Juul e-cig

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:21 am

קארופציע.

אוועטאר
שמע ישראל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:59 pm

תגובהדורך שמע ישראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:36 pm

קאליפארניע – אן ערנסטע אויפשאקלונג איז אונטערגענומען געווארן אינערהאלב די "דזשול" פירמע פון עלעקטראנישע ציגארעטלעך, ווען זייער הויפט עקזעקוטיוו קעווינס בוירנס איז באזייטיגט געווארן, און אויך האט די פירמע געמאלדן אז זי וועט, אמווייניגסטנס צייטווייליג, אפשטעלן אירע רעקלאמעס אין אמעריקע, נישט וועלנדיג אז קינדער זאלן זיך צוכאפן צו זייערע פראדוקטן. די אנטוויקלונגען ארום "דזשול" זענען געקומען אין זעלבן טאג וואס מען האט געהערט פון א פרישע טויטפאל פון לונגען קרענק פארבינדן מיט עלעקטראנישע ציגארעטלעך, ברענגענדיג דעם סך הכל פעלער צו 10.

yerushalmi
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:01 pm

תגובהדורך yerushalmi » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 2:18 pm

איך פארשטיי נישט וואס מישט מען די יוצרות קינדער איז די פראבלעם אדער טויטע קיינער איז נישט קלאר אין דעם?

ר יעקב צבי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 4:06 pm

תגובהדורך ר יעקב צבי » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:06 pm

פעיק נוז האט געשריבן:קארופציע.

טראכט א מינוט וועפינג גייט שוין אן 17 יאר און עס איז נישט געווען קיין שום טויט פעלער, און אלע טויט פעלער האט זיך אנגעהויבן די לעצטע פאר חדשים, זיי אליינס שרייבן אז די אלע טויט פעלער קומען פון בלעק מארקעט פרודאקטן. (די בלעק מארקעט פרודאקטן איז זייער ביליג ווייל די טראפן איז צוזאמענגעשטעלט פון אויל מיט א פלעוואר און עס איז א חכמה וויאזוי און מיט וואס עס מישן, אין vitamin E מיט THC וואס איז poison מישט עס זייער גוט אויס און מען דארף נישט זיין קיין מומחה אין דעם).
די חשבון איז פשוט זיי (FDA) מאכן איבער דריי הונדערט ביליאן דאלאר א יאר פון טעקס אויף ציגארעטלעך און זיי האבן פארלוירן זייער אסאך פון וועפינג און זיי דארפן דאס געלט, איי העסטו פרעגן דעמאלסט לייג אויך ארויף אויף וועפינג די זעלבע טעקס? די תירץ איז אז כדי ארויפצולייגן הויכע טעקס מוזן זיי פראווען מיט סטאדיס אז עס איז נישט געזונט און דערפאר איז דא א קנס כדי די עולם זאל זיך צירוק האלטן פון קויפן, אבער דא ביי וועפינג ווייסן זיי אז זיי גייען עס נישט קענען פראווען ווייל זיי שרייבן אליינס אז עס קומט פונעם בלעק מארקעט, (אפילו יא וועט דאס נעמען יארן כנוסח סטאדיס).
דערפאר איז דא א עצה וואס הייסט בענען אז קודם אראפ פון די מארקעט פאר דריי חדשים, אזוי וועלן די וועפינג שאפס אפשפארן ווייל זיי קענען נישט סערווייוון זיין דריי חדשים פארשפארט, (לידוע בעלמא עס איז דא אכציג טויזנט וועפינג שאפס אין אמעריקע וואס פארנעמט דריי הונדערט טויזנט דזשאבס פונעם אמעריקאנעם פאלק) אזוי וועט דער עולם צירוק גיין אויף ציגארעטלעך.
(עס איז דא וואס זאגן אז JUUL איז א גרויסע מחותן דא אין זיי שטופן דאס זייער, ווייל זיי ווילן אז דער עולם זאל קומען צו זיי קויפן, טאקע נאר Menthol און Tabbaco פלעווארס וואס איז נישט געבענט, אבער קום צו מיר, זיי זענען געווען די ערשטע און די איינציגסטע וואס האבן געשריגן פון אנפאנג אז וואס די FDA וויל גייען זיי זיך צושטעלן, חוץ א מעשה וואס Philip Morris האט א דריטל שערס פון JUUL..... )
עס קומט יעצט אין December א צוואנציג פראצענט טעקס Menthol און Tabbaco.
(זיי האבן געוואלט בענען Menthol אויך אבער למעשה לאזן זיי עס נאך יעצט פארקויפן)

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:10 pm

יא יא

מקבל
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 10:21 am

היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה

אוועטאר
שמע ישראל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:59 pm

תגובהדורך שמע ישראל » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 9:43 am

ואשינגטאן – די צאל טויטפעלער פון וועיפינג קרענק איז נעכטן געשטיגן צו אכצן, און די טויטפעלער זענען צעשפרייט אין פופצן באזונדערע סטעיטס. אלעס אינאיינעם האבן די פעדעראלע אויטאריטעטן שוין אריינבאקומען 1,080 באריכטן פון פעלער פון מענטשן וואס זענען געווארן אנגעשטעקט מיט לונגען קרענק פון רייכערן די סארט ציגארעטלעך. אויסער דעם האבן געזונטהייט עקספערטן געגעבן צו פארשטיין, אז אינערליכע כעמיקאלן ברען וואונדן זענען מעגליך די שולד צו די לונגען קרענק וואס וועיפינג ברענגט ביי אסאך מענטשן.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 2:58 pm

8da39f67750c466b9a5c0802deb4f250.jpg
8da39f67750c466b9a5c0802deb4f250.jpg (53.1 KiB) געזעהן 387 מאל

אוועטאר
שמע ישראל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:59 pm

תגובהדורך שמע ישראל » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 4:57 pm

די פעדעראלע צענטער פאר דעזיז קאנטראל און פריווענשאן האט נעכטן געזאגט, אז עס זענען שוין דא 1,604 קעיסעס פון די לונגען קרענק וואס איז פארבינדן מיט וועיפינג, און עס איז פארשפרייט לענגאויס 49 סטעיטס. אויסער דעם איז דער צאל אומגעקומענע פון די לונגען קרענק געשטיגן צו 34, און די פעדעראלע באאמטע זאגן אז זיי האבן נאך אלץ נישט באוויזן צו דערגיין וואס גענוי עס ברענגט די קרענק. זייערע אויספארשונגען קאנצענטרירן זיך אבער דירעקט אויף די סארט עלעקטראנישע ציגארעטלעך וואס פארמאגן אין זיך "טי-עיטש-סי", א מאריכואנא באשטאנדטייל.

אוועטאר
פאר וואס נישט
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 2:50 pm

תגובהדורך פאר וואס נישט » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 6:41 pm

4 הויעך ראנגיקע עקזעקאטיון ביי 'דזשול' האבן אפגעטרעטן פון זייער פאסטן

די אנטוויקלונג קומט א טאג נאכדעם וואס די פירמע האט געמאלדן שניטן פון ארום 500 דזשאבס און אין א צייט וואס די פירמע גייט אריבער א שווערע דורכגאנג צוליב די קאנטראווערסיע די לעצטע שטיק צייט ארום עלעקטאראנישע צוגארעטלעך


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דניאל אויערבאך, פעטער שמואל און 11 געסט