אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

שמועס 130

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

דאס איז עפעס וואס יעדע יעדע פרישע אינגערמאן דארף אויסהערן.
נישט פלעין ריכטיג.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך וועל אפשר נישט מסכים זיין מיט אלעס וואס דער שמועס פארציילט,

אבער דער שמועס איז געווען דער ערשטער רעדנער/שרייבער אויף א פאבליק פארום איבער די נושא וואס האט פיינעלי געלאזט הערן דאס וואס מיר טענה'ן שוין לאנג: צו מצליח זיין פינאנציעל, דארף מען זיך נישט גיין לערנען א פאך!

מען דארף זיין א מענטש, קענען קאמיוניקירן אין ענגליש, קענען ציפערן, און קענען בעיסיק קאמפיוטערס. קריטיקעל טינקינג א פלאס.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

רעב לעיזער, ווען מופסטו צו דיין סטעיט? ניו יארק וועט זיך בענקען.
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

New shmees about the schar limid system in the heimisha mosdes hatorah very good
א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גאנץ יאר פרייליך »

פאפיגיי האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:רעב לעיזער געוואלדיג הנאה געהאט ווי איר קנאקט אריין אין די קליפה פון איזריעל.
דער שיעור איז געווען מיין תיקון חצות אין די ניין טעג
מקען אסאך ארום שמועסן איבער דעם.אבער אייך נקודה וויל איך ארויסברענגען.
סאיז נאך אלץ דא ערליכע אידען וואס טראץ וואס זיי בלוטיגען אויך אויף די פריצות און הפקירות וואס גייט פאר בפלטרין של מלך (מיט אידישע אויתיות). וועלן זיי נאך אלץ וועלן פארן קיין ארץ ישראל.
די גאווערמענט דארט איז טאקע זייער שלעכט צו רעליגיעזע אידען.
אבער א איד וואס וויל קענען דעם אייבירשטען באמת.וועט זיך אסאך בעסער טרעפן דאס פלאץ אין ארץ ישראל ווי אין אמעריקע.
דא דרייט זיך אלעס ארום געלט אין כבוד. די גאנצע מהות איז נאר וואס איז דיין פרנסה. אין לויט דעם ווערט געשאצט דיין מציאות.
אויב איינער איז נישט קיין געהעריגער בעל פרנסה מעג ער זיין א גרויסער תלמיד חכם איז ער נישט ווערט אפילו לצור עפ''י צליחותו.די גאנצע וועג ווי אזוי מבויעט אידישקייט איז נאכצולויפן דעם סאציאלע רייץ ודי.
אויך די השגות אין תורה ועבודה איז לאין ערוך ווי אין אמעריקע.

סאיז דא נאך טיפערס אין דעם וואס באלאנגט נישט אין א פורום אויפן אונטערנעט.

איך ווייס נישט אין וועלכע אמעריקא דו לעבסט, אבער זעהט אויס אז דו דארפסט נאך א שטיקל בוסט אין קביעות עתים לתורה, און מעגליך דארפסטו אויך טוישן דיין ביהמ"ד וואו דו דרייסט דיר.

זענט איר אמאל געווען אין ארצינו הקדושה ?
מיין guess איז אז נישט
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:

;l;p- גוט געזאגט
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

burich mechel האט געשריבן:New shmees about the schar limid system in the heimisha mosdes hatorah very good

איך האב נישט געהערט דעם שמועס, וואס זאגט ער דארט?
מ'צאלט צו סאך אדער צו ווייניג?
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

אהער און אהין האט געשריבן:
burich mechel האט געשריבן:New shmees about the schar limid system in the heimisha mosdes hatorah very good

איך האב נישט געהערט דעם שמועס, וואס זאגט ער דארט?
מ'צאלט צו סאך אדער צו ווייניג?

Brings out both sides very good
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

אונטרעסאנט איך זעה נישט מען זאל קאכען ווי א קעסל פון לעיזערס שכר לימוד שמועס.
קומט אריין זייער קלאר. טיילט פעטש פאר יעדן. א קעפעטיליסט מהלך פאר מוסדות התורה.

1) סזאל זיין א סעט פרייז וויפיל שכר לימוד קאסט. נישט געמאסטען לויט די נאז אדער דיין וויינען.נאר סזאל זיין א סיסטעם פון הנחה'ס למשל איינער וואס האט מער ווי דריי קינדער אין די מוסדות זאל אטאמאטיש באקומען א 10 פראצענט הנחה 5 קינדער א 15 פראצענט הנחה. וכדומ'

2) אויב איינער קען נישט באצאלען. זאל ער אפלייען פאר א הנחה מוועט דן זיין לויט זיינע פיינענשאלס און לויט זיין לייפ סטייל.

3) דער אדמיניסטראטאר איז נישט קיין עוסק בצרכי ציבור באמונה ער מאכט א שיינע גראבע וועידש איך וויל זען וואס דו טוסט דארט וואזוי די פירסט דעם בודשעט
.
4) קום מיר נישט זאגען אז אין די פייוו טאונס צאלט מען 1000 שכ''ל נאר אונז מרוב רחמנות בעט מען נאר 400 אדער 500 ווייל וואס שטעלט מען דארט צו און וואס דא.

5) מאכט ליצנות אז די היינטיגע מוסדות זענען פון תקנות ר' יושע בן גמלא. ווייל פאר מיידלעך איז נישטא קיין תקנה. צו געבן עסן פרישטיג און לאנטש איז אויך נישט נכלל אינעם תקנה. אויב ווילסטו מאכען תקנות ר' יושע בן גמלא זאלסטו נעמען אן אלטען איד וואס האט נישט קיין דשאב אים געבן א קאנטשיק אין לערנען קמץ אלף אין ווייבער שול. די היינטידע מוסדות איז א מעכטיגע מיליאן דאללער אינדוסטרי און סקאסט אויפצוהאלטען.
כהאב זיכער אויסגעלאזט נאך נקודות.
אבער הקיצור אין איין ווארט. זיין קאפ לויפט אז אידישקייט דארף זיך פירען און אויפהאלטען אויף א קאפיטאליסטיששע מהלך
לויט אים זאל מען גיין וואוינען אין פלארידע.( אדער א אנדערע פלאץ וואס סאיז ביליג).
א סערוויס וואס די באקומסט דארפסטו באצאלען. קיינער איז דיר גארנישט שולדיג.

סאיז פונקט פארקערט צוליב וואס סאיז נישטא די ריכטיגע רועי ישראל וואס זאלען נעמען זאכען אין די הענט. אזוי ווי די צדיקים מייסדי המוסדות. והקהילות. והקריות. דא אין אמעריקע.
ווערען מיר צופליקט פונעם טייערען לייפ סטייל וואס די בעלי הממון צווינגען ארויף אויף אונז.
אבער מקען נישט זאגען אז דאס איז דער אויפן ווי אזוי א קהלה בישראל דארף זיך פירען.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ויואל משה מוסדות און קרית יואל האט אדאפטירט לעיזר קרויס מהלך און זייער עולם איז ווייט פון צופרידן
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

ר' לעזער זייער א שטארקע שמועס
וועגן צוויי סיבות האלט איך אז מען זאל נישט טוישן די איצטיגע שכר לימוד סיסטעם
1. די מוסדות ווערט געפירט דורך גרויסע פארטייען וואס חוץ די עיקר מטרה צו מחנך זיין די תשב"ר לעול התורה והמצוות איז אויך א שטארקע חלק געבויעט אויף אריינצוברענגן פרישע סולדאטען פאר די פארטיי, ווייל ווען א מוסדות האט ווען נישט קיין חדר האט ער נישט האבן קיין פארענטשעס 15 יאר ארום.
2. אין א יעדע קהלה זענען דא גרויסע עשירים וואס זענען גרייט צו געבן שיינע סכומים כדי צו זיין אנערקענט אין די קהלה נו פארוואס זאלן נישט די ארימע געניסן דערפון.
גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטגעזאגט »

מונקאטש חדר אין מאנסי ארבעט אויף אזא סיסטעם. זיי האבן געמאכט א סעט פרייז פין אכט טויזענט דאלאר א קינד. אין דעם רעכענען זיי אריין. שכר לימוד. טראנספערטעישען. רעגיסטראציע. אינשוראנס. ספרים. בוקס. סקול סופלייס. טריפס. אז מען דארף א הנחה דארף מען אויספילן א פארם אין מען קען באקומען א הנחה פין טויזענט דאלאר א קינד.
וואס דו זאגסט איז גוט אפילו וואס די זאגסט נישט!!!
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

א גוט יאר ר' לעיזר.

באמת האב'ך שוין לאנג געווארט אז דו זאלסט נעמען די נושא אין מויל אריין, כ'האב געהאלטן דו וועטס האבן בערך אזא צוגאנג.
(איינער פרעגט מיר אמאל וואס איז אזוי אינטערסאנט אויסצוהערן די זעלבע מענטש נאכאמאל אין נאכאמאל, זאג'ך אים "די ערשטע פאר מאל האב'ך'ם אויסגעהערט פשוט צו הערן א צווייטנסט מהלך המחשבה, פון דא אין ווייטער הער איך אויס צו זעהן צו כ'טרעף צו צו זיין מהלך המחשה, אין רוב מאל ארבעט עס אקאראט #וואס וואלט ר'בלעיז געזאגט אזא צייט!).

לענינו: איך האב אפגעשאצט דיין מהלך אינגאנצן אנדערש לגבי די ענין פון שכ"ל, מוסדות, קהל'ישע באדערפענישן.
כ'האב מיר זייער געפריידט צו הערן אז דו רעדסט שוין פון די נושא, אבער כ'בין געווארן סורפרייזט הערנדיג ווי דו רעדסט אזוי ווי די אלע וועמען דו האסט אראפגעריסן ביז יעצט.

דיין שפראך איז:
קיינער קומט די גארנישט!
האסט טענות? טוה אנדערש!
ביזט נישט געבינדן אין קיינעמס מיינונג!

און פליצלינג ווילסטו אריינקריכן אין יענעמס באדשזעט, איי ס'איז נישט יענעמס, ס'איז דיינס דו באצאלסט.
אבער אויב ביזטו נישט צופרידן, דו האסט נישט קיין פולע טראסט אין זיי, זיי זאגן די לינגט ברבים אז זיי קענען זיך נישט דעקן, זיי מאכן די סתם פילן ווי זיי טוהן א גאנצע טובה אז זיי בעטן נאר 400$ א חודש, דזאסט וואק אוועק.

כ'האלט אויך אז דו ביזט גערעכט, כ'רעד נאר אז די לעיזונג דארף זיין אויף "לעיזר קרויסנס מהלך", פארשטייסט וואס'ך מיין?

כ'האב מיר פארגעשטעלט אזוי. (בערך ווי ביי חתונות)
וועסט ארויסברענגן די געדאנק

1] וואס איז א חדר? א מלמד מיט קינדער לערנען! 4000$ בערך א חודש פארן מלמד [געוואנדען אין די יארגענג]. פאר א כתה פון 25 קינדער איז עס 160 א חודש.

2] טראנספארטאציע: מען מאכט א חדר אין יעדע געגענט, איין חדר פאראלעל (כ'זאג עס גוט?) וואס די עלטערן ברענגען צו, דאס איז ביז 5-7 מינוט צופיס.
דאס הייסט אז יעדע 10-15מינוט וואק איז דא נאך א לאקאציע פון א מוסד. מיט דעם איז טראנספארטאציע א פארגאנגענהייט.

3] ארויסברענגען א געדאנק וואו מ'קען צוזאמנעמען די קינדער. ס'קען זיין אין 9 באזונדערע דיינונג רומ'ס אינעם מלמד'ס שטוב, פאר כיתות א-ט.

4] פרישטאג עסט מען אינדערהיים, לאנטש ברענגט מען מיט.

5] שעפערישע אינגעלייט מאכן א נעט-ווארק פון די סארט מוסדות, אונטער אן השגחה פון חשובע דיינים, אדער אונטער די השגחה פון א אפיס מיט אן אויגעלע צו אלע כיתות.

6] מיט דעם קען מען זיין סאך מער פלעקסיבל מיט געוויסע סערוויסעס.

7] וכו' וכו',

#ביטע נישט ליינען די בלויזע טעקסט פון די תגובה. נעם עס קודם אריין אין דיין מוח, און דאן טראכט עס איבער מיט אייער קריעטיוועטי.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

קולמע וואסער. דארף עפענען א ליניע פאר לדעתי. ער האט איבערגענומען לעיזער קראוסענס מהלך.
אונזער רעב לעיזער איז געווארען א פארט פון די עסטעבלישמענט. אוי לאותה זושא אוי לאותה כליפה.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

לדעתי האט געשריבן:א גוט יאר ר' לעיזר.

1] וואס איז א חדר? א מלמד מיט קינדער לערנען! 4000$ בערך א חודש פארן מלמד [געוואנדען אין די יארגענג]. פאר א כתה פון 25 קינדער איז עס 160 א חודש.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

און לע"ע מאכן נישט די סאטמארע מלמדים קיין אלף א וואך. ווייט דערפון.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א פונקט וואס איך האלט אז יעדער קען אגריען: די סודות'פולע סיסטעם פון שכ"ל הנחות.

אני הקטן האב נאך קיינמאל נישט געהאנדלט אויף שכ"ל. מען האט מיך שוין 3 מאל געהעכערט, און איך האב 5 קינדער אין די מוסדות בליעה"ר. ווילאנג איך קען דאס באצאלן איז דאך גוט. עס קומט נישט אן גרינג און איך שטרענג מיך טאקע היבש אן דאס צובאצאלן. איך ארבייט שווער פאר מיין געלט און איך געב אבאכט אויף יעדע דאלאר.

מצד השני, איז פאראן אזעלכע וואס מאכן ענליך אדער אביסעלע מער געלט ווי מיר, פירן א דאפלטער בודזשעט ווי מיר, און ווען ס'קומט צו שכ"ל זענען זיי יעדע חודש אויפן טעלעפאן מיט די הנהלה צו "פארהאנדלען". מען טענה'ט זיך שעה'ן, און צום סוף מאכט מען א פשרה. די הנהלה גיבט נאך, צו ווייל מ'וויל צופרידנשטעלן דעם נודניק, צו ווייל מ'וויל באקומען באצאלט דאס וואס יענער איז שוין שולדיג עטליכע חדשים.

איך קען אסאך אזעלכע וואס האבן באקומען אויף אופנים דיסקאונטס נאכן אראפהאנדלען. מען דארף פשוט האבן די פיסק, און ביי געוויסע איז עס ווי לעיזער זאגט "מען דארף בלויז זאגן די ערשטע נאמען און די לעצטע נאמען"...
איך דענק איינמאל האט זיך בטעות מיטגעכאפט א בילל אין מיין סטעיטמענט פון עמיצן מיט 2 קינדער אין די מוסדות, איך וויל נישט דערציילן וואס איך האב דארט געזען.

איינער וואס האט באמת נישט קיין געלט, אדער האט א גרויסע פאמיליע, אדער א געוויסע סיטואציע, איז טאקע בארעכטיגט צו געניסן פון הנחות. אפילו פון טיפע הנחות. אבער פארוואס דארף מיין טאכטער גיין אין איין קלאס פון 31 מיידלעך, מיט א צובראכענע הייצונג, ווייל איינער דארף פינאנצירן היימישע סטאנדארטן אויפן חשבון פון שכ"ל?
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ר' יום טוב האט געשריבן:א פונקט וואס איך האלט אז יעדער קען אגריען: די סודות'פולע סיסטעם פון שכ"ל הנחות.

אני הקטן האב נאך קיינמאל נישט געהאנדלט אויף שכ"ל. מען האט מיך שוין 3 מאל געהעכערט, און איך האב 5 קינדער אין די מוסדות בליעה"ר. ווילאנג איך קען דאס באצאלן איז דאך גוט. עס קומט נישט אן גרינג און איך שטרענג מיך טאקע היבש אן דאס צובאצאלן. איך ארבייט שווער פאר מיין געלט און איך געב אבאכט אויף יעדע דאלאר.

מצד השני, איז פאראן אזעלכע וואס מאכן ענליך אדער אביסעלע מער געלט ווי מיר, פירן א דאפלטער בודזשעט ווי מיר, און ווען ס'קומט צו שכ"ל זענען זיי יעדע חודש אויפן טעלעפאן מיט די הנהלה צו "פארהאנדלען". מען טענה'ט זיך שעה'ן, און צום סוף מאכט מען א פשרה. די הנהלה גיבט נאך, צו ווייל מ'וויל צופרידנשטעלן דעם נודניק, צו ווייל מ'וויל באקומען באצאלט דאס וואס יענער איז שוין שולדיג עטליכע חדשים.

איך קען אסאך אזעלכע וואס האבן באקומען אויף אופנים דיסקאונטס נאכן אראפהאנדלען. מען דארף פשוט האבן די פיסק, און ביי געוויסע איז עס ווי לעיזער זאגט "מען דארף בלויז זאגן די ערשטע נאמען און די לעצטע נאמען"...
איך דענק איינמאל האט זיך בטעות מיטגעכאפט א בילל אין מיין סטעיטמענט פון עמיצן מיט 2 קינדער אין די מוסדות, איך וויל נישט דערציילן וואס איך האב דארט געזען.

איינער וואס האט באמת נישט קיין געלט, אדער האט א גרויסע פאמיליע, אדער א געוויסע סיטואציע, איז טאקע בארעכטיגט צו געניסן פון הנחות. אפילו פון טיפע הנחות. אבער פארוואס דארף מיין טאכטער גיין אין איין קלאס פון 31 מיידלעך, מיט א צובראכענע הייצונג, ווייל איינער דארף פינאנצירן היימישע סטאנדארטן אויפן חשבון פון שכ"ל?

פארוואס זאל מען דיר נישט העכערן נאך 3 מאל אז די טאנצט קדוש עניוועי
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

לדעתי האט געשריבן:
כ'האב מיר פארגעשטעלט אזוי. (בערך ווי ביי חתונות)
וועסט ארויסברענגן די געדאנק

1] וואס איז א חדר? א מלמד מיט קינדער לערנען! 4000$ בערך א חודש פארן מלמד [געוואנדען אין די יארגענג]. פאר א כתה פון 25 קינדער איז עס 160 א חודש.

2] טראנספארטאציע: מען מאכט א חדר אין יעדע געגענט, איין חדר פאראלעל (כ'זאג עס גוט?) וואס די עלטערן ברענגען צו, דאס איז ביז 5-7 מינוט צופיס.
דאס הייסט אז יעדע 10-15מינוט וואק איז דא נאך א לאקאציע פון א מוסד. מיט דעם איז טראנספארטאציע א פארגאנגענהייט.

3] ארויסברענגען א געדאנק וואו מ'קען צוזאמנעמען די קינדער. ס'קען זיין אין 9 באזונדערע דיינונג רומ'ס אינעם מלמד'ס שטוב, פאר כיתות א-ט.

4] פרישטאג עסט מען אינדערהיים, לאנטש ברענגט מען מיט.

5] שעפערישע אינגעלייט מאכן א נעט-ווארק פון די סארט מוסדות, אונטער אן השגחה פון חשובע דיינים, אדער אונטער די השגחה פון א אפיס מיט אן אויגעלע צו אלע כיתות.

6] מיט דעם קען מען זיין סאך מער פלעקסיבל מיט געוויסע סערוויסעס.

7] וכו' וכו',

#ביטע נישט ליינען די בלויזע טעקסט פון די תגובה. נעם עס קודם אריין אין דיין מוח, און דאן טראכט עס איבער מיט אייער קריעטיוועטי.

;l;p- ;l;p- ;l;p- :wink:
טעיק איט איזי
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

רעב לעזער, פארוואס לייגט מען ארויף אייערע שמועסן א טאג צוויי שפעטער, עטליכע וועד'ים קוק'ן עס דורך??
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

רבי אליעזר אויב האט מען נישט שכר לימוד צו צאלן זאל מען נישט שיקן אין חדר ? (איך קען מיך דאך דאס נישט עפארדן .......?}
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ון
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

איינער ווייסט אפשר אויף וועלכע מוסד'ס פעיראלל רעב לעיזער איז ארויף? אדער גאר עטליכע מוסדות צאלן בשותפות

ער מאכט עס ניטאמאל גוט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

פ״װ רעדט ר׳ אליעזר נאר װעגען די CEO פון די מוסדות (אדמיניסטראטאר) אין נישט פון די בעה״ב פון די מוסדות(די רבי זז״ג)?
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

abeg האט געשריבן:פ״װ רעדט ר׳ אליעזר נאר װעגען די פון די מוסדות (אדמיניסטראטאר) אין נישט פון די בעה״ב פון די מוסדות(די רבי זז״ג)?

ער האט דעך אליין א רבי, דארף ער וואטשן...
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

יונגרייז האט געשריבן:רעב לעזער, פארוואס לייגט מען ארויף אייערע שמועסן א טאג צוויי שפעטער, עטליכע וועד'ים קוק'ן עס דורך??

איך האב אריינגעשיקט שפעט
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”