פעיק נוז האט געשריבן:דזשוליאני'ס טוויט איז גארנישט ראנג. אויב האט ער עווידענס אויף ראנג דואינג אדער פאטענציאל ראנג דואינג מצד ביידן, דאן איז אלעס מסודר, הגם מיך באדערט די וועג וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, אויב איז דא א נארמאלע קעיס וואלט עס געדארפט גיין דורך די יוסטיץ דעפ. דאס אז דזשוליאני און טראמפ פערזענליך זענען געווען פארנומען דערמיט מאכט עס אויסקוקן זייער שלעכט, עס איז נישט נארמאל, מילא די יוסטיץ דעפ. קוקט שוין אריין אין די קעיס און זיי בעטן דו זאלסט בעטן אוקריינע זייער הילף, אקעי, אבער אז דו זאלסט אליין גיין מישן א קאשע... איך האב דאס שוין געטענה'ט גלייך אנהייב נאך ווען @הכל הבל האט געעפנט זיין אשכול אויף די ביידן סקאנדאל, לאמיר אויפזוכן יענע תגובה.... אה דא איז עס קוק:
עכ"ז, פון א לעגאלע שטאנדפונקט איז גארנישט איליגעל.
און אויב אבאמע'ס לויער וואלט געהאט עווידענס איבער טראמפס ראונג דואינג, למשל טראמפ יוניווערסיטי?
און דו ווייסט אז דזשוליאני האט קיין עווידענס, ווען יא איז דאס נישט אין א טוויט.
גוד מארנינג ברענגט עס גוט ארויס.
#פון וואו ווייסטו?
------------------------------
און בכלל, דאס איז שוין א זייטיגע פייט, דאס איז דאך זיכער אז טראמפ מיט די רעפאבליקאנער טענה'ן בעיקר "נאו קוויד פרא קווא" "קארופציע נישט ביידן" "די עיד איז געווארן ארויסגעלאזט", דא זאגט רודי קלאר ארויס, "קוויד פרא קווא" "ביידן" "אונז וועל מיר ענק נישט העלפן מער".