סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » זונטאג אוקטובער 13, 2019 11:30 am

yid האט געשריבן:almost everyone that has or had a smartphone saw a reyah asirah on his smartphone

מ'דארף זיין היפש א פארדארבען נפש מיט א פארקרומטע קאפ, צו אראפשטעלן אזא פראספעקטיוו

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 11:37 am

ניין! פונקט נישט, מען דארף זיין א רעאליסטישער מענטש, די מציאות צייגט אז יעדער סמארטפאון אייגנטומער איז סאך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי איינער וואס האט נישט.

וואס ווילסטו זאגן? מען זאל נישט נעמען קיין פאסט?
מען זאל נישט גיין אין גאס?
מען זאל נישט גיין צום דענטיסט אדער דאקטאר?

דו רעדסט דאך נאנסענס, מען מוז זען צו שטיין ווייט פון יעדע ניסיון, ווילאנג דער סמארטפאון איז נאכנישט א 'מוז' אזויווי פאסט אדער דאקטאר זענען מיר מחויב זיך אפצוהאלטן דערפון.

און איך פארשטיי דיר פארן האבן א סמארטפאון, אבער פאפ זיך נישט אליין און פרוביר אונז נישט צו פאפן אז עס איז אזויווי דאקטאר אדער פאסט ווייל ווען דו ביסט געווען אינגאנצן פינף זעקס יאר יונגער האסטו נישט געדארפט קיין סמארטפאון, יעצט דארפסטו יא? נעבעך פאר דיר, מאך עס אבער נישט פאר די נארמע.

און איך בין אויך געווען א סמארטפאון באנוצער מיט די זעלבע אויסגעדראשענע טענות ווי דיר, היינט בין איך אמת'דיג מיט זיך אליין און איך ווייס ווי 'וויכטיג' דער סמארטפאון איז.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

nuwilli
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

תגובהדורך nuwilli » זונטאג אוקטובער 13, 2019 12:34 pm

טישטוך האט געשריבן:ניין! פונקט נישט, מען דארף זיין א רעאליסטישער מענטש, די מציאות צייגט אז יעדער סמארטפאון אייגנטומער איז סאך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי איינער וואס האט נישט.

אז עס איז דיר געווען א ניסיון האסטו עס טאקע געדארפט אוועקווארפן
אבער די "מציאות" אז א "יעדער" איז שקר און איבערגטריבן

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 12:51 pm

וואס מאכסטו משוגע? אדער האסטו נישט קיין סמארטפאון אדער ביסטו אינטערסירט זיך אליין צו פאפן און בארואיגן מיט די ליגנט אז נישט יעדער.

אדרבה פרעג זיך נאך, מאך דיין אייגענע אנקעטע ביי דיר אין דיין קהילה און איך וועל דיר פארשטיין טאמער דו וועסט זיך שעמען צו שרייבן אויף אייוועלט די רעזולטאטן.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 13, 2019 1:20 pm

טישטוך האט געשריבן:און איך פארשטיי דיר פארן האבן א סמארטפאון, אבער פאפ זיך נישט אליין און פרוביר אונז נישט צו פאפן אז עס איז אזויווי דאקטאר אדער פאסט ווייל ווען דו ביסט געווען אינגאנצן פינף זעקס יאר יונגער האסטו נישט געדארפט קיין סמארטפאון, יעצט דארפסטו יא? נעבעך פאר דיר, מאך עס אבער נישט פאר די נארמע.

און איך בין אויך געווען א סמארטפאון באנוצער מיט די זעלבע אויסגעדראשענע טענות ווי דיר, היינט בין איך אמת'דיג מיט זיך אליין און איך ווייס ווי 'וויכטיג' דער סמארטפאון איז.

און פאר הונדערט יאר צוריק איז גיין זיידע געפארן מיט א וואגן סאו האק נישט אין קאפ אז פארן מיט א קאר איז אזויווי פאסט.

סיז צום באדויערן אז דיין אוועקווארפן די סמארטפאון האט דיר נעבעך איינגערעדט אז דו ביזט העכער און 'HOLYער' ווי אנדערע וואס דארפן עס יא.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אוקטובער 13, 2019 1:33 pm

טישטוך האט געשריבן:וואס מאכסטו משוגע? אדער האסטו נישט קיין סמארטפאון אדער ביסטו אינטערסירט זיך אליין צו פאפן און בארואיגן מיט די ליגנט אז נישט יעדער.

אדרבה פרעג זיך נאך, מאך דיין אייגענע אנקעטע ביי דיר אין דיין קהילה און איך וועל דיר פארשטיין טאמער דו וועסט זיך שעמען צו שרייבן אויף אייוועלט די רעזולטאטן.

אנטשולדיגט אבער איר פרעדיגט נאך וואס איר ליינט אין די פאשקעווילן ביי לכה דודי.

איך האב א סמארטפאון, און איינמאל גיין אין ביהמ"ד בין איך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי א וואך צייט אויף מיין סמארטפאון (מיט מיין פילטער פארשטייט זיך).

אויב איינעם גייט נישט אן קיין ראיות אסורות דער האט טאקע א גרינג פעלד מיט א סמארטפאון, און דער האט אפענע אויגן אויפן גאס אויך. אוו איינער וואס האט א אישו דערמיט, און איינער וואס לייגט אומאיידעלע בילדער אויף סטאטוס דעליט ער פון זיין קאנטעקטס דער זעהט נישט קיין ראיה אסורה אויף זיין סמארטפאון ווי גרויס די יאר איז.

ס'איז א אלטע כלל אז אין כולל איז די גרינגסטע אנצופיהרן א קאמפיין ווייל די אינגעלייט הערן נישט עפעס אנדערש נאר וואס דער עסקן וויל ער זאל הערן. די זעלבע איז מיט די נושא איינער וואס וויל נישט עכט מאכן אנבייעסד ריסוירטש, און וואס די קול חומותיך שרייבט איז אים גענוג, דער זעהט פשוט נישט קיין אנדערע מציאות.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 2:00 pm

טישטוך האט געשריבן:ניין! פונקט נישט, מען דארף זיין א רעאליסטישער מענטש, די מציאות צייגט אז יעדער סמארטפאון אייגנטומער איז סאך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי איינער וואס האט נישט.

וואס ווילסטו זאגן? מען זאל נישט נעמען קיין פאסט?
מען זאל נישט גיין אין גאס?
מען זאל נישט גיין צום דענטיסט אדער דאקטאר?

דו רעדסט דאך נאנסענס, מען מוז זען צו שטיין ווייט פון יעדע ניסיון, ווילאנג דער סמארטפאון איז נאכנישט א 'מוז' אזויווי פאסט אדער דאקטאר זענען מיר מחויב זיך אפצוהאלטן דערפון.

און איך פארשטיי דיר פארן האבן א סמארטפאון, אבער פאפ זיך נישט אליין און פרוביר אונז נישט צו פאפן אז עס איז אזויווי דאקטאר אדער פאסט ווייל ווען דו ביסט געווען אינגאנצן פינף זעקס יאר יונגער האסטו נישט געדארפט קיין סמארטפאון, יעצט דארפסטו יא? נעבעך פאר דיר, מאך עס אבער נישט פאר די נארמע.

איך וויל גארנישט זאגן, נאר אז יעדער זאל טון וואס ער פארשטייט פאר וויכטיג!!!
אפשר טאקע זאלן נאר די פרויען נעמען די פאסט, ס'איז דאך איכא דרכא אחרינא, און אפשר צום דאקטאר זאלסטו מברר זיין אז אלע ארבעטער זענען מענער און נישטא קיין שום מאגאזינען און אנדערע פרויען קומען נישט דארט בשעת דו דריייסט זיך דארט, ואטו כי רוכלא וכו'

איך זאג קלאר, אודה ולא אבוש, אז איך ווער מער נכשל אין אנדערע פלעצער ווי אויף מיין סמ"פ, איך בין גרייט צו שווערן דערויף בנקיטת חפץ,
אויסער עפעס א נארישע אדווערטייזמענט וואס מיין פראוויידער האט אמאל ארויסגעשיקט (וואס אין פאסט געפינט זיך ערגערס) האב איך נאך נישט געזען עפעס וואס איז כנגד התורה במשך עטליכע יאר!!! און ווער עס זאגט אנדערש איז א פאלנער ליגענער.

nuwilli
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

תגובהדורך nuwilli » זונטאג אוקטובער 13, 2019 2:03 pm

El Rushbo האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:וואס מאכסטו משוגע? אדער האסטו נישט קיין סמארטפאון אדער ביסטו אינטערסירט זיך אליין צו פאפן און בארואיגן מיט די ליגנט אז נישט יעדער.

אדרבה פרעג זיך נאך, מאך דיין אייגענע אנקעטע ביי דיר אין דיין קהילה און איך וועל דיר פארשטיין טאמער דו וועסט זיך שעמען צו שרייבן אויף אייוועלט די רעזולטאטן.

אנטשולדיגט אבער איר פרעדיגט נאך וואס איר ליינט אין די פאשקעווילן ביי לכה דודי.

איך האב א סמארטפאון, און איינמאל גיין אין ביהמ"ד בין איך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי א וואך צייט אויף מיין סמארטפאון (מיט מיין פילטער פארשטייט זיך).

אויב איינעם גייט נישט אן קיין ראיות אסורות דער האט טאקע א גרינג פעלד מיט א סמארטפאון, און דער האט אפענע אויגן אויפן גאס אויך. אוו איינער וואס האט א אישו דערמיט, און איינער וואס לייגט אומאיידעלע בילדער אויף סטאטוס דעליט ער פון זיין קאנטעקטס דער זעהט נישט קיין ראיה אסורה אויף זיין סמארטפאון ווי גרויס די יאר איז.

ס'איז א אלטע כלל אז אין כולל איז די גרינגסטע אנצופיהרן א קאמפיין ווייל די אינגעלייט הערן נישט עפעס אנדערש נאר וואס דער עסקן וויל ער זאל הערן. די זעלבע איז מיט די נושא איינער וואס וויל נישט עכט מאכן אנבייעסד ריסוירטש, און וואס די קול חומותיך שרייבט איז אים גענוג, דער זעהט פשוט נישט קיין אנדערע מציאות.

;l;p-
גם אני מצטרף
פינקטליך אזוי אין נאכמער, איך וועל זאגן אויף מיין סקרין אין די לעצטע 5 יאר אדער מער איז נישט ארויף וואס מען באמערקט מיט א בליק אין א זומער טאג אין שטאט
פארקערט, ווען איך גיי אין גאס קוק איך מיין אימייל'ס ווייל עס איז די כשר'סטע פלאץ צו לייגן די אויגן!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אוקטובער 13, 2019 2:08 pm

כ'ווייס נישט וואס די מציאות איז זינט איך האב נישט קיין סמארטפאון, און פיר זיך נישט צו שטעקן די נאז ביי יענעם'ס סמארטפאון, אבער פון די רעגעניש און קולות דא און פון נאכאמאל ארויסנעמען דעם קארטל אז בלויז כולל אינגעלייט זיכן וואס צו טון, קוקט אויס אז איינער דא האט צוגערירט א באהאלטענע אמת'ע פונקט, און די שטיין איז גוט געלונגען.

nuwilli
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

תגובהדורך nuwilli » זונטאג אוקטובער 13, 2019 2:17 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:ניין! פונקט נישט, מען דארף זיין א רעאליסטישער מענטש, די מציאות צייגט אז יעדער סמארטפאון אייגנטומער איז סאך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי איינער וואס האט נישט.

וואס ווילסטו זאגן? מען זאל נישט נעמען קיין פאסט?
מען זאל נישט גיין אין גאס?
מען זאל נישט גיין צום דענטיסט אדער דאקטאר?

דו רעדסט דאך נאנסענס, מען מוז זען צו שטיין ווייט פון יעדע ניסיון, ווילאנג דער סמארטפאון איז נאכנישט א 'מוז' אזויווי פאסט אדער דאקטאר זענען מיר מחויב זיך אפצוהאלטן דערפון.

און איך פארשטיי דיר פארן האבן א סמארטפאון, אבער פאפ זיך נישט אליין און פרוביר אונז נישט צו פאפן אז עס איז אזויווי דאקטאר אדער פאסט ווייל ווען דו ביסט געווען אינגאנצן פינף זעקס יאר יונגער האסטו נישט געדארפט קיין סמארטפאון, יעצט דארפסטו יא? נעבעך פאר דיר, מאך עס אבער נישט פאר די נארמע.

איך וויל גארנישט זאגן, נאר אז יעדער זאל טון וואס ער פארשטייט פאר וויכטיג!!!
אפשר טאקע זאלן נאר די פרויען נעמען די פאסט, ס'איז דאך איכא דרכא אחרינא, און אפשר צום דאקטאר זאלסטו מברר זיין אז אלע ארבעטער זענען מענער און נישטא קיין שום מאגאזינען און אנדערע פרויען קומען נישט דארט בשעת דו דריייסט זיך דארט, ואטו כי רוכלא וכו'

איך זאג קלאר, אודה ולא אבוש, אז איך ווער מער נכשל אין אנדערע פלעצער ווי אויף מיין סמ"פ, איך בין גרייט צו שווערן דערויף בנקיטת חפץ,
אויסער עפעס א נארישע אדווערטייזמענט וואס מיין פראוויידער האט אמאל ארויסגעשיקט (וואס אין פאסט געפינט זיך ערגערס) האב איך נאך נישט געזען עפעס וואס איז כנגד התורה במשך עטליכע יאר!!! און ווער עס זאגט אנדערש איז א פאלנער ליגענער.

;l;p-
איך זאג שוין לאנג עס פעהלט אויס עהרליכע סמארטפאון באניצער זאלן זיך לאזן הערן
אן אדורך געפאלענער באנוצער וויל זעך באראיגן אז אלע פאלן דורך
א נישט באניצער וועט נאר גלייבן וואס ער ליינט אין גליון אדער וואס דער עסקן זאגט

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג אוקטובער 13, 2019 2:40 pm

בערפאר איך הייב אהן, געב איך מיין סטאנדארט דיסקלעימער:
איך האב נישט קיין דעת תורה. איך שרייב דעת בעל הבית. אויב שרייב איך עפעס, פארקערט פון דעת תורה, דאן האב איך חרטה מעיקרא.

מען זעהט דא פילע שרייבערס, הין און צירוק, צו א סמארטפאון איז אסור, השומרים קארטלעך, וכו'.

עניית דעתי, נוצן אוישוויץ פאר די קארטלער איז איבערגעטריבן. מען קען נישט פארשטיין אוישוויץ. פארפאלן.

א סמארטפאון איז א גרויסע מכשול. ווער עס לייקענט אז עס איז כמעט נישט מעגליך מען זאל נישט האבן געזעהן א ראי' אסורה אויפן סמארטפאון, דער איז אדער א שקרן, אדער פשוט דער תם פון די ארבעה בנים.

איך פארשטיי אז עס איז דא מאנכע וואס דארפן א סמארטפאון לצורך פרנסה. איך קום נישט דא אראפצורייסן די וואס האבן. אבער האקט נישט קיין טשיינטיק קיינער אז עס איז נישט קיין פראבלעם. און ראיית אסורות איז נישט די גרעסטע פראבלעם. פאר די אלע וואס טוען אביסעלע אין די נושא פון די פירות הנושרים, אסאך פון זיי איידעלע נשמות וואס זענען פארכאפט געוואראן, איז די סמארטפאון געוועהן פון די גורם אין רוב פעלער. דאס וועלען עדות זאגן אלע וואס טוען אין די נושא. פארשידענען קשרים, האבן זיך אהנגעהויבן אזוי. פארשידענע היימישע חסידישע שטובער זענען אזוי צופאלען.

מען קען אויף פאקטן זיך נישט איינרייסן. אויב ווייסט איהר נישט, דאן ווייסט איהר נישט. אבער אויב אלע עסקנים, אלע רבנים וואס זענען עוסק אין שלום בית און ראטעווען שטובער זאגן אזוי, ווייסן זיי וואס זיי רעדן.

עס איז גאר נאריש צוגלייכן א סמארטפאון צו פאסט. פונקט ווי דער שוטה אין שוהל, וואס האלט און איין קוקן אין זיין סמארטפאון אין מיטן דאווענען, רעגט זיך, אז מען קען האלטן א חזיר סענדוויטש אין פרידזישדער, ממילא אפשר זאל מען אסר'ן פירדשידערס.

אני לכשעצמי, איך האב ליעב technology און איך פלעג האבן די latest סמארפאון. פריי. אויסגעצאהלט פון מיין קאמפאני. און ב"ה אז איך האב עס אויפגעגעבן. אפילו איך האב געהאט א גיטע פילטער פון טעג + מיין קהלה פילטער. און נישט ווייל איך בין א פרומער. איך זאג אייביג, אז טאקע דערפאר. ווייל איך בין נישט אזוי הייליג, האב איך געמוזט מאכן א גדר. און עס איז מיהר נישט געוועהן גרינג. פון די שפאט וואס מען האט מיך געמאכט ביי קאמפאני מיטינגס, ביז מיין רביצין, וואס האט זיך גערעגט.

און ב"ה, א יאהר דערנאך, האט מיין ב"ב אויך עס אויפגעגעבן.

און... איך האב עס גאר שטארק געדארפט פאר מיין ארבייט. גאר, גאר וויכטיג. אבער דער פאקט איז אז איך האב געמאכט אסאך מער געלט, די יאהר נאכן אויפגעבן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אוקטובער 13, 2019 4:10 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס די מציאות איז זינט איך האב נישט קיין סמארטפאון, און פיר זיך נישט צו שטעקן די נאז ביי יענעם'ס סמארטפאון, אבער פון די רעגעניש און קולות דא און פון נאכאמאל ארויסנעמען דעם קארטל אז בלויז כולל אינגעלייט זיכן וואס צו טון, קוקט אויס אז איינער דא האט צוגערירט א באהאלטענע אמת'ע פונקט, און די שטיין איז גוט געלונגען.

איך בין העכסט רואיג, נאר אז איינער באשולדיגט מיר אין קאנסטענטלי עובר זיין איסורי דאורייתא האב איך אים געענטפערט אז ער איז מיסאינפארמירט, און מסביר געווען פון ווי זיין מיסאינםארמאציע נעמט זיך.

און אגב, איך לאוו די השומרים קארטלעך, מיינע קינדער פארמאגן א גאנצע קאלעקציע דערפון, ס'ליגט דערין אסאך קריעטיוויטי (הגם די קעגנערשאפט מצד חינוך איז העכסט פארשטענדליך).

און צי דיר @קאושער טראוועל, איך שעץ דיין דעסיזשאן פארן אוועקגעבן פון זיך פארן אייבערשטען.

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג אוקטובער 13, 2019 4:21 pm

איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין גערעדט דערפון, אבער עס גרענציט זיך מיט חוצפה, שרייבען אויף א קאמפיטער שלא לצורך אנטקעגען סמארט פאנוס
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג אוקטובער 13, 2019 5:55 pm

מה לי סמארטפון (אייביג אין טאש, addictive), מה לי לעפטאפ.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 9:59 pm

כ'ווייס נישט צו נאך איינער איז מיט מיר...
אבער יאך שאץ פאר, אז אין 30-40 יאר ארום, גייען לכאורה אלע ס"פ-עדיקטעט מענטשן [ווען זיי וועלן זיין אין די עידזש פון סוף 50'גערס אנהויב 60'ציגער], אנהויבן צו קאלעכען אין גרויסן ל"ע...., מארק מיי ווארדס....

דער אופן ווי אזוי מען נוצט היינט דעם מוח [בעסער געזאגט 'מען נוצט נישט'..] אין די יונגע יארן אויפן ס"פ, איז א ברעין-קיללער....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 10:21 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס די מציאות איז זינט איך האב נישט קיין סמארטפאון, און פיר זיך נישט צו שטעקן די נאז ביי יענעם'ס סמארטפאון, אבער פון די רעגעניש און קולות דא און פון נאכאמאל ארויסנעמען דעם קארטל אז בלויז כולל אינגעלייט זיכן וואס צו טון, קוקט אויס אז איינער דא האט צוגערירט א באהאלטענע אמת'ע פונקט, און די שטיין איז גוט געלונגען.

ביי אונז אין כתה ה׳ איז דאס געווען די שטערקסטע מכריע.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:43 am

איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר.

וואס א חילוק וואס שטייט אין די גליונות שבת? וואס א חילוק וואו דיינע נסיונות זענען? און זיכער וויל איך רעספאנדען צו דער אומדורכגעטראכטער וואס האט גערעדט וועגן מיין זיידנ'ס פארן מיט א פערד און וואגן.

א סמארטפאון איז נישט אזויווי א קאר, הלואי וואלט עס ווען געווען, למעשה האט עס אן ענליכקייט צו א קאר ווייל עס איז א נייע אפדעיטעד טעקנאלעזשי, טאמער איינער מוז האבן אינטערנעט מוז ער עס אויסדרוקליך 'נישט' האבן אויף א סמארטפאון, טאמער איינער מוז האבן וואטסעפפ דאן מוז ער עס יא האבן אויף א סמארטפאון אדער טאבלעט.

און מיט דעם כלל איז אויך דער וואס האט געזאגט אז די ריינסטע פלאץ וואו צו קוקן איז אין זיין אינבאקס האפנטליך צופרידנגעשטעלט.

מען דארף וויסן מחלק צו זיין צווישן 'סמארטפאון' און 'אינטערנעט'.

און מיט דעם האף איך וועט מיר דער וואס האט מגיב געווען אז עס איז א חוצפה צו שרייבן אויף די אינטערנעט קעגן סמארטפאונס זיין פארענטפערט.

מער מענטשן פאלן דורך ווי נישט, איך לדוגמא, האב אויפגעגעבן מיין סמארטפאון ארום דריי יאר צוריק לרפואת מיין רבי'ן זצ"ל און נישט דוקא ווייל איך בין נכשל געווארן אויף דעילי בעיסיס נאר אלס קבלה טובה, אבער עס איז זיכער אז זינט איך האב עס אויפגעגעבן האב איך געזען ווייניגער ראיות אסורות, טראצדעם וואס איך האב נאכאלס אינטערנעט, נאך א זאך וואס איך בין מרויח מיט דעם איז, אז ווען איך וועל זען אין צוואנציג יאר ארום דעם דור וועל איך וויסן אז לפחות בין איך נישט געווען דער וואס האט עסטעבלישט דעם סמארטפאון אין כלל ישראל.

איך מיין אז דאס מאכן די ילטערס האט דאר שטארק לעגיטימיזירט די סמארטפאונס ביי כלל ישראל, און גיטס א קוק ווי מיר קוקן היינט אויס.

Think and athank איך מיין אז דו זאלסט קוקן ווער עס האלט זיך א בעסערער איד, דער איש סמארטפאון צו דער וואס האט נישט, אידן אנע סמארטפאונס מוזן לאו דוקא נישט האבן קיינע השקפות און קענען נאכגיין זייערע עלטערנס וועגן, דאגעגן דער מענטש מיטן סמארטפאון מוז זיין אן אידעאליסט און זינגען ניגונים ווער עס איז א עכטע און ווער עס איז א פעיקע איד, איז זיי מוחל, דריי א קאפ א צווייטן.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3177
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:16 am

טישטוך האט געשריבן:איך מיין אז דאס מאכן די ילטערס האט דאר שטארק לעגיטימיזירט די סמארטפאונס ביי כלל ישראל, און גיטס א קוק ווי מיר קוקן היינט אויס.

לאמיר צוריקגיין עטליכע צענדליג יאהר...
עס האט זיך דאן אנגעהויבען די אינטערנעט עפאכע און א איד ביים נאמען ראזענטאהל האט אויפגעמאכט א אינטערנעט /אימעיל פילטער (JNET) אז אידען זאלען האבען ריינע קאמפיוטערס.
זיינען דאן געווהן "עסקנים" וואס האבען אים אראפגעריסן, אז דורך די פילטער מאכט ער אז מענטשן זאלען האבען אינטערנעט קאננעקשאן. ווען מען האט זיך געכאפט אז עס א פאקט און ארויסגענומען דעם פילטער פונעם מאגאזין, ווייל אינטערנעט איז שוין געווען א שטארקע פאקט, איז שוין די באהן געווען אוועקגעפארען.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: נעבן די לעקעך

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 9:06 am

אביונה האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו נאך איינער איז מיט מיר...
אבער יאך שאץ פאר, אז אין 30-40 יאר ארום, גייען לכאורה אלע ס"פ-עדיקטעט מענטשן [ווען זיי וועלן זיין אין די עידזש פון סוף 50'גערס אנהויב 60'ציגער], אנהויבן צו קאלעכען אין גרויסן ל"ע...., מארק מיי ווארדס....

דער אופן ווי אזוי מען נוצט היינט דעם מוח [בעסער געזאגט 'מען נוצט נישט'..] אין די יונגע יארן אויפן ס"פ, איז א ברעין-קיללער....

ה"י
טעיק איט איזי

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:10 pm

גראדע מאכט דעי גליון גאנץ א גיטע ארבעט, גאנץ קיוט זייער גאנצע גמרא אויף אינטערנעט.
איך זעה אמאל דארט מעשיות וואס זענען אינטערעסאנט
איינער שרייבט דארט אז ער איז געוועין אין א ערעפארט און מהאט געזיכט מנין און די 10טער איז אנגעקומן האט איינער געזעין ווי ער האט א סמארטפאון האט ער געזאגט איך גיי נישט דאווענן מיט דיר נאר אויב די געסט אויף די סמארטפאון
שרייבט ער ווייטער אז דער יוד האט ליידער נישט אויפגעגעיבן די סמארטפאן
במילא איז ער אוועקגעגאנגן כאטש מהאט איהם געזאגט [אדער האט ער אליינס פארשטאננן] אז נאכן זיך פלאגן ציזאמציקראצן 10 האט ער חרוב געמאכט די מנין
וויל איך וויסן וואס דער עולם האלט ווייל לענית דעתי און כמיין ס'שטייט פון צדיקים אז העשירי לא יבקר.. אז די 10 צי מנין מעיג זיין א שוואכע יוד

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 6:57 pm

איינער לאזט איבער א מנין איז דא גאר א שארפע לשון אין די פוסקים אויף אים

בא *** והעמידו על אחת
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 4:00 am

קעניגליך האט געשריבן:גראדע מאכט דעי גליון גאנץ א גיטע ארבעט, גאנץ קיוט זייער גאנצע גמרא אויף אינטערנעט.
איך זעה אמאל דארט מעשיות וואס זענען אינטערעסאנט
איינער שרייבט דארט אז ער איז געוועין אין א ערעפארט און מהאט געזיכט מנין און די 10טער איז אנגעקומן האט איינער געזעין ווי ער האט א סמארטפאון האט ער געזאגט איך גיי נישט דאווענן מיט דיר נאר אויב די געסט אויף די סמארטפאון
שרייבט ער ווייטער אז דער יוד האט ליידער נישט אויפגעגעיבן די סמארטפאן
במילא איז ער אוועקגעגאנגן כאטש מהאט איהם געזאגט [אדער האט ער אליינס פארשטאננן] אז נאכן זיך פלאגן ציזאמציקראצן 10 האט ער חרוב געמאכט די מנין
וויל איך וויסן וואס דער עולם האלט ווייל לענית דעתי און כמיין ס'שטייט פון צדיקים אז העשירי לא יבקר.. אז די 10 צי מנין מעיג זיין א שוואכע יוד

דער וואס האט נישט אויפגעגעבן די סמארטפאון איז א רחמנות אין דזשענערעל אבער דער נאר וואס האט אים געהייסן אויפגעבן מוז מען האספיטאליזירן.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 7:53 am

לענ”ד איז יעדער גערעכט, לאמיר עס צולייגען אויף קליין געלט. ס’איז דא 3 סוגים; 1. דער וואס האט בכלל נישט קיין פילטער איז כ”ע מודה אז ער איז א רשע גמור. 2. דער וואס האט גאר א שטארקע פילטער, האט נישט קיין whatsapp און האט נאר בענקינג עפפס און וועיז איז כ”ע מודה אז צדיק גמור. 3. די שאלה איז אויף איינעם וואס האט א גיטע פילטער אבער האט אויך whatsapp און אנדערע נישט וויכטיגע עפפס אזא איינער קען כמעט נישט זען קיין ראיות אסורות אבער פון די אנדערע זייט האט ער א טיים קיללער וואס איז עם מבטל פון תורה, תפילה און פון ארבעט, אויף אזא איינעם איז דער דיון דא.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 8:37 am

nuwilli האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:וואס מאכסטו משוגע? אדער האסטו נישט קיין סמארטפאון אדער ביסטו אינטערסירט זיך אליין צו פאפן און בארואיגן מיט די ליגנט אז נישט יעדער.

אדרבה פרעג זיך נאך, מאך דיין אייגענע אנקעטע ביי דיר אין דיין קהילה און איך וועל דיר פארשטיין טאמער דו וועסט זיך שעמען צו שרייבן אויף אייוועלט די רעזולטאטן.

אנטשולדיגט אבער איר פרעדיגט נאך וואס איר ליינט אין די פאשקעווילן ביי לכה דודי.

איך האב א סמארטפאון, און איינמאל גיין אין ביהמ"ד בין איך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי א וואך צייט אויף מיין סמארטפאון (מיט מיין פילטער פארשטייט זיך).

אויב איינעם גייט נישט אן קיין ראיות אסורות דער האט טאקע א גרינג פעלד מיט א סמארטפאון, און דער האט אפענע אויגן אויפן גאס אויך. אוו איינער וואס האט א אישו דערמיט, און איינער וואס לייגט אומאיידעלע בילדער אויף סטאטוס דעליט ער פון זיין קאנטעקטס דער זעהט נישט קיין ראיה אסורה אויף זיין סמארטפאון ווי גרויס די יאר איז.

ס'איז א אלטע כלל אז אין כולל איז די גרינגסטע אנצופיהרן א קאמפיין ווייל די אינגעלייט הערן נישט עפעס אנדערש נאר וואס דער עסקן וויל ער זאל הערן. די זעלבע איז מיט די נושא איינער וואס וויל נישט עכט מאכן אנבייעסד ריסוירטש, און וואס די קול חומותיך שרייבט איז אים גענוג, דער זעהט פשוט נישט קיין אנדערע מציאות.

גם אני מצטרף
פינקטליך אזוי אין נאכמער, איך וועל זאגן אויף מיין סקרין אין די לעצטע 5 יאר אדער מער איז נישט ארויף וואס מען באמערקט מיט א בליק אין א זומער טאג אין שטאט
פארקערט, ווען איך גיי אין גאס קוק איך מיין אימייל'ס ווייל עס איז די כשר'סטע פלאץ צו לייגן די אויגן!!

גא"מ
ווען איך גיי אין גאס, טרעין, עירפארט קוק איך געווענדליך אין מיין סמארטפאון און דאס איז די גרעסטע אפהאלט פאר ראיות אסורות. איך האב ליידער נישט די כשרונות זיך מתעמק צו זיין אין א שווערע תוספות ווען איך זיץ נישט ביי די גמרא און אן די סמארטפאון פאלט מען דורך.
די אלע וואס מאכן א שטורעם און דרייען א קאפ פאר די רבנים זענען עתידים ליתן את הדין. איך הער דרשות פון רבנים און מגידים ווי זיי האקן אויף סמארטפאון און פון זייער רעדן זענט מען אז זיי האבן נישט קיין מושג וואס דאס איז און וואס מ'טוט דערמיט.
אויב די פראבלעם איז ביטול תורה וואלט מען ענדערש געדארפט שטורעמען אויף קול מבשר און אנדערע קהלישע האטליינס ווי בחורים און יונגעלייט שפענדן שעות כל גבי שעות צוגענוגעלט צום "פשוטע" לענדליין טעלעפאן אדער פליפ פאון. מבשרי אחזה, אני הקטן פלעג ליידער אסאך צייט אפ'בטל'ן אויף די האטליינס און ליינען צייטונגען איידער כ'האב געהאט די סמארטפאון.
אוודאי דארף מען א גוטע פילטער און סעלף קאנטראל נישט צו זיין אנגעהוקט אויף גרופעס וואס האבן נישט די ריכטיגע גדרים, אבער ישראל קדושים און מ'קען דאס איינהאלטן ב"ה

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 10:34 am

איך ווייס פון די נאנט ביי א קאפל ווי די ס"פ און צוטריט צו אפענע אינטערנעט האט געמאכט ביי אים א חורבן, און איז א אנדערע מענטש זייט ער האט דאס אויפגעגעבן, און קיינער לייקענט נישט אז דאס קען גורם זיין פראבלעמען.

אני הקטן פלעג זיין צוגענאגלט צו די אלע טאלק שאוס, לימבאו הענעטי און לעווין, זייט איך האב מיין ס"פ הער איך דרשות פון בידערמאן, רייזמאן, שפיטצער.

מיך באדערט אבער ווען אידן באשולדיגן אנדערע אידן אין עובר זיין איסורי דאורייתא ווען די מציאות איז אנדערש. חוץ מזה וואס זיי פיהרן אן א פארלוירענע קאמף.

איינער געדענקט נאך די מערכה איבער טעקסט מעסעדזשעס (יא! אסאך שמוציגע וויצן פלעגן זיך דרייען אויף טעקסט מעסעדזש)??
איינער געדענקט נאך די מערכה איבער אימעיל?

היינט האלט מען אז יעדע קהילה, מוסד, שיקט מעלדונגען, סטעיטמענטס, סתם פראפאגאנדע וכו' אויף אימעיל און טעקסט. אזוי ווייט אז איך באקום אפיציעלע אימעילס פון קהל יאוואזשנע פון די פרומסטע קהילות אין ווילי מיט מעלדונגען איבער די סקעדזשול און לינקס צום רב'ס דרשות אויף קול הלשון (אינטערנעט שלא לצורך פרנסה).

איך מיין אז דער ברייטערער ציבור אנערקענט מער און מער 'וויאזוי' צו נוצן די נייע טעכנאלאגיע אנשטאט זיך שלאגן דערמיט, אבער סאמהאו בלייבן די צעטלעך אויפן וואנט צוריקגעבליבן.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גולם פון וואשינגטאן און 15 געסט