אביונה האט געשריבן:עפל קאמפאוט האט געשריבן:א פריש געשעפט. "מי שצריך לישועה יפנה לרעבצין שרה'קה"
(עס קוקט מער אויס ווי איינער א לץ וויל דא מאכן געלט, און ער שמירט אן פרישע ווערטער אויף די הייליגע ריבניצער)
לייצעם...
קיין גראשן קריגן זיי נישט מער פון מיר...
גראדע איז דאס איינס פון די ארגאניזאציעס וואס איך בין מחשיב (נאר) נאכ'ן זיך באקענען דערמיט פונדערנאנט זייענדיג אין ירושלים. זיי טוען עכט דאס וואס זיי זאגן: גיבן צו עסן פאר הונגעריגע אידישע קינדער (און טאטעס און מאמעס).
די ספעציפישע עד איז טאקע נאריש אין אמעריקע, אבער אין א"י וואו די אבערגלויבנס זענען גאר א גאנגבארע ארטיקל, איז דאס העכסט נארמאל.