אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט אז ס'לוינט זיך פאר טראמפ, אז ווען מ'וועט שרייען וואו זענען דיינע 4 מיליאן פאפולערע שטימען? וועט ער צוריקשרייען ס'איז אין קאליפארניע...
די געזעץ איז נאר פאר די פריימעריס נישט פאר דזשענערעל
איינער וואס איז נישט אויף די פריימערי בעלאט קען ע''כ נישט זיין אויף די דזשענעראל בעלאט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
וואאאאאסססס?!?! מען האט שוין אפראווד געלט פאר די וואנט?!?! און נאך פון לאנג?!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האלט אז ס'לוינט זיך פאר טראמפ, אז ווען מ'וועט שרייען וואו זענען דיינע 4 מיליאן פאפולערע שטימען? וועט ער צוריקשרייען ס'איז אין קאליפארניע...
די געזעץ איז נאר פאר די פריימעריס נישט פאר דזשענערעל
איינער וואס איז נישט אויף די פריימערי בעלאט קען ע''כ נישט זיין אויף די דזשענעראל בעלאט.
מהיכי תיתי?
לכאורה, אז א צווייטער האט געווינען די פריימערי וועט דאך יענער צווייטער שטיין אויף די בעלאט, ניין?
איה''נ אלס אינדעפענדענט קען ער נאך שטיין.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
ווער רעדט פון געווינען? מען רעדט פון זיין אויף די בעלאט אין קאליפארניע ביי די דזשענעראל עלעקשאנס. אויב איז טראמפ נישט אויפ'ן בעלאט ביי די קאליפארניע פריימעריס, וועט דאך א צווייטער געווינען די רעפובליקאנער פריימערי, וואס מיינט אז יענער אנדערער וועט שטיין אויפ'ן בעלאט אין קאליפארניע ביי די דזשענעראל עלעקשאנס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Think and Thank האט געשריבן:ווער רעדט פון געווינען? מען רעדט פון זיין אויף די בעלאט אין קאליפארניע ביי די דזשענעראל עלעקשאנס. אויב איז טראמפ נישט אויפ'ן בעלאט ביי די קאליפארניע פריימעריס, וועט דאך א צווייטער געווינען די רעפובליקאנער פריימערי, וואס מיינט אז יענער אנדערער וועט שטיין אויפ'ן בעלאט אין קאליפארניע ביי די דזשענעראל עלעקשאנס.
ביי די דזשענעראל עלעקשאנס אין גאנצן לאנד גייט ארויף ווער עס געוואונט די פארטיי'ס נאמינאציע ביים קאנווענשאן האט גארנישט מיטן געוואונער פונעם סטעיט ביים פריימערי!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אקעי איז אזוי. די טראמפ אדמיניסטראציע האט פריער אין יאר געהאט געמאלדן א נייע פאליסי אז אנגעהויבן פון פארגאנגענעם יולי גייט מען מער נישט קענען פארלאנגן אסיילעם אויב מ'איז אדורך א צווייטע לאנד און מ'האט נישט געבעטן קיין אסיילעם דארטן.
די ליבעראלן האבן דאס געטראגן אין געריכט, און אן אבאמא געשטעלטע ריכטער דזשאן טייגער פון סאן פראנציסקא (אין די 9'טע סירקוט) האט פארבאטן די אדמיניסטראציע צו אינפארסירן די פאליסי ביז ווילאנג די קאורט פסק'נט איבער די עצם פראגע אויב די פאליסי איז אויסגעהאלטן.
די אפיעלס קאורט פון די ניינטע סירקוט (וואס א דאנק טראמפ איז עס שוין ב"ה געווארן מער מעסיג) האט געצוימט די פארבאט פון דעם טייגער צו בלויז קאליפארניע און אריזאנע וועלכע זענען אונטער די ניינטע סירקוט יוריסדיקאציע, ערלויבענדיג די אדמיניסטראציע דאס איינצופירן אין טעקסאס און אין ניו מעקסיקא.
פארגאנגענעם מאנטאג האט דער א.ד. ריכטער טייגער נאכאמאל פארבאטן די אדמיניסטראציע דאס צו אינפארסירן אינעם גאנצן לאנד. דינסטאג האט די אפיעלס קאורט ווידעראמאל געצוימט די פארבאט צו בלויז קאליפארניע און אריזאנע. און פריער האט די סופרים קאורט דאס אינגאנצן ארויסגעווארפן ערלויבענדיג פאר די אדמיניסטראציע דאס צו אינפארסירן אינעם גאנצן לאנד.
דאס איז א שטארקע געווינס פאר די אדמיניסטראציע, ובעיקר נעמענדיג אין באטראכט אז 7 פון די 9 ריכטער אויפן סופרים קאורט האבן זיך געשטעלט אויף די זייט פון די אדמיניסטראציע, נאר גינזבורג און סאטאמאיר האבן זיך אנטקעגן געשטעלט.
טראמפ האט זיך געהאט אפגערעדט אז ס'איז נישט קיין יושר אז אן איינצעלע נישט ערוועלטע דיסטריקט ריכטער קען אפעקטירן דעסישענס פאר די גאנצע לאנד. יעצט האט טראמפ שטארק באגריסט די סופרים קאורט רולינג.
פון די אנדערע זייט האט נאדלער אויסגעדריקט זיין גרויסע דיסאפוינטמענט מיט די רולינג, און געזאגט מיט געמאכטע זארג אז צענדליגער מענטשן גייען יעצט זיין אין סכנה.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
איידער די געריכט וועט אויסהערן די אויבנדערמאנטע קעיס וועט זי צו ערשט אויסהערן די פאלגענדע קעיס:
דאקטאר הענס קלינגעמאן האט צוריק אין 2001 למספרם געפיילט פאר א פעטענט אפליקאציע אויף אן ערפינדונג ווי אזוי צו היילן די ביטערע מחלה ל"ע דורכן נוצן נאטורליכע צעלן צו אטאקירן די קרענק נאכן איבערגיין די אפליקאציע האט דער עקזעמינאר באשלאסן אז די קעיס קוואליפיצירט נישט פאר א פעטענט די פעטענט טרייעל און שפעטער די אפעלאט באורד האבן ווידערהאלט די זעלבע באשלוס און ארויסגעוארפן די אפליקאציע ווען די אפעלאט באורד באשטעטיגט אזא באשלוס פון אן אקזעמינאר פארבלייבט צוויי אפציעס פארן אפליקאנט אדער קען מען זיך ווענדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט אדער קען מען נעמען די קעיס גראד צום פעדעראלן קרייז געריכט קלינגעמאן האט אנגעהויבן אינעם דיסטריקט געריכט אבער פארלוירן די קעיס און שפעטער אנגעוואוירן אויך אין די סירקוט קאורט דא האט ער זיך געכאפט אז נישט בלויז איז זיין פעטענט אפליקאציע געווארן ארויסגעווארפן נאר דער פארזוך עס צו באקומען איז געקומען מיט א טייערע פרייז די פעטענט און טרעידמארק אפיס האט גע'טענה'ט פארן געריכט אז קלינגעמאן זאל זיי באצאלן די קאסטן פון ארום 80 טויזנט דאלער פאר זייערע אדוואקאטן און צוגאב פון 33 טויזנט דאלער פאר עדות עקספערטן לויט די געזעץ ווערן אפליקאנטן אויפגעפאדערט צו דעקן "אלע אויסגאבן פון די פראצעדור" וואס עס קאסט פאר די אפיס צו באשוצן און פארטיידיגן די באשלוס פון די באורד אפגעזעהן ווי אזוי די געריכט אורטיילט איבער די אפליקאציע קוואליפיקאציע זעלבסט ביז היינט פלעגט די געזעץ ווערן פארטייטשט אז עס רעכנט אריין קאסטן ווי טראוועל, פרינטינג און עקספערט עדות'שאפט די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די אויבנדערמאנטע ליניע אז עס איז באגרעניצט צו שטייגערליכע אויסגאבן אבער ווען עס קומט צו אדוואקאטן קאסטן דארף נישט דער אפליקאנט דעקן וואס אדוואקאטן האבן גערעכנט פון די רעגירונג גייענדיג מיטן אנגענומענע דאקטרינע אז יעדער צאהלט זיין אייגענע אדוואקאטן אפגעזעהן די אויסגאנג אין געריכט אויסער אין פאל וואס קאנגרעס שרייבט א קלארע געזעץ אז איין זייט זאל דעקן די אדוואקאטן קאסטן פון ביידע זייטן שפעטער האט די קרייז געריכט געאורטיילט די זעלבע אז קלינגעמאן דארף נישט דעקן די קאסטן פון די רעגירונג אדוואקאטן די סופרים קאורט וועט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס אום אקטאבער 7 למספרם איבער די פראגע אויב די קאנגרעס אויסדרוק פון "אלע אויסגאבן פון די פראצעדור" רעכנט אריין אדוואקטן קאסטן
אן אינטערסאנטע טויש איז אריין אין אפעקט ווען די געריכט וועט אין אלגעמיין ערלויבן פאר די אדוואקאטן וועלכע פרעזענטירן זייער קעיס דורכאויס די מונדליכע ארגומענטן צו קענען רעדן צוויי מינוט אומגעשטערט ביז היינט האבן ריכטער געקענט איבערהאקן מיט פראגן פון אנהויב פון די אדוואקאטן פרעזענטאציע אבער אצינד וועלן ריכטער זיך פרובירן צו האלטן שטיל פאר די ערשטע צוויי מינוט צו גיבן א געלעגנהייט פאר די קעיסעס צו ווערן געמאכט
ריכטערין גינזבורג איז אין די פעדערן און האט נאכן אויסווארטן די צוויי מינוט פעריאד גלייך געשטעלט די ערשטע פראגע