תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך פאברואר 05, 2020 4:44 pm
קיין טוויטער האב איך ב"ה אויך נישט, אבער יענער אקאונט פרובירט צו ריטוויטן יעדעס מאל איינער זאגט אז ער האט ליב יענג און וואלט געשטימט פאר אים ווען ער קען ווען געווינען. פארשטייט זיך אז ער איז נאר איין מענטש און ער קומט נישט צו צו אלעס, און יא, ער האט שוין טויזנטער ריטוויטס - AKA טויזנטער אומזעבארע שטיצער.
דו זעסט דאס נישט (אויף אזא פארנעם) ביי קיין אנדערע קאנדידאט. עס איז קלאר אז ווען שטיצע וואלט געמיינט וועמען מענטשן ווילן פאר נאמעני ווען עס ליגט ווען נאר אין זייערע הענט, און נישט פאר וועמען זיי גייען פאקטיש שטימען, וואלט יענג געווען אסאך העכער ווי זיינע יעצטיגע פינף פראצענט.
איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי די איבריגע פון דיין תגובה. דער חילוק צווישן יענג און סאנדערס (לגבי דעם ענין) קען דאך נישט זיין גרעסער! מענטשן האבן דען א ספק צי סאנדערס קען געווינען די נאמינאציע?!
סאנדערס האט אנגעהויבן מיט די העכסטע נעים רעקאגנישאן פון אלע קאנדידאטן, יענג מיט די נידריגסטע.
סאנדערס האט אנגעהויבן מיט די מערסטע פאליטישע עקספעריענס, יענג מיט די ווייניגסטע.
סאנדערס האט אנגעהויבן מיט די שטערקסטע אפאראט און פאנדרעיזינג (נאכן עס אויפבויען פיר יאר צוריק), יענג האט אנגעהויבן מיט גארנישט.
קען זיין דו מיינסט דאס וואס די מידיא איז גענויגט קעגן סאנדערס, אבער איך האב נישט גערעדט פון דעם וואס די מידיא איז קעגן יענג, נאר אז זיי איגנארירן אים, דערשטיקן אים, מעקן אים אויס. איך ווייס נישט צי עס שאדט פאר סאנדערס דאס וואס די מידיא איז קעגן אים - עס הייטערט נאר אויף זיין באזע, און די וואס ווערן נשפע פון די די קעגנערישע ארטיקלען וואלטן ווייניג פון זיי געווען זיינע שטיצער סייווי.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang