פראקטישע עצה קעגן אומגעוואונטשענע טעלעפאן קאלס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עפר רמה ותולעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:50 pm

הזאת נעמי

תגובה דורך עפר רמה ותולעה »

איך שטיי און שטוין הזאת נעמי, איך האב אויך באקומען די קאל, און עס האט מיך שטארק געשטערט ווייל איך בין געוועהן אויפן לייטער בויען מיין סוכה און איך האב געברויכט אראפ לויפען נעמען דעם טעלעפאן (איי ווער זאגט איך מוז ענטפערען יעדעס מאל, איני יודע) אבער איך האב געמאכט א חשבון אזוי, דאס אז ער העלפט יודישע קינדער איז זיכער, ער גייט קאפ אין וואנט? קלאר אז יא, ער מאכט דערפון א לעבען? ניין, ער האט כבוד דערפון? נישט צופיל, וואס יא? פאר וואס טוט ער עס? איך ווייס נישט, יעצט צו וועם קען אזא כלה זיך ווענדען? צו בוני עולם - צו הצלה - צו RCCS - הא? צו וועמען?
יעצט וועל איך מגלה סוד זיין אין מיין גרויס כעס רוף איך אן דעם "אזויגערופענעם באנדיט" און איך פרעג אים ווער איז די כלה איך בין גרייט צו געבען 1000 דאלער אויב איך ווער געוואר אז עס איז אמת לאמתו, זאגט ער מיר אז איך קען רעדען צו א רב וואס איז באהאווענט אין דעם קעיס, למעשה אזוי וויא איך האב נישט דעם טויזענטער האב איך נישט גערופען דערווייל,
תמצית - מען רעדט דא פון אומגליקליכע צובראכענע נפשות וואס ווען נישט טובי מאיר ווער ווייס וואס געוועהן פון זיי,
מיר האלטען 2 וואכען פאר ראש השנה מיט וואס קומען מיר צום יום הדין אז אונז האמיר גערודפט טובי' מאיר?
גלייך צייטיג איך האב געפרעגט ר' משה דייטש וועגען אים וויא אויך הער אז זעליג מענדלאוויטש און אברהם סלונים און חיים יוסף געפנער ר מענדל וואלערשטיין און נאך ריזיגע עסקנים אלע זאגען אז ער לעבט פאר יענעם, דאס איז זיין חיות גרינגער צו מאכען פאר א צווייטען, איי פארוואס טוט ער עס אויף דעם וועג, ווייס איך נישט,
אויך ווייס איך פאר א פאקט אז ער האט יעצט אויפגענומען א יחיד מומחה און ער הייבט אן אויפסניי פון אנהייב,
לאמיר האפען אז עס זאל מסודר ווערען וויא פריער ווייל מיר קריכט עס אויך אויף די נערווען אבער נאך מער ארט מיך אז מען רייסט אים אזוי אראפ,
ואתכם הסליחה
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובה דורך סקאראמוטשי »

געלעגער האט געשריבן:ס'איז קיין פראבלעם אויב איינער שפירט אז א געוויסע ענין וויל ער נישט שרייבן מיט זיין געהעריגע ניק און ער עפענט א צווייטע ניק פארדעם. אבער דא קומט א ריזיגע אבער..... דער יעניגער זאל וויסן אז ס'איז דא א גרויסע שאנס אז מ'זאל דערגיין אז ער איז דער וואס שטייט אונטער די צווייטע ניק, צו איז דאס אלס די לשון וואס ער ניצט אדער די ספעלינג מיסטעקס וואס ער מאכט מיט ביידע ניקס אייניג וכו' וכו' און ווען מען דערגייט ווער דער איז אך און וויי פאר אים, די בושה איז גרויס.

אלזא נאכאמאל, קיינעם גייט נישט אן ווען איינער איז דא מיט צוויי ניקס אבער זאל יענער וויסן אז ריסק איז גרויס און אויב וועט מען אים פאקן און ער האט געניצט איין ניק צו נערווירן דעם ציבור וועט די בושות זיין ציפעדיג. און ער זאל קיין טענות נישט האבן צו קיינעם. (אז איך רעד שוין דערפון קען איך נישט דורך גיין אן דערמאנען יענטאש'ס אויסדרוק אויף דעם. " קענסט אנטון וועלכע מאסק דו ווילסט, אבער דיין מויל גרויך בלייבט די זעלבע")
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובה דורך ווישוואש »

עפר, יעדער ווייסט ווער דו ביסט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
עפר רמה ותולעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:50 pm

תגובה דורך עפר רמה ותולעה »

מסכים
עפר רמה ותולעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:50 pm

תגובה דורך עפר רמה ותולעה »

נעבעך נעבעך
לא אשמנו לא בגדנו לא גזלנו וכו'
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובה דורך סקאראמוטשי »

פארוואס שטעלט איר זיך אפ? לאמיר הערן קלאר דעם לא דברנו דופי פון אייער מויל, נאך די מאסן אפענע שקרים וואס איך האב געליינט און געהערט פון אייך
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
נאך איינער

תגובה דורך נאך איינער »

Wow דער ער איז דא צוריק מיט א פנים חדשות,
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובה דורך פארווייטאגט »

עפר רמה ותולעה האט געשריבן:איך שטיי און שטוין הזאת נעמי, איך האב אויך באקומען די קאל, און עס האט מיך שטארק געשטערט ווייל איך בין געוועהן אויפן לייטער בויען מיין סוכה און איך האב געברויכט אראפ לויפען נעמען דעם טעלעפאן (איי ווער זאגט איך מוז ענטפערען יעדעס מאל, איני יודע) אבער איך האב געמאכט א חשבון אזוי, דאס אז ער העלפט יודישע קינדער איז זיכער, ער גייט קאפ אין וואנט? קלאר אז יא, ער מאכט דערפון א לעבען? ניין, ער האט כבוד דערפון? נישט צופיל, וואס יא? פאר וואס טוט ער עס? איך ווייס נישט, יעצט צו וועם קען אזא כלה זיך ווענדען? צו בוני עולם - צו הצלה - צו RCCS - הא? צו וועמען?
יעצט וועל איך מגלה סוד זיין אין מיין גרויס כעס רוף איך אן דעם "אזויגערופענעם באנדיט" און איך פרעג אים ווער איז די כלה איך בין גרייט צו געבען 1000 דאלער אויב איך ווער געוואר אז עס איז אמת לאמתו, זאגט ער מיר אז איך קען רעדען צו א רב וואס איז באהאווענט אין דעם קעיס, למעשה אזוי וויא איך האב נישט דעם טויזענטער האב איך נישט גערופען דערווייל,
תמצית - מען רעדט דא פון אומגליקליכע צובראכענע נפשות וואס ווען נישט טובי מאיר ווער ווייס וואס געוועהן פון זיי,
מיר האלטען 2 וואכען פאר ראש השנה מיט וואס קומען מיר צום יום הדין אז אונז האמיר גערודפט טובי' מאיר?
גלייך צייטיג איך האב געפרעגט ר' משה דייטש וועגען אים וויא אויך הער אז זעליג מענדלאוויטש און אברהם סלונים און חיים יוסף געפנער ר מענדל וואלערשטיין און נאך ריזיגע עסקנים אלע זאגען אז ער לעבט פאר יענעם, דאס איז זיין חיות גרינגער צו מאכען פאר א צווייטען, איי פארוואס טוט ער עס אויף דעם וועג, ווייס איך נישט,
אויך ווייס איך פאר א פאקט אז ער האט יעצט אויפגענומען א יחיד מומחה און ער הייבט אן אויפסניי פון אנהייב,
לאמיר האפען אז עס זאל מסודר ווערען וויא פריער ווייל מיר קריכט עס אויך אויף די נערווען אבער נאך מער ארט מיך אז מען רייסט אים אזוי אראפ,
ואתכם הסליחה


איך האב געלערנט ביי מיינע רבי'ס, אז פון גוט'ס קען קיין שלעכט נישט ארויסקומען.

איך האב נישט געהאלטן אינמיטען בויען קיין סוכה, עס האט זיך געהאנדעלט מיט אסאך א שווערערע נושא, און ווי פארשטייט זיך, איך בין נישט זיין/דיין רכוש, דארף איך נישט אריינגיין אין פרטים.

איך האב אבער געדארפט באקומען א טלפון רוף, וואס איך האב נישט געקענט איגנארירן.

אין יא, עס איז געווען דעם צדיק/רשע.

און גערעדט האט ער פון זיין קרבן, אבער מיר האט ער מקריב געווען אויף זיין במה.

אמת, ביי מיר איז געווען אן עקסטרעמען פאל, אבער קוקענדיג בכלליות, פארשטיי איך נישט ווי אזוי א מענטש, מיט א קליין ביסל געפילן קען זיך נעמען רייטן אויף כלל ישראל?

רשע! טרעט אפ פון מיר.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובה דורך לייטער »

ביטע האלטן די אשכול רעספעקט'פל, ווייל אז נישט וועלן ארויסקומען די גרינע אדער רויטע מעקרס פון מלמדים שטיבל און לייגן א שלאס אויפן אשכול
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

לייטער האט געשריבן:ביטע האלטן די אשכול רעספעקט'פל, ווייל אז נישט וועלן ארויסקומען די גרינע אדער רויטע מעקרס פון מלמדים שטיבל און לייגן א שלאס אויפן אשכול

און אזוי אויך קען ח"ו זיין א שוואכערע טשענס ביים יום הדין. יעצט שרייטס אלע אז ביים יום הדין וועט ער כאפן די מערסטע. ווייל ער גייט כאפן ווילסטו אויך כאפן??? זייטס שטיל און לאטס געמאכט, די שרייען ביז יעצט האט נישט געהאלפן און גוט שבת.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
עפר רמה ותולעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:50 pm

ואל יבוש מפני המלעיגים

תגובה דורך עפר רמה ותולעה »

די רגע איך נעם מיך אן פאר א מסירת נפש איד כאפ איך אזאנס אין קאפ, עס דערמאנט מיך פון סאטמער רבין זצ"ל ווען מען האט מורא געהאט צו זאגען אז מען איז סאטמאר,
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובה דורך ווישוואש »

יהללוך זר, ולא -אז קיינער טוט עס נישט, דאן פיך - טוט מען עס אליין.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
עפר רמה ותולעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:50 pm

נעבעך

תגובה דורך עפר רמה ותולעה »

נעבעך נעבעך
עפר רמה ותולעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:50 pm

איר זוכט א דזשאב

תגובה דורך עפר רמה ותולעה »

איך קען אייך העלפען אפשר זוכט איר א שידוך קען איך אויך העלפען אבער סיי וואס אויסער שכל מוזט איר בעטען דעם רבושע
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובה דורך סקאראמוטשי »

אט אזוי, קומט צוריק מיט אייער שמוציג מויל, לא דברנו דופי, לא הרשענו, לא כזבנו, לא קשינו עורף
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובה דורך משהלע »

ביי אונז אין בעלזא איז אויך דא עפעס א געלט גייער מיט אן ארגאניזאציע און ער שרייט אויך אויף מענטשן ברבים.

איך גיב אים נישט קיין געלט.

נישט מעגליך אז די גוטס איז עכט גוטס וביודעי ובמכירי קאמינא.
אן עכטע גבאי צדקה האט א הארץ פון פוטער און שרייט נישט אויף מענטשן.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

ממנו ילמדו וכן יעשו

תגובה דורך בעל דמיון »

איך האב נעכטן באקומען א "געוואונטשענע" טעלעפאן קאל!
די מעשה איז אזוי ביי אונז אין מאנסי אי דא אן ארגעניזאציע "קופת עזרה" און עומד בראשה איז "הרה"צ ר' פייוול מאשינסקי שליט"א" ער העלפט נאך דאכצעך אזויפיל ווי חט"מ סיי מיט קעיסעס און סיי מיט געלט. מיין ק"ק לויפט חודש'ליך, פונקט האב איך יעצט באקומען א נייע קארטל און די פעימענט איז נישט אריבער געגאנגן. האט ר' שרגא פייוול אליין בכבודו ובעצמו מיך גערופן פון זיין פערזענליכע סעלפאון צו מיין סעל צו זעהן פארוואס די פעימענט גייט נישט אריבער און צו איך וויל ממשיך זיין נאך א יאר, און ניין מ'רעדט נישט פון קיין טויזענטערס... ס"ה $30 א חודש (כמיין אפי' אז ער האט נישט קיין אנונג ווער איך בין...)
טמ"נ וואלט אסאך געקענט לערנן ביי אים, די אלע בעלאני וואס ער פארקויפט קומט נאך פאר אזוי סאך און מער באמת ביי ר' שרגא פייוול און ער עביוזט נישט דעם עולם מיט אזא רשעות!
העלעך זאגן נאכאמאל "ממנו ילמדו וכן יעשו"! מ'קען טוען מצוות ומעשים טובים אויף אן איידעלע וועג!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובה דורך ווישוואש »

עפר רמה ותולעה האט געשריבן:איך קען אייך העלפען אפשר זוכט איר א שידוך קען איך אויך העלפען אבער סיי וואס אויסער שכל מוזט איר בעטען דעם רבושע

הייסט אלעס חוץ שכל זאל איך ענדערש בעטן פון דיר ווי פון באשעפער? רח"ל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

הרב עפר, שוין געהאט א קאווע היינט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובה דורך עולם השקר »

סקאראמוטשי האט געשריבן:פארוואס שטעלט איר זיך אפ? לאמיר הערן קלאר דעם לא דברנו דופי פון אייער מויל, נאך די מאסן אפענע שקרים וואס איך האב געליינט און געהערט פון אייך

אנטשולדיגט עס איז חודש אלול ,מה נפשך ווייסטו ווער עס איז טארסטו אים דאך נישט מבזה זיין ,ווייסטו נישט ווער מעגסטו דאך נישט סתם אזוי טשעפענען קיין איד ברבים
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובה דורך עולם השקר »

סקאראמוטשי האט געשריבן:אט אזוי, קומט צוריק מיט אייער שמוציג מויל, לא דברנו דופי, לא הרשענו, לא כזבנו, לא קשינו עורף

אביסעלע רעספעקט ביטע
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובה דורך סקאראמוטשי »

וואלט איך א ספק געהאט אז איר האט געשריבן דעם תגובה ווייל איר האלט באמת אז פארהאלטן א איד אויף זיינע מעשים וואס ער טוט ברבים הייסט מבזה געווען, וואלט איך אפשר געטרייט זיך צו פארענטפערן, איך ווייס דאך אבער די סיבה פון אייער תגובה, מאיזה סיבה האט זיך אייך געדאכט אז פון עולם השקר ווייס איך נישט... נו, וועל אייך לאזן זיך ענדזשויען מיט אייער נקמה געפילן
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובה דורך עולם השקר »

סקאראמוטשי האט געשריבן:וואלט איך א ספק געהאט אז איר האט געשריבן דעם תגובה ווייל איר האלט באמת אז פארהאלטן א איד אויף זיינע מעשים וואס ער טוט ברבים הייסט מבזה געווען, וואלט איך אפשר געטרייט זיך צו פארענטפערן, איך ווייס דאך אבער די סיבה פון אייער תגובה, מאיזה סיבה האט זיך אייך געדאכט אז פון עולם השקר ווייס איך נישט... נו, וועל אייך לאזן זיך ענדזשויען מיט אייער נקמה געפילן


ווייסטו נישט וואס?
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובה דורך לעמעלע »

איך האב די לעצטע וואך אנגעהויבן צו באקומען ספעם ראבא קאלס אויף מיין סעלפאון פון איינעם טובי מאיר ניימאן, ער קאלט יעדע פופצען מינוט, שרייט מיר אריין נישט אראפצוהאקען די טעלעפאון. איך ווייס נישט פארוועם דעי מענטש גייט נאך געלט, אבער פון בלעמעילען וועט ער קיין גרייצער נישט באקומען. ווייסט איינער ווי אזוי איך פטור ווערן פון דעי קאלס??

אויב איז עס א וויכטיגע צוועק, קאל מיר פערזענליך, קום ארויף צו מיר אינדערהיים אדער אין ביהמ"ד און כ'וועל דיר געבן. לאז מיר צירי מיט דעי ראבא קאלס, אדער עטליעסט געב מיר א אפשען אויפן פאון זיך אראפציסיינען
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

לעמעלע וועלקאם טו די קלאב... מיר אלע באקומען די פאון קאל'ס.... איך טראכט שוין לאנג אז עס מיז זיין אז עס איז יא דא מענטשן וואס געבן אים געלט אזוי, ווייל ווען נישט וואלט ער דאס שוין לאנג געסטאפט.
פארשפארט

צוריק צו “פארשידענע הילף”