מיינע עצות אין לעבן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 5:01 pm

איש האשכולות האט געשריבן:געוואלדיג מיקא! שרייבן נאך, מיר האבן שטארק הנאה!

משהלע
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 5:18 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:5]
אין נומער 1 האבן מיר געשריבן, אז ס'איז זייער א גוטע זאך אראפצושרייבן אלעס, וואס טוט מען אבער אום שבת קודש, ווען ס'פאלט איין א געדאנק, און אונז האבן די זכיה צו היטן שבת – נישט צו שרייבן.
איז דא א עצה, צו מאכן א צייכן, למשל מ'לייגט א געוויסע חפץ אויף א נישט געווענליכע ארט, אדער מ'קנייטשט איין א טישא און מ'לייגט עס אין א זעה-בארע ארט, און מוצאי שבת אז מ'זעט דעם סימן, דערמאנט מען זיך יענעם געדאנק דורכן קנייטש צו חפץ וואס מ'האט בכוונה געשטעלט אלץ שומר הזיכרון.

נישט קיין פראבלעם אלטס הכנה?

הג"ר אברהם פאלאג'י ברענגט (ויען אברהם סי' לג) אז מען מעג "לעשות רשימה בקיפול הדף", און ער פירט אויס: "וכך נהגו כל בעלי תורה המחדשים בשבת, כדי לעשות זכרון".


איך פלעג עס נישט טוהן, אבער איך האב אנגעהויבן נאכן זעהן א גדול מפורסם עס טוהן ברבים.

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 6:01 pm

עס אנדערש בשעת די לערנען מאכן א קנייטש און די ספר וואס מען האט פאר זיך ווי גיין עפעס ברענגען און טון די שאלה איז וואס האסטו געזען די גדול מפורסם טון

משהלע
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 6:25 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:עס אנדערש בשעת די לערנען מאכן א קנייטש און די ספר וואס מען האט פאר זיך ווי גיין עפעס ברענגען און טון די שאלה איז וואס האסטו געזען די גדול מפורסם טון


געמאכט א געזונטען קנייטש מיט אסאך בלעטער צו געדענקען ווי ער האלט.

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: נעבן די לעקעך

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 7:27 pm

מיקא האט געשריבן:13]
אויב מ'שפירט זייער דערדריקט צוליב איינעם, צו וועגן א מצב, אדער א ציבור, איז גוט אריינגיין אין א פארמאכטע שטוב, [בעסער פאר א שפיגל] און פשוט ארויסשטעקן די צינג, און זאגן צו זיך שטיל, 'איך ווער נישט נתפעל, און איך בין באלעבוס אויפ'ן מצב. און דאס העלפט וואונדערליך.

;l;p- ;l;p-
או ביסטו גוט מיקא'לע
טעיק איט איזי

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 9:08 pm

מיקא האט געשריבן:4]
אסאך האבן די האפענונג אויפ'ן גליקליכע טאג, ווען מ'גייט זיין פטור פון חובות וכדו'.
האב ביי מיר אפגעמאכט אזא געדאנק; שטעל דיך פאר אז דו גייסט קיינמאל נישט זיין רייך, און וועסט אלץ מוזן סטרעטשן א דאלער – ווי מ'זאגט, ממילא פון היינט און ווייטער, בין איך נישט נערוועז - ווען גיי איך שוין רייך ווערן. ווייל אז מ'מאכט אפ, דאס איז די מצב! און מ'מאכט שלום מיט'ן מצב – אויף א רואיגע גוטע געמיט – נישט מיט טענות צו זויערקייט, דעמאלטס לעבט מען אסאך מער רואיגער, און די גוטע סורפרייזעס אין לעבן קומען שנעלער..


יא יא . אבער מיינע בעלי חובות מאכן נישט שלום מיט'ן מצב. זיי קומען יעדען טאג מיט א פרישקייט.... :wink:
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 9:20 pm

14]
פאר די וואס לייענען אסאך, אבער ווייסן נישט פאראויס וועלכע ביכער – צו ספר – וועט זיין לרוחו, איז א גוטע עצה צו זוכן אין גוגל וועגן דעם ספר, און ארויספרינטן חלקים פון געציילטע בלעטער, און אזוי שפארן פון קויפן ספרים וואס מ'קען אמאל קונה זיין די קאנצעפט זייערע פון געציילטע בלעטער אנשטאט קויפן דעם גאנצן ספר – וואס חזר'ט אסאך מאל איבער דעם קאצעפט באריכות בחינם.

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 9:23 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:4]
אסאך האבן די האפענונג אויפ'ן גליקליכע טאג, ווען מ'גייט זיין פטור פון חובות וכדו'.
האב ביי מיר אפגעמאכט אזא געדאנק; שטעל דיך פאר אז דו גייסט קיינמאל נישט זיין רייך, און וועסט אלץ מוזן סטרעטשן א דאלער – ווי מ'זאגט, ממילא פון היינט און ווייטער, בין איך נישט נערוועז - ווען גיי איך שוין רייך ווערן. ווייל אז מ'מאכט אפ, דאס איז די מצב! און מ'מאכט שלום מיט'ן מצב – אויף א רואיגע גוטע געמיט – נישט מיט טענות צו זויערקייט, דעמאלטס לעבט מען אסאך מער רואיגער, און די גוטע סורפרייזעס אין לעבן קומען שנעלער..


יא יא . אבער מיינע בעלי חובות מאכן נישט שלום מיט'ן מצב. זיי קומען יעדען טאג מיט א פרישקייט.... :wink:

כ'מיין נישט אז מ'ווערט פטור פון צאלן די חובות, נאר מ'נעמט עס אן לייכט - אז נישט יעצט איז א שווערע זמן און ווען כ'וועל זיין רייך וועל איך לעבן בעסער; ניין, מ'קען שוין יעצט לעבן נארמאל, איי חובות, אבער דאס לעבן אין א שווערע מצב עס צו פארזיסן איז מער געוואונטשן ווי א תכלית, ווי איידער חלומ'ן אויף עפעס וואס גייט נישט קומען, עכ''פ ווען ס'קומט יא בעסערע רייכערע זמנים, איז עס מער א סורפרייז ווי איידער פארקערט.

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 9:28 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:5]
אין נומער 1 האבן מיר געשריבן, אז ס'איז זייער א גוטע זאך אראפצושרייבן אלעס, וואס טוט מען אבער אום שבת קודש, ווען ס'פאלט איין א געדאנק, און אונז האבן די זכיה צו היטן שבת – נישט צו שרייבן.
איז דא א עצה, צו מאכן א צייכן, למשל מ'לייגט א געוויסע חפץ אויף א נישט געווענליכע ארט, אדער מ'קנייטשט איין א טישא און מ'לייגט עס אין א זעה-בארע ארט, און מוצאי שבת אז מ'זעט דעם סימן, דערמאנט מען זיך יענעם געדאנק דורכן קנייטש צו חפץ וואס מ'האט בכוונה געשטעלט אלץ שומר הזיכרון.

נישט קיין פראבלעם אלטס הכנה?

איך האב היינט געפרעגט א מורה הוראה מובהק, און ער האט אויסגעשמועסט מיט מיר דעם טעמע, און געזאגט קלאר; הכנה למחשבה איז נישט קיין איסור.
ס'נישטא אפילו קיין חשש דערין, ווייל מ'טוט נישט קיין פעולה צוליב א פעולה פון חול, נאר מ'טוט א פעולה לכבוד א רעיון, צו הרהור, וואס איז בכלל נישט אסור. נאר נעמען א גאפל למשל וואס מ'נוצט נישט שבת, איז עס פשוט מוקצה, אבער נעמען א חפץ וואס איז נישט מוקצה און עס לייגן אלץ א סימן, איז כאילו מ'זאגט אֵין פעולה לפני מחשבה.

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 10:56 pm

יישר כח
איך פלעג עס נישט טון ווייל למעשה טוט מען יעצט א פעולה פון גיין נעמען א חפץ אנגרייטען צו האבן פאר מוצאי פאר א זאך וואס מען קען יעצט נישט טון אבער מוצאי יא
אבער אז ער זאגט אז מען מעג גלייב איך אפילו איך פארשטיי נישט

אוועטאר
לעכטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 11:12 pm

מיקא האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:9]
יעדער האט דאך שוין ערצייגט אין לעבן געוויסע צופרידענע זאכן, איז דא א גוטע עצה, עס אויסשטעלן אינעם שיינעם שטוב אין הויז, א בילד, אדער עצם פראדוקט וואס מ'האט באוויזן מיט הצלחה אינעם פארגאנגענהייט, דאס געבט אסאך סיפוק אינעם לעבן בעתיד.

למשל?!

אויב האט איר ערצייגט א נייעם ספר, א שיינעם געמאלענעם בילד וכדו', א קאסעטע, א פּלעג, דיפלאמע, נזר השנה, מתנה חשובה, געענדיגט האלב ש''ס צו גאנץ, געענדיגט אזויפיל ספרים - ליסטע, וכדומה וכדומה. [דאס איז אויך א דערגרייכונג צו וויסן וואס מ'האט שוין אויפגעטון...]

איך פארשטיי מיקא, און לאמיר אין די געלעגענהייט דיר געבן א ייש"כ פאר אייער הערליכע און גוטהארציגקייט צו שערן מיט די עולם דא אייער 'עצות אין לעבן'!

א ספר וכדו' קען מען אויפהענגען א בילד, אבער ווי אזוי הענגט מען אויף א דערגרייכונג ווי איר שרייבט:
"געענדיגט האלב ש''ס צו גאנץ, געענדיגט אזויפיל ספרים - ליסטע, וכדומה וכדומה."
אדער
א דערגרייכונג ווי, אויפסעטן א גוטע סעטונג אין א ביזנעס ?!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:36 pm

למשל איך האב אויפגעהאנגן אין מיין דייניגרום, א געטייפטע צעטל פון די נעמען פון מסכתות וואס איך האב ב''ה מסיים געווען ביז היינט, א באזונדערע צעטל פון ספרי קודש, וואס כ'האב דורך די יארן, פון אלץ יונג בחור, אנגעהויבן פון דף א' און געענדיגט.
ווידער אין ביזנעס, נישט אלץ באקומט מען טאקע א סליפ דאקומענט פונעם אויבערהאר פאר א דערגרייכונג, אבער ס'אלץ דא געוויסע בילדער פונעם פראגראם צו יוצא פועל דערפון, וואס פאסט אויפצוהענגן אין א באשיידענע ראם. [זאג מיר בערך וואספארא סארט עסק איר מיינט וועל איך טראכטן וואס איך וואלט געטון.] און ווער ס'וועט עס נאר זען, וועט איר עס זיכער זען אין הארצן, און ס'שטופט פאראויס דעם באן.

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:48 pm

15]
זיך אויסצופרישן, איז א גוטע עצה ווען מ'אטעמט אריין די קלארע לופט פון ים, און דאס איז אזויווי ווען מ'גייט אין א באד. אויך צו בארואיגן די געהירן איז גוט צו זיצן אונטער א שויער און אריינאטעמען די פארע, און בכלל איז גוט פאר דעם, צו שמעקן א גוטע גערוך, צו פון א זייף, צו א שטויב בשמים, דאס געבט פוהל כח פאר'ן נפש, און בארואיגט.

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:49 pm

16]
ווען מ'האט א בארג מיט ארבעט, און מ'שפירט פארלוירן, איז גוט צו נעמען איין זאך אויפאמאל, אפילו א קליינע זאך, אפילו א גרינגערע זאך, און עס טון ביז'ן סוף, אבער טאקע עד הסוף, דאס וועט געבן די חיזוק ממשיך צוזיין אין די קומענדיגע שעה, טאג, צו וואך, צו ענדיגן אויף דעם סדר, אסאך זאכן.

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 4:50 pm

17]
צו נעמען א צוויי מינוט אפרו, אינמיטן א שטיקל גמרא, אינמיטן שיילן קארטאפל, אינמיטן לייענען א לענגערע באריכט, אינמיטן עוסק זיין צו ענדיגן איין זאך אויפאמאל, איז זייער א גוטע זאך ווייל די געציילטע רגעים וואס מ'כאפט דעם אטעם – כאטש ס'איז קוים נאך פינעף מינוט וואס מ'האט קוים אנגעהויבן – געבט עס פרישע מוהט ממשיך צוזיין מער און מער. און נאך צען מינוט נאך א קליינע הפסקה, ואודך ממשיך זיין על הסדר.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אוקטובער 06, 2019 6:33 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:יישר כח
איך פלעג עס נישט טון ווייל למעשה טוט מען יעצט א פעולה פון גיין נעמען א חפץ אנגרייטען צו האבן פאר מוצאי פאר א זאך וואס מען קען יעצט נישט טון אבער מוצאי יא
אבער אז ער זאגט אז מען מעג גלייב איך אפילו איך פארשטיי נישט

כווייס נישט אויב סקומט אין דיזער אשכול אבער וואס טוצעך מיטן אריינלייגן א שטיקל פאפיר אין א ספר שבת צו געדענקען ווי איך האלט??? (נישט פאר שבת נאר פאר נאך שבת) הייסט עס הכנה משבת לחול??

אוועטאר
לעכטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג אוקטובער 06, 2019 9:38 pm

מיקא האט געשריבן:למשל איך האב אויפגעהאנגן אין מיין דייניגרום, א געטייפטע צעטל פון די נעמען פון מסכתות וואס איך האב ב''ה מסיים געווען ביז היינט, א באזונדערע צעטל פון ספרי קודש, וואס כ'האב דורך די יארן, פון אלץ יונג בחור, אנגעהויבן פון דף א' און געענדיגט.
ווידער אין ביזנעס, נישט אלץ באקומט מען טאקע א סליפ דאקומענט פונעם אויבערהאר פאר א דערגרייכונג, אבער ס'אלץ דא געוויסע בילדער פונעם פראגראם צו יוצא פועל דערפון, וואס פאסט אויפצוהענגן אין א באשיידענע ראם. [זאג מיר בערך וואספארא סארט עסק איר מיינט וועל איך טראכטן וואס איך וואלט געטון.] און ווער ס'וועט עס נאר זען, וועט איר עס זיכער זען אין הארצן, און ס'שטופט פאראויס דעם באן.


איך הער וואס איר זאגט!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:38 pm

סע באלאנגט נישט דא, אבער מיין עצה פאר די קומעדיגע ערב סוכות איז, נישט אופהייבן קיין איין פרעמדע נאמבער.

ער וועט אייך זיכער קאלן 22 מאל, אלזא הייבט נישט אויף קיינעם דאס קומעדיגע ערב

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 4:15 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:סע באלאנגט נישט דא, אבער מיין עצה פאר די קומעדיגע ערב סוכות איז, נישט אופהייבן קיין איין פרעמדע נאמבער.

ער וועט אייך זיכער קאלן 22 מאל, אלזא הייבט נישט אויף קיינעם דאס קומעדיגע ערב

ס'באלאנגט פיין דא, יעדע זאך וואס יודען קענען שפירן פריש און רואיג איז דא די ארט. תודה רבה

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 5:09 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:סע באלאנגט נישט דא, אבער מיין עצה פאר די קומעדיגע ערב סוכות איז, נישט אופהייבן קיין איין פרעמדע נאמבער.

ער וועט אייך זיכער קאלן 22 מאל, אלזא הייבט נישט אויף קיינעם דאס קומעדיגע ערב

כ'האב געטראכט צו לייגן א סטיקער אויף מיין היים טעלעפאון וואס לויטעט:
בקשה צו אריינרופער: אין די פארנומענע ערב יו"ט טעג ביטע רופט מיר נאר אויב איר ווייסט וויזוי כ'זע אויס...


האלט איר אז ס'קען אפהאלטן פרעמדע אריינדרינגער?...

איך האב שוין לאנג א סטיקער אויפן טעלעפאון:
ביטע נישט אריינרופן צווישן 12AM און 7AM.
עס האט איבער א 99% סוקסעס רעיט...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
לעכטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 11:00 pm

מיקא האט געשריבן:17]
צו נעמען א צוויי מינוט אפרו, אינמיטן א שטיקל גמרא, אינמיטן שיילן קארטאפל, אינמיטן לייענען א לענגערע באריכט, אינמיטן עוסק זיין צו ענדיגן איין זאך אויפאמאל, איז זייער א גוטע זאך ווייל די געציילטע רגעים וואס מ'כאפט דעם אטעם – כאטש ס'איז קוים נאך פינעף מינוט וואס מ'האט קוים אנגעהויבן – געבט עס פרישע מוהט ממשיך צוזיין מער און מער. און נאך צען מינוט נאך א קליינע הפסקה, ואודך ממשיך זיין על הסדר.


וואס נאך?!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 4:37 pm

כ'זע יעצט צום ערשטן מאל דעם אשכול.

מיקא, זיי ממשיך! מיר האבן זייער הנאה געהאט!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:53 pm

18]
אויב מ'וויל קאמפעינען פאר עפעס, צו פארקויפן עפעס, און מ'זוכט 'רענדאם קאסטומערס', איז א גוטע עצה, אז ווער ס'קומט צו דיר רעדן, בעטן א טובה, צו אפילו גריסט דיך נאר.. הייב באלד אן דיין בקשה, אן טראכטן א רגע; א גוט מארגן, איך פארקויף דעם געלונגענעם סידי, איך גיי פאר א גאר חשובע צוועק.. דאס מאכט גאר גרינג דעם ארבעט און ברענגט אייך אריין אינעם שוואונג פון הצלחה.

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:55 pm

19]
אין א שווערע מינוט, קען מען ארויסגעבן דאס קאכעניש מיט'ן ארומשפאצירן, און ווען ס'ווערט צו סאך – אז מ'ווערט מער אנגעצויגן מיט'ן ארומלויפן אהין און אהער, זעצט מען זיך אראפ, און די טעמפיטשער קומט אראפ. ציטער אינעם קערפער פון אומרואיגקייט, באוועגט זיך פון ארגאן צו ארגאן, און מיט פיזישע באוועגונג קען מען עס קאנטראלירן.

מיקא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:56 pm

20]
קאפ און קערפער קראצענישן, קומט פון ווייניג שלאפן. אזויווי איינער וואס איז דיהיידרעיטע''ד, דארף טרונקען צוביסלעך, און נאר אזוי קען ער צוריק'קומען צום נארמאלן מצב; אזוי אויך שלאפן, וואס פעלט זיך אויס ווי נאך א טרוימא אדער אין בעסטן פאל, א וואך פון יו''ט צו שמחות, דארף מען צוביסלעך – מיט די טעג און וואכן, וואס מ'קען נישט אפצאלן מיט איין לאנגן נאכט שלאף.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לאמיר פארשטיין און 7 געסט