
אויב נישט, רופט זיך דאס אין אמעריקע פאני,

למשל, איך זיץ אין קאווע שטיבל אין דער אנגענומענער חכם האט געזאגט א גוטס, דער עולם לאכט, איך האלט גראדע אז ס'איז סטופיד, אבער אז דער עולם האלט אז ס'איז א גוטס מסתמא איז עס טאקע,

נאך א משל, מיין שבת'דיגע ווייסע זאקן איז שוין אפּגעשאסן די קאליר דערפון, אבער נאר דארט ווי די שיך באדעקט עס, אמאליגע צייטן וואלט מען געקויפט נייע, אבער היינט ווען נאר דער יעדער איז א מיינונג, איז למעשה זעהט דאך קיינער נישט אז די זאקן איז שוין אפּגעשאסן, סא דער עולם האלט אז ס'איז נאך גוט, מוז מען אנעמען אז דאס איז דער פאקט,

למעשה האט דאך יעדער יחיד אן אייגענע מיינונ אויך, נאר מ'איז זיך מבטל פאר'ן דעת הרבים, אבער ס'קומט אויס אפאר מאל ווען ס'איז שווער צו אנעמען די דעת רבים,
אבער די רבים זענען דאך די פוסקי הדור,
לכבוד דעם פראבלעם האמיר אוועקגעשטעלט דעם אשכול ספעציעל דעזיגנירט, אויב אין פאל איינער וויל א הוראת שעה צו טוען אנדערש ווי די רבים, קען ער דא פרעגן רשות,

ס'בעסער מ'זאל ארויסשרייבן אלע צדדי הספק אז דער עולם זאל קענען פסקענען כדין,
וזה החלי,