לימודים לדעת ביודיש.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 3:15 pm

הכל בעזרת השם יתברך ויתעלה.

פרק רביעי: גווני דעת הפרטיים.

דעת איז מיין געפיל פון צוגעבינדנקייט צו געוויסע כלים וואס שאפן מיר מציאותיות (פארשטייט זיך, כלים ערגעץ אין מיין יעצטיגן ארום, ווייל נאר מיט ענינים אין מיין יעצט קען איך ארבעטן מיט'ן נפש)

מיר האבן שוין געשמועסט אז מיר קענען מבחין זיין פיר סארטן "איך וויל". איך וויל מכיר זיין, איך וויל האבן חיות, איך וויל מפשט זיין מיינע כוחות, איך וויל זיך באוואוסטזיניגן מיט א דמות. צומאל קען מען ענדערש מבחין זיין אונזער רצון ביי אונזער מידת הדעת.

ס'דא צומאל ווען מ'איז מבחין אז "איך וויל יעצט גארנישט" אדער "איך בין יעצט נישט צוגעבינדן צו עפעס ספעציעל" ער רעדט דערפון שפעטער אין ספר. אבער מיר רעדן יעצט ווען מ'איז מבחין "איך וויל יעצט עפעס" אדער "איך שפיר א שטארקע דעת; א צוגעבינדנקייט צו געוויסע כלים וואס געבן מיר מציאותיות".

קען מען מבחין זיין פיר סארט געפילן פון צוגעבינדנקייט; פיר סארטן דעת.

א. די געפיל פון צוגעבינדקייט צו געוויסע כלים אין מיין יעצטיגע ארום אויף אן אופן וואס שפירט זיך מיר ווי 'בעלות'. "איך באנעם די זאך". דאס רופט ער: דעת הבעלות. און דאס קומט ווייל איך וויל (מצד מיין נפש) האבן און אנהאלטן מיין הכרה. און דאס קומט ווייל הכרה געט מיר מציאותיות. און באמת וויל א מענטש טרעפן דעם איין איינציגן עקזיסטענץ. ווי אויבן מבאר געווען. און כלים וואס זענען מעורר מיין הכרה שאפן אין מיר א קשר צו עס; א דעת וואס שפירט זיך ווי בעלות.

ב. די געפיל פון צוגעבינדנקייט צו געוויסע כלים אין מיין יעצטיגע ארום אויף אן אופן וואס שפירט זיך מיר ווי 'התדבקות'. "איך בין צוגעקלעבט צו די זאך" דאס רופט ער: דעת התדבקות. און דאס קומט ווייל איך וויל האבן און אנהאלטן מיין חיות. ווייל חיות געט מיר מציאותיות, וכו', און כלים וואס געבן מיר חיות שאפן אין מיר א קשר צו עס; א דעת וואס שפירט זיך ווי התדבקות.

ג. די געפיל פון צוגעבינדנקייט צו געוויסע כלים אין מיין יעצטיגע ארום אויף אן אופן וואס שפירט זיך מיר ווי 'התבססות'. "דורך די זאך בין איך פעסטגעשטעלט" דאס רופט ער: דעת התבססות. און דאס קומט ווייל איך וויל אנהאלטן מיין התפשטות. וכו' און כלים וואס זענען אין מיר מעורר התפשטות, צו מפשט זיין מיינע כוחות אל הפועל, שאפן אין מיר א קשר צו עס; א דעת וואס שפירט זיך אלץ התבססות.

ד. די געפיל פון צוגעבינדנקייט צו געוויסע כלים אין מיין יעצטיגע ארום אויף אן אופן וואס שפירט זיך מיר ווי 'התכבדות'. "מיט די זאך קומט ארויס מיין וועליו". דאס רופט ער: דעת התכבדות. און דאס קומט ווייל איך וויל אנהאלטן מיין דמות.וכו' און כלים וואס ברענגען ארויס מיין חשוב'ע דמות, שאפן אין מיר א קשר צו עס; וואס שפירט זיך התכבדות'דיג

צום ביישפיהל: איך טרעף א מענטש, און פלוצלינג ווער איך אויפמערקזאם אז איך האב צו אים א געוויסע קשר, דהיינו א געוויסע דעת, און איך בין מבחין אז דאס איז דעת התדבקות; צוגעקלעבט. און איך בין מבחין אז דאס קומט פון מיין "איך וויל חיות". ווייל דער מענטש וועם איך האב געטראפן איז א כלי מעורר צו זיין מיין חיות; איך שפיר אז מיין חיות ווערט פארמערט דורך אים, און איך וויל דאך האבן חיות כדי צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף מיין מציאותיות וכו' כנ"ל. איז כדי צו האבן און אנהאלטן דעם חיות, שאפט זיך מיר א קשר צו אים. א דעת התדבקות.

בשעת איך האב אים געטראפן און ס'איז געשעהן דער "איך וויל האבן חיות", האב איך מיך נישט געכאפט "איך וויל יעצט האבן חיות, וואס דאס קומט פון מיין נפש, וואס מיין נפש וויל יעצט מציאותיות וכו'" נאר פלוצלינג טרעף איך מיך מיט א דעת צו אים. איז, איך קען אבער יא מבחין זיין אז דאס איז א קשר של התדבקות, וואס דאן קען איך מיך אויפמערקזאם מאכן אז דאס קומט פון מיין נפש וואס וויל חיות. ווייל דעת התדבקות קומט פון "איך וויל האבן חיות". און דאן קען איך גיין ווייטער אז דאס קומט פון מיין נפש וואס זוכט מציאותיות, און דאן נאך ווייטער אז דאס קומט פון באשעפער פון וועם איך בין א חלק וואס וויל זיך דא באוואוסטזיניגן. ווי אויבן געברענגט.

נאך א ביישפיהל: איך קום צו א פלאץ, און איך ווער אויפמערקזאם אז איך האב א קשר פון התכבדות צו די מענטשן וואס זענען יעצט דארט; אז די מענטשן זענען כלים וואס מאכן מיר שפירן מיט א וועליו. ווען איך בין אריינגעקומען צווישן די מענטשן, האב איך מיך נישט אויפמערקזאם געמאכט "איך וויל אז א חשוב'ע דמות פון מיין עקזיסטענץ זאל יעצט אריינקומען אין מיין באוואוסטזיין", נאר יעצט טרעף איך מיך מיט א דעת התכבדות. קען איך מיך אויפמערקזאם מאכן, אז דאס קומט פון מיין רצון צו דמות, וואס דמות געט מיך מציאותיות, און וכו'.

אדער: איך קום ארויס אינדרויסן, און איך שפיר אז מיין קשר צום וועלט איז א געפיל פון בעלות, "איך באנעם די וועלט" ווען איך בין ארויסגעקומען אינדרויסן האב איך מיך נישט געכאפט "איך וויל יעצט מכיר זיין", אבער פאקטיש איז דאס געשעהן. איך האב געוואלט און גענוצט הכרה. איך האב מכיר געווען די בריאה. די הארמאניע. און וויבאלד איך וויל האבן הכרה, ווייל איך וויל האבן מציאותיות, האט דאס געשאפן א קשר. די וועלט וואס איך זעה איז דאסמאל א כלי צו מעורר זיין מיין הכרה, און עס האט זיך מיר געשאפן א דעת של בעלות צו די וועלט. אבער ווער איז עכט בעל הבית אויף דער וועלט? דער ווער עס געט מיר הכרה יעדע רגע נאכאמאל.

והשם הטוב יעזור.
צוגעלייגטע
לימודים לדעת יודיש א.pdf
דף י איז פון היינט והשם הטוב יעזור.
(130.35 KiB) דאונלאודעד 35 מאל
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
לעכטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 4:45 pm

'נשמה' איך וויל אייך זאגן:
איך האב שוין געקויפט דעם ספר פאר איבער 5 יאר צוריק, פראבירט צו פארשטיין וואס ער וויל, און ס'איז נישט געלונגען,
יעצט נאכן דורך בלעטערן אייער צעטלעך דא, וועט מען בס"ד פראבירן נאכאמאל,
זאג ביטע, ווי אזוי האט איר עס פארשטאנען?!
די CD העלפט מען זאל פארשטיין?!
ייש"כ
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 6:19 pm

לעכטל האט געשריבן:'נשמה' איך וויל אייך זאגן:
איך האב שוין געקויפט דעם ספר פאר איבער 5 יאר צוריק, פראבירט צו פארשטיין וואס ער וויל, און ס'איז נישט געלונגען,
יעצט נאכן דורך בלעטערן אייער צעטלעך דא, וועט מען בס"ד פראבירן נאכאמאל,
זאג ביטע, ווי אזוי האט איר עס פארשטאנען?!
די CD העלפט מען זאל פארשטיין?!
ייש"כ

דערפאר האב איך עס אפגעשריבן כדי איך זאל עס פארשטיין. און איך האב עס טאקע אין אנהייב נישט אזוי גוט אפגעשריבן. איך האב מיך זייער געפלאגט צו פארשטיין 'דמות'. איך קען דיך מסביר זיין וואס ס'מיינט דמות ביז דו גייסט אנהייבן געניצן. אבער די רגע איך גיי דיר ווייזן וויאזוי דיין באוואוסטזיין וויל אננעמען א געוויסע דמות וועסטו עס פארשטיין. לעצטענס בין איך פארנומען מיט אויפגעבן יכולת, מיינ'ס און יענעמ'ס.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

סערווייווער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

תגובהדורך סערווייווער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:55 pm

איינער האט זיין נאמבער?

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:34 pm

סערווייווער האט געשריבן:איינער האט זיין נאמבער?

845.426.0951


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט