געלעגער האט געשריבן:עפעס א מין דעפרעסיע פון אן אשכול.
וואס האסטו פון דיין לעבן? האסט א ווייב? האסט קינדער? דו דינסט דעם באשעפער יעדן טאג? דו טוסט מצוות? ביסט געזונט? איי מין סיריע לי, געלט איז אסאך און מ׳קען ניצן דערפון א טאן! אבער דאס זאל דיפייען דיין לעבן? טויזענטער מענטשען גייען דורך שוועריגקייטן מיט געלט אישוס. אלזא? איז דאס לעבן נמאס?
וכו'
ממש א געשמאק צו ליינען אייער תגובה.
עד כדי כך, אז א איד פארשטייט אפילו נישט וואס עס מיינט נישט צו האבן קיין געלט, ב"ה, הלוואי ביי אלע אידען.
לאמיר אייך אביסעלע פארציילן.
קומט א איד אהיים, (לאמיר אפילו זאגן אז מ'רעדט פון אן אייגענע הויז) האט קיין עין הרע א שטוב פיל מיט קינדער, און איינער האט שוין ברוך השם לעצטענס חתונה געהאט, און פאר'ן צווייטען רעדט מען יעצט די בעסטע שידוכים אויפן מארק. אלע קינדער געזונט, יא, איינער האט נעכטן טאקע געהאט פיבער, און האט נישט געלאזט שלאפן ביינאכט, א צווייטע דארף אביסל טערעפי, אבער ב"ה אלס נאר געזונטער פראבלעמען.
אזוי קוקט אלעס אויס שיין און גלאנצענדיג.
וואס נאך קען א מענטש בעטן?
אבער. אויב חלילה דאס איד וואס גייט איהם אזוי גוט האט אבער נישט מיט וואס צו דעקן זיינע הוצאות רח"ל, אויב איז ער שולדיג געלט פאר מענטשען וואס לאזן נישט קיין מנוחה (אדער טאמער איז ער א איד וואס קען נישט זיין קיין לוה רשע נאכ'ן זמן פרעון - לאפוקי געוויסע אומ-מענטשן וואס יעדער פון אונז קען). ליידער ווען ער קומט אהיים, און זעהט א לעקטער ביל, מארטגעדש, אדער אפילו א קינד ווייזט איהם א צעטל אז מארגן דארף ער א נייע חומש/גמרא (יא. זאג נאכאמאל ברוך השם, געזונטערהייט אנגעקומען צו נאך א טרעפל אין א אידישער נחת'דיגע לעבן), אויב קען ער דאס נישט באצאלן, ווערט א מענטש פאר'דראג'ט און מ'קען נישט טראכטן גראד.
ליידער קען מען נישט הנאה האבן פון אלע גוטע זאכן, ווען מ'האלט ביי אזא מצב.
למשל. נאכ'ן אויף זיין 48 שעה און איין צו, ביטערע היצן אן קיין טרינקען (ווייס איך וואס, געשטראנדערט אינטערוועגנס וכדומה). דאס מויל לעכצעט נאך א גלעזל וואסער, און אפילו ווען איינער ברענגט דיר דאס וואסער, מיט א באקוועמע בעט אין א זייטיגער צימער, קען מען צו דיר רעדן וועגן דיינע גוטע זאכן וואס דו האסט אין לעבן? דיין קאפ איז דאך נישטא בכלל, האלב פארשלאפן און די אנדערע האלב פאר'חלש'ט, ווי קענסטו בכלל טראכטן פון וואס מ'זאגט דיר.
בקיצור. זאלסט קיינמאל נישט פארשטיין. געזונטערהייט.