צל עובר האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:@יש, וואספארא קריים האט טראמפ געטוהן אז די דעמאקראטען זאלען אים אומפיטשען?
נ.ב. איך ווייס אויך אז די דעמאקראטען קענען אים אומפיטשען אן א קריים אויך, אבער זיי ווילען דאך האבען א קלארע קריים אויף די רעקארד פאר פאליטישע סיבות.
אז די ווילסט דוקא געזעצן, דא האסטו.
ברייבערי און עקסטארשן.
קאמפיין פיינענס.
אבער לויט די קאנסטעטושען מוז עס נישט זיין קיין קריים אן דע בוק, דער פרעזידענט איז ביכולת צו ערפינדן פרישע שגץ שטיק וואס זאל זיין אימפיעטשבל, א שטייגער וואס טראמפ האט געטון דא.
1) אונטערדרוקן זיינע קעגנער. דאס אליינס דארף צו זיין אימפיעטשבל.
2) אוועקגעבן אונזער דעמאקרעסי פאר אויסלאנד, דאס אליינס דארף צו זיין אימפיעטשבל.
נאמבער 1 טוען טאקע פוטין און ערדוגאן אויך, אבער אפילו זיי טוען נישט אזא זאך ווי נאמבער 2.
דו גייסט זייער ברייט און זייער נישט אביעקטיוו (דאנט טעיק איט פערסענאל), נעם די פאון קאלל און לייג עס אריין אין די קריים, איך האב שוין אפגעליינט די קאנסטיטושען איך האב שוין געלייענט דריי לאיערס אפיניענס ביי נאו מיין איך אז איך בין שוין קלאר דערין.
כאפצעם האט געשריבען דא פאריגע וואך אז Soliciting איז א קריים און איך האב עס נאכגעקוקט אוו עס הייסט טאקע א קריים, דאס הייסט: בעטן פון זעלענסקי א טובה אריינצוקוקען אין א אינוועסטיגעישאן פון א יעדע מענטש אין די וועלט איז א קריים - וואס איך פארשטיי נאר נישט איז פארוואס דארף מען בכלל רעדן פון אויפהאלטען די געלט? לכאורה איז די געלט חלק נישט מעלה און נישט מוריד.
כדאי צו זיין קלאר:
1. עס איז יא ערלויבט פאר די פרעזידענט צו בעטן די הויפטען פון אנדערע לענדער צו העלפען די זשאסטיס דעפארטמענט מיט זייערע אויספארשונגען.
2. עס איז נישט ערלויבט פאר די פרעזידענט צו בעטן א אנדערע לאנד אויסצופארשען סתם א יו עס סיטיזען כדאי זיך אפצורעכענען מיט עמיצען.
3. עס איז נישט ערלויבט פאר די פרעזידענט אפצוהאלטען געלט ״און עס איז א אומפיטשעבל אפענס״ טאמער די פרעזידענט האלט צוריק געלט וואס קאנגרעס האט צוגעשטעלט - עס איז אבער דא אויף דעם פרעצעדענט אז פרעזידענטען האבען אין די פארגאנגענהייט צוריק געהאלטען געלטער און בכלל האט טראמפ זייער א סך געניצט דעם שטעקן אינקלודינג פאר פאלעסטינע (מן הסתם האט ער געמיינט אז עס מיינע געלט פאר פעלאוסי)
4. עס איז ״יא״ ערלויבט פאר די פרעזידענט צו ניצען די זשאסטיס דעפארטמענט אויסצופארשען זיינע פאליטישע קעגנער און עס האט פרעצעדענט אויך מיט פרעזידענט זשעפערסאן (דאכצעך) ווען ער האט געהייסען אויספארשען זיין אייגענע וויצע פרעזידענט אבער עס האט זיך זייער שלעכט אפגערופען אין די אמעריקאנע גאס.
5. די דעמאקראטישע קאנדידאטען וואס לויפען זאגען אויך יעצט אז זיי וועלן אויספארשען טראמפ אפילו נאכדעם וואס ער גייט ארויס פון אפיס, און טראמפ האט עס אויך געזאגט פאר קלינטאן ווי יעדער געדענקט א ודאי.
6. ניקסאן האט געניצט די סי איי עי און די עף בי איי פאר זיינע פריוואטע אינטערעסן און דאס איז געוועהן א חלק פון די ארטיקעלס אוף אומפיטשמענט אבער מען האט עס צום סוף נישט געניצט ווייל ער האט רעזיינט, דאס הייסט אז עס האט נאך דערווייל נישט קיין פרעצעדענט צו דאס קען אויסהאלטען א קאורט אוף לאו (אומפיטשמענט איז טאקע נישט קאורט אבער איך גלייב אז די דעמאקראטען ווילען האבען א קריים פון די בוק אז נישט וועט עס הייסט א פארטייאישע קו)
7. ניצען רודי זשוליאני צו גיין אויפדעקן שמוץ אויף זיינע אפאנאנטען איז זייער א געראטענע עסק - ווייל דאס איז וויאזוי די פאליטיק אין אמעריקע ארבייט, די פראבלעם איז נאר אז רודי איז ארום געלאפען זאגען אז ער ארבייט פאר די סטעיט דעפארטמענט און די זשאסטיס דעפארטמענט און אזוי ארום האט ער זייער מעגליך אביוזד זיין פאוער פאר פאליטישע געינס און דאס קען קאסטען א טייערע פרייז סיי פאר רודי און סיי פאר די פרעזידענט.
8. וואלט ווען די זשאסטיס דעפארטמענט געהאט א אפיציעלע אינוועסטיגעישאן אויף די ביידענס וואלט ווען בכלל נישט געוועהן קיין פראבלעם די גאנצע קאלל אבער ווי עס שיינט איז נאר דא די קראוד סטרייק אינוועסטיגעישאן וואס איז הינדערט פראצענט לעגיטים און אויף דעם האט די פרעזידענט גוט געטוהן מיטען בעטן זעלענסקי זיכער צו מאכן אז מען קומט אן צו די באטטאם פון די מעשה אבער ביי ביידען איז דאך דעס נישט דא.
זשאסט פאר די רעקארד: עס האט מיר געדויערט צוויי שעה צו קראצען און זיכען די אלע ״פאקטען״ ווען די דעמאקראטען מיט די מידיע זענען ווען נארמאלע מענטשען וואלטען זיי געפאוקעסד אויף די עכטע פוינטס אוף אומפיטשמענט און נישט סתם געהאקט און געבאמבעלט ווי וואס מען הערט אויף די גאס און אויף די מידיע: מען באמבעלט נאך, עביוז אוף פאוער, קוויד פראו קוואו, ברייבערי און נאך בלא בלא בלא
איך האב מורא אז פעלאוסי קען טאקע באשטיין אויף א שוואכע אומפיטשמענט קעיס ווייל אזוי זעהט עס דערווייל אויס, איך קען נישט פארשטיין פארוואס שיף האט געדארפט צולייגען ווערטער צו די טרענסקריפט ווען עס איז דא קריימס וואס טאמער ער פאוקעסט ווען דערויף וואלט ער ווען געהאט א סיריעס קעיס און זאג מיר נישט אז דאס איז סטראטעגיע ווייל אויב יא ארבייט עס נישט.
איך מיטען זשאסט הערן די מידיע ביז נעכטען הער איך נאכאמאל און נאכאמאל פון קוויד פראו קוואו און איך האלט אין איין זיך וואונדערן אז אויב זעה איך נישט קיין עווידענס אז טראמפ האלט צוריק געלטער האבען זיי דאך נישט קיין קעיס ביז איך בין אליינס געגאנגען זיכען און געטראפען סך גרעסערע פראבלעמען מיט די פאון קאל און די אלע עדות איז סתם געהאקט אין קאפ אריין, ווייל די קריים דארף צי ליגען אין די קאלל נישט אין די עדותער - איך פארשטיי נישט די מידיע און די דעמאקראטען.
און פאר מיינט פריינט די טראמפ שטיצער, די פאון קאלל שטונקט שרעקליך שטארק - דערווייל זעהט אויס אז די פרעזידענט גייט האבען מזל ווייל די דעמאקראטען קענען זיך נישט צוזאמנעמען ארויס צו ברענגען זייער פוינט און סימפעל פוינטס וואס איז פארשטענדליך פאר די פשוטע בירגער.