איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:06 pm

..אז שוין אפאר יאר וואס איך פראביר דא ארויס צו געבן א מאמר אויף ראש השנה, אין מיין סעריע פון ״חסידות ווינקל״. און אלע יארן נאן שרייבן און שרייבן פוהל איך אז ס׳איז נישט קיין שלימות און האלט זיך דעריבער צוריק פון עס ארויס געבן. די יאר ברוך השם פוהל איך יא אז די מאמר איז פארטיג און איז שוין בשלימות, יעצט האף איך נאר און בין מתפלל צום אייבערשטען צו האבן געניג צייט און כח עס צו פארטיגן און ארויס געבן פאר ראש השנה פאר די חשובה חברים דא.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:24 pm

יש בו האט געשריבן:צ.ק.
ס׳איז זייער שווער זיך צו טענ׳ן מיט א טיפע אויבערפלעכליכע טראכטער, עכ״פ זיך צו שרייבן, ווייל די ריכוז וואס מען דארף האבן צו מצמצם זיין די מחשבה כדי ארויס צו ברענגען די נקודה, פירט אריין די מוח טיפער ווי דער אויבערפלעכליכער טראכטער,

ווען איינער נעמט די גאנצע אויבעפלעכליכקייט און ער איז עס מסביר שעות ארוכות, מיט אלע סארטן פסיכאלאגישע טערמינען, ער גייט אריין אין די טיפענישן פון די אויבערפלעכליכקייט,
איז אויב וועסטו נישט ארויס גיין צו די אויבערפלעכליכקייט וועסטו זיך נישט קענען טענ׳ן ווייל ער איז שטארק אויסגעקאכט דארט, קענסטו נישט בלייבן אין די טיפקייט, ווייל ער איז בכלל נישט דארט,

ווידעראום אויב גייסטו אויבערפלעכליך, איז אויך שווער ווייל ער איז זייער טיף אין די אויבערפלעכליכקייט,

ממילא בשעת מען גייט אריין טיף אין די אויבערפלעכליכקייט דארף מען געדענקען זיך צו האלטן דארט, נישט איינצוזינקען אין די אמת׳ע טיפקייט,

אין אויב ווענד מען אים נישט אפ גיבט דאס א גרינע ליכט אז וואס ער זאגט איז גערעכט, והא ראי׳ קיינער ווענד מיך נישט אפ,

אין אנדערע ווערטער, פאר איינער וואס ער פילט אז ער ווערט געטשעפעט זאל ער אוועקפירן די שמועס צו ווי ער איז באקוועם,

זוכנדיג מיט וואס דיר אפצוענטפערן, פשוט צו דיפענדן דעם באטרעפנדן ניק וועמענ'ס שרייבעריי איך גלייך זייער, האט מיר אויפגעבליצט א ציטאט פון אים זעלבסט וואס ווארפט דא א שטארקער ליכט.
אברהם דוד האט געשריבן:מיר זענען נישט אזוי טיף קאמפליצירט ווי מיר גלוסטן צו זיין, מיר זענען פשוט נארישער ווי מיר ווילן מודה זיין אז מיר זענען.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:28 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

;l;p-
איך מיין א עפענטליכער דיבאטע צווישן די צוויי וואלט נישט געשאדט אום ניטל נאכט

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:39 pm

,Due to popular demand, I'm gonna make it very quick and very simple
וואס האסטו נישט ליב, וויאזוי איך רעד? אדער וואס איך רעד?

דאס איבעריגע האב איך שוין געשריבן אין א אנדערע פלאץ באריכות..
This post is rated MA and is intended for mature audiences.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:48 am

אברהם דוד האט געשריבן:,Due to popular demand, I'm gonna make it very quick and very simple
וואס האסטו נישט ליב, וויאזוי איך רעד? אדער וואס איך רעד?

דאס איבעריגע האב איך שוין געשריבן אין א אנדערע פלאץ באריכות..

ר 'אברהם דוד טייערע - ר"מ ומגי"ש שיעור עיון באייוועלט, נעם עס נישט פערזענדליך, דער עולם באלעקט זיך מיט יעדן אות וואס איר שרייבט, און ווען איינעם שטעכט - שרייט מען, נישט קיין חילוק צו אייער פוינט איז א פונקט צו נישט, וואס דען וואלט איר געוואלט, ער זאל שטיל בלייבן? דאס פארלאנגט דאך א געוואלדיגער גבורת הנפש.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:16 pm

לכאורה האט געשריבן:צ/ק
איך האב פריער באקומען א ראבאקאל פון טובי' מאיר שווארץ (ער האט זיך לעצטנס געטוישט נאמען אויפן קאלער איי.די. צו יואל שווארץ)

איך האב גערופן 450-434-7046, א קינד האט אויפגעהויבן, איך האב געבעטן צו רעדן צום פאטער. רט"מ אליינס האט אויפגעהויבן, און איך האב אנגעהויבן אז איך פריי מיך אז דער דענטיסט זאגט אז ס'איז נאר די גאם... ער האט ווי א מבין דבר מתוך דבר תיכף אנגעהויבן אז ער נעמט מיך שוין אראפ פון די ליסטע, און בתוך כדי דיבור האט ער זיך פארענטפערט מיט א לאנגע דרשה אז ער האט אזוי שטארק נישט געוואלט שיקן דעם מעסעדזש היינט, אבער וואס זאל ער טוהן, ער האט אזויפיל פרעשור בלא בלא בלא.

איך האב געווארט די דרשה זאל זיך ענדיגן, און אים געגעבן מיין נומער זיך אראפצוסיינען.ער האט איבערגעגעבן דעם נומער פאר זיין שמש, און איך הער ווי יענער זאגט אז דער נומער איז שוין לאנג אראפגענומען.. טובי' מאיר וואונדערט זיך צו יענעם וויאזוי איך האב טאקע היינט באקומען דעם רוף, און בתוך כדי דיבור באשלוסט ער אז מסתמא האב איך שוין אמאל געגעבן, און היינט האט מען ארויסגעשיקט צו די געוועזענע נדבנים. ווען איך האב אים גאראנטירט אז איך האב נאך קיינמאל נישט געענטפערט דעם רוף מיט געלט, האט ער מיטן שמש פרובירט א מהלך אז פילייכט האט מיין אידענע אמאל געגעבן אן מיין וויסן. איך האב אים געזאגט "לא נחשדו ישראל" אויף אזא זאך, און ער האט טאקע נישט געזען אויפן קאמפיוטער אז פון דעם נומער זאל אמאל האבן אריינגעקומען געלט.

הכלל, ער האט פארשפראכן אראפצונעמען מיין נומער און איך האב מיך באדאנקט. ועל כזה נאמר "כולי האי ואולי", "צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט", "ונזכה ונחיה ונראה". ויש אומרים "אדער יא, זיכער נישט".

פאר אינטערסאנטקייט,

איר זענט טאקע אפגעשוינט געווארן פונעם נעכטיגן קאל?
אדער איז פערצופאל געשען א טעות...
איי איי,-וועלט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:42 pm

נעכטן האב איך באקומען אויף מיין סעלפאון.

עס איז א מכה אשר לא כתובה בתורה, כ'זעה נישט קיין וועג ארויס.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:27 pm

צ.ק.
ווען איינער איז איינזייטיג איז דאס א פאקט אפגעזעהן צו ער איז דאס מודה אדער נישט
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:47 pm

אמת, און עס איז אמת ביי ביידע אייזייטיגע זייטן....

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:51 pm

צ"ק:
איך ברעך שוין פון די איינזייטיגע נושא. ווער עס איז נישט צופרידן פונעם היגן ווירטשאפט, איז מכובד צו עפענען א "נייטראלע" פארום.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:53 pm

צ/ק

איך האף אז קלאצקאפ מיינט נישט מיר ... איך בין עפעס אבנארמאל פויל יעצט צו עפענען א נייטראלע פארום...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:09 pm

כ'האב נאכנישט געהאט געליינט יענץ בשעת'ן מגיב זיין דא, און איך האב שוין דארט גע'מגיב'ט נאך איידער'ן ליינען דיין תגובה דא.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 9:53 am

צ/ק
אי טריי נישט אריין צוגיין אין די אלע וואקסין אשכולת, אבער לעצטענס שטאלפער איך מיך אן אין זיי אין אסאך אנדערע פלעטצער.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:33 am

נישט פשוט האט געשריבן:א זייער א פיינע שארקאט וואס כהאב היינט אויסגעפונען.
דריק פון איינס ביז 9 מיט ווינדאויס צו גיין צו פראגרעמס אין די טעסקבאר.
Ya7eBd18Uh.png

די קענסט ריקען די אייקאון אויב למשל די ווילסט קראום זאל זיין איינס.

געוואר געווארן דערפון א דאנק פאווער טויס.

נאר ווינדאוס 10?

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:49 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:א זייער א פיינע שארקאט וואס כהאב היינט אויסגעפונען.
דריק פון איינס ביז 9 מיט ווינדאויס צו גיין צו פראגרעמס אין די טעסקבאר.
Ya7eBd18Uh.png

די קענסט ריקען די אייקאון אויב למשל די ווילסט קראום זאל זיין איינס.

געוואר געווארן דערפון א דאנק פאווער טויס.

נאר ווינדאוס 10?

ניין.

אז מרעד שוין, נאך א גיטע שארקאט פאר קראום, צו סלעקטען די טעקסט פון די סערדזש באר, (URL) דירק אלט מיט D.
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:13 pm

אמאל פלעגט מען קענען צוריקגייו צום פריערדיגן בלאט דורך דרוקן בעקספעיס, היינט ארבעט עס שוין נישט,
איז דא אן אלטערנעטיוו? און וואס טוט זיך מיט א שארט קאט פאר ריפרעשן די פעידזש?

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:17 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:אמאל פלעגט מען קענען צוריקגייו צום פריערדיגן בלאט דורך דרוקן בעקספעיס, היינט ארבעט עס שוין נישט,
איז דא אן אלטערנעטיוו? און וואס טוט זיך מיט א שארט קאט פאר ריפרעשן די פעידזש?

דריק אלט און די עראוי אויף לינקס
ריפרעשן קען מען דורך f5

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:21 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:דריק אלט און די עראוי אויף לינקס

געשעהט נישט גארנישט ביי מיר

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:21 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אמאל פלעגט מען קענען צוריקגייו צום פריערדיגן בלאט דורך דרוקן בעקספעיס, היינט ארבעט עס שוין נישט,
איז דא אן אלטערנעטיוו? און וואס טוט זיך מיט א שארט קאט פאר ריפרעשן די פעידזש?

דריק אלט און די עראוי אויף לינקס

די לינקע אלט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:22 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אמאל פלעגט מען קענען צוריקגייו צום פריערדיגן בלאט דורך דרוקן בעקספעיס, היינט ארבעט עס שוין נישט,
איז דא אן אלטערנעטיוו? און וואס טוט זיך מיט א שארט קאט פאר ריפרעשן די פעידזש?

דריק אלט און די עראוי אויף לינקס

די לינקע אלט.

יאפ, ארבעט, יישר כח!
אגב די אלטע בעקספעיס איז געווען אסאך פראקטישער

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:23 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אמאל פלעגט מען קענען צוריקגייו צום פריערדיגן בלאט דורך דרוקן בעקספעיס, היינט ארבעט עס שוין נישט,
איז דא אן אלטערנעטיוו? און וואס טוט זיך מיט א שארט קאט פאר ריפרעשן די פעידזש?

דריק אלט און די עראוי אויף לינקס

די לינקע אלט.

ביי מיר ארבעט אויך די רעכטע

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:26 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אמאל פלעגט מען קענען צוריקגייו צום פריערדיגן בלאט דורך דרוקן בעקספעיס, היינט ארבעט עס שוין נישט,
איז דא אן אלטערנעטיוו? און וואס טוט זיך מיט א שארט קאט פאר ריפרעשן די פעידזש?

דריק אלט און די עראוי אויף לינקס

די לינקע אלט.

ביי מיר ארבעט אויך די רעכטע

ביי מיר יעצט שוין אויך...
אינטערסאנט.. (דו האסט עס ערלעדיגט?)

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:30 pm

בעק ספעיס האט ביי מיר קיינמאל נישט געארבעט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:32 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אמאל פלעגט מען קענען צוריקגייו צום פריערדיגן בלאט דורך דרוקן בעקספעיס, היינט ארבעט עס שוין נישט,
איז דא אן אלטערנעטיוו? און וואס טוט זיך מיט א שארט קאט פאר ריפרעשן די פעידזש?

דריק אלט און די עראוי אויף לינקס

די לינקע אלט.

יאפ, ארבעט, יישר כח!
אגב די אלטע בעקספעיס איז געווען אסאך פראקטישער

קענסט אינסטאלירן דער Go Back With Backspace עקסטענטשאן פון גוגל אליינס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 1:07 am

צ/ק

פאר מען איז מודיע וואס יעדער קען אלץ טוהן, דארף מען זיך נאכפרעגן צו יעדער איז שוין געווען ביי פראדאקטיוו.

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא און 15 געסט