ר' מרדכי יצחק סאמעט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:02 pm

נא עפעס גוטע נייעס?
אזעלכע שווערע חברה זענען דיע אטסוויל טורמה<?

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:16 pm

5:15 מען גרייט זיך שוין צום קבלת פנים!
טאטע ביסט א כל יכול ברענג אים אהיים

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:59 pm

בינעך געווען אויף די חתונה. סמיר געקומען צי וויינען אז אנשטאט די אבי החתן זאל טאנצען מיטן יונגסטען קינד ארומגענומען מיט די קינדער אין איינקליך ליגט ער נעבעך אויף זיין באנק בעט מיט די גרינע קליידער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 6:47 am

קען יו אימעזשין... די שמחה וואס וועט זיין ווען ער וועט זיין ביים שבע ברכות?
לאמיר ווייטער זאגען תהלים און גאר בקרוב הערן די פרייליכע נייעס!
ישעת השם כהרף עין
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:40 am

maybeeynot האט געשריבן:בינעך געווען אויף די חתונה. סמיר געקומען צי וויינען אז אנשטאט די אבי החתן זאל טאנצען מיטן יונגסטען קינד ארומגענומען מיט די קינדער אין איינקליך ליגט ער נעבעך אויף זיין באנק בעט מיט די גרינע קליידער


וואס איז יעצט אנדערש פין פאריגע פאר מאל וואס ער איז יא געקענט קומען?

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:44 am

נישטאמת האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:בינעך געווען אויף די חתונה. סמיר געקומען צי וויינען אז אנשטאט די אבי החתן זאל טאנצען מיטן יונגסטען קינד ארומגענומען מיט די קינדער אין איינקליך ליגט ער נעבעך אויף זיין באנק בעט מיט די גרינע קליידער


וואס איז יעצט אנדערש פין פאריגע פאר מאל וואס ער איז יא געקענט קומען?


אפשר אזוי ווי אילת השחר, פאר עס ווערט טאג ווערט שטארק נאכט און דערנאך קומט טאג, והנמשל מובן, לאמיר האפן אז עס נאך אזא טונקלקייט זאל שוין ווערן לעכטיג עד שישכחו ימי הרעב.

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:50 pm

שמעתי אז די העכסטע פענסטער האבן געלייגט לחץ מזאל אים ארויסלאזן אבער די לאקאל תפיסה חברה האבן געטענהט אז היות פאריגע מאל האבן זיי געליטן דערפון ווען א גוי דערנעבן האט געמאכט א לאוי סויט אין געריכט אז אים האט מען נישט געלאזט גיין צו א ענדליכע זאך
אבער מהאפט אז די נושא פון ווערן א סיטיסען זאל יא דורכגיין און ווי פריער

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:58 pm

אויב שרייב איך א בריוו צו אים אין אידיש דורך אימעיל גייט עס אנקומען צו אים? אויפן גליון איז געשטאנען אז מ'קען נאר שרייבן אין אימעיל דורך ענגליש.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
קו הישר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:41 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:אויב שרייב איך א בריוו צו אים אין אידיש דורך אימעיל גייט עס אנקומען צו אים? אויפן גליון איז געשטאנען אז מ'קען נאר שרייבן אין אימעיל דורך ענגליש.

הוא מותיב והוא מפרק. שואל כענין ומשיב כהלכה.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:43 pm

מיין שאלה איז פארוואס די משפחה אדער עסקנים קען נישט לייגן א צווייטע אימעיל אדרעס וואו מ'קען יא שיקן בריוון אין אידיש, און זיי וועלן עס ארויספרינטן און איבערגעבן פאר ר' מרדכי יצחק'ן.

נישטא אזא מהלך?
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

מערכת להתענג
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:33 pm

תגובהדורך מערכת להתענג » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 2:04 am

די פאלגענדע הארציגע בריוו פון רבי מרדכי יצחק שליט"א, ערשיינט די וואך אינעם מודה אני.
ליינט און שטוינט וויאזוי א איד וועלכע איז דורך שבעה מדורי גיהנום, האלט זיך אזוי פעלזן פעסט מיט א ריינע אמונה!


וְהֶאֱמִן בַּה' וַיַּחְשְׁבֶהָ לּוֹ צְדָקָה!
מורא'דיגע הרגשים פון הודאה לה'
געשריבן אין די "חתונה נאכט" אליינס איינזאם אינעם צעל


דאנערשטאג לסדר והאמין בה' [לך לך] ט' מרחשון תש"פ לפ"ק בית הסוהר אטעסוויל נ.י.

מזל טוב! און א גוט מארגן מיט אלע ברכות!

ראשית כל, נעכטן נאכט בשעת די גרויסע חתונה פון מיין אינגסטן קינד החתן מוה"ר דוד ני"ו האב איך געהאט די זכיה צו מאכן קידוש לבנה, עס איז געווען א קלארע הימל און א גאר שיינע לבנה! ויה"ר עס זאל שוין מקוים ווערן דער שהם עתידים להתחדש כמותה ולפאר ליוצרם, אמן כיה"ר.
איך וועל דא אראפשרייבן מיינע הרגשים פון די נעכטיגע חתונה נאכט וואס איך האב מיר פארצייכנט, בשעת ווען עס איז אפגעראכטן געווארן די חתונה פון מיין קינד החתן ר' דוד הי"ו.
ווען די עסקנים האבן געבעטן פון די טורמע באאמטע רשות אז זיי זאלן מיר לאזן קומען צו די חתונה פון מיין קינד, און זיי האבן אריינגעגעבן די נויטיגע פאפירן, האט מיר מיין קעיס מענידזשער געמאלדן אז דער 'ווארדן' האט איהם געזאגט אז ער זאל צוגרייטן צוויי תשובות, איינס אויף יא, און איינס אויף ניין, עס איז מיר געווען א ווינדער פארוואס זיי האבן געהייסן אנגרייטן אויף צוויי אפציעס, אבער אזוי ווי איך האב געהערט אז אויך זיי זענען מסופק, האב איך מיר אויך אנגעגרייט וויאזוי צו רעגירן אויף ביידע אפציעס, און אזוי אויך האב איך אנגעגרייט צוויי סארט "מודה אני'ס", איינס אויב וועט מען מיר יא לאזן גיין, און איינס אויב נישט, ווייל אלעס איז חסדים, און אויף אלעס דארף מען זאגן "מודה אני", און אויף אלעמען דארף מען דאנקען דעם אייבירשטן אן קיין אויפהער, אפילו עס זעהט אויס שווארץ און טינקל אזוי ווי דער מצב יעצט, און ווי איר ווייסט שוין איז ליידער געקומען דער תשובה אויף "ניין", וועל איך דא אראפשרייבן די מודה אני וואס איך האב אנגעגרייט אויף די איצטיגע אומשטענדן אז מען האט מיר ליידער נישט געלאזט באטייליגן פערזענליך ביי די שמחה.
אבער פאר איך וועל דאס אראפשרייבן וועל איך קודם פארציילן וואס עס ליגט "אינטער" דאס נישט לאזן גיין, ווייל דער אמת איז אז דער עצם גיין צו א חתונה איז נישט אזוי רחוק מן השכל, און עס קומט פאר גאנץ אפט ביי אסאך ארעסטאנטן אז מען לאזט זיי ארויס אויף עטליכע שעות, און ביי מיר האבן זיי דאס שוין אויספראבירט 2 מאל, און אלעס איז אדורך בשלום, און זיי האבן געזעהן אז עס איז נישט קיין געפאר, נאר טאקע פארוואס ווילן זיי דאס?, דער תירוץ איז זייער פשוט, דער גאנצער תכלית און ציל פון די טורמע אדמעניסטראציע איז צו צוברעכן דעם מענטש אויף שברי שברים, און ווילאנג דער מענטש איז נישט צובראכן וועלן זיי שטענדיג זיכן פלענער איהם צו צוברעכן זיין גייסט, זיי וועלן זיך נישט אפהאלטן פון ארויפלייגן אויף איהם בלבולים און כדי איהם צוברעכן זיין גייסט, און דאס איז טאקע די סיבה אויך דא, ווייל זיי זעבן אז טראץ וואס איך געפון זיך שוין דא אזויפיל יארן, דאך בין איך פעלזן פעסט, און מיין גייסט איז שטארק, און דאס ווילן זיי צוברעכן עד דקדוקה של נפש, און דאס איז געווען די סיבה פארוואס זיי האבן מיר געלאזט קומען.
און איך וויל אייך דא פארציילן נאך א פרט ווי ווייט עס גייט די רשעות די טורמע באאמטע...
די פאריגע צוויי מאל ווען איך בין געגאנגען צו די חתונה, האבן זיי מיר גערופן צום "לוטענעטס אפיס" אום 3:15 נאכמיטאג, נעכטן אום 3:15 נאכמיטאג בין איך געזיצן ביים "קאמפיוטער אין געשריבן", איז א אפיציר געקומען צו מיר און ער האט מיר געזאגט אז אז איך דארף גיין צום "פסיכאלאג" פון די טורמע, (די טורמע האט עטליכע פסיכאלאגן, וואס זיי געבן זיך אפ מיט די ארעסטאנטן וואס ווערן דיפרעסט פון זיין אפגעזונטערט פון דער סביבה, ב"ה איך בין קיינמאל נישט געווען ביי זיי), איך בין געווען איבע'רעש'ט, איך האב געמיינט אז אפשר האבן איך נישט גוט פארשטאנען, און אפשר מיינט דאס צו גיין צום "לוטענעטס אפיס", וואס דאס מיינט אז מען וועט אפשר קענען גיין צו די חתונה, דעריבער האב איך איהם איבערגעפרעגט ווי דארף איך גיין?, האט ער ווידער גענטפערט "צום פסיכאלאג", איך האב באמת נישט געוויסט וואס דאס מיינט, אפשר ערווארט מיר עפעס א איבערעשונג..., אבער אויב הייסט מען גיין איז דאס א "באפעל", און עס איז נישטא קיין צוויי ברירות, מען מוז פאלגן.
פאר איך גיי ווייטער, וויל איך דא מקדים זיין.
פאר א האלבע יאר צוריק איז איינער פון די ארעסטאנטן געזעצן שבעה ל"ע נאך זיין טאטע, און ער האט זייער שטארק געוואלט קענען ארויספארן צום קבר פון זיין טאטע, אדער זיצן שבעה כאטש אפאר שעה מיט זיינע ברידער, אבער זיי האבן איהם נישט געלאזט בשום אופן, און נאכדערצו האבן זיי איהם געשיקט צום פסיכעלאג, און אנשטאט ער זאל איהם העלפן איז ער אנגעקומען אינעם "לאך" (SHU), און אנשטאט וואס מען זאל איהם שוינען בשעת די שבעה, האט מען נאך איהם נאך מער מעניש געווען!!!, ממילא האב איך געדארפט זיין זייער פארזיכטיג וואס און וויאזוי מען רעדט צו איהם.
איך בין געגאנגען צום אפיס פונעם פסיכעלאג, און איך פרעג איהם צו מען האט מיר גערופן, זאגן זיי אז יא, פרעג איך זיי וואס גייט פאר?, ווער האט געהייסן מיר דא רופן?, האבן זיי מיר געזאגט אז דער "ווארדן" האט געהייסן רופן, האב איך זיי ווידער געפרעגט, איך בין שוין דא 19 יאר, און מען האט מען נאך קיינמאל נישט גערופן, וואס איז היינט אנדערש, וואס איז דא געשעהן, מה היום מיומים?, דער פסיכאלאג האט אנגעהויבן שטאמלען אז אזוי ווי מען האט מיר נישט געלאזט גיין צו די חתונה וויל ער רעדן מיט מיר, איך זאל נישט זיין דיפרעסט.
איך האב מיר צולאכט..., וואס האט א פסיכעלאג מיט די חתונה? איך האב איהם געפרעגט צו עס איז דא עפעס וואס ער קען מיר העלפן, האב איך איהם קלאר געזאגט די ווילסט מיר נישט העלפן, די קענסט מיר נישט העלפן, די ווילסט מיר נאר אריינערן אין א פאסטקע, זיי מיר געזונט...!, אבער ער האט נאר געוואלט אנהייבן א שמועס, אבער איך האב זיך נישט געלאזט פון איהם, איך האב איהם געזאגט אז אלעס איז גוט, היינט איז גארנישט אנדערש פון נעכטן, ביטע לאזט מיר גיין, און ער האט מיר ב"ה געלאזט גיין ווייטער, און איך האב געדאנקט השי"ת וואס ער האט מיר געהאלפן אז איך בין ארויס בשלום פון איהם!, צוזאמען מיט די ברכה פון "שלא עשני גוי", ב"ה אז איך דארף נישט צוקומען צו די אלע פסיכעלאגן...
איצט צוריק צום "מודה אני":
נעכטן אום 9:30 ביינאכט, ווען מען האט אונז צוריק איינגעשפארט און אונזערע צעל'ן אזוי ווי יעדע נאכט, און איך האב מיר אראפגעזעצט מאכן א שטיקל חשבון הנפש, ווייל באמת יעדע נאכט ווען מען ווערט איינגעשפארט איז דאס א צייט פון חשבון און התבוננות, צוליב וואס א גאנצן טאג איז מען אין א מצב וואס עס הערשט א אומראיגקייט, עס איז פארהאנען קולי קולות פון די "איידעלע ארעסטאנטן", און ביינאכט ווען מען שפארט צו ווערט אלעס שטיל, איז עס ווי בונקער אינמיטן א "מלחמה זאנע", און אזוי זעצט מען זיך אראפ אויפן בענקל אין מען טראכט איבער וויאזוי עס איז פאריבער דעם טאג, און וויאזוי און אין וועלכע מצב מען שטייט איצט, און וואס עס זענען די פלוכט אויף ווייטער, עס איז א מצב ווי נעילה, ווי הרה"ק רבי צבי הירש מרימאנוב זי"ע זאגט אז וועגן דעם הייסט דאס נעילה, ווייל מען ווערט איינגעשפארט מיטן אייבירשטן, אט אזוי שפיר איך יעדע נאכט, אז מען ווערט איינגעשפארט מיט הקב"ה, מען שפירט אז קיינער איז נישטא מיט דיר נאר דער אייבירשטער, און מען רעדט זיך אויס פאר איהם ווי צו א טאטע צו א קינד.
אזוי אויך איז געווען נעכטן נאכט, אבער מיט גאר א העכערע באדייט, איך האב מיר מתבונן געווען ווי איך בין און אין וועלכע מצב איך שטיי איצט, ווייל פון איין זייט איז יעצט א "זמן שמחה", ווייל ווי איז נאך פארהאנען א גרעסערע שמחה אז איך בין ב"ה זוכה אז מיין אינגסטן קינד כמר דוד'ל נ"י איז געגאנגען צו די חופה בשעטו"מ, און פון די צווייטע זייט בין איך דא איינגעשפארט אין א פונסטערן צעל איינער אליינס..., פארשידענע מחשבות זענען אריבערגעלאפן מיין מח, מיינע מחשבות זענען געלאפן ווייט ווייט..., עס האבן זיך דערמאנט פארשידענע שווערע מצבים, פון דעם שווערן טאג וואס מען האט מיר ארעסטירט עד היום הזה, און נישט אלעס קען מען געדענקען, עס איז שוין מער ווי 19 יאר!, איר ווייסט וואס מיינט 19 יאר?!, די צווייטע וועלט מלחמה איז נישט געווען מער ווי 6 יאר!, איך האב מיר אויסגערעדט מיין הארץ צום טאטן אין הימל, איך האב פארציילט מיינע איבערלעבענישן, איך האב יעדער מצב פראבירט ארויפצוברענגען, אלע יסורי הגוף, אלע יסורי הנפש, די ליידן פון מיין טייערע משפחה, פון מיינע חשובע עלטערן שיחיו, אלע אנטוישינגען, די שווערע שבתים די פארשווארצטע ימים טובים, די וואנדערנישן, די סביבה, גולה אחר גולה, גלות בתוך גלות...
בשעת איך האב אויסגערעכנט מיינע צרות און עגמת נפש האט מיר דער אייבירשטער אריינגעשיינט דעם באקאנטן געדאנק, אז ווען מען זעהט א "האלב פולן גלעזל", קען מען דאס אנקיקן פון צוויי זייטן, מען קען זאגן אז דער גלעזל איז האלב פול, און מען קען זאגן אז דער גלזעל איז האלב ליידיג, עס ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט דאס אן.
דעריבער לאמיר אויסרעכענען וואס זענען די זאכן וואס איך האב קונה געווען דא אין טורמע, און וואס פאר א חסדים דער אייבירשטער האט מיט מיר געטוהן, איך האב אנגעהויבן אויסרעכענען די געוואלדיגע חסדים צו וואס איך האב זוכה געווען, דאס אז איך האב נישט פארלוירן מיין אמונה, דאס אז איך בין שטארק מיט מיין בטחון, דאס אז איך בין זוכה מקיים צו זיין אלע מצות ה' טראץ אלע שוועריקייטן, דאס אז אז מען איז זוכה צו העלפן אנדערע אידן, צו מחזק זיין אנדערע אידן, אה ווי גרויס זענען זיינע חסדים...!, איך בין געקומען צו די מסקנה אז די חסדים פון הקב"ה זענען אסאך מער ווי מיינע צרות און פראבלעמען, און דאס איז בלויז מיט מיר אליינס!
איך האב אנגעהויבן אויסרעכענען די גרויסע חסדים וואס דער אייבירשטער האט געטון מיט מיין משפחה שיחיו, אז ב"ה מען האט זוכה געווען אויפצושטעלן א לעכטיגע אידישע שטוב, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, א דור ישרים יבורך, אה ווי גרויס זענען די חסדים פון הקב"ה!
און אפילו די שווערע זאכן, איז דען דער אייבירשטער נישט גערעכט?, קומט זיך דאס נישט פאר מיר?, האב איך דען אויסגעפירט אלע מיינע פלוכטן?, נו, צו וואס האב איך מיר אפצורעדן?, דער אייבירשטער האט דאך מיר געטוהן אזויפיל חסדים עד מאוד!
נאך מער, אפילו די זאכן וואס קיקן אויס באמת שלעכט, איז ווען מען טראכט נאר אריין אביסל טופער איז דאס דאך באמת גוט, ווייל דער אייבירשטער ווייסט דאך באמת וואס עס איז גוט פאר מיר, און ווי מער איך האב אריינגעטראכט אין דעם איז מיין הארץ מער אנגעפילט געווארן מיט געפולן פון שבח והודאה און שמחה.
און דערנאך האב איך מיר געפרייט מיט דעם אליינס, אז טראץ וואס איז געפון זיך דא אין א פונסטערע טורמע, אין דער צייט וואס דער חתן מיט מין גאנצע משפחה פרייען זיך מיט די חתונה, דאך בין איך זוכה צו זיך אזוי שטארק אויסצורעדן צו הקב"ה און צו זיין אזוי נאנט צו הקב"ה, וואס עס איז באמת נישט פארהאנען קיין בעסערע זאך פון דעם!
איך האב מיר דערמאנט פון די פרשה ווי עס שטייט די שווער נסיונות פון אברהם אבינו ווי ער איז נתנסה געווארן מיט די עשרה נסיונות, וואס באמת איז דאס געווען זייער שווער פאר אברהם אבינו, צוליב וואס ער איז געווען דער ערשטער און האט געהאט א טאטע תרח וואס האט נישט געוויסט פונעם באשעפער, אבער מיר וואס מיר זענען בני אברהם איז דאס שוין אסאך גרינגער, צוליב וואס אברהם אבינו האט שוין אויסגעטרעטן דעם וועג פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן קענען ביישטיין אלע נסיונות און אז עס זאל שוין אנקומען לייכטער, אזוי אויך האט אברהם אבינו נישט געהאט קיין טאטע וואס זאל איהם מחנך זיין, אבער מיר האבן יא עלטערן וואס האבן אונז איבערגעגעבן די מסורת אבות, אזוי אויך האבן מיר די תורה הקדושה וואס לייכט אונז דער פונסטערן גלות און ווייזט אונז דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן.
ווען איך האב אריינגעטראכט אין דעם, בין איך צוגעקומען צו א אמת'דיגער שמחה, און צו קענען מיטהאלטן די שמחה פון דערווייטענס.
אט אזוי זענען מיינע מחשבות געגאנגען אין די נאכט שעות במשך פון אפאר שעה...
ווען איך האב שוין געהאלטן דא, איז שוין געווען נאנט צו 1:30 ביינאכט, אין איך האב מיר פארגעשטעלט אז לויטן זייגער האלט מען איצט ביי די חתונה ביים "מצוה טאנץ", וואס די געוואלדיגע קדושה דערפון איז אזוי ווי ביי נעילה יום הקדוש, און איך בין דא אויך אננגעשפארט מיט הקב"ה.
און מיט אט די מחשבות בין איך געגאנגען רואיג שלאפן אין בעט, אריינטראכטענדיג אין די מחשבות..
און איך בין ב"ה אויפגעשטאנען מיט א פרישקייט, מיט א הארץ מלא חיזוק, און איך האב געזאגט הויעך "מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרת בי נשמתי בחמלה, רבה אמונתיך"!
טראכטענדיג וואס קען דען דער באשעפער טוען עפעס בעסער?!
מזל טוב, מזל טוב!!

abr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 2:34 am

Wow wow.
נישט צו פארשטיין וויאזוי א מענטש א בשר ודם קען אזאנס באווייזען.
א לעבעדיגע אמונה און בטחון ספר איז נישט דאס ווארט.
הייליגע באשעפער קוק אראפ פון הימל און לייז אונז שוין אויס פון גלות.

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 2:42 am

לולא ראיתי לא האמנתי וואס כהאב יעצט דא געליינט
סאיז נבהל ונשתוממם צו ווערן! סיי די ביטערקייט פון זיין מצב ובעיקר די התחזקות למעלה מן הטבע, די ווענט וויינען מיט ווען מזעהט די שורות פונעם מצוה טאנץ..

חזן שמילאוויטש
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 3:20 am

עושר וכבוד האט געשריבן:מיין שאלה איז פארוואס די משפחה אדער עסקנים קען נישט לייגן א צווייטע אימעיל אדרעס וואו מ'קען יא שיקן בריוון אין אידיש, און זיי וועלן עס ארויספרינטן און איבערגעבן פאר ר' מרדכי יצחק'ן.

נישטא אזא מהלך?

מען קען נישט שיקען קיין אימעילס פאר אים נאר מיט ענגליש אותיות, ווי אויך קען מען נישט אריינטראגען צעטליך אדער סיי וואס ווען מ'גייט אים באזוכן, די איינציגסטע וועג וויאזוי צו קאמיוניקירן מיט אים אויף אידיש איז מיט בריוון, קען מען אליין אראפשרייבן א בריוו און אים עס שיקען אויף פאסט פארוואס זאל די משפחה דארפן זיין פארנומען דערמיט ווען מ'קען עס אליינס טון

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 8:21 am

וואס איז זיין אימעיל וואס קומט אן דירעקט צו עהם?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 9:03 am

עקבי הצאן האט געשריבן:וואס איז זיין אימעיל וואס קומט אן דירעקט צו עהם?

דא
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:22 pm

היינט צוריק געקומען אן אימעל פון הרב ר׳ מרדכי יצחק
Good morning and a listegun Shabbos with all blessings. Berichem Tyeh.
Thank you so much for your blessings and you and all with you should be
blessed 1000 times more. Always of Simchas and Umein for your blessings
and Simchas by you!
With great joy we are about to welcome another Shabbos. This Shabbos is
Shabbos Sheve Beruchas of our youngest son, a Chusun Rav David. There are
no words to express our great thanks to Hashem for this and all other
things every second. We say, (Nishmas) "Ein anachi maspikim
lehodos....Afili al ACHAS...". This simcha is much more as one of the
kindnesses of Hashem that he does for us constantly. We are thanking
Hashem non stop. May Hashem help that this simcha and Shabbos Kodesh
shall bring for all of us many many simchas and shall see and feel the
simcha bishlymes and we shall all have lots of nachas from our
descendants. Good Shabbos & Mozel Tov! To add in continuation from last
week about "Bereishis" if we have a good beginning then we stay strong
[R"T Noch] and we go from one level to another higher level. This is the
connection of Berashis, Noch, and Lech Lechu.
`
With Joy,
Mordechai Yitzchuk ben Feige Yeidis & Family

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 2:13 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:וואס איז זיין אימעיל וואס קומט אן דירעקט צו עהם?

דא

יישר כח, געכאפט און אפגעשיקט א בריוועלע מיט הארציגע וואונטשען און ברכות.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
קרית יואל
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:35 pm
לאקאציע: געפינט זיך ערגעץ אין קרית יואל

תגובהדורך קרית יואל » זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:00 pm

געפונט זיך אין קרית יואל

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:10 pm

כ'האב געשיקט א מזל טוב פאר ר' מרדכי יצחק'ן פרייטאג פארמיטאג, מוצאי שבת זעה איך א רעפליי פוו עהם וואס איז אריינגעקומען 5:20, און די דאטום וואס ער האט עס ארויסגעשיקט איז האלב איינס, זעהט אויס אז זיי שטעלן איין א דילעי ווילאנג זיי קוקן עס איבער, אדער איז עס א פריסעט דילעי מ'זאל נישט קענען קיומוניקעיטן איו ריעל טיים.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:20 pm

וואס איז זיין אימעיל

חזן שמילאוויטש
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:28 pm

געוואלטיג האט געשריבן:וואס איז זיין אימעיל

mordchasamet@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גם אני, פישל און 19 געסט