משהלע האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:$327,206
398,699
414,065נאך פינף שעה צום קאמפיין, מען מוז אריבערגיין די ציל פון 500
Thank you Hashem פאר די אינטערנעט. אן דעם וואלט איך לכאורה ניטאמאל געוויסט פון די קאמפיין און ממילא נישט געקענט צושטייער געבן.
ווער רעדט נאך אז א טיי אווענט וואלט אפשר אריינגעברענגט 50 אלפים.
שוין אזוי גייט עס ביי מיר, מען רעגט מיר נאכאמאל אויף און כ'פארליר דעם כח המעצר און כ'מוז זיך אנרופן.
קודם איבער דעם נפטר ע"ה און איבער דעם קאמפיין.
דער איידעם מיינער וואס וואוינט אין קרית יואל, און איז א גאר נאנטער חבר געווען להבחל"ח פונעם נפטר האט מיר אראפ געגעבן אביסל אינווענדיגע אינפארמאציע סיי איבער דעם פערזענליכקייט פונעם נפטר ע"ה און סיי איבער דעם שווערן מצב ארום און ארום אין די משפחה און ביי די נאנטע, ס'רייסט דעם הארץ וויפיל מ'האט דא געשריבן איז נאר א טפה מן הים,
אזא חשוב'ער טייערער אינגערמאן געוועזן, אזא חשוב'ע חשוב'ע משפחה פון אלע זייטן ארום, און נעבעך נעבעך דאס האט פונקט איצט פאסירט. השם ירחם.
כ'האב מיך גענומען די מי און פערזענליך געבעטן אפאר בעל בתישע אידן דא זאלן גיין אויף מיין איידעםס טיעם מעמבער פעדזש וב"ה כ'האב געהאלפן מיט נאך א טויזענטער נא הכל ריוח, הלואי זאלן אלע אידן מיינס גלייכן נאכטון וואלט געווען נאך א מאה אלף. בל"נ ווען דער קאמפיין וועט אפציעל קומען קיין בארא פארק וועל איך נאכאמאל צוהעלפן וויסנדיג נאנט די אינפארמאציע במה דברים אמורים.
יעצט צו דיין אינטערנעט תגובה, פאלט דיר נישט איין אז ווען נישט די אומאויסגעהאלטענע פעולות וואס פאסירן דורכן אינטערנעט וואלט משיח שוין לאנג דא געווען און ר' יעקב וואלט נאך געלעבט, ולכל הפחות כלל ישראל וואלט געהאט פיל מער תורה און פיל ווייניגער מקטריגים און די עונשים אויף די וועלט וואלט סאך ווייניגער געווען און ר' יעקב וואלט נאך דא געווען צווישן אונז? חכמים הזהרו בדבריכם.