סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

כהאב אמאל געהערט א פשט, "אל תבאינו לא לידי נסיון ולא לידי בזיון" ברענג אונז נישט אזעלעכע נסיונות וואס קען אונז ברענגען בזיונות.....!
אוועטאר
היט דיין אויגען
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היט דיין אויגען »

טייערע חבירים.

אויב שוין יא א התעוררות אין דעם ענין, לאמיר נישט בלייבן נאר ביי די התעוררות, נאר ליבערשט טון צו די זאך איינמאל פאר אלעמאל.

מיר זענען פערזענליך באקאנט מיט מערערע טייערע אידן וואס האבן זיך ליידער שטארק געמוטשעט אין די ענינים, וואס איז ליידער נישט א זעלטענהייט צו זיין פארכאפט דערין מיט דער הייניטיגער פאראויס גאלאפירענדע טעכנעלאגיע. און די וועלכע זענען אנגעקומען צו "היט דיינע אויגן" בענטשן דער טאג וואס זיי זענען אהין אנגעקומען, ווייל פון דארט זענען זיי געקראכן בארג ארויף ביז צו זייער פולקאמער ישועה.

"היט דיינע אויגן" איז אן אפציעלער סייט וואס איז בהסכמת רבנים הגאה"צ שליט"א וועלכע פארשטייען אין דער געביט. און עס איז שטרענג קאפידענטשל און גענצליך אנאנימעס. עס ווערט געפירט דורך היימישע ערענסטע יונגעלייט, וועלכע האבן אסאך ערפארונג אין דעם פעלד, און האבן שוין במשך די יארן געהאלפן צענליגער ארויסצוקריכן פון די סארט פראבלעמען.

באזונדער טרעפט מער זיך דארט מיט אחים לצרה וועלכע געפינען זיך אויך אין דעם פלאנטשער, און אינאיינעם איז מען זיך מחזק מיט די הילף וואס הדא (פארקורצערונג פון ה'יט ד'יינע א'ויגן) שטעלט צו.

אלע סערוויסעס פון הדא איז פריי פון אפצאל.‎
פרובירט
מקהלת הד''א
חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד שבמלכות »

שטומפיג האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:wow שרעקעדיג

2 הערות

דער מענעדזשער איז אביסל slow... נאך אזא מעשה שיקט ער אים צוריק צו די ארבעט..

צווייטנס דער משמש איז א באנדיט, א קאמפיוטער אן א פילטער ?...

און דריטנ'ס: חסד שבמלכות איז הארצלאז פאר'ן מיך אזוי אנציען.
ווערטלעך אין א זייט, ס'איז א שטארקע מוסר השכל.
איך מיין אז "חסד שבמלכות" וועט זיך אנזאמלען אסאך זכותים פון די התעוררות וואס ער האט געשאפן פאר אסאך בתוכינו.
שכח.

איך נעם נישט די קרעדיט און נישט די קריטיק....
ס'קומט פון 'היט דיינע אויגן'
איינער האט מיר אהינגעלינקט, און האבנדיג א התעוררות האב איך געוואלט האבן א חלק אינעם זיכוי הרבים פון דעם שרייבער, יהי חלקי עמו
לעצט פארראכטן דורך חסד שבמלכות אום מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 8:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

משומר בלאקט עס
לפנות בוקר
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

זייער גוט באשריבן
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

עס כאפט א פחד. עין רואה וכו' וכל מעשיך בספר נכתבים.
--

חשבון הנפש, איך וויל זיך פרעגן א שאלה:

ווען אין די קעפל דא שטייט נישט די ווארט "שמוץ", וואלט איך עס געקליקט?

עס האלט יעצט סך הכל א קארגע שעה און א האלב זייט די אשכול איז געעפנט געווארן, און עס איז שוין דא 1000!!! קליקס. ווען די קעפל וואלט געשטאנען "די סוף זמן תפילה סאמעטוכע" אדער "עין רואה... יעדער האלט מיט", וויפיל קליקס וואלט די אשכול געהאט?
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

א משל מיט אלע קלאפערגעצייג... דעריז קריעטיוו...
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

גלות איד האט געשריבן:עס כאפט א פחד. עין רואה וכו' וכל מעשיך בספר נכתבים.
--

חשבון הנפש, איך וויל זיך פרעגן א שאלה:

ווען אין די קעפל דא שטייט נישט די ווארט "שמוץ", וואלט איך עס געקליקט?

עס האלט יעצט סך הכל א קארגע שעה און א האלב זייט די אשכול איז געעפנט געווארן, און עס איז שוין דא 1000!!! קליקס. ווען די קעפל וואלט געשטאנען "די סוף זמן תפילה סאמעטוכע" אדער "עין רואה... יעדער האלט מיט", וויפיל קליקס וואלט די אשכול געהאט?

דאס ווייזט די וויכטיגקייט פון אזא מעסעטש
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

Wo...........w. מיין הארץ פארפעלט א קלאפ פון ליינען דעם ערשטן תגובה.

יא יא. אזוי וועט מען אונז אויספראקן. אויף יענע וועלט זעהט מען פינקטלעך יעדעמ'ס מחשבה דיבור ומעשה און מ'קען גאאאאאארנישט באהאלטן. די בושות פון די נשמה איז א רוחניות'דיגע בושה וואס קומט נישט צו צו דעם יונגערמאן'ס גשמיות'דיגע בושה.

יעדעס מאל מ'זאגט א לשון הרע'לע, אריינגעכאפט עפעס אין מויל מיט א פערטל ברכה'לע, געריסן אביסל טיפער פונעם וויין פלעסטיק שבת ביי די סעודה, מסתם האבעך יא געזאגט יעלה ויבא יעצט ביי שחרית, איינמאל אין א יובל מעג איך מיר נישט אויסגעבן מיין כעס אויף מיין קליינעם?. אלעס אלעס ווייסט מען.

@חסד שבמלכות A-1
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

nmi איך האב זייער הנאה וואו די ברענגסט עס ארויס לגבי א יעדער מצוה אין פארקערט
נישט א חילוק וואו קליין עס זעט אויס שכח
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

חסד שבמלכות האט געשריבן:פון "היט דיינע אויגן" זייטל

אינעם לימוד חק לישראל בזוה"ק "מאנטאג לך" איז די לימוד איבער דעם וויאזוי ס'קוקט אויס ווען די נשמה קומט ארויף בעולם העליון - ווי מען וועט זעהן אלעס וואס מען האט געטוהן
"כדין אתייהיב רשו לבר נש למחמי, מה דלא הוה ליה רשו למחמי בזמנא דגופא שלטא וקאים על בורייה, וכדין קיימי עליה תלת שליחן וחשבי יומוי וחובוי, וכל מה דעבד בהאי עלמא, והוא אודי על כלא בפומיה, ולבתר הוא חתים עליה בידיה, הה"ד ביד כל אדם יחתום, ובידיה כלהו חתימין למידן ליה (בההוא ד"א, בהאי) עלמא, על קדמאי ועל בתראי על חדתי ועל עתיקי, לא אתנשי חד מנייהו, הה"ד לדעת כל אנשי מעשהו, וכל אינון עובדין דעבד בהאי עלמא בגופא ורוחא, הכי נמי יהיב חושבנא בגופא ורוחא, עד לא יפוק מעלמא".
אטעטשמענטס
מאנטאג לך.pdf
(70.81 KiB) געווארן דאונלאודעד 119 מאל
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

להוי ידוע דעי אשכול איז געווען פארהאקט דורך גדר א שיין שטיק צייט, מ'דארף אכטונג געבן וואס אין וויאזוי מ'שרייבט אזוינע האקעלע ענינים ודי
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

לערנענדיג דעם מדרש דעי וואך פון אבא כהן ברדלא האב איך זיך דערמאנט פון דעם לייבוש'ן, אוי האט דאס געציפט!!!
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

פעטער יעקל האט געשריבן:לערנענדיג דעם מדרש דעי וואך פון אבא כהן ברדלא האב איך זיך דערמאנט פון דעם לייבוש'ן, אוי האט דאס געציפט!!!


וַיִּתֵּן אֶת קֹלוֹ בִּבְכִי וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ, אבא כהן ברדלא אמר אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה, בלעם חכם של העובדי כוכבים לא יכול לעמוד בתוכחתה של אתונו, הה"ד (במדבר כב) ההסכן הסכנתי לעשות לך כה ויאמר לא, יוסף קטנן של שבטים היה ולא היו יכולים לעמוד בתוכחתו, הה"ד ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו, לכשיבא הקב"ה ויוכיח כל אחד ואחד לפי מה שהוא שנאמר (תהלים נ) אוכיחך ואערכה לעיניך על אחת כמה וכמה.
אוועטאר
היט דיין אויגען
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היט דיין אויגען »

פרובירט
מקהלת הד''א
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

היט דיין אויגען האט געשריבן:.
ווער אי'דער רעדנער?
different
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך different »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
היט דיין אויגען האט געשריבן:.
ווער אי'דער רעדנער?

ר' אברהם מרדכי מלאך
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ייש"כ, געטראכט אז ס'איז ער נאר געוואלט וויסן אויף קלאר
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

היט דיין אויגען האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1lSp7SBfQgj4pbBLhzUECG4Qa-rbU_6eZ/view

https://www.dropbox.com/s/lb8uvnhr8un8g ... 9.mp4?dl=0

ער לייגט עס נישט אראפ אזוי גוט ווי דער שרייבער פון די מעשה
אין אינטערעסאנט אז עס איז געגאנגען איבער די גאנצע וועלט די מעשה
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

עס געטראפן
עס איז זייער עינדליך צו די פריעדגע מעשה


ער האט געוואוסט אז עס איז נישט נארמאל. די פארגאנגענע פאר יאר, האט ער א גאנצע צייט פרובירט אריינצודרינגען אין די טיפענישן פונעם ברייטן געוועב, אבער אלע זיינע פרובען האבן זיך אויסגעלאזט פרוכטלאז.

"נאך א מזל" פלעגט ער קלערן צו זיך, ווען ער איז געווען א אינגע ישיבה בחור, דרוקענדיג די קיעבאורד קנעפלעך אין א שכיינות'דיגען קיאסק, "איך בין למעשה צופרידן אז זייער פילטער איז שטערקער פון מיר".

"ברוך ה', ס'איז פארשלאסן שטארק", האט ער געטראכט דורכאויס דעם ערשטן זמן אוועק פונדערהיים, ער האט געקליקט דעם מייזל צוועקלאז, בשעת דער פילטער איז ארויף געקומען אנשטאט זיין סיערטש ריזאלט.

"שכויח אויבישטער פארן מיך אפהיטען פון מיר אליין" האט ער געמורמעלט אלץ פרישע כולל אינגערמאן, קלאפענדיג אויפן קאמפיוטער אויפן דעסק אינעם כולל אפיס.

ווען ער האט אנגענומען זיין ערשטן דזשאב אין דער 'ריעל וואורלד' האט בערי נישט געקענט זיך צוריק האלטן פון פרובירן נאך איין מאל. ער האט באקומען אן ארבעט אין דער אדמיניסטראטאר אפיס פון א גרויסע קהילה. דער קאמפיוטער אויף וואס ער האט געארבעט האט נאר געהאט עקסעס צו אימעיל, און דאס איבעריגע פארשפארט, אבער אין די זייט איז געשטאנען א לעפטאפ אויף א קליין טישל, ס'איז אייביג געווען אנגעצינדען, כאטש ס'איז קיינמאל נישט באנוצט געווארן, און קיינער האט קיינמאל געקוקט אויף זיין זייט.

"פארוואס ליגט דער לעפטאפ דא סתם אויפצונעמען פלאץ אהן קיין שום סיבה" האט בערי איין טאג געפרעגט דעם אדמיניסטראטאר, מיט א קול וואס ער האט געהאפט הערט זיך אומאינטערעסירט, "די גאנצע וואס עס טוט אז ס'פלעשט די טעגליכע זמנים, ס'פגע'ט שוין אביסל".

דער אדמיניסטראטאר, מיטן טעלעפאון אויף זיין אויער, האט געגעבן א מאך מיט זיין האנט, בשעת ער טענה'ט זיך מיט א פאר'עקשן'טע חבר הקהילה איבער מעמבערשיפ. בערי האט נישט געדרוקט נאר אויסגעווארט דעם ריכטיגען מינוט.

איין פארנומענע דאנערשטאג אווענט האט זיך בערי'ס געדולד אויסגעצאלט. דער אפיס איז געווען ליידיג, זיינע קאלעגעס זענען אלע געווען אונטן אין ביהמ"ד און אויסגעהערט א דרשה פון א באקאנטע בעל דרשן.

"קומסט בערי?" האט משה געפרעגט שטייענדיג ביים טיר, "גארנישט וועט געשען אויב דו נעמסט א האלבע שעה ריסעס, דו ווילסט נישט פארפאסן אזא דרשה!"

אבער בערי האט נאר צוגעשאקעלט מיטן קאפ, אונטער מורמעלנדיג עפעס איבער צוריק געשטאנען מיט זיין ארבערט און דעדליינס וואס דארף נאך פארטיג זיין בעפאר שבת. ער האט פארשלאסן דער טיר, הערנדיג א בארואיגענדע קליק און צוגעלאפן צו דער לעפטאפ.

בערי האט זיך גענומען אינסטינקטיוו טייפען און קליקען וואו אימער, אבער ער האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, ער איז געווען ביידע, דערשראקן אבער פאר'עקשן'ט מיט וואס ער האט געטוען.

"בערי" האט איינער גערופן פון די אנדערע זייט טיר, "בערי עפן אויף".

משה האט זיך געהערט נערוועז און סטרעסד, אבער בערי האט נישט גענומען די מי איהם צו ענטפערן, ער איז געווען צו פארנומען.

"וואס טוסטו?" האט משה געשריגן שאקעלענדיג און דרייענדיג דעם טיר הענטל האסטיג, "בערי עפן די טיר".

אבער בערי איז נישט אנגעגאנגען, 'משה וועט ווארטן' האט ער געקלערט, ווען זיינע אויגן איז צוגעשמידט צום טאנצענדיגע סקרין.

"סטאפ!" ס'האט זיך געהערט ווי משה גייט וויינען, ער האט געזעצט אויפן טיר מיט ביידע פויסטן, "בערי, סטאפ וואס דו טוסט, און עפן אויף, וואס אין דער וועלט למען השם גייט פאר דארט?"

זיינע שרעקליכע געשרייען און שטויסן אויף די טיר האט ענדליך אויפגעטוען, און בערי האט געגעבן א דריי זיין אפיס בענקל צום טיר און אויפגעפראלט.

"זאלסט בעסער האבן א גוטע תירוץ", האט ער געווארנט משה.

משה האט נישט גענטפערט. ער איז צוגעלאפן צו דער לעפטאפ, און געגעבן א קלאפ אויפן פאוער באטאן, דער סקרין איז געווארן שווארץ. בערי האט געקוקט אויף דעם בלאסן משה מיט ברייט צועפנטע אויגן, זיין הארץ איז געשפרינגען, און זיין מוח האט אנגעהויבן צוזאם שטעלן שטיקלעך.

"די סקרין" האט משה זיך געשטיקט, "אין ביהמ"ד".

בערי האט אנגעהויבן שווינדלען, "ד..דו.. מ..מיי..מיינסט צו זאגן די זמנים? די סקרין וואס ווייזט די טעגליכע זמנים איז לינקד... צ..צו ד..דע..דעם לעפטאפ?"

משה האט איהם נישט געקענט קוקן בערי אין פנים. ער איז ארויס פון אפיס, מורמעלענדיג, "איך מוז צוריק זיין אין ביהמ"ד, דער גאנצע פלאץ איז אין טאטאל כאאס, אלעס וואס דו האסט געקוקט איז געווארן לייוו געבראוקעסט אויפן זמנים סקרין פונקט הונטערן רעדנער"

אן אויפשוידערנדע געשעעניש וואס האט קיינמאל פאסירט... דערווייל.

אבער לאחר מאה ועשרים וועט עס געשעהן. נישט נאר צו בערי נאר צו יעדער איינער פון אונז.

יעדע זאך וואס מיר זאגן, טוען, טראכטן און זעהן וועט ווערן 'לייוו בראודקעסטעט', יעצט קען מען נאך אויפסעטן דעם פראגראם.

וכל מעשיך בספר נכתבים.
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ערשטע איז בעסער געווען.
די צווייטע זעהט סתם אויס ווי א צוקאליעטשטע קאפי.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

שטומפיג האט געשריבן:ערשטע איז בעסער געווען.
די צווייטע זעהט סתם אויס ווי א צוקאליעטשטע קאפי.


צווייטע איז קערצער און שארפער..
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

איין ווארט; וואאאאאאף
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: סוף זמן תפלה???....... שמוץ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

גראדע מיין טעלעפאן האט גדר און עס האט מיר נישט געלאזט עפענען די אשכול.

יעצט אין אפיס מיט טעקלאק האב איך געקענט ליינען וואס דא שטייט.
שרעקעדיג צו קלערן וואס וועט זיין אויף יענע וועלט.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”