תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 11:46 pm
פרק ז': די אומגלויבליכע אנטוויקלונג
ווי שוין אויבן געשטויגן-פלויגן
האט דער זעקסער פארמאכט די אויגן
ביים בית דין של מעלה
פרעגט ער א מאדנע שאלה
זיי האבן אזוינס קיינמאל פריער געהאַט
א מענטש פון עולם הזה נאכנישט זאַט
ער וויל נאכאמאל וויילן אינעם בית אפל
דארט אונטן אין עולם השפל!
געווענליך איז דאס א שטראף פּאַראַלעל
מיט א גיהנום צעל...
אבער נישט-מער נישט-ווייניגער
ער האלט זיך ביים זייניגער:
איך ווייס אילין מיליא
עס איז דא א רזא דגלגוליא,
וויל איך דעריבער נאכאמאל
הערן 'ויקרא שמו בישראל',
דאס מאל מיט איין נאמען בלויז
נישט מער זיין קוריאָז.
ער נעמט זיך אויס א תנאי
ס'זאל זיין אָן די בינטל נעמען לגנאי.
איך וויל פילן דעם זיסן טעם ענדליך
ס'מוז זיין אויסערגעווענליך!
אזא רייזע איז דאך גאר ווייט
איך בין אבער אויף אלעס גרייט,
ס'לוינט זיך דאס מיטצומאכן
צו קענען דער לעצטער לאכן,
מיט איין נאמען זיך ארומדרייען
זיך קענען אויסטערליש פרייען,
דעם אלטן פלעק פארגלעטן
פון פינף נעמען זיך אפ'גט'ן.
נאך זיינע לאנגע מאטערנישן
וויל ער די אלטע פארווישן.
זיין בקשה מען זאגט נישט אפ
ער קומט נאכאמאל אראפ...
ענדליך איז ער א בן חורין
ער ווערט פונדאסניי געבוירן!
טייערע ליינער, וואס כ'גיי יעצט שרייבן
זאל צווישן אונז בלייבן.
ס'איז מיר דא לדא נקשן
אויף די קומענדיגע טוירעס לאקשן,
ס'טאר נישט ווייטער גיין
מ'וועט מיר דאך אויס'הקהה'ן די ציין.
עס איז פריוואט פאר אונזער געצעלטל
נישט ארויסצוליעקן פונעם וועלטל.
ס'קען נאך חלילה אנקומען צו מעכל
ער וועט עס וואַדע דערציילן פאר רעכל,
זיי וועלן דאס נישט אראפשלינגען
אוי וועלן זיי מיר באזינגען.
פאר די ידידים איז גענוג א הבהרה
מיט א הסברה א קלארע:
כ'געב איבער פאַרן פּיצל קינד דאס וואָרט
אבער אין מציאות האט עס נישט קיין אָרט...
ער רעדט חוצפה'דיגע ווערטער שלעכטע
אבער ס'איז פיקטיוו, נישט קיין עכטע...
זאל דאס דינען אלס קלאַריפיקאציע
אז ס'איז בלויז א פאַבריקאציע...
מיט די קורצע ווערטער כמלוא נימא
איז דַי לחכימא.
די בעיבי באקומט דא א שיינע אויפנאמע
אבער ער האט נאך א טראמא,
זיין דאגה איז גארנישט א קליינס
אז ער וועט באקומען נעמען מער פון איינס.
ער וויל זיכער מאכן און אינפאָרסירן
אזוינס זאל חלילה נישט פאסירן.
דאס פּיצל זאגט צום טאטן אזוי
תזל אִמְרָתִי כ'טוי':
כ'דארף נאך באקן די קוגל, וואס ער זאגט פון וויגל...
ס'וועט זיך אווערנייטן, מיט א פארזעצונג א גרייטן...
מ'וועט דאן ברענגען, זיין ווענדונג דעם שטרענגען.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.