ענדע צדיק! האט געשריבן:ווער ווייסט פון וואו די ערשטע פאל פון עזרת אבותינו קומט?
איך האב באמערקט אז סאיז דא צוויי מינע קאמפאוזערס
1) איינער וואס האט א געוויסע חידוש
2) א מלקט
דער ערשטער ברענגט א חידוש וואס אנדערע האבן נישט אבער מצד שני וועט ער אייביג בלייבן סטאק מיט זיין קנייטש ( א שטייגער ווי הערשי ראטטענבערג, און אזוי אויך סקולענער ניגונים ועוד)
דער צווייטער האט נישט עפעס א עקסטערן חידוש נאר זיין חוש איז מער מלקט זיין שטיקלעך און זיי צוזאמשטעלן צו מייסטערפיסעס (איך וואלט געזאגט שמשי ניימאן אזוי)
די לב אל הנשמה גייט לכאורה אריין אין די צווייטע קאטעגאריע, און מקען זעהן זייער שטארק מקען נישט אנצייגן אז ער ברענגט א געוויסע נייע קנייטש צו עולם הנגינה, אבער מצד שני איז אנבעלייויבל זיין ארבעט (איך מיין נישט צוזאגן אז סאיז נישט אייגן אינגאנצן נאר אז כמעט יעדע שטיקל האט א השראה פון אנדערע)
פארשטייט זיך סאיז דא אזעלעכע וואס האבן ביידע מעלות, (פינקי וועבער מיין איך באקומט פאר א סיבה זיין טיטל)
די חילוק קען מען זעהן ביים אויפכפן די ניגונים די סידי לב אל הנשמה _און אזוי אויך שמשיס נחמה) נאך איין מאל הערן דעם ניגון אדער אפילו בשעתן הערן די ערשטע מאל זינגסטו שוין מיט די ניגון
בקיצור וואסאחילוק, א מייסטער שטיקל!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!