היינט אין אידישע היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:37 pm

כ"ה אלול



25 Elul 5414 - September 7, ' 654:

A group of 23 Jews from Recife, Brazil arrived in New Amsterdam (later to be called New York). They were the pioneers of New York’s Jewish community.


אבער עס איז מן הסתם נישט כ"ד נור א 10-12 טעג גערוקט
Warning! Results for year 1752 C.E. and earlier may be inaccurate.
Hebcal does not take into account a correction of ten days that was introduced by Pope Gregory XIII known as the Gregorian Reformation.[1]

Mon, 7 September 1654 = 25th of Elul, 5414

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 12:31 am

כ"ה אלול


ג' תכ"ו איז ג'ענדיגט געווארען דער בנין חומות ירושלים אן ארבייט וואס האט געדויערט 52 טעג
18 יאר נאך התחלת בנין הבית שני
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=204
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=157

ODOM
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:14 am

כ"ה אלול
אנפאנג פון בריאת העולם אין יאהר א כפי שאנו מונין כאן
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:32 pm

ד' שע"ר

בכ"ב באלול, פתח אופה עוגות מהעיר פרנקפורט בשם וינצנץ פטמילך, במרד כנגד הקיסר הגרמני.
בכ"ז באלול, הפך פטמילך, שכינה את עצמו "המן החדש", את המרד לפרעות כנגד היהודים. אנשיו של פטמילך הסתערו על שכונות היהודים, שהתגוננו באומץ, אולם בסופו של דבר נאלצו להיכנע. פטמילך גירש את כל היהודים מפרנקפורט בחוסר כל.
לאחר ששה חודשים דיכא הקיסר את המרד, ופטמילך הוצא להורג במיתה משונה. היהודים הוחזרו לפרנקפורט בלוויית תופים וחצוצרות מטעם השלטונות, ומועצת פרנקפורט חויבה לשלם ליהודים פיצוי כבד. לזכר המאורע קבעו יהודי פרנקפורט את יום כ"ז באלול ליום סליחות, ואת יום י"ט באדר שבו הורשו היהודים לחזור לעיר, קבעו כ"פורים וינץ", על שמו של פטמילך.

TEMP.gif
TEMP.gif (115.3 KiB) געזעהן 1184 מאל

TEMP2.gif
TEMP2.gif (259.65 KiB) געזעהן 1184 מאל

TEM  P.gif
TEM P.gif (225.2 KiB) געזעהן 1184 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:34 pm

.......אנחנו הארבעים בעלי בתים שנתיישבנו בעיר מקודם ראש השנה שע"ו

עפעס שטימט מיר נישט
די מהפכה האט זיך אנגעהויבען אין שע"ד
און ג'ענדיגט ווען? אויבען אויף זעט אויס אז עס האט געדויערט נור א פאר חדשים

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:24 am

קיקיון האט געשריבן:
.......אנחנו הארבעים בעלי בתים שנתיישבנו בעיר מקודם ראש השנה שע"ו

עפעס שטימט מיר נישט
די מהפכה האט זיך אנגעהויבען אין שע"ד
און ג'ענדיגט ווען? אויבען אויף זעט אויס אז עס האט געדויערט נור א פאר חדשים

לאחר ששה חודשים דיכא הקיסר את המרד


איז א טעות די מרידה איז אפגעשטעלט געווארען בערך סוף שע"ה

זעה וואס ר' ניסן מינדעל האט געשריבען \

אויך
גירוש פ.gif
גירוש פ.gif (279.32 KiB) געזעהן 1148 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:22 pm

28

ידה"ל של רבינו הקדוש ר'נתן אדלער זי"ע

Untitled.gif
Untitled.gif (76.77 KiB) געזעהן 1121 מאל


אינטערסאנט אז ער ברענגט נישט דאס וואס אלע מלקטים לייגען צו
בביקורו של החיד"א בפרנקפורט בשנת תקי"ב הראו לו חכמי העיר את הילד המופלג בתורה ושוקד עליה שלפעמים איחר לתפילת שחרית ולהגיע בזמן אמירת עלינו לשבח, בעקבות זאת החיד"א קרא עליו את הפסוק "הנה נא ידעתי כי איש אלקים קדוש הוא עובר עלינו תמיד".

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 11:01 am

קעפל: כתיבה וחתימה טובה פאר אלע חברים.

קיקיון האט געשריבן:דער רבש"ע זאל אינז געבען א כתיבה וחתימה טובה
אידישע קינדער זאלען נישט דארפען א פלאץ זיך אויסליפטערען
אידישע קינדער זאלען נישט דארפען א כשר פלאץ געוואיר ווערען נייעס
אידישע קינדער זאלען האבען פרנסה מידו המלאה והפתוחה און שוין ניט דארפען אנקומען צו די אלע מכשירים
און דער היינטיגער טאג וועט ארייו אין דער אידישער היסטאריע אלס דער לעצטער טאג פון דעם דרכא אחריני

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 2:35 pm

עס איז מיר שווער זוכען מאורעות און נאך שווערער נאך ציגיין און זיכען מקורות איך בין דאך נישט דער גרויסער ידען

למשל
26 Elul 5470 : Hodel, daughter of Moshe Kikinish of Lemberg, was martyred after falsely confessing to blood-ritual charges in order to save the lives of other Jews, Hy"d.
האב איך געזוכט און גארנישט געטראפען אבער אזוי ווי איך האב באקומען דברי עידוד פון ר' יוסף יונה הי"ו
קנקן בתוך הדברים אחורי הפרגוד האט געשריבן:……………............ ב״ה, ס׳האט זיך געעפנט אן ספעציעלע געהענגל, פאר די וואס קענען נעבעך נישט סובל זיי אונזערע פויסטס .......
גח״ט
ידידכם יונ״ה
וועלען מיר פריווען נאך אמאל

די קדושה האט געהייסען אדיל ניטש האדיל

פון דאס אידישע ווארט
Untitled.gif
Untitled.gif (67.57 KiB) געזעהן 1003 מאל


Untitled.gif
Untitled.gif (176.13 KiB) געזעהן 1003 מאל


ווער איז געווען איר פאטער ר' משה קיקניש ? א שיינער בעה"ב אדער א דיין ?
אויף איר מציבה שטייט נור ראש ומנהיג בובער האלט אז דער ר' משה קיקניש וואס איז ג'חתמט אויף דעם קהלישען דאקומענט איז געווען א דיין

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 10:49 am

מיט 257 יאר צוריק ערב שבת תשובה תקכ״ג לפ״ק נאך פלג ווען דער עולם אין פראנקפורט דמיין האט שוין געהאלטען ביי מזמור שיר / בואו בשלום
האט א הייליגע אידענע "ריזל צדיקת" וואס איז געווען יושבת על המשבר געשיקט בעטען ביים מרא דאתרא ר' אביש חסיד זי"ע
ער זאל ווארטען מען זאל נישט דארפען מחלל שבת זיין וועגען איר און איר קינד

גאר מערקווירדיג איז וואס דאס קינד האט געזאגט אין זיין שבת חנוכה דרשה 53 יאר שפעטער
ואל תתמה שהרי אפילו מי שנולד בשבת צריך קצת כפרה על שחיללו עליו שבת בשעת
לידה כמבואר סוף פרק מי שהחשיך


יי"כ פאר ר' יוסף נחמי' פאר אפצייכענען דעם דאטום און מיר דערמאנען


און פאר הרב ר' דניא' גלאטשטיין פאר די פרטים און מראי מקומות

https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=59685

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אוקטובער 06, 2019 11:55 am

בס"ד

נו, דער עיקר, ס'קינד איז געווען דער הייליגער חתם סופר זי"ע
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:01 pm

ז תשרי
נולדו זבולון ו *** אחותו דינה ליעקב אבינו ע"ה ולאה אמינו ע"ה
ילקוט שמעוני
סדר הדורות
וגם נפטר ב' תשרי לוח דבר בעתו בלי ציון מקור


***
אבן עזרא
חזקוני
ילקוט ראובני

וראה במדרש תלפיות א מוראדיגער חשבון


----------------------------
סאררי איך האב נישט געקענט לייגען א בילד פון זבולין'ס פארט שטעט
איך ווייס נישט ווי מען זוכט דאס

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:10 pm

דער היינטיגער טאג גייט אריין אין די היסטאריע ווען די נאציס האבן ווידער געהויבן דעם קאפ זייט די צווייטע וועלט מלחמה אין אייראפע, און אויסגעפירט ליידער!
אין אנטווערפן בעלגיען קענען אידן היי יאר נישט שלאגן קיין כפרות!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » זונטאג אוקטובער 06, 2019 5:02 pm

קיקיון האט געשריבן:..............
סאררי איך האב נישט געקענט לייגען א בילד פון זבולין'ס פארט שטעט
איך ווייס נישט ווי מען זוכט דאס


דא האסט א בילד פון א פארצייטישע שיף

Flag_of_Zebulun.GIF
Flag_of_Zebulun.GIF (5.6 KiB) געזעהן 938 מאל


קוק אין מדרש רבה
זבולן - יהלם וצבע מפה שלו ....

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:21 am

לפי דעת החיד"א און נאך וואס ברענגען אז עקידת יצחק איז געווען יוה"כפ
האבען זיך אבותינו הקדושים אברהם ויצחק ארויסגעלאזט אויף דעם וועג צו ארץ המורי' אום ח' תשרי

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 7:26 pm

געשיקטער האט געשריבן:28

ידה"ל של רבינו הקדוש ר'נתן אדלער זי"ע

אינטערסאנט אז ער ברענגט נישט דאס וואס אלע מלקטים לייגען צו
בביקורו של החיד"א בפרנקפורט בשנת תקי"ב הראו לו חכמי העיר את הילד המופלג בתורה ושוקד עליה שלפעמים איחר לתפילת שחרית ולהגיע בזמן אמירת עלינו לשבח, בעקבות זאת החיד"א קרא עליו את הפסוק "הנה נא ידעתי כי איש אלקים קדוש הוא עובר עלינו תמיד".

עס איז קראנט !

Annotation 2019-10-07 191452.jpg
Annotation 2019-10-07 191452.jpg (183.75 KiB) געזעהן 951 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מיטוואך אוקטובער 09, 2019 11:58 pm

י"א תשרי
אדמו"ר הזקן הכניס את נכדו, כ"ק אדמו"ר ה'צמח צדק' [שהגיע לגיל שלוש בערב ראש-השנה תקנ"ג], ל'חדר' ביום י"א תשרי תקנ"ג סה"ש קיץ ה'ש"ת עמ' 67. ואולי מפני ההמתנה עד סוף ה'שבעה' לאימו דבורה לאה (נסתלקה בג' תשרי תקנ"ג, לקוטי דיבורים ח"א עמ' 86), שנסתיימה בערב יוהכ"פ.


http://www.chabad.org.il/Magazines/Arti ... oryID=1547

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 4:54 am

מחרת יום הכיפורים ה"תשכ"א זענען 10 בר מצוה בחורים וביניהם אני הפעוט אנגעקומען אין בהמ"ד קיט"ל אויף 550 בעדפארד
אז מרן מהריט"ב זי"ע זאלען זיי אנטוען די תפילין אבער אינז האבען זיך געמוזט אליין אנטוען
(עס איז נאך דעמאלט נישט געווען אייינגעפירט אז מען דארף זיך מעלדען פאראויס)

קשר.jpg
קשר.jpg (127.02 KiB) געזעהן 886 מאל

איינער פון די אנדערע בחור'לך האט זיך אנגעטוען דע של יד מיט קשר אראף און אנגיהויבען מאכען די כרוכות כמנהג אשכנז
האט זיך מרן זי"ע אנגערופען "איך האב געקעענט דיין זיידע ער איז נישט געווען אן אשכנז"

שיר דברי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

תגובהדורך שיר דברי » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:24 pm

געשיקטער האט געשריבן:מחרת יום הכיפורים ה"תשכ"א זענען 10 בר מצוה בחורים וביניהם אני הפעוט אנגעקומען אין בהמ"ד קיט"ל אויף 550 בעדפארד
אז מרן מהריט"ב זי"ע זאלען זיי אנטוען די תפילין אבער אינז האבען זיך געמוזט אליין אנטוען
(עס איז נאך דעמאלט נישט געווען אייינגעפירט אז מען דארף זיך מעלדען פאראויס)

קשר.jpg

איינער פון די אנדערע בחור'לך האט זיך אנגעטוען דע של יד מיט קשר אראף און אנגיהויבען מאכען די כרוכות כמנהג אשכנז
האט זיך מרן זי"ע אנגערופען "איך האב געקעענט דיין זיידע ער איז נישט געווען אן אשכנז"


מזל טוב
לרגל יום הולדת ה׳ע״ב שלך
אויף לאנגע געזונטע יאהרן

אוועטאר
פריעדמאן פון ב.פ.
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 28, 2018 7:47 pm

תגובהדורך פריעדמאן פון ב.פ. » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 1:52 am

lebediger berel האט געשריבן:דער היינטיגער טאג גייט אריין אין די היסטאריע ווען די נאציס האבן ווידער געהויבן דעם קאפ זייט די צווייטע וועלט מלחמה אין אייראפע, און אויסגעפירט ליידער!
אין אנטווערפן בעלגיען קענען אידן היי יאר נישט שלאגן קיין כפרות!

דאס קומט פון וויסטע רעכטע נאציס אדער פון לינקע צער בעלי חיים גרופעס? אמת אז די נאציס האבן זיך אויך פארברטן שחיטה מיטן צעב''ח אויסרייד, אבער נישט יעדער וואס פארבאט שחיטה איז א נאצי.

ווער שטייט אונטער די נייע געזצן אין אנטווערפן ?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 7:17 am

באקומען אויף בליץ פאסט פון JCN
היינטיגן טאג אין אידישע-היסטאריע

ח' מרחשון תפ"א - אין דעם טאג, האבן אראבער אונטערגעצונדן די שוהל פון רבי יהודה החסיד אין ארה"ק, פארברענענדיג די שוהל אינאיינעם מיט פערציג ספרי תורה, ה"י.


ווער עז איז געווען דער "ר' יהדודה החסיד" פון שעדליץ-פוילן שעל שמו נקראה די שול זעה

בן בוזי האט געשריבן:....... אין קעפל: ביהכ"נ החורבה בעיר העתיקא ירושלים תובב"א .........


די שוהל פון רבי יהודה החסיד אין ארה"ק איז אן אומפונקטליכקייט ער איז נפטר געווארען געיילטע טעג נאך דעם ווואס ער האט געקויפט דעם שטח
די שול איז ערשט געבויטט געווארען א שיינע פאר יאר שפעטער

מער פרטים און דאטומס האב איך נישט געקנט מברר זיין וועלען מיר דאז לאזען פאר די מומחים אזוי ווי ר' יוסף נחמי' , בן בוזי וכ'

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:23 am

געשיקטער האט געשריבן:מחרת יום הכיפורים ה"תשכ"א זענען 10 בר מצוה בחורים וביניהם אני הפעוט אנגעקומען אין בהמ"ד קיט"ל אויף 550 בעדפארד
אז מרן מהריט"ב זי"ע זאלען זיי אנטוען די תפילין אבער אינז האבען זיך געמוזט אליין אנטוען
(עס איז נאך דעמאלט נישט געווען אייינגעפירט אז מען דארף זיך מעלדען פאראויס)

קשר.jpg

איינער פון די אנדערע בחור'לך האט זיך אנגעטוען דע של יד מיט קשר אראף און אנגיהויבען מאכען די כרוכות כמנהג אשכנז
האט זיך מרן זי"ע אנגערופען "איך האב געקעענט דיין זיידע ער איז נישט געווען אן אשכנז"


וואס איז געווען די מעשה, פארוואס האט דער רבי נישט געקענט לייגן תפילין פאר ענק?

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:56 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:וואס איז געווען די מעשה, פארוואס האט דער רבי נישט געקענט לייגן תפילין פאר ענק?


לייגען פאר 10 בחור'לעך איז נישט געווען פאר זיינע כוחות

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:51 pm

דאס אויבערשטע איז א ק/פ פון http://www.torahtots.com/timecapsule/th ... van.htm#10

LONDON.gif
LONDON.gif (170.3 KiB) געזעהן 356 מאל


איך האב געגולמם און געטראפען זייער ווייניג אינפא אויף ענגליש אבער בכלל נישט אין צמח דוד און סדר הדורות
פון ווי האבען זיי גענימען דעם אידישען דאטום? דעמאלט האט מען דאך געניצט דעם julian calendar

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 6:26 pm

Untitled.gif
Untitled.gif (22.33 KiB) געזעהן 265 מאל

דער תוס' יום טוב איז דעמאלט געווען אין פראג
לראש ולדיין מדייני מורה כא' מן הגבורימ במלחמתה של תורה אשר על פיהם יהיה נידון
כל דבר הגדול והקשה מלבד זאת לא פסקה ישיבה מתוך ביתי ומעל שלחני
מיום היותי לאיש.

ביז שפ"ה ווען ער איז געווארען רב אין נקלשבורג
איך האב געזעהן אימיצען שרייבען אז דער תוי"ט האט געשריבען א סליחות אויף דעם טאג
דערווייל האב איך נישט געטראפען א קראנטען מקור


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט