אימפיטשמענט...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:איך וויל באמת וויסן וואס טראמפ קען טון אז טראמפיסטן זאלן האלטן אז מען אים אימפיעטשן, נישט זאגן אז זיי האלטן אז מען מעג, איך פרעג וואס קען ער טון אז דו, טראמפיסט, זאל אים "וועלן" אימפיעטשן?

הרג'נען מענטשן עטסעטרע קען ער נישט וועגן סעקיוריטי, איך רעד פון ווייט קאלער קריים'ס וואס ער קען טון.

ער זאל הייסן אוקראינע ווארפן א פראקוראר 'ווייל' יענער פארשט א פירמע אויף וואס זיין זון איז א בארד מעמבער וכדומה.
אבער טאקע נאר אויב מען קען איבערווייזן אז ער האט געהייסן ווארפן יענעם ווייל ער פארשט די פירמע.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס וואלט יענס געווען ערגער ווי הייסן אויספארשן א קעגנער?
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

מיינסט הייסן פארשן 'ווייל' יענער איז א קעגנער? ס'טאקע אויך אימפיטשעבל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח.

און וואס וואלט געווען פרוף פאר אינטענט אין עני פון די צוויי פעלער?

עס איז דאך נישט דא היינט קיין יודעי מחשבות.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

טראמפ זאל זאגן פאר'ן אוקראינער פרעזידענט ''יו קנאו, דזשאו ביידען, היז א עי בעד מען. הי איז עי דעמאקרעט, און הי וויל פראבעבלי בי דעיר נאמעני. יו העוו טו אינוועסטיגעיט הים!" איז גוט.

אדער אויב למשל טרעפט מען א רעקארדינג ווי טראמפ טוט זיך אויף אז ער האט געהייסן פייערן דעם פראקוראר ווייל ער האט געפארשט יענע פירמע (וה''ה אן ענליכן רעקארדינג ביי די אנדערע סינעריאו).
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בקיצור, ווייניגער ווי קלאר געזאגט די אינטענט איז טאקע גארנישט, אבער אויב טראמפ וועט זאגן ברבים אז די ציל איז געווען אונטערצוברענגן ביידן ווייל ער לויפט קעגן אים איז יא גענוג? אדער דוקא בשעת מעשה פארן אוקריינער?
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

זאגן ברבים שטייט שוין אין די גמ' (סנהדרין כט.) אז עס האט זעראו שוויות, און די סברא פון משטה הייתי איז פשוט'ער ווי פשוט.

אגב, יארמער רב דערציילט אלץ אז א ליטווישער ר''י האט אים אמאל פארגעהאלטן פארוואס ער מאכט ווערטליך אום עלUל, האט ער געברענגט א ראי' פון די גמ' הנ''ל אז מען מעג מאכן ווערטלעך אפלו בעצם יום ראש השנה. די גמ' זאגט דארט מנה לי בידך, אמר לו אין. למחר אמר לו תנהו לי, אמר משטה אני בך – פטור. זאגט רש''י משטה אני בך - שוחק הייתי בך בשביל שהיית שואלני מה שלא היה: אין אידיש: איך האב געמאכט א דזשאוק.

יעצט, אויב ר''ה טאר מען נישט מאכן קיין דזשאוקס, וואלט די גמ' געדארפט זאגן במה דברים אמורים, א גאנץ יאר, אבער ר''ה ווען מען טאר נישט מאכן קיין דזשאוק קען ער נישט זאגן משטה הייתי...

האט דער ר''י געפרעגט, "ר''ה קען מען דאך נישט רופן יענעם צו דין תורה?"

האט דער רב אים געענטפערט אז דערפאר זאגט טאקע די גמ' 'למחר' אמר לו תניהו לי. פארוואס דוקא למחר און נישט יענעם טאג? ווייל סיז געווען ראש השנה...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א פלא פון א שיטה, איך האב ביז היינט געוואוסט אז ויברך דויד את הוי"ה לעיני כל הקהל מאכט שטערקער די זאך, אבער ישר כח פארן ענטפערן.

לאמיר איבערפרעגן צו זעהן אויב איך כאפ גוט, "עס מוז זיין קלארע געזאגטע אינטענט צו אונטערברענגן א שונא געזאגט פאר די אויסלענדישע רעגירונג בשעת מעשה" איא?
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

ניין, ס'מוז נישט זיין בשעת מעשה, און ער מוז עס נישט זאגן פאר די אויסלענדישע רעגירונג, און איך האב אזאנס קיינמאל געשריבן. עב מוז אבער זיין קלארע באווייז אז דאס איז טאקע געווען זיין כונה. זאגן ביי א קאמפיין ראלי 'מיר האבן צוריק געעפנט די אויספארשונג אויף ביידען' איז נישט קיין שמץ פון עווידענס, פונקט ווי דזשערי נאדלער'ס זיך בארימען אין אן אינטערוויו אז ער פירט אן אימפיטשמענט אויספארשונג וואס קען באגראבן טראמפ איז ניש קיין ראי' אויף אביוז אף פאוער.

נישט קיין שום פלא נאר פשוט שכל. אדרבה, וואס האלטסטו איז גענוג צו אויפווייזן אין אזא פאל אז ער האט געהייסן פייערן דעם פראקוראר וועגן די אויספארשונג?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יענער פראסעקיוטער האט דאך געשטערט די אויספארשונג, און אסאך לענדער האבן אים געוואלט ווארפן, סוי דאס קומט נישט אריין עכט.

אבער פארשטייט זיך אז זאגן ביי א ראלי וואלט געווען איבער גענוג, אדער אויף עני רעקארדינג. אדער אויב יענער וואלט געווען סתם א פראסעקיוטער, נישט קיין קארופטירטער, וואס ביידן וואלט זיך גענומען צונעם נאכן עפענען א אויספארשונג אויף זיין זון, אודאי וואלט עס געווען גענוג.

איך זאג נישט אז די האסט געשריבן אז בלויז אין יענע פאל ווי ער זאגט עס בשעת מעשה פארן אוקריינער, אבער למעשה האסטו בלויז געגעבן אזא משל און געשריבן אויף אנדערע זאכן אז יענץ נישט.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:יענער פראסעקיוטער האט דאך געשטערט די אויספארשונג, און אסאך לענדער האבן אים געוואלט ווארפן, סוי דאס קומט נישט אריין עכט.

איך רעד נישט פון ביידען נאר פון אן ענליכע (אויסגעטראכטע) סינעריא ביי טראמפ, אבער וואס הייסט עס קומט נישט אריין? אויב איז דא א רעקארדינג אז ביידען האט געוואלט ארויסזעהן יענעם צוליב די אויספארשונג איז עס נישט קיין אביוס אף פאוער מצדו ווייל אנדערע לענדער האבן אויך געוואלט ווארפן יענעם?!


צל עובר האט געשריבן:אבער פארשטייט זיך אז זאגן ביי א ראלי וואלט געווען איבער גענוג, אדער אויף עני רעקארדינג. אדער אויב יענער וואלט געווען סתם א פראסעקיוטער, נישט קיין קארופטירטער, וואס ביידן וואלט זיך גענומען צונעם נאכן עפענען א אויספארשונג אויף זיין זון, אודאי וואלט עס געווען גענוג.

סיז אנבעליוועבל ווי יעדער וואס איז נישט אויף די גוטע זייט פון די דעמס ווערט אויטאמאטיש קארופטירט. סינישט געווען קיין איין איינציגסטע באשולדיגונג פון קארופציע קעגן דעם פראקוראר! אפילו איינס! די איינציגסטע טענה וואס מען האט געהאט צונעם איז אז ער טוט נישט 'גענוג' צו באקעמפן קארופציע.
אבער די נעקסטע זאך וואס דו זאגסט איז מיינד באגלינג. אויב ביידען וואלט געלייגט דרוק מען זאל אויפזאגן א פראקוראר וועלכער פירט אן אויספארשונג קעגן זיין זון, איז דאס אליין גענוג מען זאל אים קלאגן/אימפיטשן?! אפילו אויב ער האט א תירוץ פארוואס ער האט עס געטון, נישט צוליב די אויספארשונג?! מען דארף נישט קיין שום עווידענס אז דאס איז טאקע געווען זיין כונה?!

און זאגן ביי א ראלי, לאמיר זאגן אז דאס איז גענוג, איז די שאלה "וואס" דארף ער זאגן. זאגן אז ער האט געעפענט אן אויספארשונג אויף ביידען איז גענוג? אדער מוז ער ארויסזאגן אז ער האט עס געטון צו באגראבן ביידען?

און ביידעוועי, סיז דא א רעקארדינג ווי אבאמא סטראשעט איינעם ביי א ספיטש אז ער גייט שיקן די IRS נאך יענעם! מ'דארף אים שוין ארעסטירן!


צל עובר האט געשריבן:איך זאג נישט אז די האסט געשריבן אז בלויז אין יענע פאל ווי ער זאגט עס בשעת מעשה פארן אוקריינער, אבער למעשה האסטו בלויז געגעבן אזא משל און געשריבן אויף אנדערע זאכן אז יענץ נישט.

וואס עפעס? האסט פארזעהן די צווייטע משל וואס איך האב געגעבן?
Think and Thank האט געשריבן:אדער אויב למשל טרעפט מען א רעקארדינג ווי טראמפ טוט זיך אויף אז ער האט געהייסן פייערן דעם פראקוראר ווייל ער האט געפארשט יענע פירמע (וה''ה אן ענליכן רעקארדינג ביי די אנדערע סינעריאו).
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אודאי אויב ביידן זאגט אז ער האט אים ארויסגעווארפן וועגן די אויספארשונג ברויך מען אים אימפיעטשן.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

און וואס זאגסטו צו די איבריגע פון מיין תגובה?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישטא וואס צו ענטפערן! דער איז נעבעך 100% גערעכט.

חוץ פון דעם וואס - ווי שוין געשריבן ערגעץ אנדערשט - בין איך געפערליך קעגן אימפיטשען א פרעזידענט! דאס איז גאר א האלבע זאך, און די לעצטע צוויי מאל - ניקסאן און קלינטאן - האלט איך איז עס געווען א שטאקיגע טיפשות און עוולה.

ביי ניקסן איז עס געווען אן עוולה און ביי קלינטאן א טיפשות
אבער ביידע ביי ביידע?

ביידע ביי ביידע. (נישט צו פארמישען מיט "ביידן" וואס איז אויך א "טיפשות און עוולה".......)

מען נעמט נישט די "מערסט ערענסטע" שריט, נאר טאקע אין א "מערסט ערענסטע" מאמענט. אין די קונסטעטוציע שטייט אז מען אימפיטש פאר "טריזען" אדער "היי קריימס".

טריזען איז שפיאנאזש, סאבאטאזש קעגן די אינטערעסען פונעם לאנד. "היי קריימס" אין מיין בוך, מיינט "מערדעריי" אדער ענדליך, נישט אריין ברעכען אין א האטעל, אדער ליגנט זאגן אונטער א שבועה.


ניקסן האט דען נישט געהאט קיין "היי קריימס"?!
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

צל עובר האט געשריבן:ישר כח.

און וואס וואלט געווען פרוף פאר אינטענט אין עני פון די צוויי פעלער?

עס איז דאך נישט דא היינט קיין יודעי מחשבות.

א גיט מארגען

(אנטשלדיג איך האב נישט קיין איי וועלט נאך מיטאג.)
קודם איך האב קלאר געמאכט אז איך רעד פון פאר די מעשה, דא דארף מען נאך ווארטן צו וויסן וואס עס איז באמת געווען,
אבער די פרעגסט וואס וואלט יא געווען געניג צו אימפיטשען, אפשר אויב זאל מען טין מיט ביידן וואס מען האט געטיען מיט טראמפ, און עס זאל זיין עווידענס אז טראמפ האט געהאט דער מינדרסטע שייכעס
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

פעיק נוז האט געשריבן:איך בין נישט אנטי טראמפ, אבער דא, אויב איז עס טאקע אזוי געווען די מעשה אזוי ווי רעפארטעד, און דו קענסט פראוון אז ער האט עס געטון 'כדי אונטערצוברענגען ביידן', דאן איז ער ווערד צו ווערן אימפיטשט. נישט אז איך 'וויל' עס, נאר איך 'פארשטיי' עס.

נאכמאל, נאר אויב איז די מעשה געווען ממש אזוי ווי רעפארטעד, און מען קען עס פראוון אז עס איז געווען מיט קאראפטעד כוונה.

וואס איז די מעשה ?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אהבת השם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:איך בין נישט אנטי טראמפ, אבער דא, אויב איז עס טאקע אזוי געווען די מעשה אזוי ווי רעפארטעד, און דו קענסט פראוון אז ער האט עס געטון 'כדי אונטערצוברענגען ביידן', דאן איז ער ווערד צו ווערן אימפיטשט. נישט אז איך 'וויל' עס, נאר איך 'פארשטיי' עס.

נאכמאל, נאר אויב איז די מעשה געווען ממש אזוי ווי רעפארטעד, און מען קען עס פראוון אז עס איז געווען מיט קאראפטעד כוונה.

וואס איז די מעשה ?

איך ווייס נישט.

האסט געזען? איך האב געשריבן בלשון 'אלמלא'.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

צל עובר האט געשריבן:אודאי אויב ביידן זאגט אז ער האט אים ארויסגעווארפן וועגן די אויספארשונג ברויך מען אים אימפיעטשן.

אימפיעטשן פון וואס?
The Divided States Of America
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

למשל וויצע פרעזידענט ווען ער איז נאך געווען.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

צל עובר האט געשריבן:אודאי אויב ביידן זאגט אז ער האט אים ארויסגעווארפן וועגן די אויספארשונג ברויך מען אים אימפיעטשן.

עס איז אן אינטערסאנטער היכי תמצא, און איך וועל דיסעגריען
ווי געשריבן אין אנדערן אשכול
אפילו אויב העטעך פעטעך שטעלט זיך ארויס אז מאדורא פון ווענעזועלע, האט שאדן געמאכט ביליאנען פאר טראמפ פערזענליך, איז גארנישט ראנג אים צו דריקן צו רעזיגנירן, אפילו טראמפ האט א געוואלדיגע תאוה פון נקמה
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

Think and Thank האט געשריבן:עלUל

לאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

ש'נת ת'ראמפ פ'ליעט?
יוחנן בן זכאי
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בן זכאי »

חנוך האט געשריבן:ש'נת ת'ראמפ פ'ליעט?

אימפיעטשן מיינט נאכנישט אז ער פליעט
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

חנוך האט געשריבן:ש'נת ת'ראמפ פ'ליעט?

שנת טראמפ "פייפט"
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”