'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 11:23 am

שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'איז דא פארשידענע דרגות אין ביטול.

באמת ביסטו לכאורה גערעכט. איך האב נישט קיין מעסטער אויף ביטול, אבער יא די ביטול פאר צדיקים צו וויסען אז איך האב נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט.

יא, אבער דא איז די נושא איבער די ביטול פון די צדיקים זעלבסט.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:21 pm

מח בקדקדו האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'איז דא פארשידענע דרגות אין ביטול.

באמת ביסטו לכאורה גערעכט. איך האב נישט קיין מעסטער אויף ביטול, אבער יא די ביטול פאר צדיקים צו וויסען אז איך האב נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט.

יא, אבער דא איז די נושא איבער די ביטול פון די צדיקים זעלבסט.

אין צו דעם האב איך זיך באצויגען. איך האב קודם גערעדט וויאזוי עס קיקט אויס פון אויבנאויף מיט שכל, און דערנאך פארשטאנען אז מיין שכל קומט נישט אריין דא.
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 2:36 pm

ארגינאלער יוד האט געשריבן:א גאנצע לאנגע מגילה לעקציע
ווער האט באשלאסן אז די ניין נומבערס זענען בלויז איגאו? אפשר איז עס די עשר ספירות?


איך גיי נישט זאגן אז ס'איז נישט נשתלשל פון עשר ספירות, אוודאי איז עס פון די עשר ספירות, יעדע זאך אויף די וועלט איז א השתלשלות. דאס איז קלאר. און אז מ'קען צעטיילן מענטשן לויט די נומערן פונעם אניאגראם קען מען אויך קלאר באמערקן. אבער צו זאגן וויאזוי זייערע נומערן ווערן נשתלשל פון די עשר ספירות קענסטו אריינלערנען פשטים.

ווער האט געזאגט אז מקען יורד זיין צו די ריכטיגע עמקות פון די נומבערס/עשר ספירות?

ביסט גערעכט. איך זאג נאר אז דער וואס זאגט אז א צדיק איז/געווען א זעקסער, אדער א פירער, אדער א פינעווער, קען אויך מיינען דערמיט א קליינקעפיגע זאך אז מיט דעם האט ער ארויס די מעשים פונעם צדיק. אדער די מעשי רשע פון רשעים.

ווען א צדיק פירט זיך אויף א געוויסע אופן ההנהגה מיינט דאס בפשטות (אן יורד זיין לסוף דעתו) אז ער שפירט א שייכות צו דעם, דהיינו שורש נשמתו!!


יא, ביסט גערעכט, אוודאי, שורש נשמתו. מ'קען אבער מגשם זיין די הנהגה און זאגן אז ס'האט געהאט צו טון מיט דאס וואס איך פארשטיי איז זעקסעריש. וויבאלד איך זעה אז זעקסערס טוען אויך אזוי און אזוי, דערפאר האט ער דאס און דאס געטון. און דאס איז קליינקעפיגקייט. ווייל נאר אזא שכל ווי וואס דער צדיק האט קען פארשטיין וואס עס האט באמת באוואויגן דעם צדיק צו טון געוויסע פעולות. זאגן אז דער צדיק איז געווען א זעקסער קען מאכן אז מ'זאל אפלערנען געוויסע מעשים פונעם צדיק מיט א קליין קאפ.
און ווען א ימח שמוניק פארשווארצט א מידה דארף איך יעצט וואס טון? פארלייקענען אז א יעדער האט א שורש אין די מידות? כפארשטיי באמת נישט די לאגיק!!

ניין. רעד נישט דערפון, דאס אלעס. דו וואלסט געזאגט אז היטלער ימ"ש איז געווען מער 'גבורה'? אדער 'הוד'? אדער אפשר מער 'תפארת'?

יעצט, הוד מיינט הודאה, לויבן און מודה זיין,
איך נישט, יענער אלעס!!
בטחון!!
זיי זוכן עפעס (א מענטש אדער פארטיי/שיטה) צו וואס זיי זאלן זיך קענען מבטל זיין לגמרי


ס'איז מער אז זיי ווילן אז א זאך וואס שטעלט צו זיכערקייט זאל האבן א קיום. ס'איז מער א ענין פון נצח. א זעקסער וויל זיך נישט אזוי ווייט מבטל זיין, אזוי ווייט ווי ער וויל אז די זאך וואס האלט אים אונטער זאל בלייבן. ווען דו זיצט אויף א בענקעל, ביסטו דיך מבטל צו די בענקעל? דו ווילסט ס'זאל דיך אונטערהאלטן און נישט צעפאלן. סאו, פאקטיש שפירסטו מער די בענקעל ווי עפעס אנדערש. דאס מיינט נישט אז די גאנצע זאך וואס דו ווילסט איז שפירן די בענקל.

אסאך מאל וועלן זיי זיין בעלי חסד, אסאך מאל קנאים, אסאך מאל מחזיק זיין יד רשעים (אין א קהילה אדער אין א ישיבה),אסאך מאל וועלן זיי לערנען טיפע ספרי מחשבה,אסאך מאל וועלן זיי זיין עסקנים, משפחה מענטשן,וכו' וכו'

בקיצור זיי מאכן זיך געוויסע צילן אין לעבן וואס פון דעם שעפן זיי חיות כדי אנצופילן די לאך פון העדר הישות!!


די העדר הישות זייערע וואס זיי שפירן, קומט ווייל זייער גאנצער 'זיך שפירן' איז די זאך וואס האלט זיי אונטער. זיי שפירן די זאך וואס האלט זיי אונטער און נישט זיך ווי א שטייגער א פירער. אזוי ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע און שפירט העדר הישות. אבער דאס איז ווילאנג די מאמע איז דא. ווען די מאמע גייט אוועק שפירן זיי זייער פארלוירענעם זיך. א זעקסער דארף ארבעטן אויף בטחון בה'.
קוק זיך ארום וועסטו עס זען קלאר (אדער ביי יענעם אדער גאר ביי זיך אליין)


די שורש פון א זעקסער איז מאכן אז זאכן וואס האלטן אונטער זאלן האבן א קיום.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 12:19 am

זייער פיין געזאגט @נשמה.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 1:52 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די וועג וויאזוי א מענטש שפירט ווען ער איז צווישן אנדערע מענטשן איז די וועג וויאזוי לפי זיין טבע וויל ער זיך שפירן צווישן אנדערע מענטשן.

א ניינער וועט שפירן אינגאנצן אנדערש ווי א אכטער, און א אכטער אינגאנצן אנדערש ווי א פירער, און א זעקסער אינגאנצן אנדערש ווי א צווייער, און א דרייער אינגאנצן אנדערש ווי א זיבענער וכו'.

די וועג וויאזוי מ'שפירט זיך איז זייער מאכטפול אנדערש ווי א אנדערע מענטש מיט א אנדערע טייפ. אויב דו ביסט א פירער און דו שטייסט נעבן א ניינער, זאלסטו וויסן אז דער ניינער שפירט אינגאנצן אנדערש ווי דו.

א פירער, די ערשטע רגע ער עפנט די טיר אריינצוקומען צווישן מענטשן, איז ער מסדר זיין אינערליכקייט אז ס'זאל זיך שפירן אז ער איז אנדערש ווי די ארומיגע. דערפאר רופט ער א פירער 'די אינדיווידועליסט'. פארוואס? ווייל דאס טוט ער. ער טוט זיך אינערליך מסדר זיין אז ער זאל זיך שפירן אלץ א אינדיווידועל. די רגע דער פירער האט אפגעטון וואס ער האט אפגעטון, ער האט זיך אזוי אוועקגעשטעלט מיט א אינערליכער שפיר וואס שפירט זיך אלץ אינדיווידועל, וועט ער מיט אלע כוחות, (דהיינו יכולת) זיך האלטן אין דעם שפיר. ס'קאסט אים פיזישע און גייסטיגע כוחות. ס'נעמט אים אוועק ענערגיע. א חלק פון זיין באוואוסטזיניגקייט איז פארנומען מיט דעם.

יעצט, נאכדעם וואס ער האלט אן דעם שפיר, קען ער זיך וואונדען וואסערע טייפ ער איז, ער כאפט נישט וואס ער אליין טוט. ער כאפט נישט אז ער אליין האלט אגאנצן צייט אן א געוויסע אינערליכער מצב וואס דארף צו מיינען "אזוי בין איך אנדערש ווי ארומיגע".

יעצט, א ניינער, די ערשטע רגע ער קומט אריין צווישן מענטשן, די ערשטע רגע ער עפנט דעם טיר פון זאל, וועט ער באלד ארויסגעבן א כוואליע פון געוויסע אינערליכע שפירונגען, וואס דאס טוט לויט אים מיינען "דאס איז די סך הכל וויאזוי יעדער שפירט יעצט אלעס צוזאמען" און ער בלייבט ביי דעם. ער האלט זיך ביי דעם. ער שפירט די הארמאניע. ער שפירט נישט קיין "איך". א ניינער שפירט נישט אזוי ווי א שטייגער א פירער. א פירער שפירט "איך". א ניינער שפירט די הארמאניע. ער שמייכלט צו יעדעם.

איך בין נישט קיין ניינער, אבער איך שטעל מיך פאר אז דאס שפירן זיי.

א צווייער שפירט סך מער ווי א ניינער. א צווייער ווען ער קומט ארין אין זאל, וועט ער גראד אריינשטראמען אין זיך געוויסע געפילן וואס דאס טוט לויט אים מיינען "דאס איז די ליבשאפט וואס מ'האט מיך ליב". ער שאפט אין זיך, די רגע ער קומט אריין אין זאל שאפט ער אין זיך געפילן וואס טוט באדייטן "די ארומיגע האבן מיך ליב". ער שפירט כאילו זייער ליבשאפט צו אים. דאס איז די וועג וואס ער שפירט. דאס שפירט ער, און רעלאטיוו גארנישט מער. ער שפירט די ליבשאפט וואס מ'האט אים ליב און ער בלייבט ביי דעם, און דאס איז וואס קאסט אים ענערגיע.

ווייטער, ווען א פירער שטייט נעבן א צווייער. דער פירער שפירט זיין אינערליכע צאמשטעל וואס לויט אים מיינט עס "מיט דעם בין איך אנדערש ווי די ארומיגע". דאס איז די וועג וויאזוי א פירער שפירט זיך צווישן מענטשן. דער צווייער שפירט די ליבשאפט וואס די ארומיגע געבן. דאס איז וואס ער שפירט. ער שפירט נישט זיין "איך" - א שטייגער ווי דער פירער. ער שפירט נישט די הארמאניע - א שטייגער ווי דער ניינער. ער שפירט די ליבשאפט פון די ארומיגע. איך וויל פרעגן א פירער, אדער א ניינער, דו קענסט אנהאלטן צו שפירן די ליבשאפט וואס ארומיגע האבן דיך ליב פאר מער ווי א מינוט? דו קענסט? דו קענסט נישט. א צווייער קען יא. ער קען? ס'קאסט אים ענערגיע, אבער ער טוט עס. דאס איז ער.

לויט ווי די שרייבער דא שרייבן אז א זעקסער וועט די ערשטע מאכן זיכער ארויפצוברענגען אין זיך א געוויסע שפיר וואס לויט אים באדייט דאס דאס איז מיין זיכערקייט. איך וויל פרעגן א פירער, דו קענסט אנהאלטן צו שפירן פאר מער ווי א מינוט "דאס איז מיין זיכערקייט" יא? לאמיר זעהן פרוביר. דו קענסט נישט. דו ווילסט אפילו נישט. דו ווילסט ענדערש שפירן דיין 'איך'. אבער א זעקסער שפירט נישט זיין 'איך' אזוי ווי דער פירער, ער וויל אפילו נישט. ער שפירט נישט די הארמאניע אזוי ווי דער ניינער, ער שפירט נישט די ליבשאפט, ער קען עס נישט שפירן. ס'איז נישט זיין נאטור.

ער שפירט נאר - רעלאטיוו - די מאס זיכערקייט. די זיכערקייט פון די פלאץ. ער שפירט געוויסע געפילן וואס באדייטן לויט אים 'א פארציע זיכערקייט'. ער שפירט די מאס פון זיין זיכערקייט. דאס איז וואס ער שפירט. ער שפירט כאילו די "מוסקלן" פון די ארומיגע. די זיכערקייט וואס די ארומיגע קענען אים געבן. איך שרייב נאר וואס די שרייבער דא האבן שוין געשריבן דא וועגן זעקסער.

ס'איז זייער אינטערעסאנט. א צווייער שטייט נעבן א זעקסער. דער צווייער שפירט אגאנצן צייט - אבער אגאנצן צייט - די ליבשאפט וואס דער זעקסער האט אים ליב. און דער זעקסער שפירט אגאנצן צייט די פארציע זיכערקייט מיט'ן צווייער. אזוי זעהט מיך אויס פון די אלע וואס האבן דא געשריבן וויאזוי זעקסער שפירן זיך. איך האף איך שרייב גוט.

סוף דבר איז אז די גאנצע זאך וואס א זעקסער שפירט איז די מאס פון זיין זיכערקייט.

א אכטער וועט נישט ארויפברענגען געפילן וואס באדייטן זיין 'איך', וועט נישט שפירן די 'הארמאניע', וועט נישט שפירן 'ליבשאפט', וועט נישט שפירן די מאס זיכערקייט, ער ברענגט ארויף "און וואס וויל איך?" דאס וואס ער שפירט. ער איז מקושר צו זיין רצון. געוויסע געפילן וואס באדייטן "איך וויל אויספירן וואס איך וויל". דאס איז וואס ער שפירט. ס'קאסט אים עקסטערע כוחות צו שפירן אז ער גייט טאקע טון וואס ער וויל.

א זיבענער שפירט נישט זיין 'איך', ער שפירט נישט די 'הארמאניע', ער שפירט נישט 'ליבשאפט', ער שפירט נישט 'זיכערקייט', ער ברענגט ארויף אין זיך די שפיר פון 'פאן'. ער שפירט די לעבעדיגקייט פון די מצב. א אנדערע טייפ וועט נישט קענען, און נישט וועלן, אנהאלטן צו שפירן די לעבעדיגקייט פון די מצב פאר מער ווי א מינוט. זיי גייען גראד צוריק צו זייער דיפאלט.

א דרייער וועט די ערשטע רגע וואס ער קומט אריין צווישן מענטשן, שפירן די וועליו וואס ארומיגע מענטשן געבן אים. א אנדערע טייפ קען דאס נישט טון פאר מער ווי א מינוט. א אנדערע טייפ קען נישט אנהאלטן צו שפירן די וועליו וואס ער האט ביי די ארומיגע פאר מער ווי א מינוט. אדרבה פרובירט אויס. ס'פילט זיך זייער אומבאקוועם. זייער אומנאטורליך. אבער ביי א דרייער איז דאס די וועג וויאזוי ער שפירט זיך. ער שפירט נישט זיין 'איך'. ער שפירט נאר די וועליו וואס ער האט ביי די ארומיגע.

א איינזער שפירט זיין אויסגעהאלטנקייט. א אנדערע טייפ קען נישט שפירן ווי איינזער פאר צו לאנג. ס'וועט זיך שפירן פאר אים אומנאטורליך. אבער א איינזער שפירט אזוי. און א פינעווער שפירט די מאס וויפיל חכמה ער האט זיך צו קענען אן עצה געבן מיט די וועלט.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 3:40 pm

נשמה זייער שיין געזאגט!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג דעצמבער 08, 2019 2:23 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך שרייב וויאזוי עס זעהט מיר יעצט אויס.

ס'דא א גרויסע חילוק צווישן א מענטש וואס זוכט זיכערקייט, און צווישן א מענטש וואס זוכט צו שפירן זיין 'איך', און ער טוט עס דורכ'ן שפירן "מער פארזיכערט". אלע נומערן קענען זוכן זיכערקייט. דאס מיינט נישט אז זיי זוכן זיך צו שפירן. נאר ווען איינער זוכט זיכערקייט כדי זיך צו שפירן, דער איז א טייפ זעקס.

א זעקסער איז א געוויסע טייפ מענטש. וואס אים צו באצייכענען, איז די גרינגסטע אז ער שפירט זיין 'זיך', אלץ "דער זיכערער איך". אנדערש שפירט ער נישט זיין 'איך'. נאר דורך די שפיר פון זיכערקייט, קען ער שפירן זיין 'איך'.

אזוי ווי א פירער איז נישט איינער וואס זוכט זיין אייגנארטיגקייט. ער ווייסט אפילו נישט אז ער זוכט זיין אייגנארטיגקייט, נאר א פירער איז איינער וואס וויל אלעמאל שפירן זיין אייגנארטיגקייט ווייל דאס איז זיין 'איך'. זיין 'זיך' וואס עקזיסטירט איז "דער אייגנארטיגער איך". ער קען עס נישט שפירן נאר דורך 'אייגנארטיגקייט'.

ווען א פירער וויל אנכאפן זיין 'איך' און רעדן דערפון, דערשפירט ער נאר א "איך" וואס איז אייגנארטיג און אנדערש. ער שפירט גארנישט עפעס אנדערש. ווען א זעקסער וויל אנכאפן זיין 'איך', און טראכטן דערפון, אדער רעדן דערפון, שפירט ער א זיכערער איך. א זעקסער דערשפירט זיין 'איך', נאר אלץ "דער זיכערער איך". א דרייער דערשפירט זיין 'איך', ווען א דרייער רעדט פון זיין 'איך', און ער דארף דאס דערשפירן, שפירט ער "מיין וועליו'דיגער איך". נאר אזוי שפירט ער זיין זיך. דאס איז זיין איך. ער האט נישט עפעס אנדערש. נאר פון דעם באשטייט עס.

א מענטש קען נישט רעדן פון זיין 'איך', אנדעם וואס ער דערשפירט זיין 'איך'.

א מענטש קען טון פאר זיכערקייט אגאנצן טאג, איז ער נאכנישט דערמיט קיין זעקסער. און ווידעראום א מענטש קען גארנישט טון פאר זיכערקייט, און דאך זיין א זעקסער. ווייל זיין עצם שפיר וויאזוי ער שפירט 'זיך' איז 'זיכערקייט'. "דער זיכערער איך". דאס איז די וועג וויאזוי ער שפירט זיין זיך. ווען ער שפירט זיין 'זיך', שפירט ער די זיכערקייט פון זיין זיך.

אפילו ווען א זעקסער שפירט אז ער אליין - אן די שטיצע פון די מענטשן ארום - איז נישט זיכער אויף די וועלט, מיט דעם אלעם, ווען ער שפירט זיין 'זיך', שפירט ער די שפיר פון זיכערקייט. זאל עס זיין אנדערע געבן מיר זיכערקייט. ער קען נישט דערגרייכן זיין 'איך' נאר ווען ער שפירט 'מיין זיכערער איך'. דאס איז די וועג וויאזוי ער דערקענט זיין 'איך'. דאס איז זיין 'איך'. ווען א זעקסער זאגט "איך" שפירט ער די זיכערקייט פון זיין 'איך'. אנדערש האט דער זעקסער נישט קיין שום וועג וויאזוי צו רעדן פון זיך.

אפילו אויב א זעקסער שפירט זיך אומזיכער. איז דאס נאר אז דער זיכערער איך, איז נישט אינגאנצן פארזיכערט. אויב וואלט ער גארנישט געשפירט קיין זיכערקייט, וואלט אים נישט געווען מעגליך צו רעדן פון 'איך'. עס וואלט נישט עקזיסטירט קיין 'איך'. די גאנצע 'איך' ביי א זעקסער איז נאר די שפיר פון 'זיכערקייט'.

א פירער ווען ער שפירט זיין זיך, שפירט ער נאר זיין אייגנארטיגקייט. א דרייער שפירט נאר זיין וועליו וואס ער האט ביי די ארומיגע. א צווייער שפירט נאר זיין ליבשאפט וואס ער האט ביי די ארומיגע. א צווייער קען נישט צוקומען צו זיין אייגענעם שפיר פון איך, נאר ווען ער שפירט די שפיר פון ליבשאפט. ווען א צווייער זאגט "איך" שפירט ער מיין באליבטער איך.

א מענטש קען נישט זאגן "איך" אן שפירן וויאזוי עס שפירט זיך זיין 'איך'. ס'מוז האבן א שפיר. ס'מוז האבן א באגריף אינעם שפיר. דער באגריף פון 'איך' ביי א זעקסער איז: דער זיכערער איך.

א זעקסער מאכט זיכער זיך צו שפירן זיכער אין די וועלט, נישט אזוי ווייט ווייל ער וויל שפירן פארזיכערט. נאר מער ווייל זיין גאנצע 'איך' באשטייט פון 'זיכערקייט' און ער וויל שפירן זיין 'איך'.

א זעקסער מאכט זיכער זיך אנצוהאלטן אין דעם שפיר פון "מיין לעבן איז פארזיכערט אין די וועלט". ער מאכט זיכער דאס אנצוהאלטן. ער מאכט זיכער צו בלייבן מיט די שפיר פון איך בין פארזיכערט. ווייל דאס איז זיין 'איך. ווען דו קומסט אריין אין א פלאץ - אויב דו ביסט א זעקסער - וועסטו וועלן ארויפברענגען אין דיר א שפיר פון 'איך בין דא פארזיכערט'. אז דו שפירסט דיך פארזיכערט צו זיין אין דעם פלאץ.

יעדער מענטש וואס קומט אריין אין א פלאץ וויל שפירן זיין 'איך'. ביי א זעקסער איז דאס: "איך בין דא פארזיכערט". ווייל דאס איז זיין גאנצע 'איך'. ער קען נישט שפירן זיין 'איך' נאר דורכ'ן שפירן 'זיכערקייט'. אזוי ווי א אכטער קען נישט שפירן זיין 'איך', נאר דורכ'ן שפירן זיין רצון. זיין "איך וויל".

א זעקסער איז נישט: איך שפיר מיך אומפארזיכערט, און ס'שטערט מיך צו שפירן אזוי אומפארזיכערט, און איך וויל טון צו שפירן זיכער. א זעקסער איז: מיין 'איך' וואס שפירט זיך מיר נאר דורך זיין 'פארזיכערט', שפירט זיך מיר יעצט אביסל 'אומפארזיכערט', און דערפאר שפיר איך נישט אזוי שטארק מיין עצם 'איך', און איך וויל, און איך וועל טון, און איך טו, יא צו שפירן א שפיר פון זיכערקייט. די עצם זיכערקייט וויל זיך מער שפירן. דערפאר וויל ער שפירן זיכער. ווייל איך וויל שפירן מיין 'איך'. און איך סטאפ נישט ווילאנג איך גיי שפירן דעם פארזיכערונגס שפיר. א זעקסער בלייבט נישט סטאק ביי די אומפארזיכערונגס שפיר. ער טוט פעולות צו דערשפירן זיכער.

ווען א אנדערע טייפ טוט פאר זיכערקייט, אלעס וואס ער טוט איז צו טון פאר זיכערקייט. ווען א זעקסער טוט פאר זיכערקייט, טוט ער עס פאר די שפיר פון זיין 'איך', צוריק צו כאפן דעם 'איך'.

א זעקסער איז נישט: איך שפיר אז איך האב נישט קיין שטיצערס, און ס'שטערט מיך צו לעבן אזוי אליין אן שטיצע, הלוואי האב איך שטיצע. א זעקסער איז: איך האב אביסל פארלוירן מיין 'איך', ווייל מיין איך וואס שפירט זיך מיר נאר דורך א שפיר פון 'זיכערקייט', האט פארלוירן אביסל זיכערקייט, און דערפאר שפירט זיך נישט אזוי שטארק מיין 'איך', אבער איך גיי טון צו שפירן ווייטער מיין 'איך', דורכדעם וואס איך גיי מיך מיט עפעס פארזיכערן. און 'צו שפירן פארזיכערט' מיינט נישט צו 'זיין' פארזיכערט. איך וויל שפירן מיין פארזיכערטער 'איך'.

א זעקסער איז נישט: איך בין צעמישט, איך האב ספיקות, איך בין וואקלדיג, און איך קען מיך נישט קיין עצה געבן אין מיין לעבן. א זעקסער איז: מיין 'איך' וואס שפירט זיך מיר נאר מיט א שפיר פון 'זיכערקייט', האט זיך אביסל צעשאקלט, ווייל איך האב אנגעהויבן צו האבן ספיקות, סאו איך גיי טון פארשידענע זאכן כדי מיך יא צו שפירן, און נאר דורכ'ן אויפהערן צו שפירן מיינע ספיקות, כדי מיך יא צו קענען אן עצה געבן אין מיין לעבן, איך גיי פרעגן, וכו', ווילאנג איך וועל יא צוריק שפירן מיין 'איך', מיין פארזיכערונג שפיר. ווייל אלעס וואס איך וויל איז שפירן די פארזיכערונגס שפיר. און ער טוט עס. א זעקסער איז אלעמאל אין א גאנג צו שפירן פארזיכערט.

אונטערשטע שורה איז, אז ווען יעדע טייפ וויל רעדן פון זיין 'איך', מוז ער מיט זיין באוואוסטזיניגקייט דערגרייכן זיין 'איך', ער מוז דאס שפירן, אנדערש קען א מענטש נישט רעדן פון זיין 'איך'. איז דא ניין וועגן וויאזוי א מענטש קען שפירן זיין 'איך'.

איינע פון די וועגן וויאזוי א מענטש קען שפירן זיין 'איך', איז דער זיכערער איך. א מענטש קען נישט שפירן זיין 'איך', אן שפירן די לבוש פון זיין איך. איז דא ניין לבושים.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:04 pm

נשמה מורא'דיג גוט געשריבן!

צוויי נקודות נאר. האסט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:א זעקסער בלייבט נישט סטאק ביי די אומפארזיכערונגס שפיר. ער טוט פעולות צו דערשפירן זיכער.

זעקסער'ס קענען זייער אסאך מאל בלייבן סטאק אין זייער 'אומפארזיכערונג' שפיר, ווייל וויבאלד ווען ער איז אין א מצב פון 'אומפארזיכערונג', שפירט ער אז זיין 'איך' איז שוואך, און אויב זיין 'איך' איז שוואכער געווארן קומט אויס אז ער שפירט ביי זיך ווייניגער 'עצמיות', זיין אישיות איז שוואך, ער שפירט אז 'ער' איז נישט גוט.

ממילא וואס געשעט איז אז ער קען ער פארלירן זיין קאנפידענס צו גיין צוריקבאקומען זיין געפיל פון שטארקייט, וויבאלד זיין עצמאות איז שוואך קען ער זיין מיואש פון זיך שטארקן און זיך זאגן: יא, איך בין יא גוט, אפי' איך בין יעצט דורכגעפאלן, ווייל ווער בין איך? די פאוביק זעקסער'ס זענען די וואס וועלן האבן א אישו צו פייטן זייער הרגש פון חוסר אישיות, ווייל זיי ווערן קאנווינסד פון זייער הרגש אז זייער אישיות איז נישט גוט.


צווייטנס. מען דארף אויך פארשטיין אז די סיבה וואס ברענגט אים צו האלטן אז זיין אישיות איז נחלש געווארן דורכדעם וואס ער איז אין אן אומפארזיכערונג מצב, קומט פון דעם וואס ער שפירט בעצם אז זיין אישיות איז שוואך. נאר די אמצעי וויאזוי ער מאכט שפירן שטארק, דהיינו, צוריקצובאקומען זיין שפיר פון 'איך', איז דורכ'ן זיך פילן אלס א שטארקער, פארזיכערטער, אוועקגעשטעלטער, באשיצטער (אדער באשיצער), מושל'מדיגער פערסאנאליטי. איז ממילא ווען עס געשען אז זיינע אמצעים אויף צו באקומען זיין אישיות, ווערן צעפאלן, קומט צוריק ארויף יענע אלטע געפיל וואס זאגט אים אז זיין אישיות איז שוואך און נישט גוט.
נישט אייביג ווען מען האט א 'פראבלעם' מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:06 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מח בקדקדו האט געשריבן:קומט פון דעם וואס ער שפירט בעצם אז זיין אישיות איז שוואך

יעדע טייפ קען שפירן אז זיין 'איך' איז בעצם שוואך. נאר איך טראכט אז ס'איז נישט מעגליך פאר א מענטש זיך צו שפירן אלץ א זיכערער איך, נאר אויב מ'נעמט די זיכערקייט פון דרויסן פון זיך. אדרבה פרוביר. יעצט, די רגע מ'דארף עס נעמען פון דרויסן פון זיך, ווייל נאר אזוי דערשפירט זיך 'מיין זיכערער איך', מוז איך בהכרח צוקומען אז 'איך' בין בעצם שוואך. א מענטש איז טאקע שוואך, אבער ווי מער א זעקסער וויל שפירן די 'איך', אלץ מער מוז ער דערשפירן די אייגענע שוואכקייט. ער האט נישט א אנדערע ברירה.

א פירער מוז אויך נעמען זיין 'אייגנארטיגקייט' פון דרויסן, "מיט דעם בין איך א איך ווייל איך בין אנדערש ווי ענק". נאר דער אייבערשטער איז א מציאות פאר זיך אליין. א מענטש איז א מציאות ביחס צו א צווייטע מציאות.

נאר דאס זיך וועלן שפירן אלץ א זיכערער 'איך', מוז מען בהכרח שפירן אלץ אייגענע שוואכקייט, מער ווי אנדערע טייפס. אז ער שפירט נישט די אייגענע שוואכקייט איז טאקע נישטא קיין 'איך'.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט