נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 7:47 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מאבק בפ. לדני - מי ישמש כש"ץ לשחרית?

זונדל קלוצקופ | בחדרי חרדים

בעיירת לדני אשר במדינת הונגריה התקיימה מחלוקת בין מעריצי הדיין שמשמש כבר כ-20 שנה כש"ץ לתפילת שחרית בימים הנוראים, ובין חסידי הרב הצעיר - בנו הגדול של רב העיר שהינו עדיין אברך צעיר ורך בשנים, וטענתם בפיהם שמעולם מגיע העמוד להרב הצעיר, רק הניחו להדיין להיות ש"ץ כל עוד שבן הרב היה צעיר מאוד ולא היה נשוי.

מעריצי הדיין טוענים שזה לא מן הראוי לחטוף מן הדיין - שהינו זקן ונשוא פנים - תפקיד שהוא מכהן כבר 20 שנה, ואין לך עלבון התורה יותר מזו.

"הדיין יכול לעשות מנין בביתו," אמר מושה לבחדרי. "לא נניח שום פגיעה במשפחתו של הרב, אף כשזה יעלה בדם!"

לבחדרי נחשף שאתמול באישון לילה הגיע הרב הצעיר לבית הדיין לדבר איתו דברי שלום ולסדר איזה פשרה, אבל בינתיים הגיעו שליחי מושה פרינד (משב"ק בבית הרב) לעמוד על המשמר שלא להניח לפשר בשום אופן.

אנשי ביתו של הדיין בצבצו עליו, "אם אתה לא תפסיק מלהסית את העם נגד הדיין, נצטרך לערב את הרב הזקן בהפרשה, משהו שיכול לפגוע בהתפקיד שלך!"

לעומת זה השמיע הדיין בעצמו למקורביו, "אם זה עולה במחלוקת, אני לא צריך להעמוד. איך אנו יכולים להתפלל לכפרת עוונות כשאנו משוקעים בעוון המחלוקת? נניח לבן הרב להתפלל ואני אסתפק בתפקיד ה"בעל מקריא"."

א טיפקעל בחדרי מעשה, עס פעלט זיי אסאך פרטים, עס איז דא מחלוקת זענען זיי דא.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 4:03 pm

איך שפאציר מיר נעכטן אריין צו מעריב אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני סט. און כמנהגי מידי יום ביומו פראביר איך מיר צו אינטערהערן די שטורעמישע קופקעס צו וויסן וואס עס איז די נושא אויפן סדר היום, און וואס עס איז יעצט די גזירות און פראבלעמען.

איך זעה אז אין ביהמ"ד טוט זיך א קאכעניש, ממש יעדע קופקע רעדט פון דעם זעלבן ענין, ניין, איר האט נישט צוגעטראפן, נישט פון קאמאן קאור, און נישט פון גיוס, און ניטאמאל פון פערלס. נאר פון וואס דען?
הערט:
ווער גייט דאווענען שחרית, דעם רבינ'ס זון, אדער דער דיין, פארוואס נישט דער דיין, פארוואס דער רבינ'ס זון, ממש אזוי? ווער האט מחליט געווען אז ער דאווענט, עס איז דאך דעם דיין'ס חזקה?
יא, אבער עס בלייבט נישט ביי אים, עס געהערט פארן רבין, און דער רבי קען עס יעצט געבן פאר זיין זון,
אבער דער דיין, אבער דער רבינ'ס זון.....

איך האב מיר געציפט צו זיכער מאכן אז איך בין נישט אויף אייוועלט, אדער אין פ. לאדאני.

דער אשכול דארף שוין פארמאכט ווערן פון דא נעמט יעדער געדאנקען פאר פרישע אנדרייענישן...
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:20 pm

הער איך לעצטענס אז דער גובערנאטער פלאנירט א באזוך אין דארף. ווייסט איינער וואס דאס באדייט?

שמועות צירקולירן אז ער איז געוואר געווארן די מחלוקה פון חייקל די שטייער מיניסטער מיט'ן גביר ר' בונם, און ער קומט קלאר מאכן פאר ר' בונם אז ער שרעקט זיך נישט פון זיין געלט, און שטייער זאל ער באצאלן פונקט ווי אונז אלע.

שפאציר איך פריער ביים עק שטאט נעבן קוואל, הער איך שפרינצא די אלמנה נעבעך ביטער פרייליך אז מ'גייט מסדר זיין ר' בונם. נעבעך פאר איר, די ביסל וואס ער האט יא געטיילט איז ער אומשטאנד אויפצוהערן אויב דארף ער צאלן געהעריג די שטייערן. וואס מיינט זי? אז זי וועט רייך ווערן ווען עס וועט פעלן פון ר' בונם נאך אפאר גראשן? שוין, מ'זאל נישט דן זיין, א שווער לעבן נעבעך.

איך גלייב נאכנישט אז עס איז אמת די שמועות, איינער האט געהערט עפעס קראנט? אפשר קומט ער גאר נאכקוקן פארוואס די פלייש געשעפט ברענגט נישט אריין אזויפיל? נע, ער ווייסט זיכער פונעם באיקאט אויפ'ן קצב.

איינער קען קלאר מאכן?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 10:35 pm

nmi האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:עפעס הערט מען אז דער שוסטער יענקעל פונעם עק שטאט, האט באוויזן אפצושטעלן די רוצחים, איינער מיט די ווארהייט?

אהההההההה... ערב יו"ט קומט ער אריין צו מיר אין געשעפט און געקויפט 10 טאשן-מעסערלעך. ווען כ'האב אים געפרעגט צו וואס ער ברויך אזוי סאך האט ער מיר געענטפערט אז ער וויל עס קויפן פאר זיינע קינדער א מתנה לכבוד יו"ט. פרעג איך אים אזא טייערע זאך קויפט מען פאר קינדער? ער האט מיר נישט געענטפערט געהעריג אבער כ'האב גארנישט חושד געווען...

אין לאדאני איז נישט אנגעקומען דער מנהג - אדער האט יענקל פשוט נישט געוואוסט דערפון - אז מען קויפט נישט קיין מעסערלעך אלס מתנה

(אנטשולדיגט אז איך ברענג אויף א שמועס פון דריי מאנאטן צוריק, זעה מיין חתימה... כ'בין יעצט אנגעקומען דאהי)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:15 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:א קאמישע סצענע האט זיך היינט אין די פארטאג׳ס שעה׳ן אפגעשפילט אין ארטיגן יאטקע ווען דער אלטער באקאנטע שוחט איז געשטאנען ביים ארעמען קעלבעל וועם ער האט נעבעך היינט פארטאגס אזוי פריצייטאג אפגעשאכטן, בשעת דער קצב שטייט אין פאמפעט אריין לופט פון זיינע גראבע לונגען אריין צו די בהמה׳ס לונגען, און דער שוחט טאפט און קוקט פאר א סרכא - ס׳איז געווען א פחד צו קוקן אויף די שארפע אויגן פונעם קצב וואס האבן ארויסגעשטארצט פון אירע טיפע לעכער העכער זיינע רויטע אנגעבלאזענע אויסגעציפטע באקן ווען די לעצט פארבליבענע הארעלעך שטעלן זיך אויף ווי שפיזן א שטייגער ווי צו דראען דעם נעבעכ׳דיגן שוחט - וואגן זאלסטו זיך צו טרפה׳נען דעם איינצעלנעם בהמה, ווייל טאמער יא וועט ס׳גאנצע שטעטעל עסן דעם שבת בלויז עופות.

אבער ווי להכעיס האט דער שוחט דערשנאפט א ערנסטע שאלה פון א סירכא, ס׳הייבט זיך אים אן ווארפן הענט און פוס, דער ברייטביינערדיגער קצב הייבט שוין אויף קעגן אים זיינע דיקע לאפעס, דער שוחט האט זאפארט אנגעהויבן אפטרעטן נישט וועלענדיג ווערן צומאלן צווישן די דיקע רחיים של יד, דער קצב האט נאך דערכאפט א גוט׳ן שלעפ צו טוהן דעם שוחט ביי זיין לאנגן ציגעלע בארד אבער דאן האט ער מיט זיין מאגערן קערפער א שפרינג געטוהן איבער א טישל, לאזענדיג דעם קצב זיך ספראווען מיט זיין גרויסן שווערן גוף אים נאכיאגן, די טישל האט זיך איבערגעדרייט ס׳האט אנגעהויבן ווערן ששון, אפילו דער טויטער קעלבעל האט געפענט א פאָר קלאציגע אויגן.

פונקט דאן האט דער קצב׳ס פלונית׳טע - אויך אזא עיגול של דבלה געמוזט אריינקומען אין יאטקע גלייך פון שטאל מיט א גרויסע קרוג פריש געמאלקענע מילך, זי טרעפט זיך צווישן האמער און נאגל און שטאלפערט זיך אינעם איבערגעקערטן טישל און טרררראאאך, איבערגעקערט.
די מילך האט זיך אויסגעגאסן אויף די פרישע שטיקער בשר בהמה, דער שוחט איז אנטרינען און דער קצב טרעפט זיך מיט בשר וחלב ביי זיך אין יאטקע.

עס ווערט געשאצט אז דער שוחט איז נאך באהאלטן אין איינע פון די שייערן ארום דער יאטקע.

איז דא עפעס אפדעיטס פון די מעשה? ווייל עפעס א מו"צ'ל זאגט מיר דא אונטער אז אלס בשר בחלב איז עס קיין פראבלעם, ווייל עס איז קאלט מיט קאלט און מ'קען עס אפוואשן, מ'דארף נאר מברר זיין וועגן די סירכא.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:43 pm

פרישע אונטערגאנג אין שטעטל, נחום פייוויש דער פושקע קלאפער האט זיך גענומען א מבצע צו קלאפן אין די אידישע הייזער פונקט אין די צייטן פון שלאפן לייגן די הינער, און ווען מען מאכט אים אויף א שפארע, נעמט ער זיך זינגען און זאגן און מען קען נישט לויז ווערן פון אים. ווען מענטשן האלטן אים אפיר אין שוהל פארוואס ער טוהט דאס, זאגט ער אז מען קען זיך איינשרייבן אין א ספעציעלע ליסטע פון הייזער וואס ער וועט נישט באזוכן, אבער מאנכע זאגן אז זיי האבן שוין פרובירט זיך ארויפזעהן אויף יענע ליסטע אבער אן ערפאלג.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:51 pm

חייקל האט פאר אים אנייצע, נעמליך, אהערשטעלן א פושקע כולל פון א מנין אידן וואס זאלן גרייט זיין צו יעדע צייט נחום פייביש'ן צו אויסהערן, אדערווייל וועט יעדערער זיין רואיג ואיש על מאכנייהו ואיש על דלגו ושלום על יזראעל.

בלייבט אבער די פראגע, ווער וועט זיי באצאלן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 8:48 am

farshlufen האט געשריבן:חייקל האט פאר אים אנייצע, נעמליך, אהערשטעלן א פושקע כולל פון א מנין אידן וואס זאלן גרייט זיין צו יעדע צייט נחום פייביש'ן צו אויסהערן, אדערווייל וועט יעדערער זיין רואיג ואיש על מאכנייהו ואיש על דלגו ושלום על יזראעל.

בלייבט אבער די פראגע, ווער וועט זיי באצאלן?

נחום פייוויש טענה׳ט דאך אז למעשה קומט עפעס אריין, נאכדערצו שרייט ער אז זייט ס׳דא א מעגליכקייט אז ר בונם וועט דארפן געהעריג באצאלן די שטייער, איז שפרינצא די אלמנה ארויף אויף זיין פעיראל, ער זאגט טז ער גייט מאכן יעדן טאג א גורל אויף א פלעש לייט (איינער ווייסט וואס דאס איז?)
אבער עכט גייט ער נאר מאכן די גורל די ערשטע פאר טאג, ביז דער עולם וועט אים גלייבן אז ער מאכט טאקע
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 11:08 am

פיבערהאפטיגע הכנות אין מארק לכבוד די הייליגע טעג הבעל"ט.
צוגעלייגטע
Horse drawsn carts1.png
Horse drawsn carts1.png (244.96 KiB) געזעהן 595 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ישרן
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 11:21 am

הלואי הלואי... וועל איך איין טאג נאך זיין ראש הקהל אין קענען קויפן אזא וואגן אנע פערד וויזוי הייסט עס נאר.. אויטאמא... און עס לייגן פארנט פון שול אזויווי מזעט אין בילד אז יעדער זאל קראכן.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 11:59 am

farshlufen האט געשריבן:פיבערהאפטיגע הכנות אין מארק לכבוד די הייליגע טעג הבעל"ט.

נא גילו. מעק אויס דאס בילד מ'קען מיר זעהן דארט...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 12:39 pm

חכם'ל ווער הייסט דיר אויסזאגן אז די ביסט עס ?
פארפאלן יעצט ווייסט שוין יעדער.
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 12:54 pm

nmi האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פיבערהאפטיגע הכנות אין מארק לכבוד די הייליגע טעג הבעל"ט.

נא גילו. מעק אויס דאס בילד מ'קען מיר זעהן דארט...

אה..... ענדליך געפאקט ווער דו ביסט.....
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:00 am

איך זעה דארט אויפן בילד איינער מיט א ווייסן העמד. אזא חוצפה! נאך אביסל וועט ער שוין גיין א ווייסן בעקישע!
mi a nagy ügy

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:06 am

nmi האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פיבערהאפטיגע הכנות אין מארק לכבוד די הייליגע טעג הבעל"ט.

נא גילו. מעק אויס דאס בילד מ'קען מיר זעהן דארט...

שווער צו דערקענען א חילוק. עטץ קוקטס דאך אויס אייניג.

וועלכע ביסטו? די רעכטע אדער די לינקע?

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:19 am

בענקעל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פיבערהאפטיגע הכנות אין מארק לכבוד די הייליגע טעג הבעל"ט.

נא גילו. מעק אויס דאס בילד מ'קען מיר זעהן דארט...

שווער צו דערקענען א חילוק. עטץ קוקטס דאך אויס אייניג.

וועלכע ביסטו? די רעכטע אדער די לינקע?

לצע'ל :lol:

דערמאנסט מיר א וויץ.
צוויי חברים האבן געשמוסט, אינמיטן זאגט איינער פארן חבר, די האסט א פערדן פליג אויף דיר...
זאגט אים די חבר די ווילסט זאגן איך בין א פערד ?!

ניין, אבער פליגען קעמעניש נער'ן..
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:23 am

שטעטלישע טרעגער ביים אפליפערן די סוכה געבוי צוגעהערן איבערן שטעטל.
צוגעלייגטע
Horse Lumber (2).png
Horse Lumber (2).png (464.39 KiB) געזעהן 492 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:35 am

אויב איז דער סוכה ליפערונג אויפן וועג צו מיר, קען ער זאפארט מאכן א יו טורן... נישט דאס האב איך באשטעלט! איך גיי אים נישט צאלן פאר דעם!
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:37 am

farshlufen האט געשריבן:שטעטלישע טרעגער ביים אפליפערן די סוכה געבוי צוגעהערן איבערן שטעטל.

ווער זיצט דארט אויפן וואגן נעבן חיים שמעון מיטן אראפגעבויגענעם קאפ? דאס איז זיין נייעם איידעם הרב טרויבנקוועטשער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:21 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויב איז דער סוכה ליפערונג אויפן וועג צו מיר, קען ער זאפארט מאכן א יו טורן... נישט דאס האב איך באשטעלט! איך גיי אים נישט צאלן פאר דעם!

נישט אלעס גייט פאר דיר, עס איז דא נאך מענטשן אין שטעטל.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:33 pm

nmi האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:שטעטלישע טרעגער ביים אפליפערן די סוכה געבוי צוגעהערן איבערן שטעטל.

ווער זיצט דארט אויפן וואגן נעבן חיים שמעון מיטן אראפגעבויגענעם קאפ? דאס איז זיין נייעם איידעם הרב טרויבנקוועטשער?

אך... שוין לאנג גע'גט! זאג מיר נישט אז דו האסט גארנישט געהערט דערפון.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:45 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:שטעטלישע טרעגער ביים אפליפערן די סוכה געבוי צוגעהערן איבערן שטעטל.

ווער זיצט דארט אויפן וואגן נעבן חיים שמעון מיטן אראפגעבויגענעם קאפ? דאס איז זיין נייעם איידעם הרב טרויבנקוועטשער?

אך... שוין לאנג גע'גט! זאג מיר נישט אז דו האסט גארנישט געהערט דערפון.

נאפס גארנישט געהערט. דאס איז שוין געווען זיווג שני דאכטזיך מיר. נעעעע..בעך. סאו ווער דען איז יענער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:13 pm

א פרישע לאסט פסולת גורן
צוגעלייגטע
Hay Cart.jpg
Hay Cart.jpg (251.31 KiB) געזעהן 455 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:12 pm

farshlufen האט געשריבן:א פרישע לאסט פסולת גורן

העי! די פערד (יא יענע, די רעכטע) איז מיין פערדל! געב עס שוין צוריק די גנב!!!!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:37 pm

דער פארשלאפנער האט געלייגט א האנט אויף א פעקעל ארכיוון פונעם בילדער מאגזין פונעם צייטונג שרייבער, און פארשפרייט סחורה ווי ביים טאטען אין וויינגארטען, ווי פאלציי זאגט זענען זיי אין א געיעג אים צו כאפן איידער סגייט ארויס פרישע בילדער פונעם זיך אקציע, ווארום די פאלציי קראפט האט נישט יעצט קיין פערד אוועליבעל נאכדעם וואס חצקעל האט אריין געלייגט אלקהאל אין די גערשטען וואס די פאליציי עסט דורך צופירען א גניבה ביים עק שטאט ווי יצחק'ן דער ראש הקהל האט זיין זומער ביידל.
You only live one but if you do it right, once is enough


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט