תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 2:13 pm
איך בין כמה פעמים געווען אויף באזוכען אין תפיסה אפ צו רעכטן דארט מיט די ארעסטאנטען ימים נוראים, ימים טובים און שבתים. האב איך געהאט די געלעגנהייט צו פארברענגען מיט די ארעסטאנטען גאנצע טעג, נישט בלויז אינעם וויזיטינג רום, נאר טיף אינעווייניג אין די סאמע תפיסה.
ס'איז מבהיל על הרעיון די גייסטישע פייניגונג און יסורים וואס די ארעסטאנטען גייען אריבער. צב"ש וועט אן ארעסטאנט טרונקען נאר במידה ובמשורה, ווייל ער זאל נישט דארפן ארויס-גיין פאר געברויכן. פארוואס? ווייל אנצקומען צום ביה"כ דארף מען אריבער גיין די קארידאר ווי עס זיצן גארדס, און עס איז אן אפקומעניש זיך צו טרעפן פארנט פון א גארד, בפרט אויב איז דער גארד באקאנט אלס א שטייפער מאן.
אזוי און ענליכע טויזענטע חשבונות דרייט זיך ארום אין קאפ פונעם ארעסטאנט יעדע רגע פון טאג.
איך פלעג אמאל פראבירן אויפצוכאפן די נומערן פון די אלגעמיינע ארעסטאנטען, און שפעטער נאכקוקן זייערע פארברעכענס. ס'איז מיר דורך א סקורך אין די ביינער און ממש באנומען א פחד ווען כ'האב געזעהן מיט וואספארא פארברעכער איך האב פארברענגט. איך בין געווען באשיצט אלס א פרייער מאן, שטעל זיך פאר וואס די נעבעכדיגע ארעסטאנטען מאכן נעבעך מיט צווישן די געמיינע פארברעכער. פילע פון זיי דאס ארגסטע וואס די מענטשהיייט פארמאגט.
מאלטיפליי דאס ביי ניינצן+ יאהר....