badatz האט געשריבן:ב''ה
כן הם בני דודים ---השם לאנדמאן הוא ---נכדי הרה''ק השרף מסטרעליסק ..
הרה''צ ר' שלום מיכאלאוויטש זצ''ל מבראד הוא לא חותן של האדמו''ר מטשערנאביל הנ''ל הוא חתן הרה''ג ר' אלחנן [חנה] שליט''א האלפערין מלאנדאן -
קאשוי-ראדעמישלא- ברעזאן .
על אחרון ראשון:
איך זע אז פילע האבן מיר שוין פארענטפערט אז מיין כוונה איז געווען אויף האדמו"ר מטשרנוביל-ארה"ב, און אנטשולדיגט טאקע פאר'ן נישט ארויסשרייבן טשרנוביל-'ארה"ב' אדער טשרנוביל-'ב.פ.'
ועל ראשון אחרון:
יישר כח הרב בד"ץ, איך האב טאקע געהאט נאכגעקוקט און ר' משה יהושע לאנדמאנ'ס יחוס גייט צו פון הרה"ק השרף מסטרעליסק זי"ע.
לגבי מיללער'ס פראגע וויאזוי ר' לוי יצחק לאנדמאן איז אן אייניקל פון די אנדערע צדיקים וואס זענען אויסגערעכנט אויף די מציבה, ווייס איך טאקע דערווייל נישט גענוי, אבער דאס האב איך דערווייל געטראפן אויף הגה"צ ר' משה יהושע לאנדמאן הנ"ל וויאזוי זיין יחוס גייט ביז הרה"ק מסטרעליסק.
ר' משה יהושע לאנדמאן (מבענדער) ב"ר יחיאל מיכל ב"ר אברהם ב"ר צבי הירש מסטרעליסק-קיטוב (דאס איז דער זעלבער ר' צבי הירש מסטרעליסק וועלכער ווערט דערמאנט אויף די מציבה פון ר' לוי יצחק הנ"ל) ב"ר אברהם מבילקאמין חתן הצדיקת בלומא [בזוו"ש אשת הרה"ק מסטרעליסק זי"ע] בת הרה"ק ר' קאפיל חסיד זי"ע תלמיד הבעשטה"ק זי"ע (אבי הרה"ק בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע)
ר' צבי הירש (מסטרעליסק-קיטוב) הנ"ל חתן רבי יצחק מסטרעליסק חתן הרה"ק השרף מסטרעליסק זי"ע
דערווייל זע איך נישט וויאזוי ר' לוי יצחק לאנדמאן איז אן אייניקל פון די אנדערע צדיקים וואס ווערן אויסגערעכנט אויף זיין מציבה, לכאורה איז דאס דורך זיין פאטער ר' יעקב קאפיל'ס שווער, ווייל לויט ווי אויסגערעכנט דא דער יחוס פון ר' משה יהושע לאנדמאן האבן מיר פון די לאנדמאן זייט נאר צוויי פון די אויסגערעכנטע צדיקים אויף די מציבה: ר' קאפיל חסיד און דער שרף פון סטרעליסק.
[אגב, באטראכנדיג די נעמען אויף די מציבה, איז מיר באלד אינטערסאנט געווען פארוואס ס'איז אויסגערעכנט קודם ר' קאפיל חסיד און ערשט נאכדעם דער שרף פון סטרעליסק, איך האב אלעמאל געוואוסט אז דער הייליגער שרף איז געווען א שוואגער פון ר' מענדעלע קאסובער דער אהבת שלום, א זון פון ר' קאפיל חסיד, וואלט לכאורה געדארפט זיין אויסגערעכנט דער סדר פארקערט, ובפרט אז דער שרף איז געווען מער מפורסם, (און אז מ'האט יא געשפירט פאר וויכטיג אויסצורעכנעען ר' קאפיל חסיד און זיך מתייחס נאך אים, וואלט אפשר קודם געדארפט שטיין דער שרף און נאכדעם זיין שווער, אדער אינאיינעם), און דא איז ר' קאפיל חסיד אויסגערעכנט דער ערשטער נאך פאר'ן בעש"ט און קדושת לוי, עכ"פ נישט לויטן סדר הדורות און נישט לויט ווי מפורסם זיי זענען.
אבער נאכ'ן נאכקוקן דעם יחוס, שטעלט זיך ארויס א אינטערסאנטע זאך, זיי זענען אייניקלעך פון ר' קאפיל חסיד דורך זיין טאכטער הרבנית בלומא פון איר זיווג ראשון, און באזונדער זענען זיי אויך אייניקלעך פונעם סטרעליסקער פון זיין ערשטן זיווג. און איך האב פשוט נישט געכאפט אז דער סטרעליסקער איז געווען אן איידעם ביי ר' קאפיל חסיד הערשט אויף דער עלטער בזיווגו השני, און ער איז שוין אויך געווען דער זיווג שני פון זיין צווייטע רביצין בלומא בת ר' קאפיל חסיד, און זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער צוזאמען. און עס איז טאקע מערקווירדיג אז דער שרף איז שפעטער געווארן א מחותן מיט זיין צווייטע רביצין, ווען איר אייניקל ר' צבי הירש מסטרעליסק-קיטוב איז געווארן אן איידעם ביים שרף'ס איידעם ר' יצחק כנ"ל]