Yang2020 האט געשריבן:ר' בערל, וויפיל מאסן רציחות און פאגראמען זענען שוין פארגעקומען אין שווייץ?
פוינט איז, ווענדט זיך וואס ברענגט וואס. ביי די דייטשן איז געווען וויסטע אנטיסעמיטיזם און רציחה צענדליגע יארן פריער, עס איז געווען א הויפט אידעאלאגיע פונעם פירנדן פארטיי, און עס איז געווארן אלס ערגער און מער ארויסגעקומען אל הפועל. שחיטה האט טאקע אויך געהאט די תירוץ פון צער בעלי חיים, אבער יעדער האט געוואוסט אז זיי האלטן די אידן פאר אונטערמענטשן וואס דארפן אונטערגיין היל"ת, און צעב"ח איז סתם א תירוץ.
איך בין נישט באקאנט פונקטליך די מציאות אין אנטווערפן, אבער איך גלייב אז עס איז נישט פונקט אזוי. אפשר ליגט אויך עפעס שנאת ישראל, אבער מאכן א גזירה שווה שחיטה שחיטה און ליארמען כאילו דער נעקסטער האלאקאוסט שטייט ביים טיר לא תקפ"ץ, איז נישט פראדוקטיוו.
צו מען דארף באקעמפן די גזירה צו נישט, און וויאזוי, וועל איך לאזן אנדערע באשליסן. אבער איבערטרייבן דארף מען זיכער נישט.
דערווייל קען מען נאך גיין אין ברוקלין צו תשליך, סא לאמיר אריין כאפן, אויך קען מען נאך גיין אין שול און ליינען ווי מ'האט גע'שחט'ן (יא מענטשן האבן גע'שחט'ן בהמות) און געשפריצט בלוט וכו', אלזא לאמיר דאס אויך אריין כאפן.
ס'זעט מיר נישט אויס איר קענט היסטאריע בכלל נישט די ריכטיגע היסטאריע און כראנאלאגיע פון די צווייטע וועלט מלחמה און בכלל פון אייראפע, ליבער יענג מיר געדענקען נאך ביים פאריגן גלגול וואו איר האט געשריגן ביינונז אין אונגארן וועט זאנס נישט פארקומען, פארדריי מיר נישט קיין די ארינטליכע מאדאיארן זענען נישט קיין פאלאקן. (דעמאלטס איז אייער ניק געהייסן מיקלאש)
דער האלאקאסט (כ'רעד נישט דער חלק הרציחות - כרעד דער הקדמה דאס ענג מאכן פאר אידן) שטייט נישט ביים טיר עס האט זיך שוין עקטשועל אנגעהויבן! האט אלע א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר
הלואי הלואי הלואי בין איך דעד ראנג, אבער ליידער בין יעך גערעכט
גמר חתימה טובה נאכאמאל פאר גאנץ כלל ישראל אינקלודינג און ספעציעל אונזערע ברודער אין אנטווערפן!