רבי נפתלי צבי לאבין זצ"ל מ'זידיטשוב - בערעגסאז, י' אדר תשס"ט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
רבי נפתלי צבי לאבין זצ"ל מ'זידיטשוב - בערעגסאז, י' אדר תשס"ט
היינט פארטאגס איז נסתלק געווארן, הרה"ג ר' נפתלי צבי לאבין זצ"ל האדמו"ר מ'זידיטשוב-בערעגסאז, אין עלטער פון 95 יאר
זיין פאטער ר' אלכסנר ליפא זצ"ל איז געוועהן א אייניקל פון ר' סענדר ליפא זצ"ל די עלסטע זוהן פון הרה"ק ר' אייזיקל מ'זידיטשוב זצ"ל
די זידטושבע רבי זצ"ל איז געוועהן א איד א רבי מדור הקדום מיט אלע פיטשיווקעס, ווי אויך האט ער אסאך געוויסט מעשיות פון דער אלטער היים, ער איז געוועהן בדעה צלילה ביז די לעצטע מינוט, און מהאט אסאך געקענט נאשען פון אים
ער האט ליידער אסאך מיטגעמאכט בחייו, חוץ פונעם ביטערן וועלט מלחמה, האט ער אויך דאהי פארלוירען אשת נעוריו, ווי אויך האט ער טראגיש פארלוירן בנו בכורו ר' סענדר ליפא ז"ל, ווי מיר געדענקן נאך זייער גיט, ווי די פרשה האט געהאלטן געשפאנט כלל ישראל פאר א שטיק צייט ווי כלל ישראל האט איינגעריסן מ'זאל אים טרעפן געזינטערהייט, אבער ווי ביטער די פרשה האט זיך ליידער געענדיגט
א שטיקל השגה וואס דער זידיטשובער רבי איז געוועהן, האב איך אמאל געהערט פון זיין אייניקל, א זוהן פון ר' סענדר ליפא ז"ל, אז פאר פסח ווען זיין טאטע איז געוועהן פארלוירן, און כלל ישראל איז געוועהן שבור ורצוץ פון די ווייטאג אין פיין פון די משפחה, האט זיך זיין זיידע מוראדיג מתמרר געוועהן "וואס וועט זיין זיין זוהן וועט נישט האבען מצות אויף פסח" דאס איז געוועהן זיין ווייטאג און זיין זארג בימים אלה.
ער האט איבערגעלאזט א זעלטענען שיינעם דור בנין וחתנין רבנן, בני שלישים ובני רבעים אלע יראים ושלימים
ת.נ.צ.ב.ה.

טעמו וראו כי טוב השם
יישר כח "ינוקא".
לפי וואס איך האב געהערט פון איינעם פון זיינע חשוב'ע אייניקלעך שליט"א, איז ער געווען ארום 91 יאר, און אויף די פאפירן איז ער געווען 96, און קול מבשר האט געמאכט א פשרה און געזאגט 93... אבער לכל הדיעות איז ער געווען א בן תשעים.
ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ג ר' יחיאל אלתר שטיינבערג זצ"ל, וואס איז געווען א דורכגעווייקטער חסידישער איד, א אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן טו"ז זי"ע, ער האט שטענדיג געחזר'ט משניות בעל פה, און אפילו אין די עלטערע יארן ווען ער האט שוין נישט געזען, האט ער אלס געלערענט און געחזר'ט אויסענווייניג פון וואס ער האט געדענקט משנות נעוריו.
(ר' יוסל סאקס שליט"א, און להבחל"ח הגה"צ הרב טויב מבאלטימאר זצ"ל, זענען אויך איידעמער געווען פון דעם ר' יחיאל אלתר).
דער זידיטשויבער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, איך וועל פרובירן אויסצורעכענען וויפיל איך געדענק יעצט אויף די מינוט.
בנו בכורו ר' סענדר ליפא זצ"ל
בנו ר' שלמה דוב מלאנדאן
בנו ר' ישעי' דומ"ץ זידיטשוב
בנו ר' משה אב"ד חרדים
חתנו הגה"צ ר' דוד קאהן, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
חתנו הגה"צ ר' אלימלך סג"ל לאווי שליט"א, אב"ד קרית טאהש שליט"א

מאיר האט געשריבן:יישר כח "ינוקא".
לפי וואס איך האב געהערט פון איינעם פון זיינע חשוב'ע אייניקלעך שליט"א, איז ער געווען ארום 91 יאר, און אויף די פאפירן איז ער געווען 96, און קול מבשר האט געמאכט א פשרה און געזאגט 93... אבער לכל הדיעות איז ער געווען א בן תשעים.
... אפילו אין די עלטערע יארן ווען ער האט שוין נישט געזען...
כבוד ר' גאלדע מאיר שי'
די מספר 95 האב איך געהערט פון אן אייניקל, און קול מייסר האב איך דערווייל נישט געהערט, אבער ווי די זאגסט איז נישט קיין גרויסע נפק"מ, ב"ה ער האט זוכה געוועהן צי א שיבה טובה
היצט וועגען זיין ראיה, מיינסטי לכאורה נישט צי זאגען אז ער איז געוועהן א סגי נהר, ער מיך דערקענט נאך די יאר, - ווען איך האב אים באזוכט - ווער איך בין, ווייל ער איז געוועהן זייער נאנט מיט מיין עלטער זיידע וואס איז אוועק ביים קריג, און פלעגט מיר אלץ זאגען אז איך זעה אויס ווי אים!
אפשר לערנען פון אינעווענדיג האט ער נישט געקענט
טעמו וראו כי טוב השם
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3030
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
מאיר איין זון האסטו פארפעלט
הרב אהרן מאיר, מו"ץ התאחדות הרבנים
ס'איז דא א בריוו פון ר' איציקל פון פשעווארסק ווי ער שרייבט אויף אים דעם טיטל "מנורה הטהורה"

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7185
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
די שבע ברכות איז געווען די שבע ברכות האחרון מיטוואך פארנאכט, וואו דער רבי ז"ל האט געזאגט אלע זיבן ברכות,
וואו פאר שטענדליך כפי מנהג זידיטשויב [וכן בספינקא] אן געהויבן מיט ברכת בורא פרי הגפן, און דער נאך געטאנצן מצוה
טאנץ בשארית כוחותיו זיצענדיגערהייט, און א נאכט שפעטער האט מען דעם רבין אריין געפירט אין שפיטאל פון וואו ער איז
עלה ונתעלה ונתבקש לישיבה של מעלה.
א) דער רבי הרה"צ ר' נפתלי צבי זצ"ל [י' אדר תשס"ט] בן
ב) הרה"ק ר' אלכסנדר יו"ט ליפא הי"ד [ד' אלול תש"א, ב'קאמעניץ-פאדאלסק] בן
ג) הרה"ק ר' שלמה יהודה הי"ד בן
ד) הרה"ק ר' צבי הירש [תרע"א, מנו"כ ב'סטרי] בן
ה) הרה"ק ר' ישראל יוסף [ט"ו שב"ט תרס"ב, מנו"כ ב'זידיטשויב] בן
ו) הרה"ק ר' יעקב נפתלי הירץ בן
ז) הרה"ק ר' ישראל יוסף מ'לובלין
א) דער רבי הרה"צ ר' נפתלי צבי זצ"ל בזו"ר [לפני המלחמה] הרבנית אלטא אסתר לאה בת דודו
ב) הרה"צ ר' חיים אברהם פאללאק [נסתלק בדמ"י ח"י טבת] בן -ש"ז בילא בת ר' שלמה יהודה לאבין הנ"ל אות ג'-
ג) הרה"צ ר' אביגדור [מנו"כ באוהל מיוחד בסיגעט] בן -חתן הרה"ק האמרי יוסף מ'ספינקא-
ד) הרה"צ ר' יונתן בנימין שנפטר בדמ"י -ש"ז פערל [כ"ט טבת תרע"? מנו"כ ב'ספינקא] בת הרה"נ ר' עזרא יעקב בא"ש-
בזו"שנ נאך די קריג האט דער רבי זצ"ל חתונה געהאט מיט הרבנית מרים איידל [מנו"כ ב'לאנדאן] בת
הרה"ח ר' יחיאל אלטר הלוי שטיינבערג, בזוש"ל מיט אמם של האחים הוס.
המשך היחוס יבוא אי"ה.

ועמך כולם צדיקים
ב''ה
היאהרצייט של ר' חיים אברהם הוא י''א טבת ולא י''ח כמו שצלמתי את המצבה בשנת תשנ''א ונתתי התמונה להרב ר' אהרן בן הרה''צ ר'חיים אברהם
בן הרה''צ ר' יוסף מאיר הי''ד בן הרב ר' חיים אברהם ז''ל . האדמו''ר מבערעגסאז בפתח-תקוה ' .
אימי תחי' השתתפה בהחתונה של ר' יוסף מאיר שהרה''ק מסאפינקא זצ''ל השתתף עם כל המשפחה כי הם יתומים מאב ואם רח''לוהוא הי' עומד מצד החתן בהיותו דו''ז . וכן בהלוי' של ר' חיים אברהם וזוגתו הרבנית בילא . וכן בהחתונה של רנ''צ הנפטר דילן . וזוכרת עוד את זקינו הרה''צ ר' משה זצ''ל אשר חזר
אח''כ לדראהאביטש .

שאלתי את בן ר' אהרן מאיר אם הם נכדי הרה''צ ר' סענדער ליפא בן הזידאטשאווער רבי ואמר לי שלא. הם רק נכדי ר' ישראל יוסף חתן הרבי. ונכדי רבינו
העטרת צבי כי ר'ישראל יוסף הי' בן ר' נפתלי הערציל חתן רבה''ק העטרת צבי זי''ע.

לעצט פארראכטן דורך badatz אום דאנערשטאג מארטש 12, 2009 11:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גערעכט badatz, דער ערשטער ר' סנדר ליפא איז געווען ר' אייזיקל'ס זוהן, דער נאמען לאבין שטאמט נישט פון דעם ר' סנדר ליפא, סיי דער עטרת צבי און סיי ר' אייזיקל האבן געהאט איידעמער לאבין, א טאטע מיט א זוהן, אבער למעשה האט דער נפטר'ס פאטער געהייסן ר' סנדר ליפא, מעגליך זיי זענען באופן אחר אייניקלך, אדער אייניקלך פון אנאנדערן ר' סנדר ליפא
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
שאץ מאץ האט געשריבן:מאיר איין זון האסטו פארפעלט
הרב אהרן מאיר, מו"ץ התאחדות הרבנים
ס'איז דא א בריוו פון ר' איציקל פון פשעווארסק ווי ער שרייבט אויף אים דעם טיטל "מנורה הטהורה"
עיין בספר "כתבי קודש" מכתבים לאדמור"י בית פשעווארסק ותמצא שם מכתבים נפלאים שכתב הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל למכיריו, שיכנסו אליו (להרה"ק מזידיטשויב-בערעגסאז) ויתמכו בו.
לחיים ולברכה!
און דער בלאט האב איך געזעהן אז די מאמע פונעם נפטר הצ' הינדא איז אויך געווען ממשפחת לאבין, זי איז געווען א טאכטער פון הרה"צ ר' משה לאבין ז"ל מעיר דרוהביטש, בן ר' ישראל יוסף הנ"ל (בן ר' הערץ וחתן ר' אייזיקל), דער נפטר איז אסאך געווען ביי דעם זיידן ר' משה'לע און ער פלעגט אסאך נאך דערציילן וואס ער האט געהערט פון איהם.
אויך שרייבט ער אין דער בלאט, וואס איך מיין אז ס'שטימט עפעס נישט מיט די יארן, אז דער ר' משה הנ"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' יחיאל טייטלבוים מקולבסוב ב"ר אברהם אהרן בן הייטב לב, לפי זה איז דער נפטר געווען אן אור-אייניקל פון ר' יחיאל? דער ר' יחיאל איז דאך אומגעקומען ביי די מלחמה און דער נפטר איז שוין געווען חתונה געהאט...