פרעזידענט טראמפ'ס אימפיעטשמענט פראצעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
image (1).png


פון א יאר צוריק, טראמפ זיכט פלעין צו אויסראטען קרופציע



קענסט עס אנקוקן וויזוי דו ווילסט, איך קוק אן טראמפ'ס טוויט טיפיקל פראסטרעישן פארוואס אזוי נאנט צו אן עלעקשן ברענגט מען טשארדזשעס...

ואגב, איך האלט אויך אז אסאך אבאמא'ס אינוועסטיגעישנס זענען געווען פאליטישע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די אינטעל קאמיטע בנשיאות אדם שיף וועט אנפירן מיט די אוקריינע אויספארשונגען. (קען זיין אז נאכדעם וועט די דזשודישערי קאמיטע בנשיאות נאדלער אויך דארפן שטימען אויף דעם פאר עס גייט צום פולן הויז.)

זאגט ער היינט פאר מאנו ראדזשו פון טרוט ניוס סי ען ען אפאר זאכן וואו מען גייט ווייטער פון דא.


Just talked to Schiff about next steps for probe. He told me it‘ll be a “busy couple weeks” and says “we are” preparing for hearings next week. “I expect subpoenas” as well as “depositions” are going to go out and move as “expeditiously as possible.” No comment on specifics

Asked what he would do if the WH stonewalls, and he said: “It will strengthen the case on obstruction.”

“We are working on potential hearings, potential depositions, I expect subpoenas are going to go out.We will move as expeditiously as possible but we have to see what witnesses are going to make themselves available and what witnesses are going to require compulsion,” Schiff says
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הארמאניע האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
1) קען זיין עס איז זיין 'ליגעל פעריװעלידזש' אבער עס איז אויסערגעוועליך דאס צוטוען. איז די שאלה פארוואס זיין האבן געשפירט.

2) זיי האבן דאס געטוען נאר נאכדעם וואס זיי זענען געוואויר געווארן אז עס איז דא א וויסל בלויער קאמפלעינט.

יאפ זײ זענען געוואויר געווארן אז ס׳איז דא א ליקער (וויסל בלויער בלע״ז) האבן זײ גענימען די ריכטיגע שריט אין באהאלטען די פרעזידענט׳ס פריװאטע געשפרעכן


נאו וועי, א 'וויסלבלויער' איז נישט קיין ליעקער, אין פאקט דער 'וויסלבלויער' האט געהאט די ברירה צו רעדן צו די מידיע כמעט "צוויי חדשים" קיין פיפס האט מען נישט געהערט פון אים.

א וויסל בלויער איז א געהעריגע לעגאלע זאך וואס מ'האט געמאכט טאקע פאר אזעלכע נישט עטישע, נישט לעגאלע מעשים וואס דאנאלד האט געטוען.

באהאלטן נאכדעם וואס דער 'וויסלבלויער' האט שוין געוואוסט, והראיה ער האט עס שוין געהאט רעפארטעט און עס האט זיך צום סוף ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג, זעט אויס מער ווי א קאווער-אפ.

לאמער טאקע רעדן פון דאס מיט וואס די ענדיגסט "אפטיקס"...וואס מײנט דאס אז די מענטשן וואס האבן אליינס אויסגעהערט די פאון קאלל האבן נישט געבלאזן די פייפער נאר "געליעקט" די קאלל צו א מענטש פין אן אנדערע דעפארטמענט


דאס זענען דעם פרעזידענט נאטסטע מענשטן וואס האבן גערעדט צווישן זיך מיט זארג אז די פאון קאול איז נישט אויסגעהאלטן און ווי עס שיינט דרייט זיך יענער/יענע אויך אין דעם ווייסן הויז אסאך און צוגעהערט א שמועס.

עקזעקטלי!

אוואו כ'האב פריער געשריבן...מפרעגט אויף א שמועס וואס האט געליעקט פארוואס מבאהאלטעס...איינער ווייסט וואס ס'מיינט irony?
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

געווען א ווייס פרעזידענט מיטן נאמען ביידען, ער האט א זוהן האנטער ביידן, א שוואכע זוהן וואס מען האט ארויסגעווארפן פון מיליטער, די טאטע ביידן איז ממונה געווארן דורך פרעזדיענט אבאמא קעיר צו נעמען פון אוקריינע ענינים.

און פלוצלינג, באקומט האנטער א פעימענט פון 600 טויזענט דוללער א יאר, צו זיין אויף א באוירד פון א קאמפעני וואס איז פערצופאל אין אוקריינא. האנטער איז א שוואך קינד וואס האט נישט קיין שום עקספיריענס אין ענערדשזי.

א פראסיקיוטער אין אוקריינע, א גוטע פראסיקיוטער, וואס האט געטוען א גוטע דזשאב, איז נישט געפאלן די גאנצע מעשה, ער האט געוואלט דערגיין וואס איז די סוד פון אזא אויפפאלענדע קאראפציע, אז א ווייס פרעזידענט זוהן פון א צווייטע לאנד זאל באקומען א מאדנע הויכע געהאלט.

האט ער זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין. פלוצלינג איז נתעורר געווארן טאטי ביידן ער איז געקומען סטראשענען אז מען מוז מעביר זיין דעם פראסיקיוטער ווייל ער קאראפטירט. ער פארציילט נאך ווי א זקן וכסיל ברבים די גאנצע מעשה. ער האט געדרוקט אפאר מדינות און זיי האבן זיך צוגעשטעלט צום דרוקעריי.

טאטי ביידן האט פונקטלעך געפירט וועלכע פראסיקיוטער מען זאל יא אויפנעמען. כך הוה, יענער האט מען מעביר געווען, געשטעלט דעם נייעם און יעדער האט ריינגעוואשן ביידן.

אלעס פערצאפאלעך, איינער וואס האלט אז עס איז אפשר געווען קאראפציע דא איז א טראמפיסט וואס גייט מיטן קאפ אין וואנט.

מען ברויך זיך איינחזרן, די אלע מעשיות איז בלויזע פערצופאלעך.

די געפייערטע פראסיקיוטער, פארציילט אז ער האט געהאלטן אין איין בעטן א ביאור פארוואס ער ווערט געפייערט. ביז איינ טאג האט מען איהם געזאגט אז ווען ער לאזט ווען אפ די ביידן פארשעריי וואלט ער געבליבן ביים דזשאב.

די נייע פראסיקיוטער וואס זענען אריינגעקומען נאכדעם וואס ביידן מענטש איז ארויס, זענען נאך אלץ זייער פארוואונדערט פארוואס מען האט צוגעמאכט די קעיס פון ביידן און גיפייערט די פקראסיקיוטער.

די נייע אוקריינע פרעזידענט, וועלכע די אוקריינע פאלק האבן אריינגעשטעלט כדאי אויסצורייסן קאראפציע, זאגט פארן יר"ה אז ער ווייסט אז די גאנצע פרשה פון דעם ארויסגעווארפענעם פראסיקיוטער שמעקט פון קאראפציע, ער זאגט אויך אז ער איז געווען א פערפעקט פראסיקיוטער. ער וויל דערגיין די סוף הדבר, ער האט זיך זייער צוגעגאכאפט צום הילף וואס די אמעריקאנע יר"ה האט איהפ געאפערט.

דאס איז די סך הכך פון די מעשה, די מידיא קען שרייען און דרייען. ווי אויך ראמני, וואס איז נתגלה געווארן אז איינער פון זיינע נאנטע האבן אויך איינעם אויפן פעיראויל פון יענע פירמע, עס וועט זיי גארנישט העלפן.

סך הכל וואס גייט איז ארויסגעקומען פון די גאנצע זאך איז, דער עולם איז געוואויר געווארן פון ביידן'ס קאראפציע. די טראמפ קאמפיין דארף נישט ערפינדען קיין נייע סלאגאנען, זיי גייען מאכן קאפי פעיסט פום קראקעד הילערי קאמפיין.
לעצט פארראכטן דורך ותיק וחסיד אום פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @ותיק פארן אראפלייגן די ווערסיע וואס הענעטי ואביזרייהו פארקויפן, וואס ווי איך שרייב פריער איז דאס די טעם פארוואס די רעפאבליקאנער סענאט פארשט נישט אויס די מעשה.

ווייל מען וועט זעהן קלאר אז, או אינו, עס איז דאך נישט אזוי.

צוויי אמת'ן האט מען אריינגעווארפן, אז דאס מיליטער האט באפרייט האנטער פון זיינע פליכטן, און אז דזשאו האט געהאט שייכות מיטן ווארפן דעם קארופטירטן פראסעקיוטער. ניטאמאל איז אמת אז האנטער איז א לא יצלח.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

געהערט יעצט ר וועליד פוינט אויף פאקס: לויט די פייפער בלאזער סטאנדארטן גיידליינס איז עס נאר אויס די בלאזער איז די מקור ראשון און נישט קיין כלי שני און בכגון דא איז עס נאר א כלי שני און ער פאלט נישט אינטער אינטער די פייפער בלאזער פראטעקשאן
אויס סאיז אמת וואונדערט מיר פארוואס מעגווייער האט דעיס נישט געענטפערט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מען דארף האבן די אוקראינער קאנטעקסט צו פארשטיין וואס די מערב וועלט איז (געווען) אזוי אינטערעסירט אין אוקראינער קארופציע.

אוקראינע איז באוואוסט אלס איינע פון די קארופטירסטע רעגירונגען אין אייראפע. זיי האבן געהאט אנטי קארופציע רעוואלוציעס אין 2004 (די ארענדזש רעוואלוציע קעגן ריזיגע קארופציע אין די לאנד'ס וואלן) און נאכאיינס אין 2014 ווען די אוקראינער פארליאמענט האט אין פעברואר געשטימט 328-0 ארויסצואווארפן רוסלאנד-פריינט יאנוקאוויטש פון אמט נאך יענער איז אנטלאפן קיין רוסלאנד.

יאנוקאוויטש האט געבעטן פון רוסלאנד הילף מיטן טענה אז די אפשטימונג איז נישט געווען לעגיטים און רוסלאנד האט רעאגירט מיטן אנעקסירן קרים (קריימיע, for some reason. די האלב-אינזל הייסט קרים אין אידיש) און אינוואדירן מזרח אוקראינע וואס איז באוואוינט מיט עטנישע רוסן.

די אייאראפעער, און אמעריקע, פארשטייט זיך, האבן שוין פראבלעמען מיט רוסלאנד זינט פוטין איז געקומען צום מאכט אז ער קריכט אריין אלס טיפער אין אייראפעאישע טעריטאריע (די אייראפעער, משום סיבה, האלטן אז די לאנד דזשארדזשיע איז טייל פונעם אייראפעאישן קאנטינענט. פוטין האט אינוואדירט און אקופירט אבכאזיע און דרום אסעטיע, צוויי טעריטאריעס וואס זענען טייל פון דזשארדזשיע, אין 2007, פאר ווער ס'געדענקט).
image_search_1569601463118.jpg
image_search_1569601463118.jpg (170.37 KiB) געזען 523 מאל

image_search_1569601443297.jpg
image_search_1569601443297.jpg (39.34 KiB) געזען 523 מאל

אוקראינע איז דאך ממש טייל פון אייראפע און א גרויסע לאנד וואס גרעניצט זיך מיט פוילן, סלאוואקיע און אונגארן.

פארשטייט זיך אז די אייאראפעער זענען געווארן ווילד און גענומען אן ערנסטע אינטערעסע אין אוקראינע מיט א ספעציעלע געוויכט אויף אויסצוראטן קארופציע אז אוקראינע זאל קענען ווערן א געהעריגע לאנד אן רעוואלוציעס און וואל-פעלשערייען יעדן מאנטאג און דאנערשטאג.

image_search_1569601653334.jpg
image_search_1569601653334.jpg (94.13 KiB) געזען 523 מאל
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @ותיק פארן אראפלייגן די ווערסיע וואס הענעטי ואביזרייהו פארקויפן, וואס ווי איך שרייב פריער איז דאס די טעם פארוואס די רעפאבליקאנער סענאט פארשט נישט אויס די מעשה.

ווייל מען וועט זעהן קלאר אז, או אינו, עס איז דאך נישט אזוי.

צוויי אמת'ן האט מען אריינגעווארפן, אז דאס מיליטער האט באפרייט האנטער פון זיינע פליכטן, און אז דזשאו האט געהאט שייכות מיטן ווארפן דעם קארופטירטן פראסעקיוטער. ניטאמאל איז אמת אז האנטער איז א לא יצלח.


אוודאי, עס איז אלעס פערצופאלעך, גארנישט אמת. אלעס פון הענעטי. חזר עס איבער אסאך מאל ביז דו גייסט עס רליין גלייבן.

מתוק מתוק, נישט ארויסגעווארפן, נאר באפרייט פום זיינע פליכטן, גאנץ קיוט.
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

קרייסלער האט געשריבן:געהערט יעצט ר וועליד פוינט אויף פאקס: לויט די פייפער בלאזער סטאנדארטן גיידליינס איז עס נאר אויס די בלאזער איז די מקור ראשון און נישט קיין כלי שני און בכגון דא איז עס נאר א כלי שני און ער פאלט נישט אינטער אינטער די פייפער בלאזער פראטעקשאן
אויס סאיז אמת וואונדערט מיר פארוואס מעגווייער האט דעיס נישט געענטפערט


מארק לעווין, וועלכער איז טיפע למדן און א דזשיניעס אין געזעץ האט תיכף דאס געזאגט.

אזא איינער איז נישט קיין וויסל בלאויער.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ותיק וחסיד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:געהערט יעצט ר וועליד פוינט אויף פאקס: לויט די פייפער בלאזער סטאנדארטן גיידליינס איז עס נאר אויס די בלאזער איז די מקור ראשון און נישט קיין כלי שני און בכגון דא איז עס נאר א כלי שני און ער פאלט נישט אינטער אינטער די פייפער בלאזער פראטעקשאן
אויס סאיז אמת וואונדערט מיר פארוואס מעגווייער האט דעיס נישט געענטפערט


מארק לעווין, וועלכער איז טיפע למדן און א דזשיניעס אין געזעץ האט תיכף דאס געזאגט.

אזא איינער איז נישט קיין וויסל בלאויער.

א באנדע יוקלעך די רעפובליקאנער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ותיק וחסיד האט געשריבן:א פראסיקיוטער אין אוקריינע, א גוטע פראסיקיוטער, וואס האט געטוען א גוטע דזשאב, שמועסן וועג איז נישט געפאלן די גאנצע מעשה, ער האט געוואלט דערגיין וואס איז די סוד פון אזא אויפפאלענדע קאראפציע, אז א ווייס פרעזידענט זוהן פון א צווייטע לאנד זאל באקומען א מאדנע הויכע געהאלט.

דער פראסקיוטער האט נישט דאס אויסגעפארשט זיין אויספארשונג איז געווען איבער געלט וואשעריי וכדו' אינערהאלב קאמפאני וואו ער האט געארבעט

די געפייערטע פראסיקיוטער, פארציילט אז ער האט גענאלטן אין בעטן א ביאור פארוואס ער ווערט געפייערט. ביז איין טאג האט מען איהם געזאגט אז ווען ער לאזט ווען אפ די ביידן פארשעריי וואלט ער געבליבן ביים דזשאב.

האסט א מקור דערצו?
די נייע פראסיקיוטער וואס זענעם אריינגעקומען נאכדעם וואס ביידן מענטש איז ארויס, זענען נאך אלץ זייער פארוואונדערט פארוואס מען האט צוגעמאכט די קעיס פון ביידן און גיפייערט די פקראסיקיוטער.

דער נייער פראסיקיוטער האט עס פארמאכט.

-------------

אונטערשטע שורה, איך וואלט אויך געוואלט מען זאל אריינקוקן אין די פרשה און אויף די נארמאלע אויסגעהאלטענע וועג. אבער לויט די עוועילעבל אינפארמעישן איז עס זיכער נישט דער גרויסער בער ווי דזשוליאני און טראמפ ווילן אז עס זאל אויסזען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

איך האב א קשיא, און איך זעה אז די דעמאקראטן איגנארירן דעם פאקט.

אויב דער פרעזידענט פון אמעריקע זאגט, איך האב קיינעם נישט געפרעשערט און געווארענט אפצוהאלטן עיד. און דער פרעזידענט פון אוקריינא זאגט, קיינער האט מיר נישט געפרעשערט אדער געווארענט מיט עני טינק.

איז פון וואס רעדט מען דא?

צל, פאליטעקלי, יש, שלמה. עני וואן טו עקספלעין?
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אגב, די לאנד דזשארדזשיע, די קרים האלב-אינזל און מזרח אוקראינע זענען אלע געווען טייל פון כאזאר אימפעריע (כוזרים) at one point or another.
אטעטשמענטס
Khazaria_map_from_600_till_850.jpg
Khazaria_map_from_600_till_850.jpg (196.28 KiB) געזען 489 מאל
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @ותיק פארן אראפלייגן די ווערסיע וואס הענעטי ואביזרייהו פארקויפן, וואס ווי איך שרייב פריער איז דאס די טעם פארוואס די רעפאבליקאנער סענאט פארשט נישט אויס די מעשה.

ווייל מען וועט זעהן קלאר אז, או אינו, עס איז דאך נישט אזוי.

צוויי אמת'ן האט מען אריינגעווארפן, אז דאס מיליטער האט באפרייט האנטער פון זיינע פליכטן, און אז דזשאו האט געהאט שייכות מיטן ווארפן דעם קארופטירטן פראסעקיוטער. ניטאמאל איז אמת אז האנטער איז א לא יצלח.

און וועגן די האלטסט אנדערש מעג עס די דעפארטמענט אוו דזשאסטיס נישט אויספארשן?

וויאזוי גייט נאר די ניגון?...וואס האסטע אזוי מורא פון אזא אינוועסטיגאציע? וואס פרובירסטע צו באהאלטן? (אט די קשיות זענען א בעיסיס פאר אימפיטשמענט?)
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

ותיק, הייסט אלע לענדער, גאנץ נאטא, אלע איירעפעישע לענדער, זענען טיף קאראפטירט, און זענען גרייט געווען צו ארבעטן פאר ביידען'ס אינטערעסע, און נאך אזוי שווער, צו פייערן א 'אויפריכטיגע' פראסקיוטער?

ווי זאגט נאר @מעטמים:
ביידען איז נישט קיין קרימינאל, און עס גייט נישט געלונגען פאר די טראמפיסטן עס ארויפצושמירן אויף אים, ווייל דער פאלק גייט עס נישט קויפן.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

קרייסלער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:געהערט יעצט ר וועליד פוינט אויף פאקס: לויט די פייפער בלאזער סטאנדארטן גיידליינס איז עס נאר אויס די בלאזער איז די מקור ראשון און נישט קיין כלי שני און בכגון דא איז עס נאר א כלי שני און ער פאלט נישט אינטער אינטער די פייפער בלאזער פראטעקשאן
אויס סאיז אמת וואונדערט מיר פארוואס מעגווייער האט דעיס נישט געענטפערט


מארק לעווין, וועלכער איז טיפע למדן און א דזשיניעס אין געזעץ האט תיכף דאס געזאגט.

אזא איינער איז נישט קיין וויסל בלאויער.

א באנדע יוקלעך די רעפובליקאנער


די סיבה פארוואס זיי טוען נישט גארנישט, איז ווייל אלע סענעטארס האבן משפחה מיטגליעדער און חברים אויף קאמפעניס פעיראוילס.

זיי שמעקט בכלל נישט אז יר"ה, די אולטימעט סוואמפ קליענער, האט געפענט די נושא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@ותיק, אזוי שרייבט מען עס אויף א בן מלך.

בד"וו, לויט דיר אז ביידן איז קארופטירט, אינטרעסאנט אז ער האט נישט מסדר געווען אין מיליטער אז האנטער זאל דארט בלייבן און די ווארפער זאלן פליען. דאס איז לכאורה וויכטיגער, און גרינגער, ווי ווארפן א פראסעקיוטער פון א אנדערע לאנד.

-----

@בוידעם, זייער פשוט, אונז האמיר דאך דעם טראנסקריפט פון דעם שמועס, און אונז ווייסן אז דזשוליאני איז ביזי דערמיט חדשים.

איי דער אוקריינער, איך פארלאנג נישט פון אים סוסייד פאר ביידן'ס וועגן, די ווייסט אויך אז אוקריינע מוז צוקומען צו אמעריקע.

----

@הארמאניע, זיי ווילן נישט, ווייל די הענעטי ווערסיע וועט תיכף מוזן גיין אין סוער.

------

@שלמה, זיי האלטן אז דארט איז אייראפע, ווייל אייראפייער הייסן דאך קאקעיזשן אלס זייער ראסע, דהיינו זיי קומען פון דעם קאווקאז ראיאן.
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

עכט היימיש האט געשריבן:ותיק, הייסט אלע לענדער, גאנץ נאטא, אלע איירעפעישע לענדער, זענען טיף קאראפטירט, און זענען גרייט געווען צו ארבעטן פאר ביידען'ס אינטערעסע, און נאך אזוי שווער, צו פייערן א 'אויפריכטיגע' פראסקיוטער?

ווי זאגט נאר @מעטמים:
ביידען איז נישט קיין קרימינאל, און עס גייט נישט געלונגען פאר די טראמפיסטן עס ארויפצושמירן אויף אים, ווייל דער פאלק גייט עס נישט קויפן.


הגע על עצמך, די נייע אוקריינע פרעזידענט, וועלכע איז געווארן געוועלט ער זאל אויפקלינען קאראפציע, איז איינשטימונג אז די געפייערעכץ שמעקט פון קאראפציע.

איך ווייס נישט, איך וואוין נישט אין אוקריינע, אבער אזוי שמעקט עס פאר זייער פרעזידענט.
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

קרייסלער האט געשריבן:וואונדערט מיר פארוואס מעגווייער האט דעיס נישט געענטפערט

דאכצעמער אז ער האטעס יא ארויפגעברענגט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@ותיק איי ארגינעל האט ער געזאגט פארקערט און דער אטאקע הינט מלפנים מאיאר האט אים יעמאלט אראפגעריסן אויף טוויטער?
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

ותיק וחסיד האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:ותיק, הייסט אלע לענדער, גאנץ נאטא, אלע איירעפעישע לענדער, זענען טיף קאראפטירט, און זענען גרייט געווען צו ארבעטן פאר ביידען'ס אינטערעסע, און נאך אזוי שווער, צו פייערן א 'אויפריכטיגע' פראסקיוטער?

ווי זאגט נאר @מעטמים:
ביידען איז נישט קיין קרימינאל, און עס גייט נישט געלונגען פאר די טראמפיסטן עס ארויפצושמירן אויף אים, ווייל דער פאלק גייט עס נישט קויפן.


הגע על עצמך, די נייע אוקריינע פרעזידענט, וועלכע איז געווארן געוועלט ער זאל אויפקלינען קאראפציע, איז איינשטימונג אז די געפייערעכץ שמעקט פון קאראפציע.

איך ווייס נישט, איך וואוין נישט אין אוקריינע, אבער אזוי שמעקט עס פאר זייער פרעזידענט.

ווי זאגט ער עס?

דאן ברויך מען אויספארשן לאנדאן, בעלגיע, פראנקרייך, און וועמען נישט.

יעדער איז קארופטירט, חוץ דאנעלד טראמפ!

אל תיקרא דיעפ סטיעט, אלא דיעפ WORLD!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

פאר די אלע וואס חזרן איבער, הענעטי ווערסיע וכו'

ווילאנג די נייע ריינע אוקריינע פרעזידענט האלט אויך אזוי ווי די הענעטי ווערסיע, איז אבוויעסלי די ווערסיע די ריכטיגע ווערסיע
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

עכט היימיש האט געשריבן:ווי זאגט ער עס?

דאן ברויך מען אויספארשן לאנדאן, בעלגיע, פראנקרייך, און וועמען נישט.

יעדער איז קארופטירט, חוץ דאנעלד טראמפ!

אל תיקרא דיעפ סטיעט, אלא דיעפ WORLD!


אין דעם שמועס מיט אונזער יר"ה, ער בעט הילף צו אויספארשען די זאך.

קיינער איז נישט קעראפט, נישט קלינטאן, נישט סטראק, קאוימי, פעידזש, מעקעיב, ברענען, וכו'

נאר טראמפ, די איינציגסטע פרעזדיענט טא דעיט וואס איז אזוי אפן מיטן עולם, איז קאראפטירט.
לעצט פארראכטן דורך ותיק וחסיד אום פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

צל עובר האט געשריבן:@ותיק, אזוי שרייבט מען עס אויף א בן מלך.

בד"וו, לויט דיר אז ביידן איז קארופטירט, אינטרעסאנט אז ער האט נישט מסדר געווען אין מיליטער אז האנטער זאל דארט בלייבן און די ווארפער זאלן פליען. דאס איז לכאורה וויכטיגער, און גרינגער, ווי ווארפן א פראסעקיוטער פון א אנדערע


איי געס עס האט עם נישט געברענגט קיין געלט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

טולסי גאבערד טוישט דעם טאן

“Up to this point, I have been opposed to pursuing impeachment because it will further divide our already badly divided country.

“However ... I believe that if we do not proceed with the inquiry, it will set a very dangerous precedent.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”