מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:לפענ״ד גייט ביבי מאכן א דיעל מיט גנץ און גנץ וועט זיך אפטיילן פון לפיד

זיך שוין געשלאגן דערויף אפאר וואכן צוריק
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין איין נארמאלע סיבה פארוואס גאנץ זאל זיך ברעכן??
ניטאמאל ראטאציע פארשטיי איך, אויב איז עס מיט נתניהו, איז דאך א דבר פשוט, אז עס וועט זיין נייע וואלן פאר גאנץ'ס טשענס קומט אן

ווען גאנץ באקומט א מאנדאט, און דערנאך פארפעלט ער צו שטעלן א רעגירונג, הער איך אפשר, אבער פארן באקומען א שאנס??
גראדע ווערט באריכטעט אז אראבערס טראכטן אפשר פון רעקאמענדירן גאנץ, דארף ער נאר זען צו כאפן ליבערמאנען
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

וואס טוט זיך מיט ביבי'ס קעיס?
ווען האט ער געזאלט ווערן אנגעקלאגט?
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובה דורך ימות המשיח »

ציגעלע האט געשריבן:עס איז שוין 11 אזייגער דארט מען ציילט נאכנישט די שטימעס?

מ'ציילט, מהאלט אינמיטן!!!
אַ געשעפט האָב איך............
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

הויעך האט געשריבן:די אראבער גייען אין א קאליציע? שוין געווען אין די היסטוריה?

1992 האבן די אראבער ארויף געשטעלט יצחק רבין מיט העבודה.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

תגובה דורך הויעך »

בעריש'ל האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:די אראבער גייען אין א קאליציע? שוין געווען אין די היסטוריה?

1992 האבן די אראבער ארויף געשטעלט יצחק רבין מיט העבודה.

זיי זענען אריין אין די קאליציע? אדער אים ראקאמאנדירט?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובה דורך רואיג! »

צל עובר האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:לפענ״ד גייט ביבי מאכן א דיעל מיט גנץ און גנץ וועט זיך אפטיילן פון לפיד


ביזט נאריש, בעני האט געווינען! אויב עפעס וועט דער ליכוד דאמפן ביבי און גיין מיט גאנץ.

שטייצעך אויב דאס איז די רעזולטאטן.

לכאורה וועט ליכוד זיך קיינמאל נישט אינטערווארפן פאר גנץ משא"כ גנץ פאר ליכוד


א סברה ביטע?

מען רעדט שטייצעך אז גאנץ האט די גרעסטע פארטיי, און די רעקאמענדאציע.


לויט די רעזולטאטן קענען נישט די לינקע אדער די רעכטע האבן א קוליצי' אליינס, סאו איינמאל מ'שפילט די געים, דו דארפסט צוקומען צו מיר, ניין, דו דארפסט מיר. איז די שאלה ווער קען די געים בעסער? ביבי. און אוודאי בעסער פון גאנץ.
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובה דורך ציגעלע »

ימות המשיח האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:עס איז שוין 11 אזייגער דארט מען ציילט נאכנישט די שטימעס?

מ'ציילט, מהאלט אינמיטן!!!

סאו ווי זענען די נאמבערס?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

ציגעלע האט געשריבן:עס איז שוין 11 אזייגער דארט מען ציילט נאכנישט די שטימעס?

די וועדת הבחירות האט געמאכט א ראל, אז מען גיבט נישט ארויס קיין רעזולטאטן ביז 2:00 פארטאגס, נאכן דורכפאל פון פאריגס מאל.

אגב די אראבער זענען שוין מרמז אז עס זענען דא משא ומתן צווישן זיי מיט גנץ.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

טאנץ 2 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:לפענ״ד גייט ביבי מאכן א דיעל מיט גנץ און גנץ וועט זיך אפטיילן פון לפיד


ביזט נאריש, בעני האט געווינען! אויב עפעס וועט דער ליכוד דאמפן ביבי און גיין מיט גאנץ.

שטייצעך אויב דאס איז די רעזולטאטן.

ווי איך פארשטיי איז גאנץ די אנדערדראג ווייל ער האט די אראבערס


Israel: The leader of the pro-Arab Joint List (GUE/NGL), Ayman Odeh, says that he may recommend Benjamin Gantz (B&W-Centrist) to form a government. #IsraElex19v2
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

אין כל חדש האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:לפענ״ד גייט ביבי מאכן א דיעל מיט גנץ און גנץ וועט זיך אפטיילן פון לפיד

זיך שוין געשלאגן דערויף אפאר וואכן צוריק
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין איין נארמאלע סיבה פארוואס גאנץ זאל זיך ברעכן??
ניטאמאל ראטאציע פארשטיי איך, אויב איז עס מיט נתניהו, איז דאך א דבר פשוט, אז עס וועט זיין נייע וואלן פאר גאנץ'ס טשענס קומט אן

ווען גאנץ באקומט א מאנדאט, און דערנאך פארפעלט ער צו שטעלן א רעגירונג, הער איך אפשר, אבער פארן באקומען א שאנס??
גראדע ווערט באריכטעט אז אראבערס טראכטן אפשר פון רעקאמענדירן גאנץ, דארף ער נאר זען צו כאפן ליבערמאנען

די נושא איז אזוי, טאמער וועט ליכוד זיין די גרעסטע, וועט ער דאך באקומען די מאנדאט, גאנץ וועט זיך דעמאלטס מעגליך ברעכן, אדער עמיר פרץ וועט פארשטיין אז עבודה גייט איהם שיקען באזוכן אבי גבאי, און דא האט ער א טשאנס צי זיין א קעניג.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך איינס »

לעצטעס מאל איז דאך געווען די זעלבע מעשה
ביי צוויי פאולס איז כחול לבן געווען העכער און ביי איינס גלייך מיט ליכוד
אויב איז די מאל געעוען די זעלבע מעשה אז די רעכטע האבן נישט געוואלט שטימען און ביבי האט זיי ארויס געשלפט די לעצטע מינוט גייט זיך איבערחזרן דאס זעלבע נאכאמאל
גנץ גייט פייערן זיג ווען מוועט האלטן אפגעציילט 75 פראצענט און ביים סוף וועט זיך דאס רעדל געבן א דריי
#תסמונת ביבי
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובה דורך ימות המשיח »

ציגעלע האט געשריבן:
ימות המשיח האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:עס איז שוין 11 אזייגער דארט מען ציילט נאכנישט די שטימעס?

מ'ציילט, מהאלט אינמיטן!!!

סאו ווי זענען די נאמבערס?


דא!
מנדטים.jpg
מנדטים.jpg (66.79 KiB) געזען 1368 מאל
לני.jpg
לני.jpg (38.49 KiB) געזען 1368 מאל
אַ געשעפט האָב איך............
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

תגובה דורך ציגעלע »

ימות המשיח האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:
ימות המשיח האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:עס איז שוין 11 אזייגער דארט מען ציילט נאכנישט די שטימעס?

מ'ציילט, מהאלט אינמיטן!!!

סאו ווי זענען די נאמבערס?


דא!
מנדטים.jpg
לני.jpg

דעס איז עכט אדער פין עקזיט פאולס?
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:לפענ״ד גייט ביבי מאכן א דיעל מיט גנץ און גנץ וועט זיך אפטיילן פון לפיד

זיך שוין געשלאגן דערויף אפאר וואכן צוריק
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין איין נארמאלע סיבה פארוואס גאנץ זאל זיך ברעכן??
ניטאמאל ראטאציע פארשטיי איך, אויב איז עס מיט נתניהו, איז דאך א דבר פשוט, אז עס וועט זיין נייע וואלן פאר גאנץ'ס טשענס קומט אן

ווען גאנץ באקומט א מאנדאט, און דערנאך פארפעלט ער צו שטעלן א רעגירונג, הער איך אפשר, אבער פארן באקומען א שאנס??
גראדע ווערט באריכטעט אז אראבערס טראכטן אפשר פון רעקאמענדירן גאנץ, דארף ער נאר זען צו כאפן ליבערמאנען

די נושא איז אזוי, טאמער וועט ליכוד זיין די גרעסטע, וועט ער דאך באקומען די מאנדאט, גאנץ וועט זיך דעמאלטס מעגליך ברעכן, אדער עמיר פרץ וועט פארשטיין אז עבודה גייט איהם שיקען באזוכן אבי גבאי, און דא האט ער א טשאנס צי זיין א קעניג.

נאך איינמאל
פארוואס זאר זיך גאנץ ברעכן?
ער האלט דאך אז מען האט אים צוגענומען זיין טשאנס פאריגע מאל!
ער גייט בפשטות ווארטן צו באקומען א שאנס נאכאמאל
עמיר פרץ וועט זיכער ווערן פארשיקט אויב ער גייט מיט די רעכטע

איך פארשטיי אז די מצב איז קאמפליצירט, אבער פארוואס פאנטאזירן זאכן וואס שטימען נישט
איך זע נאך אלס ליבערמאן מיט מער שאנסן צו גיין מיט נתניהו ווי עני אנדערע פארטיי
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובה דורך שמחה ונחת »

ימות המשיח האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:
ימות המשיח האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:עס איז שוין 11 אזייגער דארט מען ציילט נאכנישט די שטימעס?

מ'ציילט, מהאלט אינמיטן!!!

סאו ווי זענען די נאמבערס?


דא!
מנדטים.jpg
לני.jpg



שטותים.
סתם הוילע עקזיט פאולס.

פאר 3-2 שעה ווייסטו נישט גארנישט
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

אין כל חדש האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:לפענ״ד גייט ביבי מאכן א דיעל מיט גנץ און גנץ וועט זיך אפטיילן פון לפיד

זיך שוין געשלאגן דערויף אפאר וואכן צוריק
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין איין נארמאלע סיבה פארוואס גאנץ זאל זיך ברעכן??
ניטאמאל ראטאציע פארשטיי איך, אויב איז עס מיט נתניהו, איז דאך א דבר פשוט, אז עס וועט זיין נייע וואלן פאר גאנץ'ס טשענס קומט אן

ווען גאנץ באקומט א מאנדאט, און דערנאך פארפעלט ער צו שטעלן א רעגירונג, הער איך אפשר, אבער פארן באקומען א שאנס??
גראדע ווערט באריכטעט אז אראבערס טראכטן אפשר פון רעקאמענדירן גאנץ, דארף ער נאר זען צו כאפן ליבערמאנען

די נושא איז אזוי, טאמער וועט ליכוד זיין די גרעסטע, וועט ער דאך באקומען די מאנדאט, גאנץ וועט זיך דעמאלטס מעגליך ברעכן, אדער עמיר פרץ וועט פארשטיין אז עבודה גייט איהם שיקען באזוכן אבי גבאי, און דא האט ער א טשאנס צי זיין א קעניג.

נאך איינמאל
פארוואס זאר זיך גאנץ ברעכן?
ער האלט דאך אז מען האט אים צוגענומען זיין טשאנס פאריגע מאל!
ער גייט בפשטות ווארטן צו באקומען א שאנס נאכאמאל
עמיר פרץ וועט זיכער ווערן פארשיקט אויב ער גייט מיט די רעכטע

איך פארשטיי אז די מצב איז קאמפליצירט, אבער פארוואס פאנטאזירן זאכן וואס שטימען נישט
איך זע נאך אלס ליבערמאן מיט מער שאנסן צו גיין מיט נתניהו ווי עני אנדערע פארטיי

עמיר פרץ גייט אני וועי ווערן פארשיקט.
זיין לאנגיעריגע קאריערע (דאכט זיך די לענגסע פאליטישאן) איז אווער, ער קען כאטש אריין כאפן עפעס צי קעניגען...
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

איינס האט געשריבן:לעצטעס מאל איז דאך געווען די זעלבע מעשה
ביי צוויי פאולס איז כחול לבן געווען העכער און ביי איינס גלייך מיט ליכוד
אויב איז די מאל געעוען די זעלבע מעשה אז די רעכטע האבן נישט געוואלט שטימען און ביבי האט זיי ארויס געשלפט די לעצטע מינוט גייט זיך איבערחזרן דאס זעלבע נאכאמאל
גנץ גייט פייערן זיג ווען מוועט האלטן אפגעציילט 75 פראצענט און ביים סוף וועט זיך דאס רעדל געבן א דריי
#תסמונת ביבי

פארגעסן צוצולייגן
און געענדיגט ביי גלייך!! מיט כחול לבן

חוץ אויב די עקזיט פאולס זענען קאמפליטלי אףף, זעט אויס אז מפטירין כדאתמול, נאר מיט א פארשטארקערטע ליבערמאן
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

בעקבות התוצאה הדרמטית המסתמנת על פי המדגמים, ובעקבות כך שגוש הימין לא זוכה לרוב - המפלגות החרדיות באווירה מתוחה מאוד. ולו בגלל העובדה שהמפתחות נמצאים בידיו של אויב החרדים ליברמן.

לכאורה המפלגות החרדיות עושות את דרכן לאופוזיציה. זאת כאשר טרם ברור תחת איזה ראש ממשלה הן יסבלו. האם מדובר בבני גנץ ויאיר לפיד, או שמא אחד מבכירי הליכוד ברוטציה עם ראשי כחול לבן.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי ראשי המפלגות החרדיות עורכים בשעה האחרונה מספר התייעצויות על המשך הדרך, וכי גם ראש הממשלה נתניהו שוחח עם ראשי המפלגות החרדיות בנושא.

בתוך כך, במפלגות החרדיות הודיעו בשבועיים האחרונים כי לא ישבו תחת בני גנץ, אולם כעת נשמעים קולות אחרים שלא שוללים ישיבה עם גנץ - אך מטילים ווטו מוחלט על ישיבה יחד עם יאיר לפיד בממשלה.

בתוך כך, בכיר הליכוד השר דוד אמסלם הצהיר כי "אנחנו לא נלך בלי הדתיים והחרדים".
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

קבוצה מאירופה מנכדיו של הרבי הקדוש רבי שמעלקע מסעליש זצ"ל שהינו סב סבו של ח"כ יאיר לפיד מ'כחול לבן' יצאו היום בבוקר במיוחד לאוקראינה להתפלל בציונו למפלתו של הנכד ושלא יפגע בקדשי ישראל.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

עפעס זאגט דער בחור...

Netanyahu must say he'll go with the Haredim if he wants to get a shot forming a government... and then to abandon them if he wants to actually form the government.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

רבותי! עכטע נאמבערס קומען נישט ארויס ביז 2:00 פארטאגס איזראעל טיים.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובה דורך רואיג! »

ביבי וויל גיין מיט די חרדים, נישט ווייל ער איז א געטרייער מענטש, נאר עס איז אים א גרינגערע שותף ווי סיי ווער.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

כתב 'בחדרי חרדים', תפס את סגן השר ליצמן ביציאתו ממכוניתו וביקש ממנו לשתף את תחושותיו בשעות מתוחות אלו, "מדגמים זה מדגמים, בוא נראה מה יהיה בעוד שעתיים שלוש" אמר ליצמן. לשאלת 'בחדרי חרדים', כי על פי המדגמים לא נראה שנתניהו יצליח להשיג רוב של 61, השיב ליצמן, "גם בפעם הקודמת חשבו ככה ופתאום ראו שמשתנים תוצאות האמת".

גנץ עדיין מוקצה?, שאלנו וליצמן השיב, "אני עם לפיד לא אשב. גנץ בלי לפיד? למה לא". עוד הוסיף ליצמן: "אני תומך בנתניהו חד משמעית, שלא יהיה טעות".



לאחר מכן בתוך העולם נאמו שני ראשי הסיעות. יו"ר 'יהדות התורה' יעקב ליצמן אמר, "זכינו להישג אדיר ולעליה בקולות אבל אלו רק תוצאות מדגמים ונמתין להן. הוכחנו ציות לגדולי ישראל, עשינו קידוש השם אדיר ולא נוותר על עקרונותינו. ההישג שלנו הודות למועצת גדולי התורה, לאחדות הגדולה והשותפות עם קהילת הרב דוד חי הכהן מבת ים".

הוא גילה למאות הפעילים שגדשו את האולם, "שוחחנו עם ראש הממשלה נתניהו ונמליץ עליו. אנו לא נגד ממשלת אחדות אך זה לא יוכל לכלול את לפיד. לצערנו הבחירות הללו היו רוויות הסתה ושיסוי נגד החרדים והדת, אנו מקווים ומייחלים שהשיח הנורא הזה ייפסק לאלתר. ראיתי את הפעילים במשך היום ואת ההתלהבות ושמחים בתוצאות ונחכה לתוצאה הסופית שיכולה להשתנות כפי שהיה בפעם הקודמת. יהדות התורה תמשיך לדבוק בעמדותיה ותפעל למען הציבור בישראל וצביונה היהודי של המדינה באחדות ובכבוד".

יו"ר 'דגל התורה' משה גפני אמר הלילה בפתח תקווה כי "לא היינו צריכים לחכות למדגם כדי לדעת שאנחנו נמצאים בין 8 ל-9 מנדטים, ראינו את זה בכל הארץ. עשינו קידוש השם שאין כדוגמתו, השבנו מלחמה כנגד המסיתים ובתוצאות האמת שמגיעים אלינו,בכל מקום ומקום יש עליה של קולות ליהדות התורה".

לדבריו, "אנחנו לא מזגזגים כמו שיש אחד שנוהג לעשות כך, יום אחד הוא עם נתניהו ויום אחד עם גנץ, אמרנו ואני אומר את זה כעת שוב, אנחנו הולכים עם נתניהו והוא גם יקים בעזרת השם את הממשלה הבאה. גם יהדות התורה וגם ש"ס הביאו הישג חסר תקדים - אנחנו על הגלגל!".

"ההצלחה שלנו היא בגלל האחדות הנפלאה שיש בינינו במפלגה. תודה לכל הפעילים ולכל המתנדבים - קידשתם שם שמיים, היהדות החרדית ניצחה", סיכם גפני.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13534
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אפדעיטעד עקזיט פאול פון טשענל 13

Joint Arab List received 15 seats, the most they have ever received in an Israeli election. Both Netanyahu's Likud and Gantz's Kahol Lavan shrunk by one vote.

Kahol Lavan: 32

Likud: 30

Joint List: 15

Shas: 9

Yisrael Beiteinu: 8

United Torah Judaism: 8

Yamina: 6

Democratic Union: 6

Labor: 6
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

תגובה דורך נו שוין »

בעריש'ל האט געשריבן:רבותי! עכטע נאמבערס קומען נישט ארויס ביז 2:00 פארטאגס איזראעל טיים.

די איציטיגע נומערן פון טשענעל 13 זענען א קאמבינאציע פון עכטע רעזאלטס + עקזיט פאולס.
#בשיטה נישט
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”