ר' זעליג מרדכי'ס הינדערטער...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: צווישן די באקסעס

ר' זעליג מרדכי'ס הינדערטער...

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:14 am

ווער אין שטעטל קען נישט ר' זעליג מרדכי?
יעדער האט שווין עטליעסט געהערט דעם נאמען!

ר' זעליג מרדכי איז די פארנימעסטע פערזאהן אין שטעטל!
חוץ פון זיינע פארצווייגטע געשעפטן איז ר' זעליג מרדכי א פול טיים עסקן.

ר' זעליג מרדכי'ן זעהט מען זיך שטענדיג ארומדרייען פארנומען, זעלטן וואס מ'קען איהם כאפן אויף א רוהיגע מינוט,
אזא 10 - 12 שעה פינעם טאג איז ר' זעליג מרדכי אויפן טעלעפאון.. מיט זיינע קאלעגעס, שותפים, און ביזנעס לייט, מיט רבנים, עסקנים, שדכנים, מנהלים, פאנדרעיזערס, נגידים, אין סתם ציבראכענע יודן וואס קומען צו צו ר' זעליג מרדכי'ס ברייטע עסקנות..

איין אייגענארטיגקייט האט דער ר' זעליג מרדכי,
ר' זעליג מרדכי וואטשט זייער אויף זיין כבוד...
ער ווועט זיך אפי' לאזן קאסטן אפאר רייניש פאר דעם צוועק!

ר' זעליג מרדכי טראגט אזעלכע גרויסע רונדעכיגע ברילן, זיינע נאנטע ווייסן צו זאגן אז די ברילן האבן נישט קיין נאמבער, זיין ווייב האלט אז עס גיבט אסאך צו צו זיין פנים...

איין טאג, ר' זעליג מרדכי מעלדט איין אין שטוב, "קומענדיגע מאנטאג דארף מען פליען קיין אמעריקע", נו... נישט אזא זעלטענע ערשיינונג, מיט ר' זעליג מרדכי'ס פארצווייגטע געשעפטן איז ער שוין געוואונט צו פליען,

איין אינטערעסאנטע מנהג (משוגעת..) האט ר' זעליג מרדכי געהאט, ר' זעליג מרדכי האט קיינמאל נישט געוואלט באָאקן א האטעל צומער, וויפול זיינע נאנטע האבן איהם פראבירט צו מסבר זיין אז ער קען זיך נאך טרעפן אן א פלאץ וואו צו איבערנעכטיגן, האט עס נישט געהאלפן.. "איך בין נישט געבונדן צו קיין שום האטעל" פלעגט ער ברומען, "ווען איך וועל לאנדן, וועל איך דאן באשליסן וואו ס'שמעקט מיר צו איבערנעכטיגן.."

מאנטאג אינדערפרי, ר' זעליג מרדכי האלט שוין נאך פרישטאג, זיין שאפער זיצט שוין פארנט פון זיין הויז, די רענצלעך זענען שוין גרייט, און 'ויסעו'.
12:30, ר' זעליג מרדכי שפאצירט אריין אין ערפארט מיט זיין טאשקע אויפן פלייצע, פארשטייט זיך זיינע 2 אינטערנעשענעל סעלפאונס זענען שוין גרייט, מ'קען דאך נישט לאזן די גאנצע וועלט אויף הפקר..
1:00, ר' זעליג מרדכי זיצט שוין אויסגעצויגן אויף זיין באקוועמע פוירסט קלעסס סיט, און מ'הייבט זיך.

בקוצר, טא מעיק עי לאנג סטארי לאנגער..
נאכן לאנדן ר' זעליג מרדכי מעלדט איין פארן שאפער א נאמען פון א באוואוסטע האטעל, אין צענטער פון בארא פארק,
ר' זעליג מרדכי שפאצירט אריין אינעם האטעל זאגט פארן פראנט דעסק,
"ווייז מיר - זיי מוחל - דעם 'שענסטן צומער' פונעם האטעל"
"איר ווילט דאס ארויסדינגען?"
"יא, אוודאי... אבער נישט פאר איך קען דאס זעהן!"
"המממ... דעמאלטס דארפט איר איינלייגן א 100 טאלער, איינער פון די ארבייטער וואט גיין אייך ווייזן דעם צימער, און אז איר וועט דאס נישט וועלן, באקומט איר צוריק דעם הינדערטער",

פאר ר' זעליג מדרכי איז דאס געשעפט בכלל נישט געפאלן... ס'האט איהם אינגאנצן נישט געפאסט.. אבער ארויס צו וואקן פון דעם האטעל סתם אזוי האט איהם אויך נישט געפאסט,
האט ער באשלאסן איינצוגיין אויפן געשעפט, אבער ער האט שוין פון פאראויס אפגעמאכט 'איך נעם נישט דעם צימער...'

ר' זעליג מרדכי בליקט אזוי ארויס פון אינטער זיינע רונדעכיגע ברילן, און געט אזא וויש ארויס א געביגלטע הינדערטער פון זיין לינקע קעשענע, און הייבט און נאכצוגיין דעם אייעגעשטעלטן,

פליצלינג גיבט זיך ר' זעליג מרדכי'ס סעלפאון א צוקלינג..
"אוי וויי, כ'מיז נעמען דעם קאל, לאמיך זיך אוועק זעצן אינעם לאבי, און ווען כ'וועל זיין פערטיג וועל איך שוין זעהן דעם צימער.."
למעשה איין פאון קאל ברענגט דאס צווייטע.. אזוי איז ר' זעליג מרדכי געזעסן אויפן פאון פאר 2 מיט א האלב שעה...!

ביז דערווייל ביי די פראנט דעסק..
קומט אן א מעלדונג אז דער וועדשטעבל דיסטריבויטער איז דא מיט א דעלווערי און מ'דארף איהם באצאלן א הינדערטער.
נו דער טראכט נישט קיין 2, נעמט דעם אויסגעביגעלטן הינדערטער וואס ליגט אזוי אויפן טיש, דערלאנגט עס אהין פאר'ן דעסטריביוטער.

דער דעסטריביוטער שפאצירט ארויס פון האטעל, און פונקט באגעגענט ער זיין שכן,
"אָה, כ'בין דיר דאך שילדיג א הינדערטער פאר די עקסטערמינעטאר ווען דו האסט אויסגעלייגט די געלט, פינקט האב איך אויף מיר" און באצאלט עס איהם.

דער שכן איז אויפן וועג אהיים אריין אין זיין לאקאלע גראסערי, ער וועל אויפשרייבן א קאפי, זאגט איהם דער קאשער ר' שמעון זעליג, "דיין באלאנס איז שוין איבער $100 מ'קען מער נישט אויפשרייבן"
דער טראכט 'WOW' ממש השגחה פרטית! און דער גלאטער הינדערטער טוישט פאזיציע, פון זיין טאש צום טעצל אינערן רעדשעסטער.

דער מענעדשער פון גראסערי - וואס האט מיטגעהאלטן דעם ספעקטאל - רופט זיך אן צום קאשער, "שמעון זעליג, מ'איז דיר נאך שילדיג געבליבן א הינדערטער פון פאריגע וואך פיעראלל, נעם דאס.."
20 מינוט שפעטער, דער קאשער באמערקט זיין לענדלארד ר' יוסף שלום אריין וואקן אין גראסערי,
'העי, איך בין דאך איהם נאך שילדיג א הינדערטער פון פאריגע חודש' און די (געוועזענע) גלאטע הינדערטער ווערט פארוואגלט אין דעם לענדלארדס אנגעווארפענעם טאש.

דער לענדלארד, ארויסוואקנדיג פון גראסערי, באגעגענט ער ר' משה זלמן'ען, ר' משה זלמן איז דער גבאי פון די לאקאלע ביהמ"ד,
"ר' יוסף שלום וואס מאכט איר?,"
"ב"ה"
"נו.. וואס טוט זיך מיט דעם הינדערטער וואס מ'האט גע'שנדר'ט 2 וואכן צוריק?"
"אה.. פינקט האב איך אויף מיר יעצט א הינדערטער..."..

דער ר' משה זלמן כאפט זיך גלייך אז ער דארף גיין באצאלן פאר'ן האטעל ווי דער חזן - וועם מ'האט גערופן אויף שבת מברכים - שטייט איין,
פארט צו צום האטעל, לייגט אראפ דעם שוין ציקנייטשטן הינדערטער פארן פראנט דעסק, גלייכט אויס די חשבונות, און שפאצירט זיך ארויס,

5 מינוט שפעטער, אונזער באקאנטער ר' זעליג מרדכי פארענדיגט דעם לעצטן פאון קאל, ער באשליסט 'מ'מיז שוין גיין זוכן א 2'טן האטעל,
ער וואקט צו צום פראנט דעסק און זאגט, "קוק אהער, למעשה דארף איך נישט דעם צימער, געב מיר צוריק דעם הינדערטער, און לאמיך גיין"....

ר' זעליג מרדכי האט גראדע באמערקט אז דער הינדערטער איז היפש ציקנייטשט געווארן אין די צווי - דריי שעה, אבער האט נישט געוואוסט וויפול חובות זענען אפגעצאלט געווארן מיט דעם איינעם הינדערטער זיינעם...

אויף דעם האט דוד המלך ע"ה געזונגען:

יצא אדם לפעלו ולעבדתו עדי ערב
מה רבו מעשיך ה' כלם בחכמה עשית !!!

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:37 am

זייער געשמאק אראפגעלייגט!
זעט אויס אז אויך ווען מען "האניש וואס צו טון"
קען מען אסאך אויפטון...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:46 am

זייער זאפטיגע געשמאקע שפראך,
טענק יו.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 11:23 am

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 11:57 am

;l;p- שטארק שטארק...
יישר כח!

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:22 pm

זייער שיין
אז די האסט טאקע נישט וואס צו טוהן שרייב נאך
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:30 pm

הנאה געהאט
שכח
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 8:46 pm

:smile:
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:16 pm

אינטערסאנט, און ציענד באשריבן.

דאס איז דאך פשט פון האנדלען אויף קרעדיט.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:51 am

לאמיר שוין נישט רעדן פונעם הינדערטער... דעם זעליג מרדכי'נען האסטע אזוי גוט ציקנייטשט.. איך מיין אראפ געלייגט.
זע זיך צו באגעגענען מער מיט אים..

גוט געזאגט!
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:58 am

געהערט אמאל ווי דער מגיד מישרים ר׳ פייבל קליין שליט״א לייגט אראפ די מעשה מיט אנדערע דעטאלען אז א גאנצע שטעטל האט אפגעצאלט זייערע חובות איבערנאכט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:10 am

שמארטיקל האט געשריבן:;l;p- שטארק שטארק...
יישר כח!

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:59 am

גאנץ גלאט געפארן דער הונדערטער.
;l;p- שכוח גוט אראפ געלייגט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:58 am

די מעשה איז שקר! קודם כל האטער נישט געהייסן זעליג מאטכע, נאר מאטכע זעליג...

און מאטכע זעליג איז נישט געפארן קיין אמעריקא, נאר פון אמעריקא, ער איז געפארן קיין ענגלאנד...

און...

חחח, יעצט כאפעך אז איך בין אריינגעפארן אין דעטאלן פון א קאנצעפט... מיינסט טאקע אז 'כאניש וואס צו טוהן?'

דער אמת איז אז כאשוין געהערט דעם קאנצעפט כמה פעמים, נאר אזויווי דער האט נישט וואס צו טוהן, לייגט ער עס אראפ מיט ענדע זאפט!

יו ראק!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

א גולם
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:14 am

;l;p-

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:30 pm

:grin: :grin:
ווען דו סיינסט זיך אויף מיט Sofi און דו לייגסט אריין $100 באקומען אונז ביידע $25, ס'לוינצעך צו אויסטשעקן.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:03 pm

זייער באלערנט

זיך מיר יעצט דעם הונדערטער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט