ציבור און יחיד, נאכדערצו היינטיגע צייטן מיט אזויפיל העצע אויף אונזער ציבור, אז אונזער עולם זאל האבן ווי מער רעגיסטרירטע וויילער, און וואס מער אפגעגעבענע שטימען אין אונזערע געגענטער.

דא קען מען זיך רעגיסטרירן אין ניו יארק.



דאס שרייב איך אפילו איך ווייס אויך אז רובא דרובא פון די אידן וואלטן געשטימט פאר טראמפ.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל ער איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך האאאטשו » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 7:15 am

איך גיי זיך בקרוב איינשרייבן און די רעפאבליקאנע פארטיי.
און איך וויל אוועק מופן פון ניו יארק אזוי וועל איך אויך קענען אריינרעדן און די פריימעריס.
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט

אנע פשרות
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

תגובהדורך אנע פשרות » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 8:34 am

האאאטשו האט געשריבן:איך גיי זיך בקרוב איינשרייבן און די רעפאבליקאנע פארטיי.
און איך וויל אוועק מופן פון ניו יארק אזוי וועל איך אויך קענען אריינרעדן און די פריימעריס.


לויף עס שנעל טוהן, איידער די רעפובליקאנער פארטיי שפארט זיך צו.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 8:40 am

צל עובר האט געשריבן:---------------------------

איך בעט די 19 פראצענט דא וואס איז נישט רעגיסטרירט, זיי זאלן זיך ביטע רעגיסטרירן, און טאקע גיין שטימען, נישט אזוי ווייט קיין חילוק פאר וועם, עס איז זייער וויכטיג פאר דעם ציבור און יחיד, נאכדערצו היינטיגע צייטן מיט אזויפיל העצע אויף אונזער ציבור, אז אונזער עולם זאל האבן ווי מער רעגיסטרירטע וויילער, און וואס מער אפגעגעבענע שטימען אין אונזערע געגענטער.

דא קען מען זיך רעגיסטרירן אין ניו יארק.




אפשר זענען די נישט רעגסטריטע פון די אויסלענדישע באניצער .


שאלה:
אויב איינער ווייסט אז ער גייט נישט שטימען ער איז פויל אין פארנכלעסיגט אדער ער האלט מען טאר נישט שטימען פאר דעם אין פאר יענם וכד' אין ער גייט נישט. (אויב איז ער נאר ביזי קען ער שטימען דארך עפסינטי). איז בעסער אז ער איז בכלל נישט איינגעשריבען אזוי איז כאטש די פרצענט וואס גיין יא העכער
אדער זאל ער זיין יא זיין איינגעשריבן אפשר וועט מען אים אמאל איבער רעדן אין ער וועט גיין ?

דיסקלימער איך גיי יעדס מאל וואס די מוסדות אין עסקנים בעטן

אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 10:01 am

הויעך האט געשריבן:כבין רעגעסיטרירט אלס דעמאקראט ווייל דא אין ניו יארק ווילעך קענען וואויטען אין די פריימעריס פאר די מעסיגע, אבער איך רוף מיר אלס א קאנסערוועטיווער רעפאבליקען.

גם אני מצטרף

אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך האאאטשו » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 10:17 am

אנע פשרות האט געשריבן:
האאאטשו האט געשריבן:איך גיי זיך בקרוב איינשרייבן און די רעפאבליקאנע פארטיי.
און איך וויל אוועק מופן פון ניו יארק אזוי וועל איך אויך קענען אריינרעדן און די פריימעריס.


לויף עס שנעל טוהן, איידער די רעפובליקאנער פארטיי שפארט זיך צו.

לפי די היינטיגע פאליטישע מצב וועט זיך די דעמאקראטישער פארטיי שנעלער פארמאכן ווי די רעפאבליקאנער.
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:40 am

צל עובר האט געשריבן:@עושר וכבוד, אין 2016 האט טראמפ געווינען די פריימעריס דורך די ניו יארקער רעפאבליקאנער פריימעריס, הגם די היימישע געגענטער גראדע, האט טעד קרוז געווינען.


ביי די רעפובליקאנער אין קרית יואל האט קרוז באקומען 58.24%, טראמפ 31.76%, קעסיק 9.41%, און קארסאן 0.59%.

ביי די ארטיגע דעמאקראטן האט קלינטאן באקומען 53.19%, און בערני 46.81%.

די טוירנאוט איז אבער געווען זייער שוואך, בלויז 5.7% רעגיסטרירטע רעפובליקאנער, און בלויז 3.5% רעגיסטרירטע דעמאקראטן זענען בכלל ארויסגעגאנגען שטימען אין די פריימעריס.


צל עובר האט געשריבן:@יידישע קהילות, איך גלייב אז די היימישע פאליטיקאנטן ווייסן אז אונזער ציבור זענען עפ"י רוב רעפאבליקאנער און טראמפיסטן, מען זעהט עס קלאר ביי די וואלן.


ביי די אלגעמיינע וואלן אין קרית יואל האט טראמפ באקומען 50.06% פוןן די אפגעגעבענע שטימען, קלינטאן 39.62%, דזשאנסאן 7.75%, שטיין 0.66%, און 1.91 האבן אריינגעשריבן א נאמען.

ס'איז וויכטיג אנצומערקן אז טראצדעם וואס דאס זענען די רעזולטאטן פון צווישן די וואס האבן אייגנטליך אפגעגעבן א שטימע אין די פרעזידענטליכע פארמעסט, האבן אבער אזויפיל ווי 48.63% פון די ארטיגע וויילער וואס זענען ארויסגעקומען שטימען פשוט אויסגעלאזט און נישט געשטימט אין די פרעזידענטליכע פארמעסט!
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:43 am

יעצט דארף מען מאכען א אנקעטע אויף מעיזשאר פאליסיס געשטיצט דורעך די דעמאקראטען ווס מעיזשאר פאליסיס געשטיצט דורעך רעפובליקאנער און זעהן ווי דער עולם שטייט.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:44 pm

פארשטיי איך נישט וואס דר'עולם רעדט דא!
איך בין א יוד וואס גלייבט אז מפני חטאנו גלינו מארצינו, אונז זענען נישט אידערהיים! אונז זענען געפאנגען!
אונז האבן גארנישט פערזענליך מיט די וועלטס פטליטיק!
אין זעלטענע פעלער זענען דא יחידים וועלכע האבן פערזענליכע ביזנעס אינטערעסן אין געוויסע פאליטיקס, א שטייגער די טעריפס אין אמעריקא אדער די ברעקזיט אין לאנדאן,
אבער אין אלגעמיין האבן אונז גארנישט דערמיט!

וואס יא? אמאל קען ארויסקומען א טובה פאר'ן כלל דורך דעם וואס היימישע יודן נעמען א טייל אין די וואהלן, במילה וועל איך זיך רעגיסטרירן און וועהלן לויט ווי די רבנים אין עסקנים הייסן, אבער אדער דהען דהעט, האבן מיר גארנישט פערזענליך דערמיט!
זייטיגע נאטיץ
לייענען אייוועלטס פאליטישע אשכולות איז פינקט ווי לייענען א פיקטיווע מעשה ביכל פון יאיר וויינשטאק וכדו'
און פינקט ווי איך נעם נישט פערזעהנליך וואס איך לייען פון ר' סנדר דייטש'נס ארטיקלען און ביכער, אפי' איך אינדשוי זיי, אזוי נעם איך נישט פערזעהנליך נישט יצחק קלארס אנאליזן, און נישט טינקס אדער הבלס אדער אן אנדערענס געשרייבאכץ.. כאטש איך גלייך זייער מיטצוהאלטן די נייעס...

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:47 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:פארשטיי איך נישט וואס דר'עולם רעדט דא!
איך בין א יוד וואס גלייבט אז מפני חטאנו גלינו מארצינו, אונז זענען נישט אידערהיים! אונז זענען געפאנגען!
אונז האבן גארנישט פערזענליך מיט די וועלטס פטליטיק!
אין זעלטענע פעלער זענען דא יחידים וועלכע האבן פערזענליכע ביזנעס אינטערעסן אין געוויסע פאליטיקס, א שטייגער די טעריפס אין אמעריקא אדער די ברעקזיט אין לאנדאן,
אבער אין אלגעמיין האבן אונז גארנישט דערמיט!

וואס יא? אמאל קען ארויסקומען א טובה פאר'ן כלל דורך דעם וואס היימישע יודן נעמען א טייל אין די וואהלן, במילה וועל איך זיך רעגיסטרירן און וועהלן לויט ווי די רבנים אין עסקנים הייסן, אבער אדער דהען דהעט, האבן מיר גארנישט פערזענליך דערמיט!
זייטיגע נאטיץ
לייענען אייוועלטס פאליטישע אשכולות איז פינקט ווי לייענען א פיקטיווע מעשה ביכל פון יאיר וויינשטאק וכדו'
און פינקט ווי איך נעם נישט פערזעהנליך וואס איך לייען פון ר' סנדר דייטש'נס ארטיקלען און ביכער, אפי' איך אינדשוי זיי, אזוי נעם איך נישט פערזעהנליך נישט יצחק קלארס אנאליזן, און נישט טינקס אדער הבלס אדער אן אנדערענס געשרייבאכץ.. כאטש איך גלייך זייער מיטצוהאלטן די נייעס...

;l;p- ;l;p-

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:50 pm

וואס האלטן די טראמפ שטיצענדע בלוטיגע ארימעלייט וואס זענען היבש נהנה פונעם אנקל סעם, איבער זיין פלאן צו שניידן פ''ס בענעפיטן פאר ווער עס האט אויך מעדיקעיד אדער סעקשאן 8?
לעצט פאראכטן דורך Goodmorning אום מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:56 pm

Goodmorning האט געשריבן:וואס האלטן די טראמפ שטיצענדעבלוט יגע ארימעלייט וואס זענען היבש נהנה פונעם אנקל סעם, איבער זיין פלאן צו שניידן פ''ס בענעפיטן פאר ווער עס האט אויך מעדיקעיד אדער סעקשאן 8?

ראנג אשכול

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 12:59 pm

Goodmorning האט געשריבן:וואס האלטן די טראמפ שטיצענדע בלוטיגע ארימעלייט וואס זענען היבש נהנה פונעם אנקל סעם, איבער זיין פלאן צו שניידן פ''ס בענעפיטן פאר ווער עס האט אויך מעדיקעיד אדער סעקשאן 8?

אז ער טוט זייער גוט, און הלוואי שטעלט ער עס אינגאנצן אפ...
הלב שלי נקרע לשניים, חציו אשם וחציו לשם שמים,
ורק אתה יכול להפוך מספדי למחול, לזכך את החול, לרכך בי הכל,
ורק אתה מבין איך לגשת ללב שלי, משכך כל כאב שבי, מרפא את הלב...
- ישי ריבו אלול תשע"ט

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:02 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:וואס האלטן די טראמפ שטיצענדע בלוטיגע ארימעלייט וואס זענען היבש נהנה פונעם אנקל סעם, איבער זיין פלאן צו שניידן פ''ס בענעפיטן פאר ווער עס האט אויך מעדיקעיד אדער סעקשאן 8?

אז ער טוט זייער גוט, און הלוואי שטעלט ער עס אינגאנצן אפ...

פארוואס זאגן זיי זיך נישט אליין אפ פון פוד סטעמפס אויב זיי האלטן אזוי?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:04 pm

Goodmorning האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:וואס האלטן די טראמפ שטיצענדע בלוטיגע ארימעלייט וואס זענען היבש נהנה פונעם אנקל סעם, איבער זיין פלאן צו שניידן פ''ס בענעפיטן פאר ווער עס האט אויך מעדיקעיד אדער סעקשאן 8?

אז ער טוט זייער גוט, און הלוואי שטעלט ער עס אינגאנצן אפ...

פארוואס זאגן זיי זיך נישט אליין אפ פון פוד סטעמפס אויב זיי האלטן אזוי?

ווייל אויב קיינער וועט נישט האבן, וועט זיך לוינען צו גיין ארבעטן
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט