"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובה דורך ישרן »

די אלע וואס זוכן וואס דער בעש"ט האט "מחדש" געווען זאלן שוין אויפהערן צו זוכן.
וואס הייסט מחדש געווען? קבלה מפי הגבורה? מפי משה רבינו? אחיה השילוני?
נאר וואס, די אלע זאכן וואס ווערן דערמאנט אין ספרים בדרך אגב, נישט אלס יסוד בעבודת השם, האט דער בעש"ט ותלמידיו געפילעוועט דערויף און געמאכט אלס יסוד. א שטייגער ווי אז אין עוד מלבדו כפשוטו, טוהן תורה ומצוות מתוך דביקות בה', ביטל האנוכיות, וכו' וכו'.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

אין עוד מלבדו כפשוטו און תורה ומצוות אלס דביקות בשם און ביטול האנוכיות שטייט איבעראל ובפרט אין ספרי קבלה און סשטייט אלס א יסוד בעבודת השם.
דאס זענען פונקט אזוי געווען די חסידי פראנקפורט און בראד (כ'רעד נישט פון די לומדים)
די סארט חסידים האט כלל ישראל אלס געהאט לדוגמת ר' יהודה החסיד מבעלי התוספת ועוד.
בכלל ווען מבאצייכנט היינט איינעם אלס א חסידישער יונגערמאן מוז עס בכלל נישט מיינען אז ער איז מקיים די אויבנדערמאנטע זאכן...... איז אפילו אויב וועסטו אויף עפעס א וועג אויפווייזן אז דאס וואס די שרייבסט איז טאקע חסידות וועסטו מוזן מסכים זיין אז פון די היינטיגע רעאליטעט איז עס זיכער נשתכח געווארן, אפשר קען מען עס מחדש זיין..
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

farshlufen האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:נישט ווייל מען קען נישט מסביר זיין די טיפע באגריפן אין חסידות אויף איין פיס, מיינט עס אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז. ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, טרעפט מען חידושים עצומים אין תורת החסידות וואס מען טרעפט נישט אויף די פארנעם אין די פריערדיגע! [b][b]די אלע יסודות וואס איז געבויעט אויף די אמונה טהורה אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויף דער וועלט חוץ דעם אייבערשטן,[/b][/b] וואס אויף די נקודה איז געבויעט "טויזענטער" דרכי העבודה בתורת החסידות, אויף די נקודה והמסתעף איז געבויעט אלפי בחינות בתורת החסידות וואס די טרעפסט דוקא דארט, די גאנצע בליק אויף די בריאה איז געווארן העכער מיט תורת החסידות, און די אלע זאכן טרעפסטו נישט אין די פריערדיגע ספרים, אוודאי טרעפסטו די פסוק מלא כל הארץ כבודו, און אונז ווייסן מיר אלע אז לית אתר פנוי מיני', אבער דאס אראפצוברענגען אויף אזא פארנעם אז דאס זאל ווערן א חלק פון די דרכי עבודה מיט א נייע וועלט וואס דרייט זיך ארום דעם, איז דא אין דעם כמה חידושים עצומים בתורת החסידות.

זייטזשע מיר מוחל טויזענט מאל אבער דער מציאות איז "נישט" אזוי, דאס גאנצע ענין שטייט קלאר ארויס אין פריערדיגע ספרי יראה וספרי קבלה מיט יסודות פון זוה"ק, די פריערדיגע מקובלים, דער אריה"ק ותלמידיו און ווייטער.

לענין, יא מען ברויך לערנען ספרי חסידות, פארוואס? לערן נאר ווי עס באדארף צו זיין וועסטו שוין וויסן.

זיי מיר מוחל אבער די מציאות איז "יא" אזוי, נאר עס פארלאנגט זיך אן אריכות גדול דאס צו מבאר זיין, אבער אין איין ווארט וישמע חכם ויוסיף לקח. עס איז דא א ריזיגע חילוק פון דרך האר"י הרמ"ק הבעש"ט, אזוי ווי הרה"ק רבי יצחק אייזיק מהאמיל תלמידו של בעל התניא צולייגט עס זייער שיין ער רופט עס אן בשם "השתלשלות השראה התלבשות" און ער שרייבט קלאר אז אפילו לויט'ן דרך האר"י איז די גילוי אלקות אויף אן אופן פון "התלבשות" דהיינו אז די בליק אויף די בריאה איז אז בעצם איז דא א בריאה, נאר עס איז מלובש אין דעם די אור ה', וואס דאס ברענגט ממילא ארויס אז עס איז נישט דא עפעס אנדערש חוץ דעם אייבערשטן ווייל אין יעדע זאך איז דא מלובש דעם אור ה'.

און דעריבער לויט דעם דרך האר"י פארלאנגט זיך פאר א איד זיך אויסצוטוהן פון אלע סארט ענינים פון וועלט, און זיך מזכך זיין צו זיין א הימלישע מענטש ממש, און נאר דעמאלס קענסטו משיג זיין דעם דרך האר"י בשמים ממעל.

משא"כ דער דרך הבעש"ט רופט אן ר' אייזיק מהאמיל בשם "השראה" דהיינו אז אין יעדע זאך בעצם איז שורה דעם אור ה', דהיינו אז עס איז בכלל נישט דא עפעס אנדערש אין די בריאה חוץ דעם אייבערשטן (נאר דער אייבערשטער האט געגעבן רשות פאר די סט"א צו מעלים זיין און זיך פירן כאילו זיי זענען א מציאות בפני עצמו, אבער באמת איז דאס נישט אזוי).

און אויב דאס איז די מציאות, קומט אויס אז א מענטש איז כסדר נאנט צום אייבערשטן אויף א מורא'דיגע פארנעם, און בפרט ווען ער טוט א מצוה ווערט ער נישט סתם נאענט צום אייבערשטן נאר ער ווערט ממש איינס מיט'ן אייבערשטן, נישט די פשט אז די מענטש איז א מענטש און די מצוה איז א מצוה און דער אייבערשטער איז דער אייבערשטער און דאס אלעס ווערט איינס, אזוי ווי צוויי עקסטערע זאכן זענען זיך מחבר, נישט דאס איז די דערהער פון חסידות, נאר די דערהער איז אז עס איז בכלל נישט דא קיין צוויי זאכן דא, מיט די מצוה וואס די טוסט ווערסטו ממש איינס כביכול מיט'ן אייבערשטן. דאס איז לדוגמא בעלמא, ווייל אזוי איז דא נאך טויזענטער בחינות אין חסידות מיט מורא'דיגע חיזוק אין יעדע מצב של חושך וכו', וואס אלעס ברענגט זיך ארויס ארום די נקודה, אז איבעראל טרעפסטו דעם אייבערשטן, אלעס איז דער אייבערשטער, בפרט ביי יעדע יום טוב וכדומה ווי עס איז דא א גרעסערע גילוי פון קדושה, מיינט דאס אז עס איז דא א גרעסערע גילוי פונעם אייבערשטן אליין, וואס ממילא ברענגט דאס ארויס א מורא'דיגע התלהבות און פלאם ביי יעדע מצוה, וואס דאס איז א חלק פון נחלת הכלל בדרך החסידות.

יעצט, דאס וואס די זאגסט אז מען טרעפט דאס שוין אין פריערדיגע ספרים, אוודאי טרעפט מען די ענין אז אלעס איז דער אייבערשטער, אבער עס איז נישט געווארן אראפגעברענגט אויף א אופן אז מען זאל קענען לעבן דערמיט, דהיינו אין נפש החיים למשל האלט ער אויך זייער שטארק אז צמצום איז נישט כפשוטו, אבער ער ברענגט ארויס אז מען קען נישט לעבן דערמיט, ווייל במציאות איז דא א רע מיט עבודה זרה וכו', משא"כ ביי די דרך הבעש"ט איז די ענין פון צמצום שלא כפשוטו געווארן א דרך צו לעבן דערמיט טאג טעגליך מיט די אלע יסודות אז אלעס איז דער אייבערשטער וואס גאנץ תורת החסידות דרייט זיך ארום דעם.

און פאר ארגינעלער וואס איז פארנומען אז וויבאלד יעדער איז מסביר אנדערש די דרך החסידות ממילא איז א ראי' נפלאה אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז, וויל איך אים זאגן, אז איך האב שוין ערווענט אויבן, אז נישט יעדע זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין אויף איין פיס מיינט דאס אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז, און די עיקר נקודה איז אז עס איז א קליינע נפקא מינה צו די האסט יא ארויס די דרך החסידות צו נישט, לערן חסידישע ספרים, פיר דיך ווי עס שטייט דארט, וועסטו ממילא האבן דעם דרך החסידות, ווייל אלעס דארט איז געבויעט אויפ'ן דרך החסידות, אפילו די וועסט מיר נישט קענען מסביר זיין וואס ליגט אינטער דעם און אויף וועלכע יסודת עס איז געבויעט.

און בנוגע דיין טענה אז די איינציגסטע דרך איז די דרך החתם סופר, איז אפשר קענסטו מיר ביטע שיין מסביר זיין וואס איז די דרך החתם סופר? הא? זיך פירן ווי עס שטייט אין שולחן ערוך? האמיר דאך שוין די שולחן ערוך פאר דעם. משא"כ די דרך החסידות טרעפסטו דארט אוצרות מיט גאלדענע יסודות וואס די טרעפסט דוקא אין די אוצר פון ספרי החסידות, און פון דיינע תגובות זעהט זיך אן אז די ביסט נישט עוסק שטארק אין תורת החסידות, ממילא ווייסטו טאקע נישט אז עס איז דא אזא סארט זאך.
און בנוגע דיין טענה אז אין אונגארן האט זיך בעסער געהאלטן אידישקייט, דאס איז סתם א שקר גס, אין פוילן איז געווען הונדערטער טויזענטער חסידישע אידן און בחורים דערהויבענע חסידישע הייליגע נשמות, טויזענטער בחורים וואס האבן זיך געווייקט אין אידישקייט און בתורת החסידות, און וויאזוי סיגוט מיט בודאפעסט האבן אויסגעקוקט וועל איך דיר באלד פארציילן, און דאס אז ליידער זענען פילע פון די אינגווארג אראפגעגאנגען פון וועג, איז פשוט וויבאלד די ארימקייט איז געווען געפערליך גרויס, די צרות מיט די אלע גשמיות'דיגע פראבלעמען האט געמאכט אז די אלע גרופעס פון ציונים און משכילים זאלן קענען געפינען א פלאץ ביי די אינגווארג, וואס די אינגווארג איז אונגארן איז נישט געווען בעסער ליידער.

די גרעסטע ראי' אז דוקא חסידות האט אפגעראטעוועט די ביסל אידישקייט וואס איז געבליבן און נישט די דרך פון חתם סופר, האסטו טאקע פון דעם אליין אז גאר אסאך פון די תלמידי החתם סופר ותלמידי תלמידיו האבן זיך געקלאמערט צום דרך החסידות, און מדריך געווען זייערע קהילות און ישיבות דוקא אויפ'ן דרך החסידות, און האבן שטארק ארויסגעברענגט אז די דוקא די דרך החסידות איז כתריס בפני הפורעניות זיך צו האלטן בעקבתא דמשיחא. [און נישט ווי דיין רבי מוואדריטש דרייט אויס די ענין כאילו זיי האבן נאר משלב געווען וכו', אדרבה זיי האבן איינגעזעהן אז די דרך החסידות איז די ריכטיגע דרך, איי אין די פריערדיגע דורות איז דאס נישט געווען? נו פשוט דעמאלס איז אויך נישט געווען די סארט נסיונות ווי עקבתא דמשיחא ממילא האט נישט אויסגעפעלט אזעלכע ריזיגע פאנצער'ס ופשוט.

און איך וועל דיר טאקע מעתיק זיין א לשון פון אמרי יהודה מסעקלהעד וואס ער ברענגט שיין ארויס פארוואס די דרך החתם סופר האט זיך נישט געהאלטן און דוקא די דרך החסידות האט זיך געהאלטן, און דא האסטו שוין א תירוץ אויף דיין בלבול אז דוקא אין אונגארן האט זיך געהאלטן אידישקייט, אדרבה דוקא ביי חסידות האט זיך געהאלטן אידישקייט, און אפילו די אונגארישע האט געמיזט צוקומען צום דרך החסידות באופן כללי.

דאס איז זיין לשון אין אמרי יהודה פ' שלח, און די זעלבע ענין דערמאנט ער אין נאך פלעצער: אכן ענין של הבעש"ט מה הוא, והסביר לו כי רשב"י זי"ע גילה לפני העולם שיש א"ל עולם, והאר"י ז"ל לימד איך להתקרב לה', והבעש"ט הק' לימד את העם שה' לפני האיש וכו', ונ"ל הענין כי רשב"י זי"ע התבודד וסיגף א"ע עד אין חקר ופירש מעניני העולם מכל וכל ועסק בנויות ברמה, והאר"י הק' זצ"ל זי"ע לימד איך שגם ע"י עניני העולם יתקרב האדם לבוראו ואיך יכנס לפני ולפנים, והבעש"ט הק' זצ"ל זי"ע לימד שבכל דבר האדם הוא לפני ולפנים ומלכותו בכל משלה והוא נמצא בכל, וכמבואר בספרי תלמידי הבעש"ט הק' זי"ע ועכ"י בשמו איך להכניס הקדושה בכל ענין כי הוא בכל מצוי, וכאשר אנו רואים זה הדרך בחסידים ואנשי מעשה, לכן מתקיים התורה והיראה אצל כת החסידים ההולכים בדרך הבעש"ט הק' עכ"פ לפי הדור, שבכל דבר ישנו קדושה והכל כלול בקדושתו יתברך ועל הכל שורה, וממילא אין הפסק בעבדות ה' והוי כמעין שאינו פוסק, אכן דרכם של אותן גדולי ישראל [החת"ס ותלמידיו] שמסרו ג"כ נפשם לה' בתורה ועבודה, זה הדרך לא היה בכחם של רבת העם לילך בה, ועל כן נתמעט הדרך הזה.עכ"ל.

איי וועסטו זאגן אז נישט יעדער גייט ליידער אויף די דרך, און אפילו אין חסידישע פלעצער איז אויך דא אינגעלייט ליידיגגייער'ס ליידער וכו', נו נו, דאס מיינט נאך נישט אז די דרך החסידות איז נישט קאי וקיים, עס איז קאי וקיים פאר ווער עס וויל גיין דערין. א גיטן טאג.
לעצט פארראכטן דורך פיבער מעסטער אום מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

למעלה משבעים האט געשריבן:
ואגב, כ'האב קיין מושג פון ווי איר נעמט אז אין אונגארן איז די יוגנט ווייניגער אוועקגעפאלן.

רעב זיבעציגער, אין פאקט איז עס אזוי געווען, אין אונגארן איז געפאלן אסאך אסאך ווייניגער ווי אין פוילן - רוסלאנד (גאליציע ווייס איך נישט)
ליינט אדורך א בוך פון א אונגארישע איד, און פון א פוילישע איד (עכ"פ פון די גרויסע שטעט ווי קראקא ווארשא) און איר וועט זיך עס אליין איבערצייגן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

און אין רוסלאנד ווי ס'זענען געווען חב''דסקער מיט ברעסלעווער חסידים זענען נאך ווייניגער געפאלען נאר קאמעניזעם האט עס אויסגעריסען אבער זיי זענען געווען פעלזען פעסט
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובה דורך El Rushbo »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ואגב, כ'האב קיין מושג פון ווי איר נעמט אז אין אונגארן איז די יוגנט ווייניגער אוועקגעפאלן.

רעב זיבעציגער, אין פאקט איז עס אזוי געווען, אין אונגארן איז געפאלן אסאך אסאך ווייניגער ווי אין פוילן - רוסלאנד (גאליציע ווייס איך נישט)
ליינט אדורך א בוך פון א אונגארישע איד, און פון א פוילישע איד (עכ"פ פון די גרויסע שטעט ווי קראקא ווארשא) און איר וועט זיך עס אליין איבערצייגן

נניח אז ס'איז אמת, מוז נישט זיין אז חסידות האט עס אפגעראטעוועט, אין פולין איז געווען א שטארקע עניות און די אלע גרופעס האבן דארט שטערקער מצליח געווען.

לעצם הענין, קוקט אויס ווי קיינער דא האלט נישט ביי די מדריגה ווי די דקותדיגע חילוקים וואס איז געווען די 'פוינט אף קאנטענשאן' צווישן תלמידי הבעל שם והגר"א.

נו פארוואסזשע פארררופט מען זיך אלץ חסידישער איד? וואס איז די שטריימלעריי? (האט גארנישט מיט מנהג אבות ווען דער זיידע אליינס ולמעלה בקודש זענען געגאנגען שטריימעללאז)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

El Rushbo האט געשריבן:

איר האט נישט גוט פארשטאנען די תגובות,
מיר זאגן פארקערט אז אין אונגארן וואס חסידות איז געווען ווייניגער פארשפרייט האט זיך אעפ"כ געהאלטן מער אידישקייט בתורת החת"ס
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובה דורך לב בשר »

פיבער מעסטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:נישט ווייל מען קען נישט מסביר זיין די טיפע באגריפן אין חסידות אויף איין פיס, מיינט עס אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז. ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, טרעפט מען חידושים עצומים אין תורת החסידות וואס מען טרעפט נישט אויף די פארנעם אין די פריערדיגע! [b][b]די אלע יסודות וואס איז געבויעט אויף די אמונה טהורה אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויף דער וועלט חוץ דעם אייבערשטן,[/b][/b] וואס אויף די נקודה איז געבויעט "טויזענטער" דרכי העבודה בתורת החסידות, אויף די נקודה והמסתעף איז געבויעט אלפי בחינות בתורת החסידות וואס די טרעפסט דוקא דארט, די גאנצע בליק אויף די בריאה איז געווארן העכער מיט תורת החסידות, און די אלע זאכן טרעפסטו נישט אין די פריערדיגע ספרים, אוודאי טרעפסטו די פסוק מלא כל הארץ כבודו, און אונז ווייסן מיר אלע אז לית אתר פנוי מיני', אבער דאס אראפצוברענגען אויף אזא פארנעם אז דאס זאל ווערן א חלק פון די דרכי עבודה מיט א נייע וועלט וואס דרייט זיך ארום דעם, איז דא אין דעם כמה חידושים עצומים בתורת החסידות.

זייטזשע מיר מוחל טויזענט מאל אבער דער מציאות איז "נישט" אזוי, דאס גאנצע ענין שטייט קלאר ארויס אין פריערדיגע ספרי יראה וספרי קבלה מיט יסודות פון זוה"ק, די פריערדיגע מקובלים, דער אריה"ק ותלמידיו און ווייטער.

לענין, יא מען ברויך לערנען ספרי חסידות, פארוואס? לערן נאר ווי עס באדארף צו זיין וועסטו שוין וויסן.

זיי מיר מוחל אבער די מציאות איז "יא" אזוי, נאר עס פארלאנגט זיך אן אריכות גדול דאס צו מבאר זיין, אבער אין איין ווארט וישמע חכם ויוסיף לקח. עס איז דא א ריזיגע חילוק פון דרך האר"י הרמ"ק הבעש"ט, אזוי ווי הרה"ק רבי יצחק אייזיק מהאמיל תלמידו של בעל התניא צולייגט עס זייער שיין ער רופט עס אן בשם "השתלשלות השראה התלבשות" און ער שרייבט קלאר אז אפילו לויט'ן דרך האר"י איז די גילוי אלקות אויף אן אופן פון "התלבשות" דהיינו אז די בליק אויף די בריאה איז אז בעצם איז דא א בריאה, נאר עס איז מלובש אין דעם די אור ה', וואס דאס ברענגט ממילא ארויס אז עס איז נישט דא עפעס אנדערש חוץ דעם אייבערשטן ווייל אין יעדע זאך איז דא מלובש דעם אור ה'.

און דעריבער לויט דעם דרך האר"י פארלאנגט זיך פאר א איד זיך אויסצוטוהן פון אלע סארט ענינים פון וועלט, און זיך מזכך זיין צו זיין א הימלישע מענטש ממש, און נאר דעמאלס קענסטו משיג זיין דעם דרך האר"י בשמים ממעל.

משא"כ דער דרך הבעש"ט רופט אן ר' אייזיק מהאמיל בשם "השראה" דהיינו אז אין יעדע זאך בעצם איז שורה דעם אור ה', דהיינו אז עס איז בכלל נישט דא עפעס אנדערש אין די בריאה חוץ דעם אייבערשטן (נאר דער אייבערשטער האט געגעבן רשות פאר די סט"א צו מעלים זיין און זיך פירן כאילו זיי זענען א מציאות בפני עצמו, אבער באמת איז דאס נישט אזוי).

און אויב דאס איז די מציאות, קומט אויס אז א מענטש איז כסדר נאנט צום אייבערשטן אויף א מורא'דיגע פארנעם, און בפרט ווען ער טוט א מצוה ווערט ער נישט סתם נאענט צום אייבערשטן נאר ער ווערט ממש איינס מיט'ן אייבערשטן, נישט די פשט אז די מענטש איז א מענטש און די מצוה איז א מצוה און דער אייבערשטער איז דער אייבערשטער און דאס אלעס ווערט איינס, אזוי ווי צוויי עקסטערע זאכן זענען זיך מחבר, נישט דאס איז די דערהער פון חסידות, נאר די דערהער איז אז עס איז בכלל נישט דא קיין צוויי זאכן דא, מיט די מצוה וואס די טוסט ווערסטו ממש איינס כביכול מיט'ן אייבערשטן. דאס איז לדוגמא בעלמא, ווייל אזוי איז דא נאך טויזענטער בחינות אין חסידות מיט מורא'דיגע חיזוק אין יעדע מצב של חושך וכו', וואס אלעס ברענגט זיך ארויס ארום די נקודה, אז איבעראל טרעפסטו דעם אייבערשטן, אלעס איז דער אייבערשטער, בפרט ביי יעדע יום טוב וכדומה ווי עס איז דא א גרעסערע גילוי פון קדושה, מיינט דאס אז עס איז דא א גרעסערע גילוי פונעם אייבערשטן אליין, וואס ממילא ברענגט דאס ארויס א מורא'דיגע התלהבות און פלאם ביי יעדע מצוה, וואס דאס איז א חלק פון נחלת הכלל בדרך החסידות.

יעצט, דאס וואס די זאגסט אז מען טרעפט דאס שוין אין פריערדיגע ספרים, אוודאי טרעפט מען די ענין אז אלעס איז דער אייבערשטער, אבער עס איז נישט געווארן אראפגעברענגט אויף א אופן אז מען זאל קענען לעבן דערמיט, דהיינו אין נפש החיים למשל האלט ער אויך זייער שטארק אז צמצום איז נישט כפשוטו, אבער ער ברענגט ארויס אז מען קען נישט "לעבן" דערמיט, ווייל במציאות איז דא א רע מיט עבודה זרה וכו', משא"כ ביי די דרך הבעש"ט איז די ענין פון צמצום שלא כפשוטו געווארן א "דרך צו לעבן דערמיט טאג טעגליך" מיט די אלע יסודות אז אלעס איז דער אייבערשטער וואס גאנץ תורת החסידות דרייט זיך ארום דעם.

און פאר ארגינעלער וואס איז פארנומען אז וויבאלד יעדער איז מסביר אנדערש די דרך החסידות ממילא איז א ראי' נפלאה אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז, וויל איך אים זאגן, אז איך האב שוין ערווענט אויבן, אז נישט יעדע זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין אויף איין פיס מיינט דאס אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז, און די עיקר נקודה איז אז עס איז א קליינע נפקא מינה צו די האסט יא ארויס די דרך החסידות צו נישט, לערן חסידישע ספרים, פיר דיך ווי עס שטייט דארט, וועסטו ממילא האבן דעם דרך החסידות, ווייל אלעס דארט איז געבויעט אויפ'ן דרך החסידות, אפילו די וועסט מיר נישט קענען מסביר זיין וואס ליגט אינטער דעם און אויף וועלכע יסודת עס איז געבויעט.

און בנוגע דיין טענה אז די איינציגסטע דרך איז די דרך החתם סופר, איז אפשר קענסטו מיר ביטע שיין מסביר זיין וואס איז די דרך החתם סופר? הא? זיך פירן ווי עס שטייט אין שולחן ערוך? האמיר דאך שוין די שולחן ערוך פאר דעם. משא"כ די דרך החסידות טרעפסטו דארט אוצרות מיט גאלדענע יסודות וואס די טרעפסט דוקא אין די אוצר פון ספרי החסידות, און פון דיינע תגובות זעהט זיך אן אז די ביסט נישט עוסק שטארק אין תורת החסידות, ממילא ווייסטו טאקע נישט אז עס איז דא אזא סארט זאך.
און בנוגע דיין טענה אז אין אונגארן האט זיך בעסער געהאלטן אידישקייט, דאס איז סתם א שקר גס, אין פוילן איז געווען הונדערטער טויזענטער חסידישע אידן און בחורים דערהויבענע חסידישע הייליגע נשמות, טויזענטער בחורים וואס האבן זיך געווייקט אין אידישקייט און בתורת החסידות, און וויאזוי סיגוט מיט בודאפעסט האבן אויסגעקוקט וועל איך דיר באלד פארציילן, און דאס אז ליידער זענען פילע פון די אינגווארג אראפגעגאנגען פון וועג, איז פשוט וויבאלד די ארימקייט איז געווען געפערליך גרויס, די צרות מיט די אלע גשמיות'דיגע פראבלעמען האט געמאכט אז די אלע גרופעס פון ציונים און משכילים זאלן קענען געפינען א פלאץ ביי די אינגווארג, וואס די אינגווארג איז אונגארן איז נישט געווען בעסער ליידער.

די גרעסטע ראי' אז דוקא חסידות האט אפגעראטעוועט די ביסל אידישקייט וואס איז געבליבן און נישט די דרך פון חתם סופר, האסטו טאקע פון דעם אליין אז גאר אסאך פון די תלמידי החתם סופר ותלמידי תלמידיו האבן זיך געקלאמערט צום דרך החסידות, און מדריך געווען זייערע קהילות און ישיבות דוקא אויפ'ן דרך החסידות, און האבן שטארק ארויסגעברענגט אז די דוקא די דרך החסידות איז כתריס בפני הפורעניות זיך צו האלטן בעקבתא דמשיחא. [און נישט ווי דיין רבי מוואדריטש דרייט אויס די ענין כאילו זיי האבן נאר משלב געווען וכו', אדרבה זיי האבן איינגעזעהן אז די דרך החסידות איז די ריכטיגע דרך, איי אין די פריערדיגע דורות איז דאס נישט געווען? נו פשוט דעמאלס איז אויך נישט געווען די סארט נסיונות ווי עקבתא דמשיחא ממילא האט נישט אויסגעפעלט אזעלכע ריזיגע פאנצער'ס ופשוט.

און איך וועל דיר טאקע מעתיק זיין א לשון פון אמרי יהודה מסעקלהעד וואס ער ברענגט שיין ארויס פארוואס די דרך החתם סופר האט זיך נישט געהאלטן און דוקא די דרך החסידות האט זיך געהאלטן, און דא האסטו שוין א תירוץ אויף דיין בלבול אז דוקא אין אונגארן האט זיך געהאלטן אידישקייט, אדרבה דוקא ביי חסידות האט זיך געהאלטן אידישקייט, און אפילו די אונגארישע האט געמיזט צוקומען צום דרך החסידות באופן כללי.

דאס איז זיין לשון אין אמרי יהודה פ' שלח, און די זעלבע ענין דערמאנט ער אין נאך פלעצער: אכן ענין של הבעש"ט מה הוא, והסביר לו כי רשב"י זי"ע גילה לפני העולם שיש א"ל עולם, והאר"י ז"ל לימד איך להתקרב לה', והבעש"ט הק' לימד את העם שה' לפני האיש וכו', ונ"ל הענין כי רשב"י זי"ע התבודד וסיגף א"ע עד אין חקר ופירש מעניני העולם מכל וכל ועסק בנויות ברמה, והאר"י הק' זצ"ל זי"ע לימד איך שגם ע"י עניני העולם יתקרב האדם לבוראו ואיך יכנס לפני ולפנים, והבעש"ט הק' זצ"ל זי"ע לימד שבכל דבר האדם הוא לפני ולפנים ומלכותו בכל משלה והוא נמצא בכל, וכמבואר בספרי תלמידי הבעש"ט הק' זי"ע ועכ"י בשמו איך להכניס הקדושה בכל ענין כי הוא בכל מצוי, וכאשר אנו רואים זה הדרך בחסידים ואנשי מעשה, לכן מתקיים התורה והיראה אצל כת החסידים ההולכים בדרך הבעש"ט הק' עכ"פ לפי הדור, שבכל דבר ישנו קדושה והכל כלול בקדושתו יתברך ועל הכל שורה, וממילא אין הפסק בעבדות ה' והוי כמעין שאינו פוסק, אכן דרכם של אותן גדולי ישראל [החת"ס ותלמידיו] שמסרו ג"כ נפשם לה' בתורה ועבודה, זה הדרך לא היה בכחם של רבת העם לילך בה, ועל כן נתמעט הדרך הזה.עכ"ל.

איי וועסטו זאגן אז נישט יעדער גייט ליידער אויף די דרך, און אפילו אין חסידישע פלעצער איז אויך דא אינגעלייט ליידיגגייער'ס ליידער וכו', נו נו, דאס מיינט נאך נישט אז די דרך החסידות איז נישט קאי וקיים, עס איז קאי וקיים פאר ווער עס וויל גיין דערין. א גיטן טאג.

איין שטיק קטנות נעבעך...
כ׳ווייס נישט וואו צו אנהייבן און וואו צו ענדיגען. גענוי ווי א משיח׳סט זאגט אז זיין רבי לעבט, וואו הייבט מען אן? זיין מוח איז גע׳ווייערט אויף צענדליגע פאלטשע הנחות...

אנטשולדיגט
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ואגב, כ'האב קיין מושג פון ווי איר נעמט אז אין אונגארן איז די יוגנט ווייניגער אוועקגעפאלן.

רעב זיבעציגער, אין פאקט איז עס אזוי געווען, אין אונגארן איז געפאלן אסאך אסאך ווייניגער ווי אין פוילן - רוסלאנד (גאליציע ווייס איך נישט)
ליינט אדורך א בוך פון א אונגארישע איד, און פון א פוילישע איד (עכ"פ פון די גרויסע שטעט ווי קראקא ווארשא) און איר וועט זיך עס אליין איבערצייגן

אנדערש ווי הרב ארגילענער וויל דא פארפירן כאילו חסידות האט גורם געווען אז די אינגווארג זאל אראפגיין, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. די סיבה פארוואס די אינגווארג איז געגאנגען שלאפן ליידער, איז געווען צוליב די אלע גרופע'ס וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין די אלע פלעצער, און האבן געשניטן שטיקער, ליידער האט די עניות און די צרות בגשמיות געמאכט אז די יונגנט זאל זיכן נייע גליקן, און דאס איז געווען אין אונגארישע מקומות פונקט אזוי!!! [הווידיאו ממונקאטש והמצב מסיגוט לא הי' בפוילין ובגאליציע....] און אדרבה דאס וואס עס האבן זיך יא געהאלטן אידישקייט אין פוילן און אין גאליציע איז געווען דוקא דורך די דרך החסידות ווי עס האט געווירבלט מיט טויזענטער חסידישע בחורים, באבוב'ע גור'ע אלכסנדר פסיאצעסנע און נאך אטו כי רוכלא נחשב וניזיל, ווי דער פסיאצעסנער איז מאריך אין עטליכע מקומות אז דוקא די דרך החסידות די חמימות און די אש קודש און די אלע חסידישע חבורות מיט די ווארימקייט וואס מען האט געפינען ביי צדיקים, דוקא דאס האט געהאלטן די אידישקייט ביי די אינגווארג וואס איז געבליבן.

הקיצור, חס ושלום צו זאגן אז חסידות איז געווען א גורם אז די אידישקייט זאל פאלן, אדרבה אידישקייט איז געפאלן וועגן אנדערע סיבות אינגאנצן, און חסידות איז געווען די סיבה צוריקצוברענגען די אידישקייט פון די אינגווארג.

רבי, נעמט איין אייער פיבער מעסטער פאר איר רעדט....
איך מיין אז איר האט נישט גוט אפגעטייטשט הרב ארגינעלער'ס ווערטער, איך זעה נישט וואו ער שרייבט אז חסידות איז געווען דער 'גורם' צו ירידת הדורות, ער שרייבט סך הכל אז אין אונגארן האט מען זיך געהאלטן מער ביי אידישקייט 'טראץ' וואס דער דרך הבע"ש איז נישט געווען אזוי מופץ.
און לענין וואס איר טענה'עט אז אין אונגארן איז געווען ערגער ווי פוילן, כאמור לעיל לייענט וואס א אונגארישער איד שרייבט איבער אידישקייט פון פארן קריג און וואס א פוילישער איד פון קראקא שרייבט (לדוגמא די בוך פון ר' לייבל מאנדלבוים) און נאכדעם קען מען רעדן ווייטער.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

מען האלט שוין נאכ'ן ליינען כמה וכמה ביכער, סאך מער ווי די שטעלסט זיך פאר, און די פראבלעם איז טאקע אז די ביסט געבליבן סטאק ביי צוויי דריי ביכער וואס ברענגען ארויס אפשר איין זייט פון די מטבע, און איך האב אויך געליינט ביכער און גערעדט צו זקנים וואס האבן מיר גיט אראפגעלייגט די מצב אין אונגארן, רחמנא ליצלן.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובה דורך ליידיג גייער »

אין פוילן זיינען מער פון די יונגווארג געפאלן צו די גרופעס ווייל מען האט זיי נישט צוזאם גענומען אין די ישיבות ווי אין אונגארן, אין באבוב און פציאסנא איז טאקע בעסער געווען זיי האבן שווער אריינגעארבייט אין די יוגנט.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

El Rushbo האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ואגב, כ'האב קיין מושג פון ווי איר נעמט אז אין אונגארן איז די יוגנט ווייניגער אוועקגעפאלן.

רעב זיבעציגער, אין פאקט איז עס אזוי געווען, אין אונגארן איז געפאלן אסאך אסאך ווייניגער ווי אין פוילן - רוסלאנד (גאליציע ווייס איך נישט)
ליינט אדורך א בוך פון א אונגארישע איד, און פון א פוילישע איד (עכ"פ פון די גרויסע שטעט ווי קראקא ווארשא) און איר וועט זיך עס אליין איבערצייגן

נניח אז ס'איז אמת, מוז נישט זיין אז חסידות האט עס אפגעראטעוועט, אין פולין איז געווען א שטארקע עניות און די אלע גרופעס האבן דארט שטערקער מצליח געווען.

לעצם הענין, קוקט אויס ווי קיינער דא האלט נישט ביי די מדריגה ווי די דקותדיגע חילוקים וואס איז געווען די 'פוינט אף קאנטענשאן' צווישן תלמידי הבעל שם והגר"א.

נו פארוואסזשע פארררופט מען זיך אלץ חסידישער איד? וואס איז די שטריימלעריי? (האט גארנישט מיט מנהג אבות ווען דער זיידע אליינס ולמעלה בקודש זענען געגאנגען שטריימעללאז)

הוא אשר דברתי די דרך החת"ס האט אפגעראטעוועט דאס יודישקייט סיי פארן קריג און סיי נאכן קריג און נישט........ אפשר בצירוף, ווייסעך נישט....
אגב,איך ווייס נישט ווי באקאנט דאס איז, אבער ר' הלל קאלאמייער זצ"ל האט געשוואוירן א שבועה אינעם אויבערשטנס נאמען אז יודישקייט וועט זיך האלטן ביי די תלמידי החת"ס עד ביאת משיח, כ'מיין אז דאס זאגט גאר אסאך, כ'קלער בדרך אפשר אז ער האט זיך פארלאזט אויף'ן הבטחה וואס דער הייליגער מגיד האט באקומען אז די גאלדענע קייט וועט זיך ציען ביז משיח'ס טאג, לפי זה איז גאר דער הייליגער חת"ס דער ריכטיגער ממשיך דרך הבעל שם אדער עכ'פ האט ער מקבל געווען און אוועקגעשטעלט געוויסע יסודות וואס די אנדערע תלמידי בעל שם האבן אדער נישט געוואוסט אדער עכ'פ האבן זיי עס נישט אוועקגעשטעלט לדורות (עכ'פ אויף אזא פארנעם...מיטן אויסנאם פונעם הייליגן דברי חיים און די בעלזא רבי'ס וממשיכי דרכם).
יעצט בנוגעה שטריימלעך,אונז גיימיר מיט שטריימלעך און חסידישע מלבושים לויט ווי איך פארשטיי די טעם איז ווייל אונזערע רביס האבן פארשטאנען אז בדורינו דארף מען גיין אנגעטון גאר אנדערש פונעם גוי און בכלל מזאל שפירן די אידישע זמנים, און ס'האט לאו דוקא מיטן לערנען און פאקטיש זיין חסידיש.
און די יסוד פון חסידישקייט וואס איז געמאכט פאר יעדעם צו וויסן איז, אז מדארף זיין א "ווארימע" יוד. עכ"פ אזוי פארשטיי איך.
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג נאוועמבער 10, 2019 5:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

פיבער מעסטער האט געשריבן:מען האלט שוין נאכ'ן ליינען כמה וכמה ביכער, סאך מער ווי די שטעלסט זיך פאר, און די פראבלעם איז טאקע אז די ביסט געבליבן סטאק ביי צוויי דריי ביכער וואס ברענגען ארויס אפשר איין זייט פון די מטבע, און איך האב אויך געליינט ביכער און גערעדט צו זקנים וואס האבן מיר גיט אראפגעלייגט די מצב אין אונגארן, רחמנא ליצלן.

דו רעדסט פון מארמאראש אדער אונגארן?
און וויאזוי שטעלסטו צו פוילן ביחס צו אונגארן?
אלס איז געווען חברה וואס זענען געווען רחמנה ליצלן, די קשיא איז די פראצענטן!!
(אגב "דיסקלעימער" איך רעד יעצט נישט פון מונקאטש, די איינציגסטע שטאט אין אונגארן וואס האט געהאט צוויי אדער דריי טעאטערס אנגעפילט מיט יוצאי משפחות ארטאדאקסן, ס'דא אויף דעם כמה טעמים די מנחת אלעזר האט געהאלטן מיט א קלארקייט אז דאס קומט ווייל ער האט נישט געהאט גענוג א כוח הרבנות, בקיצור דאס איז נישט די נושא יעצט)
און בנוגעה דיינע הנחות אז איך האב געליינט נאר צוויי דריי בוכער און אז נאר דו האסט גערעדט צו זקנים, ווילעך וויסן פון וואו די נעמסט עס ווייל ס'איז במציאות נישט אזוי!! הן איך האב געלליינט כמה וכמה בוכער און ספרים און הן איך האב גוט געקענט היבש אסאך משרידי דור הישן ובכלל האב איך א קשר מיט די היינטיגע עלטערע יודן, במילה...
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג נאוועמבער 10, 2019 5:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

ארגינעלע יוד האט געשריבן:אגב,איך ווייס נישט ווי באקאנט דאס איז, אבער ר' הלל קאלאמייער זצ"ל האט געשוואוירן א שבועה אז יודישקייט וועט זיך האלטן ביי די תלמידי החת"ס עד ביאת משיח, כ'מיין אז ס'זאגט אסאך, כ'קלער בדרך אפשר אז ער האט זיך פארלאזט אויף'ן הבטחה וואס דער הייליגער מגיד האט באקומען אז די גאלדענע קייט וועט זיך ציען ביז משיח'ס טאג, לפי זה איז גאר דער הייליגער חת"ס דער ריכטיגער ממשיך דרך הבעל שם אדער עכ'פ האט ער מקבל געווען און אוועקגעשטעלט געוויסע יסודות וואס די אנדערע תלמידי בעל שם האבן אדער נישט געוואוסט אדער עכ'פ האבן זיי עס נישט אוועקגעשטעלט לדורות (עכ'פ אויף אזא פארנעם...מיטן אויסנאם פונעם הייליגן דברי חיים און די בעלזא רבי'ס וממשיכי דרכם).
אונז גיימיר מיט שטריימלעך און חסידישע מלבושים ווייל אונזערע רביס האבן פארשטאנען אז בדורינו דארף מען גיין אנגעטון גאר אנדערש פונעם גוי און בכלל מזאל שפירן די אידישע זמנים.
און די יסוד פון חסידישקייט וואס איז געמאכט פאר יעדעם צו וויסן איז אז מדארף זיין א "ווארימע" יוד. עכ"פ אזוי פארשטיי איך

איך גלייב נישט אז ר' הילל קאלאמייער האט געשוואוירן די שבועה.... טאמער יא, ווי פונקטליך האלט זיך עס? אין ערלוי? און ווי פונקטליך אין די חסידישע פלעצער האלט זיך עס נישט?

און אגב עס איז דא נאך אזעלכע שטארקע מימרות פון חסידישע רבי'ס א שטייגער פון די ווארט פונעם ערשטן בעלזא רב וואס האט געזאגט ברבים אז בעלזא וועט זיין א ווינקל וכו'. און די אויבנדערמאנטע ווערטער פון סעקלהעדער רב [א שטארקע אונגארישע רב ותופס ישיבה] אז דוקא די דרך החסידות האט א שטערקערע קיום ווי אנדערע דרכים דאס זאגט אסאך.

און בנוגע דיין הבנה אין דרך החסידות, ברענגסטו טאקע גיט ארויס דיין "אזוי פארשטיי איך" וויל איך נאר מעתיק זיין וואס איינער האט דיר דא פריער געשריבן

גם אתה יכול האט געשריבן:
אז די ווילט דיר ווייניגער דראפענען מאך דיר א שיעור חסידות, סקען זיין שטארק בייהילפיג

יתכן טאקע אז דאס איז זייער וויכטיג כדי די זאלסט טאקע ארויסהאבן די דרך החסידות, עס קען טוישן דיין לעבן. טעמו וראו....
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

און דער בעש"ט הק' האט געזאגט פארן הייליגן מאו"ע: ודברי אשר שמתי בפיך לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך, און דער מאו"ע האט אויסגעפירט: אמר ה' מעתה ועד עולם!
קומט אן "ארגינעלע איד" און זאגט: איך האלט אנדערש! [איך האב דאס געזאגט?!... קיינמאל נישט.... - יא יא! איך קען די תירוצים....]

דארף איך פארשטיין אויב גלייבסטו עס נישט אויף ר' הלל קאלאמייער פארוואס אויף בעלזא גלייבסטו עס יא? פלא
וואו אין די חסידישע פלעצער סהאלט זיך נישט וועלעך נישט מאריך זיין.
שוין פריער געשריבן צוויי מאל אז איך האב יא א שיעור אין חסידות.
א ממשיך מיינט נישט אן אייניקל א ממשיך מיינט א ממשיך.
טו אביסל דורך די רבי זי"ע שיטה (לאו דוקא ציונות איך רעד אין אלעם).
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג נאוועמבער 10, 2019 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:אגב,איך ווייס נישט ווי באקאנט דאס איז, אבער ר' הלל קאלאמייער זצ"ל האט געשוואוירן א שבועה אז יודישקייט וועט זיך האלטן ביי די תלמידי החת"ס עד ביאת משיח, כ'מיין אז ס'זאגט אסאך, כ'קלער בדרך אפשר אז ער האט זיך פארלאזט אויף'ן הבטחה וואס דער הייליגער מגיד האט באקומען אז די גאלדענע קייט וועט זיך ציען ביז משיח'ס טאג, לפי זה איז גאר דער הייליגער חת"ס דער ריכטיגער ממשיך דרך הבעל שם אדער עכ'פ האט ער מקבל געווען און אוועקגעשטעלט געוויסע יסודות וואס די אנדערע תלמידי בעל שם האבן אדער נישט געוואוסט אדער עכ'פ האבן זיי עס נישט אוועקגעשטעלט לדורות (עכ'פ אויף אזא פארנעם...מיטן אויסנאם פונעם הייליגן דברי חיים און די בעלזא רבי'ס וממשיכי דרכם).
אונז גיימיר מיט שטריימלעך און חסידישע מלבושים ווייל אונזערע רביס האבן פארשטאנען אז בדורינו דארף מען גיין אנגעטון גאר אנדערש פונעם גוי און בכלל מזאל שפירן די אידישע זמנים.
און די יסוד פון חסידישקייט וואס איז געמאכט פאר יעדעם צו וויסן איז אז מדארף זיין א "ווארימע" יוד. עכ"פ אזוי פארשטיי איך

איך גלייב נישט אז ר' הילל קאלאמייער האט געשוואוירן די שבועה.... טאמער יא, ווי פונקטליך האלט זיך עס? אין ערלוי? און ווי פונקטליך אין די חסידישע פלעצער האלט זיך עס נישט?

און אגב עס איז דא נאך אזעלכע שטארקע מימרות פון חסידישע רבי'ס א שטייגער פון די ווארט פונעם ערשטן בעלזא רב וואס האט געזאגט ברבים אז בעלזא וועט זיין א ווינקל וכו'. און די אויבנדערמאנטע ווערטער פון סעקלהעדער רב [א שטארקע אונגארישע רב ותופס ישיבה] אז דוקא די דרך החסידות האט א שטערקערע קיום ווי אנדערע דרכים דאס זאגט אסאך.

און בנוגע דיין הבנה אין דרך החסידות, ברענגסטו טאקע גיט ארויס דיין "אזוי פארשטיי איך" וויל איך נאר מעתיק זיין וואס איינער האט דיר דא פריער געשריבן

גם אתה יכול האט געשריבן:
אז די ווילט דיר ווייניגער דראפענען מאך דיר א שיעור חסידות, סקען זיין שטארק בייהילפיג

יתכן טאקע אז דאס איז זייער וויכטיג כדי די זאלסט טאקע ארויסהאבן די דרך החסידות, עס קען טוישן דיין לעבן. טעמו וראו....

און דער בעש"ט הק' האט געזאגט פארן הייליגן מאו"ע: ודברי אשר שמתי בפיך לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך, און דער מאו"ע האט אויסגעפירט: אמר ה' מעתה ועד עולם!
קומט אן "ארגינעלע איד" און זאגט: איך האלט אנדערש! [איך האב דאס געזאגט?!... קיינמאל נישט.... - יא יא! איך קען די תירוצים....]

אלע קינדער און אייניקלעך אן אויסנאם אדער אין יעדע דור כאטש איין אייניקל? (ס'כאפט א גרויסע נפק"מ) אבער אזוי צו אזוי סאיז גאר שטארק.
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

לב בשר האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:נישט ווייל מען קען נישט מסביר זיין די טיפע באגריפן אין חסידות אויף איין פיס, מיינט עס אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז. ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, טרעפט מען חידושים עצומים אין תורת החסידות וואס מען טרעפט נישט אויף די פארנעם אין די פריערדיגע! [b][b]די אלע יסודות וואס איז געבויעט אויף די אמונה טהורה אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויף דער וועלט חוץ דעם אייבערשטן,[/b][/b] וואס אויף די נקודה איז געבויעט "טויזענטער" דרכי העבודה בתורת החסידות, אויף די נקודה והמסתעף איז געבויעט אלפי בחינות בתורת החסידות וואס די טרעפסט דוקא דארט, די גאנצע בליק אויף די בריאה איז געווארן העכער מיט תורת החסידות, און די אלע זאכן טרעפסטו נישט אין די פריערדיגע ספרים, אוודאי טרעפסטו די פסוק מלא כל הארץ כבודו, און אונז ווייסן מיר אלע אז לית אתר פנוי מיני', אבער דאס אראפצוברענגען אויף אזא פארנעם אז דאס זאל ווערן א חלק פון די דרכי עבודה מיט א נייע וועלט וואס דרייט זיך ארום דעם, איז דא אין דעם כמה חידושים עצומים בתורת החסידות.

זייטזשע מיר מוחל טויזענט מאל אבער דער מציאות איז "נישט" אזוי, דאס גאנצע ענין שטייט קלאר ארויס אין פריערדיגע ספרי יראה וספרי קבלה מיט יסודות פון זוה"ק, די פריערדיגע מקובלים, דער אריה"ק ותלמידיו און ווייטער.

לענין, יא מען ברויך לערנען ספרי חסידות, פארוואס? לערן נאר ווי עס באדארף צו זיין וועסטו שוין וויסן.

זיי מיר מוחל אבער די מציאות איז "יא" אזוי, נאר עס פארלאנגט זיך אן אריכות גדול דאס צו מבאר זיין, אבער אין איין ווארט וישמע חכם ויוסיף לקח. עס איז דא א ריזיגע חילוק פון דרך האר"י הרמ"ק הבעש"ט, אזוי ווי הרה"ק רבי יצחק אייזיק מהאמיל תלמידו של בעל התניא צולייגט עס זייער שיין ער רופט עס אן בשם "השתלשלות השראה התלבשות" און ער שרייבט קלאר אז אפילו לויט'ן דרך האר"י איז די גילוי אלקות אויף אן אופן פון "התלבשות" דהיינו אז די בליק אויף די בריאה איז אז בעצם איז דא א בריאה, נאר עס איז מלובש אין דעם די אור ה', וואס דאס ברענגט ממילא ארויס אז עס איז נישט דא עפעס אנדערש חוץ דעם אייבערשטן ווייל אין יעדע זאך איז דא מלובש דעם אור ה'.

און דעריבער לויט דעם דרך האר"י פארלאנגט זיך פאר א איד זיך אויסצוטוהן פון אלע סארט ענינים פון וועלט, און זיך מזכך זיין צו זיין א הימלישע מענטש ממש, און נאר דעמאלס קענסטו משיג זיין דעם דרך האר"י בשמים ממעל.

משא"כ דער דרך הבעש"ט רופט אן ר' אייזיק מהאמיל בשם "השראה" דהיינו אז אין יעדע זאך בעצם איז שורה דעם אור ה', דהיינו אז עס איז בכלל נישט דא עפעס אנדערש אין די בריאה חוץ דעם אייבערשטן (נאר דער אייבערשטער האט געגעבן רשות פאר די סט"א צו מעלים זיין און זיך פירן כאילו זיי זענען א מציאות בפני עצמו, אבער באמת איז דאס נישט אזוי).

און אויב דאס איז די מציאות, קומט אויס אז א מענטש איז כסדר נאנט צום אייבערשטן אויף א מורא'דיגע פארנעם, און בפרט ווען ער טוט א מצוה ווערט ער נישט סתם נאענט צום אייבערשטן נאר ער ווערט ממש איינס מיט'ן אייבערשטן, נישט די פשט אז די מענטש איז א מענטש און די מצוה איז א מצוה און דער אייבערשטער איז דער אייבערשטער און דאס אלעס ווערט איינס, אזוי ווי צוויי עקסטערע זאכן זענען זיך מחבר, נישט דאס איז די דערהער פון חסידות, נאר די דערהער איז אז עס איז בכלל נישט דא קיין צוויי זאכן דא, מיט די מצוה וואס די טוסט ווערסטו ממש איינס כביכול מיט'ן אייבערשטן. דאס איז לדוגמא בעלמא, ווייל אזוי איז דא נאך טויזענטער בחינות אין חסידות מיט מורא'דיגע חיזוק אין יעדע מצב של חושך וכו', וואס אלעס ברענגט זיך ארויס ארום די נקודה, אז איבעראל טרעפסטו דעם אייבערשטן, אלעס איז דער אייבערשטער, בפרט ביי יעדע יום טוב וכדומה ווי עס איז דא א גרעסערע גילוי פון קדושה, מיינט דאס אז עס איז דא א גרעסערע גילוי פונעם אייבערשטן אליין, וואס ממילא ברענגט דאס ארויס א מורא'דיגע התלהבות און פלאם ביי יעדע מצוה, וואס דאס איז א חלק פון נחלת הכלל בדרך החסידות.

יעצט, דאס וואס די זאגסט אז מען טרעפט דאס שוין אין פריערדיגע ספרים, אוודאי טרעפט מען די ענין אז אלעס איז דער אייבערשטער, אבער עס איז נישט געווארן אראפגעברענגט אויף א אופן אז מען זאל קענען לעבן דערמיט, דהיינו אין נפש החיים למשל האלט ער אויך זייער שטארק אז צמצום איז נישט כפשוטו, אבער ער ברענגט ארויס אז מען קען נישט "לעבן" דערמיט, ווייל במציאות איז דא א רע מיט עבודה זרה וכו', משא"כ ביי די דרך הבעש"ט איז די ענין פון צמצום שלא כפשוטו געווארן א "דרך צו לעבן דערמיט טאג טעגליך" מיט די אלע יסודות אז אלעס איז דער אייבערשטער וואס גאנץ תורת החסידות דרייט זיך ארום דעם.

און פאר ארגינעלער וואס איז פארנומען אז וויבאלד יעדער איז מסביר אנדערש די דרך החסידות ממילא איז א ראי' נפלאה אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז, וויל איך אים זאגן, אז איך האב שוין ערווענט אויבן, אז נישט יעדע זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין אויף איין פיס מיינט דאס אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז, און די עיקר נקודה איז אז עס איז א קליינע נפקא מינה צו די האסט יא ארויס די דרך החסידות צו נישט, לערן חסידישע ספרים, פיר דיך ווי עס שטייט דארט, וועסטו ממילא האבן דעם דרך החסידות, ווייל אלעס דארט איז געבויעט אויפ'ן דרך החסידות, אפילו די וועסט מיר נישט קענען מסביר זיין וואס ליגט אינטער דעם און אויף וועלכע יסודת עס איז געבויעט.

און בנוגע דיין טענה אז די איינציגסטע דרך איז די דרך החתם סופר, איז אפשר קענסטו מיר ביטע שיין מסביר זיין וואס איז די דרך החתם סופר? הא? זיך פירן ווי עס שטייט אין שולחן ערוך? האמיר דאך שוין די שולחן ערוך פאר דעם. משא"כ די דרך החסידות טרעפסטו דארט אוצרות מיט גאלדענע יסודות וואס די טרעפסט דוקא אין די אוצר פון ספרי החסידות, און פון דיינע תגובות זעהט זיך אן אז די ביסט נישט עוסק שטארק אין תורת החסידות, ממילא ווייסטו טאקע נישט אז עס איז דא אזא סארט זאך.
און בנוגע דיין טענה אז אין אונגארן האט זיך בעסער געהאלטן אידישקייט, דאס איז סתם א שקר גס, אין פוילן איז געווען הונדערטער טויזענטער חסידישע אידן און בחורים דערהויבענע חסידישע הייליגע נשמות, טויזענטער בחורים וואס האבן זיך געווייקט אין אידישקייט און בתורת החסידות, און וויאזוי סיגוט מיט בודאפעסט האבן אויסגעקוקט וועל איך דיר באלד פארציילן, און דאס אז ליידער זענען פילע פון די אינגווארג אראפגעגאנגען פון וועג, איז פשוט וויבאלד די ארימקייט איז געווען געפערליך גרויס, די צרות מיט די אלע גשמיות'דיגע פראבלעמען האט געמאכט אז די אלע גרופעס פון ציונים און משכילים זאלן קענען געפינען א פלאץ ביי די אינגווארג, וואס די אינגווארג איז אונגארן איז נישט געווען בעסער ליידער.

די גרעסטע ראי' אז דוקא חסידות האט אפגעראטעוועט די ביסל אידישקייט וואס איז געבליבן און נישט די דרך פון חתם סופר, האסטו טאקע פון דעם אליין אז גאר אסאך פון די תלמידי החתם סופר ותלמידי תלמידיו האבן זיך געקלאמערט צום דרך החסידות, און מדריך געווען זייערע קהילות און ישיבות דוקא אויפ'ן דרך החסידות, און האבן שטארק ארויסגעברענגט אז די דוקא די דרך החסידות איז כתריס בפני הפורעניות זיך צו האלטן בעקבתא דמשיחא. [און נישט ווי דיין רבי מוואדריטש דרייט אויס די ענין כאילו זיי האבן נאר משלב געווען וכו', אדרבה זיי האבן איינגעזעהן אז די דרך החסידות איז די ריכטיגע דרך, איי אין די פריערדיגע דורות איז דאס נישט געווען? נו פשוט דעמאלס איז אויך נישט געווען די סארט נסיונות ווי עקבתא דמשיחא ממילא האט נישט אויסגעפעלט אזעלכע ריזיגע פאנצער'ס ופשוט.

און איך וועל דיר טאקע מעתיק זיין א לשון פון אמרי יהודה מסעקלהעד וואס ער ברענגט שיין ארויס פארוואס די דרך החתם סופר האט זיך נישט געהאלטן און דוקא די דרך החסידות האט זיך געהאלטן, און דא האסטו שוין א תירוץ אויף דיין בלבול אז דוקא אין אונגארן האט זיך געהאלטן אידישקייט, אדרבה דוקא ביי חסידות האט זיך געהאלטן אידישקייט, און אפילו די אונגארישע האט געמיזט צוקומען צום דרך החסידות באופן כללי.

דאס איז זיין לשון אין אמרי יהודה פ' שלח, און די זעלבע ענין דערמאנט ער אין נאך פלעצער: אכן ענין של הבעש"ט מה הוא, והסביר לו כי רשב"י זי"ע גילה לפני העולם שיש א"ל עולם, והאר"י ז"ל לימד איך להתקרב לה', והבעש"ט הק' לימד את העם שה' לפני האיש וכו', ונ"ל הענין כי רשב"י זי"ע התבודד וסיגף א"ע עד אין חקר ופירש מעניני העולם מכל וכל ועסק בנויות ברמה, והאר"י הק' זצ"ל זי"ע לימד איך שגם ע"י עניני העולם יתקרב האדם לבוראו ואיך יכנס לפני ולפנים, והבעש"ט הק' זצ"ל זי"ע לימד שבכל דבר האדם הוא לפני ולפנים ומלכותו בכל משלה והוא נמצא בכל, וכמבואר בספרי תלמידי הבעש"ט הק' זי"ע ועכ"י בשמו איך להכניס הקדושה בכל ענין כי הוא בכל מצוי, וכאשר אנו רואים זה הדרך בחסידים ואנשי מעשה, לכן מתקיים התורה והיראה אצל כת החסידים ההולכים בדרך הבעש"ט הק' עכ"פ לפי הדור, שבכל דבר ישנו קדושה והכל כלול בקדושתו יתברך ועל הכל שורה, וממילא אין הפסק בעבדות ה' והוי כמעין שאינו פוסק, אכן דרכם של אותן גדולי ישראל [החת"ס ותלמידיו] שמסרו ג"כ נפשם לה' בתורה ועבודה, זה הדרך לא היה בכחם של רבת העם לילך בה, ועל כן נתמעט הדרך הזה.עכ"ל.

איי וועסטו זאגן אז נישט יעדער גייט ליידער אויף די דרך, און אפילו אין חסידישע פלעצער איז אויך דא אינגעלייט ליידיגגייער'ס ליידער וכו', נו נו, דאס מיינט נאך נישט אז די דרך החסידות איז נישט קאי וקיים, עס איז קאי וקיים פאר ווער עס וויל גיין דערין. א גיטן טאג.

איין שטיק קטנות נעבעך...
כ׳ווייס נישט וואו צו אנהייבן און וואו צו ענדיגען. גענוי ווי א משיח׳סט זאגט אז זיין רבי לעבט, וואו הייבט מען אן? זיין מוח איז גע׳ווייערט אויף צענדליגע פאלטשע הנחות...

א שטיק קטנות נעבעך טאקע.... הייב טאקע נישט אן און ענדיג נישט, עס איז א פולקאם משיחיסטישע תגובה..... די גאנצע דרך הבעש"ט איז משיחיסטיש... אימתי קאתי מר לכשיפוצו מעיינותיך חוצה...
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

א שטיקל פון הרה"ק משאץ (אור גנוז מאמר ל"ה) ווי ער איז מעיד ווי שטארק די חסידות האט אפגעראטעוועט אידישקייט בימיו: עכשיו ועוד בב' וג' דורות שלפנינו שהחסידות הראתה במעשה חסידותה וחכמתה וקדושתה וזהירותה בהידור מצוה במס"נ והכנסת אורחים וגידולי בנים לתורה וליראת שמים וזהירות באכילה ושתייה מספק ספיקא במאכלים לא מטוהרים, וגדרה חומת ברזל המפסקת בינה ואנשיה להזרמים המרים והחשכים הזורמים בעו"ה זה מאה שנה, ההשכלה החשכה הטפשית ולימוד חכמות ולשונות העמים אשר הם לשכים להתוה"ק והיהדות וכו', כל זה גדרה החסידות בגדר ברזל ועופרת בלבוש ישראל סבא ועוד סניפיה, וכל רואה בעינא פקיחא ואמתיות, יראה גידול בני החסידים, יראה ויבין להתחסד עם קונו וחשב עם קונהו וכו', והמדינות שלא נגה עליהם דרך החסידות נשארו אעא יבש, וזה אמת וצדק לא יוכל איש להכחיש כי שם אף אם יש בעיר איזה יחידי סגולה לומדים הם מרוחקים מההמון והבע"ב ואינם כיאות, ועוד בזמן הש"ס היו הע"ה שונאים גמורים להת"ח, והבעש"ט הק' בדרכו בקודש קירב את העמי הארץ בכל מיני התקרבות עד שנתהפכו לאוהבים להת"ח ומשפילים א"ע בביטול גמור נגד הת"ח, וזה לא הי' אלפי שנה וזה אמת וצדק עיר וקדיש משמיא נחית לעשות משונאים אוהבים וזה מנפלאות הבורא ב"ה וב"ש, חזקו ואמצו ידידיי וקנו לכם ספרי החסידות הבנוי ומגודל על דרך הקבלה וחכמת האמת, ותעיינו לעתים בזוה"ק ותק"ז ותטעמו דבש נופת צופים בטעם תפלה וטעם תורה לשמה וכו'.

עס זעהט נישט אויס ווי שיטת הארגינעלע איד [בשיטת הרה"ק מוו"ש שליט"א] זאל זיך ממש פארן מיט די דאזיגע ווערטער, און מיט נאך ווערטער פון צדיקים [אויך פון די אונגארישע חדר, שטארקע ווערטער דא פון זיי אין דעם ענין] וואס זיי שרייבן בפירוש ווי דוקא די דרך החסידות האט אפגעראטעוועט און וועט ראטעווען אידישקייט עד ביאת המשיח.
Yankel
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובה דורך Yankel »

איך האב נאר געזען די לעצטע בלאט.
זיכער איז די גרינגסטע וועג ארויס, ווען סאיז דא אזוי סאך מהלכים וואס די רבי האט געמיינט מיט נשתכח, צו זאגן אז חסידות איז אויס און סווערט ריפלעיסט מיט ׳דרך החתם סופר׳...

דאס איז קלאר אז דער רבי האט נישט גוזר געווען אז סאיז נשתכח.. סאיז נישט דעם רעבינס חידוש כידוע. ער האט געקרעכצט נשתכח דרך הבעל שם אז מזאל נישט נוצן פשטים און דרך הבעש״ט אויף צו טוען קעגן שלחן ערוך. אבער ער אוודאי נישט געמיינט מבטל זיין חסידות וואס איז א מהלך צו לעבן מיט יסודות און אמונה וכו׳ לעבן אין העכערקייט וואס צדיקים האבן אונז געלערנט כל אחד לפי דרכו
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

Yankel האט געשריבן:איך האב נאר געזען די לעצטע בלאט.
זיכער איז די גרינגסטע וועג ארויס, ווען סאיז דא אזוי סאך מהלכים וואס די רבי האט געמיינט מיט נשתכח, צו זאגן אז חסידות איז אויס און סווערט ריפלעיסט מיט ׳דרך החתם סופר׳...

דאס איז קלאר אז דער רבי האט נישט גוזר געווען אז סאיז נשתכח.. סאיז נישט דעם רעבינס חידוש כידוע. ער האט געקרעכצט נשתכח דרך הבעל שם אז מזאל נישט נוצן פשטים און דרך הבעש״ט אויף צו טוען קעגן שלחן ערוך. אבער ער אוודאי נישט געמיינט מבטל זיין חסידות וואס איז א מהלך צו לעבן מיט יסודות און אמונה וכו׳ לעבן אין העכערקייט וואס צדיקים האבן אונז געלערנט כל אחד לפי דרכו

אוודאי דאס איז זיין כוונה, און ווען מען קוקט גיט אין זיין לשון ארום און ארום זעהט מען קלאר אז דאס וויל ער ארויסברענגען ולא זולת.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

פיבער מעסטער האט געשריבן:א שטיקל פון הרה"ק משאץ (אור גנוז מאמר ל"ה) ווי ער איז מעיד ווי שטארק די חסידות האט אפגעראטעוועט אידישקייט בימיו: עכשיו ועוד בב' וג' דורות שלפנינו שהחסידות הראתה במעשה חסידותה וחכמתה וקדושתה וזהירותה בהידור מצוה במס"נ והכנסת אורחים וגידולי בנים לתורה וליראת שמים וזהירות באכילה ושתייה מספק ספיקא במאכלים לא מטוהרים, וגדרה חומת ברזל המפסקת בינה ואנשיה להזרמים המרים והחשכים הזורמים בעו"ה זה מאה שנה, ההשכלה החשכה הטפשית ולימוד חכמות ולשונות העמים אשר הם לשכים להתוה"ק והיהדות וכו', כל זה גדרה החסידות בגדר ברזל ועופרת בלבוש ישראל סבא ועוד סניפיה, וכל רואה בעינא פקיחא ואמתיות, יראה גידול בני החסידים, יראה ויבין להתחסד עם קונו וחשב עם קונהו וכו', והמדינות שלא נגה עליהם דרך החסידות נשארו אעא יבש, וזה אמת וצדק לא יוכל איש להכחיש כי שם אף אם יש בעיר איזה יחידי סגולה לומדים הם מרוחקים מההמון והבע"ב ואינם כיאות, ועוד בזמן הש"ס היו הע"ה שונאים גמורים להת"ח, והבעש"ט הק' בדרכו בקודש קירב את העמי הארץ בכל מיני התקרבות עד שנתהפכו לאוהבים להת"ח ומשפילים א"ע בביטול גמור נגד הת"ח, וזה לא הי' אלפי שנה וזה אמת וצדק עיר וקדיש משמיא נחית לעשות משונאים אוהבים וזה מנפלאות הבורא ב"ה וב"ש, חזקו ואמצו ידידיי וקנו לכם ספרי החסידות הבנוי ומגודל על דרך הקבלה וחכמת האמת, ותעיינו לעתים בזוה"ק ותק"ז ותטעמו דבש נופת צופים בטעם תפלה וטעם תורה לשמה וכו'.

עס זעהט נישט אויס ווי שיטת הארגינעלע איד [בשיטת הרה"ק מוו"ש שליט"א] זאל זיך ממש פארן מיט די דאזיגע ווערטער, און מיט נאך ווערטער פון צדיקים [אויך פון די אונגארישע חדר, שטארקע ווערטער דא פון זיי אין דעם ענין] וואס זיי שרייבן בפירוש ווי דוקא די דרך החסידות האט אפגעראטעוועט און וועט ראטעווען אידישקייט עד ביאת המשיח.

כאילו די דרך החת"ס איז בלויז פאר לומדים
ער רעדט ניטאמאל פונעם חת"ס ותלמידיו ער רעדט פונעם רעאליעט ווי ער איז געווען אין פוילן אדער אין גאליציע ווייסעך נישט פונקטליך די תולדות וואו ער האט געוואוינט אבער זיכער נישט צווישן ממשיכי דרך החת"ס.
געווען א יוד א גרויסער צדיק א בנן של קדושים מגזע ראפשיץ ר' יודעלע האראוויטץ האט ער געהייסן סוף ימיו האט ער געוואוינט אין לאנדאן ער האט זיך אריינגעזעצט אין דושינסקי און האט נישט געוואלט וויסן מער פון גארנישט, זיין נדן האט ער אויסגעגעבן צו דרוקן די דרשות חת"ס ער פלעגט זאגן אז אלעס וואס מקען טרעפן אין די חסידישע ספרים שטייט שוין אין חת"ס , סוף ימיו האט ער שוין נישט גערעדט (בשיטה) אבער ווען ער האט געטראפן א נאנטע תלמוד פון רב דושינסקי האט ער גערעדט מיט יענעם כאילו לא היה.
בכלל דו לייגסט עס אראפ כאילו די דרך החת"ס איז שו"ע און אויך בלויז פאר לומדים וזהוא נישטא גארנישט מער!!, אבער אנטשולדיגט רב פיבערמעסטער טייערע איר זענט אין די בחינה פון לא נגע ולא פגע.
די ממשיכי דרכו כדוגמת, רב דושינסקי, ר' מיכאל בער, ר' עזריאל יודא לעבאוויטש , רש"ד אונגאר מנייטרא זצ"ל, דער הייליגער ייטב לב, די רבי ז"ל ועוד ועוד, אלע האבן זיי געזאגט די זעלבע זאך, זייער ציל איז נישט צו מחנך זיין א דור פון גדולים וצדיקים נאר צו מחנך זיין ערליכע בעלי בתים, זיי זענען גרייט אויפציגעבן זייערע מדריגות כדי צו מחנך זיין א ערליכע דור,
דאס איז בלויז איין דוגמה צווישן אסאך אנדערע, וואו אין די חסידישע /ליטווישע וועלט הערט מען אזא שפראך? וואס זאגט דאס? אז עפעס א שיטה און מהלך איז דא פארגעגאנגען גארנישט אזוי פשוט און בכלל נישט דומה צו די לומדי בראד לא מיניה ולא מקצתיה,
אגב אין די "חסידישע" גאליציע איז באבובער רבי ארומגעלאפן ראטעווען די יוגנט וואס איז אפגעפארן אין די מאסן און האט געגרינדעט ישיבות, בשעת ווען אין אונגארן האט מען אנגעהויבן מישן חסידות (צב"ש גאלאנטא מ'האט געדאווענט דארט אויפן נוסח אשכנז און געפירט טיש פרייטיג צונאכטס אנגעטון גארטלעך און געלאזט וואקסן די בערד...יענס חסידיש...אוואדע געמישט.....אויך חסידות) מיט א ערליכע דור כדי סזאל זיך ווייטער האלטן. אגרויסע חילוק צווישן ראטעווען פון אפפארן און מוסיף זיין השגות און פנימיות צו א פעסט געבויטן בנין.
אויף'ן מינוט קען איך יעצט נישט מאריך זיין אי"ה עוד חזון
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:14 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

פיבער מעסטער האט געשריבן:
Yankel האט געשריבן:איך האב נאר געזען די לעצטע בלאט.
זיכער איז די גרינגסטע וועג ארויס, ווען סאיז דא אזוי סאך מהלכים וואס די רבי האט געמיינט מיט נשתכח, צו זאגן אז חסידות איז אויס און סווערט ריפלעיסט מיט ׳דרך החתם סופר׳...

דאס איז קלאר אז דער רבי האט נישט גוזר געווען אז סאיז נשתכח.. סאיז נישט דעם רעבינס חידוש כידוע. ער האט געקרעכצט נשתכח דרך הבעל שם אז מזאל נישט נוצן פשטים און דרך הבעש״ט אויף צו טוען קעגן שלחן ערוך. אבער ער אוודאי נישט געמיינט מבטל זיין חסידות וואס איז א מהלך צו לעבן מיט יסודות און אמונה וכו׳ לעבן אין העכערקייט וואס צדיקים האבן אונז געלערנט כל אחד לפי דרכו

אוודאי דאס איז זיין כוונה, און ווען מען קוקט גיט אין זיין לשון ארום און ארום זעהט מען קלאר אז דאס וויל ער ארויסברענגען ולא זולת.

ציטיר ביטע פון מיינע ווערטער ווי סאיז משמע אז איך האלט אנדערש פון די דאזיגע תגובה
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”