הילף אין שלום בית

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

רואיגער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:52 am

גראד געטראכט האט געשריבן:מען רעדט דא פון גט'ן??????????????
עס זעט אויס ווי איינער האט גערעדט מיט הרב רואיגער און ער האט זיך גוט אויסגעשמועסט און אויסגעקומען קלאר פון אים אז די עצה איז נאר גט'ן און אז דערווייל האט ער נאר גיהנם אן קיין גוטע טעג אין זיין לעבן
איז דאס דען אזוי?
אויב יא זאג איך גארנישט
אבער עס זעט נישט אויס אזוי פון איייערע ווערטער

איך האב אויך געליינט הרב רואיגערס מעשה און אויך געבלוטיגט אבער איך זעה נישט דארטן אזא מצב
אדרבה זאל מיר איינער וווייזן ווי עס שטייט דארט אזעלכע ווערטער
שומו שמים!!!!!!!!!!
אונז זיץ מיר דא און מ'פסק'נט אפ א פארפאלקס שיקזאל אן מברר זיין??????????!!!!!!!!!!!!!!!!

און צו הרב רואיגער
לדעתי...(ואיני אומר קבלו דעתי)
דער טאג וואס דו וועסט ווערן שטארקער ווי דיין פרוי ווועט זי אנהייבו נאכצולאזן פון אירע ספוילט התנהגות
איך מוז צולייגן אז איך האב נישט קייין עקספיריענס אין אזעלעכע פעלער
אדרבה זאלן אריינקומען חברה וואס האבן יא עקספיריענס און ארויסהעלפן...

ישר כח
עס איז נישט מיר ווי א קרענק וואס מען דארף קעיר נעמען, און מען נעמט ב"ה קעיר. צו עס זאל זיין א געוויסע עי בי סי אדער סתם געספוילט, דאס לאז איך פאר די פראפעשענאל צו באשליסן (איך האב שוין גערעדט מיט הרב גרין). די עצה צו דעם איז זיכער נישט צו אנטלויפן פונעם פראבלעם חלילה
איך בין זיכער אז אסאך גרושים האבן שפעטער חרטה געפילן, פשוט ווייל עס וואלט געווען מעגליך צו היילן, געווענליך ווען מען צעטיילט זיך קומט עס נישט מתוך ישב הדעת, עס קומט מער מתוך כעס און נצחון, אדער סתם נישט צופיל קליגשאפט
נאך אלעם רעדט מען דא פון א משפחה מיט פיצלעך עס איז א בושה אז עס זענען דא מענטשן וואס קענען אזוי געבן א מאך מיט די הענט.
איך בין בכלל נישט געקומען דא אויף אייוועלט צו נעמען שלעכטע עצות, איך בין געקומען זיך אויסשמועסן, און הערן חיזוק, און גוטע עצות(און איך האב דאס טאקע באקומען)

אוועטאר
קלמן הלוי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

תגובהדורך קלמן הלוי » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:04 pm

הרב רואיגער
און לייג צי צי דיינע מעלות חוץ דעם וואס איך האב שון געזען אז די ביזט רואיג און די ביזט אינגעהאלטען ביזטי אוך זייער זייער קליג אז די ביזט שון אנגעקימען צי די הכרה
איך פרעג נאר!

רואיגער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:50 pm

קלמן הלוי האט געשריבן:הרב רואיגער
און לייג צי צי דיינע מעלות חוץ דעם וואס איך האב שון געזען אז די ביזט רואיג און די ביזט אינגעהאלטען ביזטי אוך זייער זייער קליג אז די ביזט שון אנגעקימען צי די הכרה

איך וועל אהנעמען די קאמפלימענט, אבער איך דיסעגרי אז דאס האט מיט קליגשאפט, עס קומט פון אביסל התבוננות און לערנען חסידישע ספרים. מיין נאטור איז אגב צו זיין א נוקם ונוטר, אין ישיבה האבן אלע משגיחים געהאט צו ליידן פון מיר, ביז איינמאל האב איך געהאט א שמועס מיט מיין יונגערע ברידער, (ער איז נאך דעמאלטס געווען א אינגל אין חדר) ער האט מיר דערציילט מיט זאפט ווי אזוי ער האט צוגעפיקסט זיין רבי, עס האט מיר געבאדערט אז מיין ברידער האט נישט קיין שכל אז דאס איז שתותים, איך האב איהם געגעבן א גאנצע מוסר דרשה, אז ווען איך בין געווען אינגער האב איך אויך אזוי געטראכט, אבער עכט ברענגט עס גארנישט. נאך עטליכע מינוט רעדן האב איך זיך געכאפט, איין מינוט ווער רעדט דא? וואס איז מיט מיר? אפשר ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך אויך פארשטיין אז אלץ בחור האב איך נישט געהאט קיין שכל. פון יענעם טאג איז מיר שוין בכלל נישט שווער געווען צו ארבעטן אויף מיינע מידות, איך אנגהויבן לערנען חסידישע ספרים, אויף די ענינים פון כעס, מחלוקת וכדו' היינטיגע צייטן כאפט מיר אן עקל צו זעהן מענטשן קריגן זיך, נישט קיין חילוק וואס וואס די פייט זאל זיין.

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:26 pm

מען ברויך פרעימען די דאזיגע תגובה, אשריך!
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:37 pm

רואיגער האט געשריבן:
קלמן הלוי האט געשריבן:הרב רואיגער
און לייג צי צי דיינע מעלות חוץ דעם וואס איך האב שון געזען אז די ביזט רואיג און די ביזט אינגעהאלטען ביזטי אוך זייער זייער קליג אז די ביזט שון אנגעקימען צי די הכרה

איך וועל אהנעמען די קאמפלימענט, אבער איך דיסעגרי אז דאס האט מיט קליגשאפט, עס קומט פון אביסל התבוננות און לערנען חסידישע ספרים. מיין נאטור איז אגב צו זיין א נוקם ונוטר, אין ישיבה האבן אלע משגיחים געהאט צו ליידן פון מיר, ביז איינמאל האב איך געהאט א שמועס מיט מיין יונגערע ברידער, (ער איז נאך דעמאלטס געווען א אינגל אין חדר) ער האט מיר דערציילט מיט זאפט ווי אזוי ער האט צוגעפיקסט זיין רבי, עס האט מיר געבאדערט אז מיין ברידער האט נישט קיין שכל אז דאס איז שתותים, איך האב איהם געגעבן א גאנצע מוסר דרשה, אז ווען איך בין געווען אינגער האב איך אויך אזוי געטראכט, אבער עכט ברענגט עס גארנישט. נאך עטליכע מינוט רעדן האב איך זיך געכאפט, איין מינוט ווער רעדט דא? וואס איז מיט מיר? אפשר ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך אויך פארשטיין אז אלץ בחור האב איך נישט געהאט קיין שכל. פון יענעם טאג איז מיר שוין בכלל נישט שווער געווען צו ארבעטן אויף מיינע מידות, איך אנגהויבן לערנען חסידישע ספרים, אויף די ענינים פון כעס, מחלוקת וכדו' היינטיגע צייטן כאפט מיר אן עקל צו זעהן מענטשן קריגן זיך, נישט קיין חילוק וואס וואס די פייט זאל זיין.

הרב רואיגער! מיר שטייען און שטוינען פון דיין פערזענליכקייט, ס'איז ניכרים דברי אמת, און דיין צוגאנג מיט אזא התבוננות און שכל צו יעדע זאך איז עפעס וואס יעדער קען זיך אפלערנען פון דיר!

דו ביסט אהערגעקומען צו באקומען חיזוק, דערווייל ביזסטו מחזק אסאך אנדערע אידן מיט דיין קלארע און ריכטיגע מהלך המחשבה, נאר פון זעהן וויאזוי דו דיעלסט מיט די challenges וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אין דיין לעבן.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:42 pm

'' פרעיזווארטי''

מחשב
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:50 pm

רואיגער, איך בין נתפעל פון דיר, דו זעסט אויס ווי א מיושב'דיגער און באזעצענער מענטש.

מיין מיינונג איז ווי דער רוב דא, אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס קענען העלפן, און איך גלויב שטארק אז כאטש וואס דער הילפ'ס וועג וועט גאנץ ווארשיינלעך נעמען א תקופה, וועסטו בעז"ה אנקומען.

און כ'קען נישט מער ווי צושטימען צו דיין זאץ.
רואיגער האט געשריבן:נאך אלעם רעדט מען דא פון א משפחה מיט פיצלעך עס איז א בושה אז עס זענען דא מענטשן וואס קענען אזוי געבן א מאך מיט די הענט.)

איך קען דיר נישט זאגן ווי מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ יעדע מאל איך האב מיר באגעגנט מיט אזעלכע אדער ענליכע פראזן, און איך וויל נישט שרייבן וואס איך האלט אויף די וואס האבן דאס געשריבן.

כ'וויל דיר אויך זאגן, אז לויט מיין ארימע מיינונג איז נישט ריכטיג און נישט שייך בכלל צו געבן א דיאגנאזע אדער אדווייס נאר פון וואס איר שרייבט דא אראפ, ס'איז אוממעגליך צו זעהן די גאנצע בילד אן זיך באקענען פערזענליך מיט דיר און דיין מצב. די איינציגסטע עצה איז דאס וואס איך גלויב אז דו האסט שוין גענומען די דירעקציע, און דאס איז צו גיין פאר הילף.

נאך איין זאך, רואיגער טייערער, און דאס איז מיין קלאפ צו דיר אויף די פלייצע. סיי אלס א בראווא פארן נעמען די שווערע אומאנגענעמע שריט פון זוכן הילף. און סיי א חיזוק קלאפ, זאלסט זיך האלטן שטארק, נישט קיין ספק אז דו וועסט ברויכן לאורך הדרך פיל מוט און קוראזש, זאל דיר דער באשעפער גיבן די כוחות דערצו, און געדענק אז דער באשעפער איז טאקע צומאל "גולל אור מפני חושך", אבער דער ציל איז "וחושך מפני אור"... איך שטעל זיך פאר אז אסאך מענטשן זענע שוין אדורך דאס וואס דו גייסט יעצט אריבער, און האבן דאס בעז"ה אריבערגעשוויצט. זאל דיר השי"ת גיבן סייעתא דשמיא, און רחמים וחסדים ביז דיין גליקליכע צוקונפט.

הק' מחשב
הוי מחשב...

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:00 pm

וויזוי האט מיין ר''י הרב ווייסמאנדל שליט''א געזאגט פאר איינעם:
פאר די גט זאלסטו ביטע ארויפגיין אויפן דאך און אראפ ווארפן דיינע קינדער, ווייל דאס טוה'סטע דאך עניוועי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

התבונני
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:11 pm

מחשב האט געשריבן:און כ'קען נישט מער ווי צושטימען צו דיין זאץ.
רואיגער האט געשריבן:נאך אלעם רעדט מען דא פון א משפחה מיט פיצלעך עס איז א בושה אז עס זענען דא מענטשן וואס קענען אזוי געבן א מאך מיט די הענט.)

איך קען דיר נישט זאגן ווי מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ יעדע מאל איך האב מיר באגעגנט מיט אזעלכע אדער ענליכע פראזן, און איך וויל נישט שרייבן וואס איך האלט אויף די וואס האבן דאס געשריבן.
הק' מחשב

געריבענער סוחר האט געשריבן:וויזוי האט מיין ר''י הרב ווייסמאנדל שליט''א געזאגט פאר איינעם:
פאר די גט זאלסטו ביטע ארויפגיין אויפן דאך און אראפ ווארפן דיינע קינדער, ווייל דאס טוה'סטע דאך עניוועי.

די קינדער האבן גיהנום אויך די וועלט סיי ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין ליידער...
ס'איז גארנישט אזוי פשוט די לעבן פון איינעם וואס טוט זיך טאקע נישט גט'ן וכו' וכו' - און אזוי אויך פאר די קינדער
אבער רובא דרובא וואס גט'ן זיך - וועלן סיי די קינדער ליידן, און אזוי אויך איז דאס בלייבן דערנאך לעבן מיט פארשידענע סארט קינדער אויך א גיהנום...
פארשטייט זיך אז מיט גוטע און ערליכע מדות [און פראפעסיאנאלע הילף] זענען זאכן אנדערש - און דאס העלפט אויך זיך דורכקומען פארן זיך דארפן גט'ן....
לעצט פאראכטן דורך התבונני אום דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:16 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:21 pm

התבונני האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:און כ'קען נישט מער ווי צושטימען צו דיין זאץ.
רואיגער האט געשריבן:נאך אלעם רעדט מען דא פון א משפחה מיט פיצלעך עס איז א בושה אז עס זענען דא מענטשן וואס קענען אזוי געבן א מאך מיט די הענט.)

איך קען דיר נישט זאגן ווי מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ יעדע מאל איך האב מיר באגעגנט מיט אזעלכע אדער ענליכע פראזן, און איך וויל נישט שרייבן וואס איך האלט אויף די וואס האבן דאס געשריבן.
הק' מחשב

געריבענער סוחר האט געשריבן:וויזוי האט מיין ר''י הרב ווייסמאנדל שליט''א געזאגט פאר איינעם:
פאר די גט זאלסטו ביטע ארויפגיין אויפן דאך און אראפ ווארפן דיינע קינדער, ווייל דאס טוה'סטע דאך עניוועי.

די קינדער האבן גיהנום אויך די וועלט סיי ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין ליידער...
ס'איז גארנישט אזוי פשוט די לעבן פון איינעם וואס טוט זיך טאקע נישט גט'ן וכו' וכו' - און אזוי אויך פאר די קינדער
אבער רובא דרובא וואס גט'ן זיך - וועלן סיי די קינדער ליידן, און אזוי אויך איז דאס בלייבן דערנאך לעבן מיט פארשידענע סארט קינדער אויך א גיהנום...
פארשטייט זיך אז מיט גוטע און ערליכע מדות [און פראפעסיאנאלע הילף] זענען זאכן אנדערש - און דאס העלפט אויך זיך דורכקומען פארן זיך דארפן גט'ן....

ניין, נישט זיך (איינרעדן אז מ'וועט זיך) אדורכקומען, נישט ליידן, און נישט גט'ן. נאר גיין פאר הילף.

(דו זאגסט אויך אזוי.. ניין?.. דו זינגסט עס נאר אויף דיין ניגון..).
הוי מחשב...

התבונני
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:45 pm

מחשב האט געשריבן:ניין, נישט זיך (איינרעדן אז מ'וועט זיך) אדורכקומען, נישט ליידן, און נישט גט'ן. נאר גיין פאר הילף.
(דו זאגסט אויך אזוי.. ניין?.. דו זינגסט עס נאר אויף דיין ניגון..).

ריכטיג
אבער הילף איז געווענדליך אינפארמאציע - וואס מען דארף דערנאך אויספירן....

מחשב
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:52 pm

יא יא..
הוי מחשב...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 6:52 am

א וויכטיגע דערהער קאן זיין ווי פאלגענד.

מען ברויך גאר שטארק אבאכט געבן אז דער/די טעראפיסט זאל נישט זיין קיין טוען פאר די בעקריוודעטע זייט. ווייל דאן קאן די צווייטע זייט שפיערען אז מען גייט נאר אהין צו "אריינכאפען" טענות און קאמפלעינס. נו, טענות קען מען אויך כאפען אינדערהיים, פארוואס עס הערן פון א פרעמדן.

א שלום בית טעראפיסט מעג נישט האלטן ווער עס איז גערעכט. ווייל זייער דזשאב איז צו אויסגראדען זאכען, נישט מסביר זיין אז טאקע, דיין ווייב/מאן האט זייער א גוטע טענה. און דאן שפיערט מען אוואו אויבענדערמאנט, אז דער טעראפיסט האט סייווי גענומען א זייט, נו, לאמיך ווייטער אנגיין מיט מיין וועג און פארטיג.

נאך א זאך וואס קאן פאסירן. אז אויב מען שפיערט אז דער טעראפיסט האט גענומען א זייט, קאן אלעס ווערן ערגער, צוליב, ווייל די צווייטע זייט גייט שפיערען אז אלעס וואס דער טעראפיסט זאגט איז געבויט אנטקעגן זיי, דאן יעדע זאך וואס די בעקריוודעטע זייט גייט טוהן (אפילו א זאך וואס האט נישט צו טוהן מיט די שלום בית, צ.ב.ש. קויפן א עקסטערע נאש פאר שבת), וועט מען שפיערען אז דאס קומט פון א עצה פון די טעראפיסט, און טרעפן אין יעדע זאך אז די טעראפיסט פירט אן דעם באקריוודעטן'ס לעבן און וויל זיך אריינרייסן אין אלע הינזיכטן פון זייער בשותפות'דיגע לעבן.
בוי זיך זעלבסט

Ezpass
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:56 pm

תגובהדורך Ezpass » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 4:03 pm

א גיטן הרב רואיגער

כהעל אריין ווארפן מיינע צוויי סענט כאטש איך האב ליידער אסאך מער,

אלץ איינער וואס לעבט מיט א BPD און איך לעב עס א יעדן טאג פיל איך מיט מיט דיר,

אסאך אירע האבן געשריבן גיטע פוינטס, וואס איך וואלט ציגעלייגט איז לגבי די חלק פין גיין פאר העלפ, אויב קענסטו עס אלייס באצאלן איז מה טוב און מה נעים הגם ווען מען וואוינט מיט א BPD איז קיין באנק נישט געניג (ביז דו ביזט שוין געניג לאנג אויף טערעפי) אויב נישט, ווען איך האב אנגעהויבן צו גיין האט מיר א חבר עס באצאלט, און א יעדעס מאל פארן גיין האט ער מיך געגעבן געלד, עס איז מיר זייער שווער אנציקימען צו א צווייטן און איך האב אלץ געטראפן אויסלאזנדיג א סעשען צוויי און ביז איך האב געסטאפט, ביז איך האב אפגעמאכט מיט אים אז ער וועט באצאלן גלייך פאר מיין טערעפיסט,

נאך אזאך מאך זעכער לאז נישט אויס קיין איין וואך, איך גיי פאר צוויי שעה סעשענס עס מאכט א ריזיגע חיליק, גיי צו איינעם מיט וועם די פילסט באקוועם און פרביר צו זיין די מערסטע אפן און אמתדיג וואס שייך, האב נישט מורא צו טוישן אויב פילסטו נישט באקוועם,

הער נישט אויף צו גיין אפילו ווען עס וועט דיר שוין געלינגען אז דיין ווייב גייט שוין,

יעצט צו די וואס רעדן אזוי גרינג פון גטן, ווען עס איז אזוי פשוט וואלט איך שוין לאנג איבער געלאזט דאס געשעפט,

קיין איין וועג איז נישט פשוט, די געזינטע פון די עלטערן איז די רוקן ביין פון די קינדער, א געוועליכע גט איז ביטער אין ווייטיגלעך פאר די קינדער, אין אויב איז א BPD אדער ענליך איז איוואלווד ספעציעל אויב די קינדער וועלן צים סוף בלייבן מיד די BPD איז אסאך שווערער, אבער אמאל איז נישטא קיין ברירה,

רב רואיגער אוך וייס נישט צו דיין ווייב איז BPD אדער נישט, אבער קאמפלצירט וואס דארף professional העלף איז עס זיכער,

א גיטע ביך וואס מיין דיין האט מיך recommend איז stop codependentcy פון Henry Baldwin, עס איז א גיטע ביך צו אנהויבן צו כאפן אונעם שדים טאנץ וואס מען איז אריינגעכאפט, אבער עס איז ווייט פון געניג,

האלטעך שטארק און רואיג גיי פאר הילף און האב נישט מורא צו שטיין פאר דיינע רעכטן( ארויסגיין צו א שמחה אדער מיט חבירים, קויפן עפעס וואס די ווילסט), און לאז זיך נישט באשילדיגען און באשרייען, האב נישט מורא פאר קיין סטראשע ווייל זי וועט זיך נישט אפהאלטן פון גארנישט ביז זי וועט זען אז די ביזט שטארק, ענטפער רואיג און פאזעטיוו און די ביזט בארעכטיגט צו זאגן און האלטן אנדעשט ווי איר, דער באשעפער זאל דיר העלפן און אויפרעכטן,

איך וואלט געשריבן מער אבער איך טייפ אידיש זייער שווער,

Ezpass
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:56 pm

תגובהדורך Ezpass » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 4:23 pm

One other piece of advice ill give you is listen mordechai weinberger’s shier for BPD and once a year he has a workshop for spouses and grown up children from BPD and complicated people,

מעגלי צדק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 3:50 pm

תגובהדורך מעגלי צדק » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:27 pm

אלץ א קריגס געליטענער.. קען איך נישט מער ווי אגריען יעדעס ווארט פון EZPASS, ווי ר' מרדכי וויינבערגער זאגט שטענדיג, טראכט בכלל נישט פון איר אין די סטעידש, גיי דו א יאהר צוויי צו טערעפי צו זיין א געזונטע טאטע פאר דיינע קינדערלעך, וואס וועט זיין מיט איר וועט זיך שוין אויסקאכן מיט די צייט, און צו די ריכטיגע באשלוס וועט זיין צו בלייבן מיט איר צו ס'וועט ח"ו אויספעלן זיך צוצוטיילן האסטו אויכעט צייט נאך צוויי יאהר טערעפי צו זעהן קלארער דיינע אפשענס.

פארוואס ס'איז דא (און אויכעט גוטע טערעפיסטן) וואס וועלן גראד פון אנהויב ארויסברענגן די מעגליכקייט אז ס'קען זיין אז מ'וועט זיך ח"ו מוזן צוטיילן צום סוף, כדאי אז די נישט געזונטע שותף זאל נישט קענען מאנופילירן דעם געזונטן שותף פון סטאפם צו גיין צו טערעפי, מיטן (אפענע אדער באהאלטענע) סטראשע עהם\איר איבערצולאזן, דארף דער געזונטער שותף וואס גייט צו טערעפי וויסן אז זיין לעבן איז אינגאנצן נישט תלוי צו יענער וועט בלייבן מיט עהם צו נישט, און אז ס'איז אלץ דא א מעגליכקייט אז אויב איך גיי נישט נאך א עטליכע יאהר טערעפי זיין א געזונטער צופרידענער מענטש לעבנדיג מיטן שותף צוזאמען, וועט קענען זיין די מעגליכקייט פון שיידן וועגן, און צומאהל איז דאס די געזונטסטע פאר די קינדער, כאטש צו האבן צוטיילטערהייט איינע פון די עלטערן געזונט, ווי זיי וואוינען צוזאמען און בידיע זענען חרוב ונחרב.

ווייל רואיגער דו זאלסט וויסן, אז אין אזא מצב בלייבט מען נישט קיין @רואיגער.. יעדער קא-דעפענדענט קאפט אויף אנדערע וועג, און דער נישט געזונטער שותף שטעלט ליידער אויס די ראוט, און צום סוף בלייבט ידעער חרוב, און די קינדער ווען זיי וואקסן אויף האבן זיי די מערסטע פיינט די געזונטע שותף ל"ע ואכמ"ל.

גיי צו טערעפי און האלט דיך דערצו מיט א שטארקייט אפילו ווען דו זעסט גארנישט קיין רעזולטאטן א לאנגע צייט, ובפרט אז ס'ווערט נאר ערגער, לאז נישט אויס קיין איין סעסיע, אויב דו האסט ספיקות צו די טערעפיסט אזי גוט, האב אן היימישער יוד אן עסקן וואס פארשטייט די ליין וואס זאל דיר אויסהערן און באגלייטן אביסל.

אסאך הצלה און סייעתא דשמיא

יש תקוה!

ישרן
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:35 pm

איך האב געליינט אין די עמי די וואך א זאך וואס האט מיר ממש צושאקלט איך מיין אז יעדער יונגערמאן מוז וואוסן דערפון עס איז מורא'דיגע מוסר השכל ובפרט אין די אנגעצויגענע יום טוב טעג.
זיי האבן אן אינטערוויו מיט הגאון ר' מאיר צבי ברגמן שליט"א חתן הרב שך זצ"ל, וואס אלס בחור האט ער געהאט די זכי' צו שלאפן מיט'ן הייליגן חזו"א אין איין שטוב (די רביצין איז געשלאפן אין אן אנדערן שטוב).
פארציילט דער דארט אז דער חזו"א'ס רביצין איז נישט געווען אינגאנצן בסדר כידוע, און דער חזו"א פלעגט אסאך מאל גיין שפאצירן ביינאכט, און אויב האט ער אביסל פארשפעטיגט, האט זי פשוט פארשפארט די טיר... און ווען דער חזו"א איז אנגעקומען האט ער געקלאפט אויפ'ן פענסטער, און ער (הגרמ"צ ברגמן) האט ארויסגעלייגט א בענקל פון פענסטער, און דער חזו"א האט זיך אויפגעשטעלט דערויף, און אזוי אריין פון פענסטער...
איך מיין חוץ די נורא'דיגע גדלות פונם חזו"א אויסצוהאלטן אין אזא מצב, קען זיך יעדער עפעס אפלערנען דערפון נישט מקפיד צו זיין אינדערהיים...
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 01, 2019 9:22 pm

טאקע נישט א קריגס געליטענער (פלעין פארהייראט, שוין גענוג...) אבער מיט צוטריט צו קעיסעס.
אויב איז עס א פלעינע פייט וואס איז שטארק ארויס פון קאנטראל, דאן זאל מען נישט גיין צו א טעראפיסט וואס וועט "דיר" העלפן.
מען מוז אין בעטראכט נעמען אז די מערהייט פון מענטשן וואס גייען צו הילף, ווילען נישט אז מען זאל זיי פערזענליך העלפן, נאר מען זאל "דאס פארפאלק" העלפן.
ווי איז דאס מעגליך? אז דער טעראפיסט זאגט אז מען גייט דיר העלפן, דאן קאן די צווייטע זייט שפירען אז די גאנצע טעראפי איז אנטקעגן זיי, און די פייט וואס קומט נאכער קאן זיין פיל ערגער, און אסאך מאל ווערט עס שוין א קריג, וואס יענער איז גרייט צו פארלירן, אבי דו פארלירסט אויך. מען פארלירט די מענטשליכע אינסטינקט, און אפילו מען זעהט אז עס שאדט פאר די גאנצע שטוב וועט די צווייטע זייט נאך ערגער מאכען די פייט
בוי זיך זעלבסט

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג אוקטובער 01, 2019 11:06 pm

התבונני האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ניין, נישט זיך (איינרעדן אז מ'וועט זיך) אדורכקומען, נישט ליידן, און נישט גט'ן. נאר גיין פאר הילף.
(דו זאגסט אויך אזוי.. ניין?.. דו זינגסט עס נאר אויף דיין ניגון..).

ריכטיג
אבער הילף איז געווענדליך אינפארמאציע - וואס מען דארף דערנאך אויספירן....

זייער גערעכט.

הילף איז און א יעדע פאל בלויז אינפערמאציע. סיי ביי שלום בית און סיי ביי מענטעל פראבלעמען. און אפילו טערעפי קען בלויז לייכטער מאכען די סימפטאמען אז די מענטש זאל זיין מסוגל צו נעמען אינפערמאציע. עס וועט אבער נישט היילען.

איך האב א ידיד וואס האט זיך שטארק געמיטשעט מיט שלום בית, ער איז ארום געלאפן פון איין טעראפיסט צום צווייטען, א יעדעס מאל וואס ער האט אנגעפאנגען מיט א פרישע פראפעשענאל איז ער געעווען בטוח אז דא האט ער געטראפן די ישועה, ער פלעגט מיר כסדר נאך זאגען נקידות מיט א מוראדיגע התרגשות כאילו ער האט ענדליך געטראפן די סוד וואס גייט אים ארויס זהען פון פלאנטער... איך האב קיינמאל גארנישט געזאגט, איך האב נישט געזיכט צו נעמען די אחריות אויף אזא הייקעלע נושא. איינמאל ווען ער איז געקומען צו מיר מיט א פרישע נאמען צו וועם ער וויל אנטפאנגען צו גיין, האב איך מיר נישט געקענט מער איינהאלטן און איך האב אים קלאר געמאכט אז א יעדע דאלעראיז דערווייל איבריג, און אז ער גייט קיינמאל נישט טרעפן דאס וואס ער זיכט... ווייל ביז ווילאנג דו זיכסט איינער וואס "ער" זאל ראטעווען דיין שלום בית גייסטו נישט אנקומען און ערגעץ. איינמאל די וועסט אנערקענען אז די איינציגסטער וואס קען עפעס טון צו דעם ביסטו אליינס, דאן קענסטו פראבירען צו טרעפען איינער וואס זאל דיך אויסלערענען און געבן די אינפארמאציע און ידיעות וויאזוי "דו" קענסט ראטעווען דיין שטוב, און אן דעם איז אלעס הוילע פאנטזיעס.
עס איז נישטא קיין טריק וואס גייט אלעס צונישט מאכן ווי א זייפן בלאז. מען דארף זיין גרייט צו טראגן די אחריות פון די פראבלעם.

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » זונטאג נובעמבער 17, 2019 12:31 pm

שוין דורך שוין באלד צוויי חדשים, איז דא עפעס פאזיטיווע נייעס פאר אונז ? אונז קוק מיר ארויס אויף א פאזיטיווע ענדונג

רואיגער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:43 pm

תגובהדורך רואיגער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:41 pm

פאלקס קיך האט געשריבן:שוין דורך שוין באלד צוויי חדשים, איז דא עפעס פאזיטיווע נייעס פאר אונז ? אונז קוק מיר ארויס אויף א פאזיטיווע ענדונג

איך האב דאן דורך גערעדט דאס ענין מיט ר' שמעון גרין, ער האט מיר אויסגעקלארט א מהלך.
בעיסעקלי וואס ער האט גע'טענה'ט איז אז זי האט זיך פשוט אויסגעלערנט צו קוועטשן די ריכטיגע קנעפלעך מיר צו שטעלן אין פלאץ, און ווען זי פארלאנגט עפעס אדער זי האט טענות דארף איך איהר שיינערהייט מסביר זיין אז איך האב איהר ווייטער זייער שטארק ליעב, און איך וויל איהר ווייטער העלפן, אבער דאס מאל קען איך נישט, און עס וועט איר גארנישט העלפן ווען זי וועט וויינען און שרייען, און פארשטייט זיך איך דארף מיר האלטן ביי מיינס.
ב"ה די מהלך האט מיר אסאך געהאלפן, נעכטן בין איך גראדע היבש דורך געפאלן, מיין ווייב ווייסט אז זי קען זיך בעסער טענעה'ן ווי מיר, איך ווער פארלוירן ווען עס קומט צו וויכוחים, דעריבער פראבירט זי מיט אלע כוחות מיר אריין צו שלעפן אין א וויכוח און אויפווייזן ווי שלעכט איך בין. נאך דריי טעג פון בלאזן און סטאשען איז איר געלונגען מיר אריין צו שלעפן אין א העפטיגע וויכוח, וואס האט זיך ליידער נישט גוט געענדיגט.
איך האף ווייטער ממשיך צו זיין מיט ר' שמעון'ס קלארע מהלך, מיט'ן אייבערשטענס הילף וועט זיך עס עווענטשעלי טוישן צו גוטן.
נאכאמאל יישר כוח ר' שמעון, יישר כוח פאלקס קוך, און יישר כוח פאר אלע אנדערע חברים פארן ארויסהעלפן בעצה ותושי', און דעם זכות זאלט איהר אלע לעבן בשלום און האבן א פרייליך און צופרידן לעבן

מחשב
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 17, 2019 6:13 pm

אמן!

און אויפן וועג ארויף צו די מאונטענס, פארט מען אויך אסאך אויף אראפ, אבער מ'טרעפט זיך למעשה היבש העכער די 'ים'- שטורמישע וואסער - לעוועל.
הוי מחשב...

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט