אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:56 am

א פיינעם שלאס, נאר א שאד אז ס׳איז ארויף אפאר מינוט צו פרי, כ׳האב נאך געוואלט שרייבן איין זאך...
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:24 pm

אין די נושא וואקסין און אנטי וואקסין האב איך בכלל נישט גענומען קיין מיינונג, אדרבה קוקט'ס מיינע תגובות איז עס מער נוטה צו די פרא וואקסינען (און איך געב טאקע). למעשה איז אייוועלט לכאורה א פלאץ ווי מען קען האבן אן אפענע דעבאטע, אזוי וואלט ווען געדארפט זיין! למעשה זעה איך אז די מנהלים דא האבן אגענדע'ס, און זיי וועלן בכלל נישט ארויפלאזן סיי וועלכע זאכליכע ווערטער עס איז דא אנטקעגן די וואקסינען.

אין אישי האב איך באקומען עטליכע מעסעזשעס וואס פראווט די פאקט, אז ווען מען שיקט דא א מעסעזש וואס איז אנטי וועט מען דאס נישט ארויפלאזן (חוץ אומוויכטיגע און אומדעצידירנדע מעסעזשעס). און דאס מיינט לכאורה אז די טענה פון די אנטי ווערט בכלל נישט ארויפגעברענגט נערמאל.

דא איז א מעסעזש וואס איך האב געשיקט, און צו קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס דאס טאר נישט ארויפגיין? און נאכאמאל, איך בין סאך מער נוטה צו די פרא, אבער אין פאקט בין איך איבערצייגט געווארן אז די מנהלים דא לאזן נישט קיין נערמאל שמועס אין די נושא.

Waukesha האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
די סטאדי זאגט אזוי, אין די צייטען פאר די וואקסין איז געוועהן 25% מער פרויען אין אמעריקע צווישען 25 און 29 וואס האבן געהאט קינדער ווי די צייט נאך דעם. איך זוך נישט מען זאל מיר מעקן דא אבער יעדער וואס ווייסט אביסל וואס טוהט זיך אין די גוי'שע גאס, פארשטייט אז חוץ פון די וואקסין איז אין די לעצטערע יארן פאר געקומען אסאך אנדערע זאכן וואס האט גורם געווען אז דאס זאל געשען, די סטאדי פירט טאקע נישט אויס אז עס מוז זיין אז עס קומט פון די וואקסין, נאר אז מען דארף מער פארשען. האב איך געלייגט די לינק צו די CDC, ווי זיי שרייבען אז זיי האבן טאקע מער געפארשעט און געפונען אז עס האט נישט קיין שייכות.

האבן מיר דא א שוואכע סטודי אויף א גאווערמענט וועבסייט (NCBI איז א גאווערמענט וועבסייט ווי מען קען גרינג ארויף לייגען סטודיס אפי' שוואכע) וואס זאגט עפעס 25% און נישט האבן קיין קינדער. פונקט גענוג פאר איינער ווי ביגטרי צו זאגן "די גאווערמענט האט א סטודי וואס ווייזט אז HPV וואקסין מאכט 25% ווייניגער קינדער" און די ציהערער פארשטייט שוין אז די FDA איז מודה אז HPV וואקסין איז גורם 25% קינדערלאזיקייט.


האב איך געשריבן אויף דעם בערך די לשון:
דאכט זיך מיר אז די האסט נישט ריכטיג געליינט די סטאדי, דעריבער לייג איך דא די ווערטער פון די סטאדי אין ענגליש:

This study analyzed information gathered in National Health and Nutrition Examination Survey, which represented 8 million 25-to-29-year-old women residing in the United States between 2007 and 2014. Approximately 60% of women who did not receive the HPV vaccine had been pregnant at least once, whereas only 35% of women who were exposed to the vaccine had conceived. For married women, 75% who did not receive the shot were found to conceive, while only 50% who received the vaccine had ever been pregnant.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:37 pm

פארשטייט זיך אז איר זענט איבערצייגט קען דאך מער קיינער דערין נישט אריינרעדן... אבער אינטרעסאנט צו הערן ווי אזוי פונקטליך מען ווערט איבערצייגט ווען דער מיט וועם די שרייבסט זיך האט דאך בעצם געשריבן פרא וואקסין, און האט געשריבן א תגובה נעכטן ערגעץ נאך 4'ע, און אפראווד געווארן ערשט היינט צופרי, און ער וואלט פונקט אזוי איבערצייגט געווארן אויף פארקערט...

צו זיין קלארער דיין תגובה האסטו געשריבן "דורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:24 pm היינט" און דער וואס אפראווד די תגובות דארט האט מן הסתם נאכנישט באזוכט דארט נאך זיין צופרי באזוך. דארף מען אים איינמעלדן טאקע אז דיין תגובה דארף מען שוין נישט אפראווען שטייט דאך שוין דא...

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:47 pm

מר. למעלה עס איז טאקע אינטערסאנט אז דער זעלבער "אחראי" האט שוין אפראווד זייט דעמאלס אנדערע זאכן אבער דאס נישט. און יא אז מען איז איבערצייגט קען מען נישט אריינרעדן... ווייל איך האבן באקומען עטליכע "קוואט'ס" פון זייער זייער נערמאלע תגובות (און אביסל שכל האב איך אויך וואס מיינט נערמאל) אנטקעגן די וואקסינ'ס, מיט סטאדי'ס וכדומה, און זיי האבן געטענה'ט אז מען האט דאס נישט ארויפגעלייגט.

און נאכאמאל איך בין בכלל נישט אנטי וואקסינען (גלייבסט מיר נישט, טשעק מיינע תגובות), אבער אז די מנהלים לאזן נישט ארויף קיין אנטי וואקסינען תגובות מיינט דאס אז די מנהלים האבן דא אן אגענדע. (יעצט שריי אז די אלע זאגן ליגנט).

מחשב
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:26 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:מר. למעלה עס איז טאקע אינטערסאנט אז דער זעלבער "אחראי" האט שוין אפראווד זייט דעמאלס אנדערע זאכן אבער דאס נישט. און יא אז מען איז איבערצייגט קען מען נישט אריינרעדן... ווייל איך האבן באקומען עטליכע "קוואט'ס" פון זייער זייער נערמאלע תגובות (און אביסל שכל האב איך אויך וואס מיינט נערמאל) אנטקעגן די וואקסינ'ס, מיט סטאדי'ס וכדומה, און זיי האבן געטענה'ט אז מען האט דאס נישט ארויפגעלייגט.

און נאכאמאל איך בין בכלל נישט אנטי וואקסינען (גלייבסט מיר נישט, טשעק מיינע תגובות), אבער אז די מנהלים לאזן נישט ארויף קיין אנטי וואקסינען תגובות מיינט דאס אז די מנהלים האבן דא אן אגענדע. (יעצט שריי אז די אלע זאגן ליגנט).


זאג מיר, איך בין פרא? כ'מיין אז יא, און כ'האב שוין אויך געהאט אז מ'האט נישט אפראוועד מיינע תגובות פאר קיין סיבה, מסתמא האט זיך עס ערגעץ פארלוירן. נאר היות ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אהן, איז לאז געמאך... דאס האב איך שוין גראדע אסאך מאל געהאט אז מ'האט אפראוועד מיינע שפעטער ווי אנדערע, און נישט נאר ביי וואקסינס.
הוי מחשב...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:06 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:מר. למעלה עס איז טאקע אינטערסאנט אז דער זעלבער "אחראי" האט שוין אפראווד זייט דעמאלס אנדערע זאכן אבער דאס נישט. און יא אז מען איז איבערצייגט קען מען נישט אריינרעדן... ווייל איך האבן באקומען עטליכע "קוואט'ס" פון זייער זייער נערמאלע תגובות (און אביסל שכל האב איך אויך וואס מיינט נערמאל) אנטקעגן די וואקסינ'ס, מיט סטאדי'ס וכדומה, און זיי האבן געטענה'ט אז מען האט דאס נישט ארויפגעלייגט.

און נאכאמאל איך בין בכלל נישט אנטי וואקסינען (גלייבסט מיר נישט, טשעק מיינע תגובות), אבער אז די מנהלים לאזן נישט ארויף קיין אנטי וואקסינען תגובות מיינט דאס אז די מנהלים האבן דא אן אגענדע. (יעצט שריי אז די אלע זאגן ליגנט).

ווי געזאגט אויב האט איר אייער מיינונג אפגעמאכט איז דאך די פאקטן נישט נוגע. אבער פאר די וואס ווילן יא וויסן די אמת, דאס איז די תגובה וואס ער ציטיר'ט דא viewtopic.php?p=1997084#p1997084 נאך די תגובה איז דא נאך איין תגובה, קוקט'ס די דאטום/זייגער ווען יענע תגובה איז געשריבן געווארן און זעט וואס איך האב פריער געברענגט ווען ער האט געשריבן זיין תגובה, כ'זע נישט קיין איין תגובה נאכדעם.

יתכן איר רעדט אז ער האט אפראווד אין אנדערע אשכולות, יא מעגליך, ס'איז דאך מער ווי איין אחראי וואס דרייט זיך דא, און אפילו ווען נישט, ער מעג זיך קלויבן וועלכע אשכול ער זאל דורכקוקן און וועלכע נישט. כ'גלייב נישט אז די רעדסט זיך איין פאר איין רגע אז די אחראים זעען די אשכולות/תגובות אין אן אנדערען אויסשטעלן ווי די זעסט עס, ווי כאילו אלע תגובות וואס ווארטן צו אפראווד ווערן שטיין אין א רייע און ער האט דאס איבערגעהיפט.

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:25 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אין די נושא וואקסין און אנטי וואקסין האב איך בכלל נישט גענומען קיין מיינונג, אדרבה קוקט'ס מיינע תגובות איז עס מער נוטה צו די פרא וואקסינען (און איך געב טאקע). למעשה איז אייוועלט לכאורה א פלאץ ווי מען קען האבן אן אפענע דעבאטע, אזוי וואלט ווען געדארפט זיין! למעשה זעה איך אז די מנהלים דא האבן אגענדע'ס, און זיי וועלן בכלל נישט ארויפלאזן סיי וועלכע זאכליכע ווערטער עס איז דא אנטקעגן די וואקסינען.

אין אישי האב איך באקומען עטליכע מעסעזשעס וואס פראווט די פאקט, אז ווען מען שיקט דא א מעסעזש וואס איז אנטי וועט מען דאס נישט ארויפלאזן (חוץ אומוויכטיגע און אומדעצידירנדע מעסעזשעס). און דאס מיינט לכאורה אז די טענה פון די אנטי ווערט בכלל נישט ארויפגעברענגט נערמאל.

דא איז א מעסעזש וואס איך האב געשיקט, און צו קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס דאס טאר נישט ארויפגיין? און נאכאמאל, איך בין סאך מער נוטה צו די פרא, אבער אין פאקט בין איך איבערצייגט געווארן אז די מנהלים דא לאזן נישט קיין נערמאל שמועס אין די נושא.

נאכן ענטפער פונעם מנהל שטעלט זיך ארויס אז איר האט געשריבן און ארויפגעלייגט דעם יעצטיגן תגובה א קארגע דריי שעה נאכן פראבירן ארויפצולייגן יענע תגובה און קיין איין אנדערע תגובה איז נישט ארויף אין יענעם אשכול לענגאויס דעם קורצן צייט אפשניט. פון דעם האט איר פארשטאנען אז מען פסל'ט תגובות צוליב נגיעות... איר זענט איבערצייגט גאר...

איר פארשטייט אז אייוועלט דארף זיין א פלאץ וואו מען זאל קענען האבן א אפענע דעבאטע, איז לאמיר אייך זאגן אויף וועלכע אופן מען קען זיכער נישט האבן קיין אפענע דעבאטע. אבער צום ערשט לאמיר אביסל בעסער אויסשמועסן פארוואס עס איז אזוי וויכטיג - און ספעציעל ביי די נושא פון וואקסינען - צו קענען האבן א אפענע דעבאטע.

אין יעדע מחלוקה און אין יעדן פאל וואו עס איז פארהאן מיינונגס פארשידנהייטן איז דא א געוואלדיגע מעלה ווען די בעלי הדעות האבן די מעגליכקייט צו ערקלערן וואס, פארוואס, און אויף וואס זייער מיינונג איז באזירט, דאס געבט דעם מעגליכקייט פאר דער וואס שטייט אויפן אומגערעכטן זייט אז ער זאל קענען איינזעהן אין זיין טעות... עה.. עכ"פ אזוי וואלט געדארפט זיין.. אבער עס איז דאך נישט בלויז איבער דעם הויפט אדער אויסטרעפער פונעם מיינונג, [געווענליך טשעפענען זיך אן צו ביידע צדדים געוויסע מענטשן צוליב פארשידענע סיבות אדער מאטיוון, און ווידער, די רעדע איז אויך נישט בלויז איבער זיי,] עס איז דאך פארהאן הונדערטער אדער טויזענטער אנדערע - און אין געוויסע פעלער צענדליגע טויזענטער אדער אפילו מיליאנען - וואס ווילן וויסן ווער איז גערעכט און ווער איז נישט, צומאל איז דאס בלויז צו געניסן פון טעארעטישע קלארקייט, צומאל קען דאס דירעקט אדער אומדירעקט אפעקטירן די אנדערע מענטשן, און צומאל איז עס נוגע צו זיי פון א פאקטישע זין, זיי ברויכן פאסן א באשלוס אויף למעשה איבער יענע אנגעלעגנהייט און זיי ווילן אוודאי אז עס זאל זיין די ריכטיגע החלטה. און עס איז איבעריג אויסצושמועסן אז צומאל קען דאס זיין אין אידישקייט, אין געזונט, אדער אין סיי וועלכע אנדערע גאר וויכטיגע און ערענסטע אנגעלעגנהייטן.

לאמיתת הדבר פון א פאקטישע שטאנדפונקט איז פארהאן פעלער וואס איין צד איז אינגאנצן אומגערעכט, עס איז פארהאן פעלער וואס עס איז א ענין פון שיקול הדעת - עס איז פארהאן א גערעכטיגקייט אין ביידע צדדים, און עס איז אפילו דא פעלער ווען די גערעכטיגקייט קען צוטיילט ווערן צווישן ביידע פון זיי. אבער אין יעדן פאל קען דאס קלאר ווערן פארן פובליק ווען ביידע צדדים האבן די מעגליכקייט ארויסצוברענגן זייער צד. איר רעדט טאקע פון וואקסינען אבער דאס איז אמת אין יעדע קאנטראווערסיאלע הינזיכט אנגעהויבן פון חינוך (א אידישקייט פראגע, דאס וויכטיגסטע אין אונזער לעבן) און ביז טראמפ'ס פאליטיק, ביידע צדדים מוזן קענען ארויסברענגן זייער צד.

אבער עס מאכט זיך צומאל - און לעצטענס צו אפט - וואס געוויסע אנטיילנעמער אין א דעבאטע זוכן וועגן אויסצומיידן, אדער בעסער געזאגט, אוועקצונעמען אט די רעכט פונעם צווייטן צד, די רעכט פון בלויז פארציילן דעם גרונד פון זיין מיינונג. די גרינגסטע וועג דאס צו טון וואלט געווען אים נישט צו לאזן רעדן, אבער דאס איז א אוממעגליכע אפציע אין רוב פעלער, געווענליך צוליב באגרעניצונגען אין טעכנישע מעגליכקייטן און צומאל צוליב אנדערע זעלבסט פארשטענדליכע סיבות.
און אויף דעם איז לעצטנס אויסגעטראפן געווארן א רייע נייע מיטלען מיט וואס מען באנוצט זיך, ווי געזאגט, צו אפט.

דאס פאסירט ווען אין געוויסע קאנטראווערסיאלע נושאים ווערן די בלויזע פאקטן פארטוישט אדער אומריכטיג ארומגעפירט, און אין געוויסע פעלער איז די דין ודברים אויב מען קען בכלל גלייבן די זאכן וואס איינע פון די צדדים שטעלן פאר אלס פאקט, און ווי איראניש דאס הערט זיך וועט אפט מאל אפילו זיין א דין ודברים איבער פאקטן וואס ביידע צדדים זענען מודה אין איר ריכטיגקייט, מענטשן ווילן זעהן איבערווייז אויף אלעם און אלעמען און זענען אייביג אין צווייפל ביי וועלכע פלאץ עס הייבט זיך אן די עכטע מחלוקה און ביז וואו זענען די פאקטן אויף וואס אלע זענען אייניג איינשטימיג, אדער עכ"פ אויף וואס אלע וואלטן געדארפט זיין איינשטימיג, דאס שטעלט אייוועלט אין גאר א וויכטיגע ארט ביי אזעלכע אנגעלעגנהייטן וויבאלד אין אייוועלט איז אייביג דא דער צווייטער וואס וועט קענען איבערווייזן אדער אויפמערקן אין דעם ערשטנ'ס טעות, ליגנט, אדער קאפ דרייעניש.

עס איז קיין אונטערשיד וואס אייער שטאנד איבער וואקסינען איז, (און איך האב מיר נישט באמיהט אפירצוזוכן אייער תגובות זיך צו איבערצייגן אייער שטעלונג,) דאס וועט איר מוזן אנערקענען אז די מעדיצינישע וועלט'ס צד לגבי וואקסינען ליידט פון אזא סארט פראבלעם - קיין חילוק אויב מיט רעכט אדער נישט - זייער מיינונג קען נישט ארויסגעזאגט ווערן, "זיי זענען אינטערגעקויפט" אדער "זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך" דאס איז וואס ווערט געפרעדיגט. און איך מיין נישט צו זאגן דא אז דאס מאכט די אנטי'ס אויטאמאטיש אומגערעכט, און אויך נישט אז די אנטי צד ליידט נישט מעגליך פון די זעלבע פראבלעם, אדרבה אויב האלט איר יא אזוי מאכט עס די געדאנק בלויז שטערקער, די געדאנק איז אז עס ווערט שווער אין די אלגעמיינע וועלט די מעגליכקייט פון הערן איינעם'ס מיינונג ווען אלע ערשטע פאקטן אויף וואס ביידע מיינונגען זענען געבויעט ווערן געשטעלט אין פראגע.

די צומישעניש וואס הערשט ארום געוויסע נושאים איז איבערשטרענגענד ביז גאר און די דעבאטע אין די וועלט איבער אזעלכע הינזיכטן האט א גאר קליינע שאנסן צו ברענגן עפעס קלארקייט, אבער אין די זעלבע צייט טרעפן מיר אויף אייוועלט א פלאץ פאר א מער קלארערע און מער אפענע דעבאטע ווי איבעראל וויבאלד יעדער האט די זעלבע רעכט צו רעדן און אזוי קען מען צוזאמען פעסטשטעלן פאקטן, איבערווייז, און אלעס ארום.

עס איז אן צווייפל פארהאן פעלער וואס געוויסע וועלן אריינרעדן אין א וועג וואס ברענגט נישט קיין שום קלארקייט - שיין געזאגט, אבער געווענליך איז עס אפען פאר אלע ארומיגע, יעדער קען זען ווען איינער פארדרייט די שמועס, ברענגט א רייע ארגומענטן וואס זענען אין קעגנזאץ איינס צום צווייטן, אדער פארציילט סיי וואספארא אנדערע אומדערמאכטע שטות. דאס אלעס נעמט נישט אוועק פון די אפעקט וואס א אפענע דעבאטע קען האבן, עס מאכט שטארק נערוועז, אבער אין אלגעמיין ברענגט עס נישט קיין שאדן.

אבער דא קומט איר אריין אין בילד און איר טרעפט א נייע וועג אויסצומיידן פונעם צווייטן דעם רשות הדיבור, אוודאי נישט טעכניש אבער אויף א אופן וואס מאכט אז אלעס וואס סיי ווער פון א צד זאגט ווערט אומבאגלויבט און ווערטלאז. און נישט ווייל דער צווייטער קען אויפווייזן אנדערש נאר "אה, האסט געליינט אויף אייוועלט ווי אייינער האט געענטפערט א נארמאלע תירוץ אויף א קשיא (וואס די קשיא האט, אגב, געקענט זיין בלויז געהאקט אין קאפ)? נע! ס'איז זיכער דא א פירכא דערויף!" איי פארוואס האט עס קיינער נישט געשריבן? "ווייסט נישט אז די מנהלים דא לאזן נישט ארויף די צווייטע צד?!"

אט דאס נעמט אוועק די אפענע דעבאטע פון וואס איר רעדט אויף די שטערקסטע אופן שייך.

דאס מיינט אז מיט אייער תגובה פראבירט איר אוועקצונעמען די אפענע דעבאטע, נישט ווייל עס איז טאקע נישט אפען, נאר ווייל פאר עפעס א סיבה גלייכט איר ענדערש אז די דעבאטע זאל נישט קענען פארקומען, איר ווילט נישט אז יענער זאל קענען רעדן, און דערמיט מאכט איר די אזוי וויכטיגע און געוואונטשענע אפענע דעבאטע אלס ווערטלאז.

אלזא, איז דען אמת אז די מנהלים דא וועלן ענדערש פסל'ן אדער באשטעטיגן א תגובה צוליב די צד וואס דער שרייבער ברענגט ארויס? עס איז אומלאגיש און אלע רעכטדענקיגע מענטשן דא פארשטייען און זעהען אז לא היה ולא נברא. און אויב די סייט וואלט געפירט געווארן אויף אזא אומגערעכטע וועג דאן וואלט איר געווען גערעכט מיט אייער תגובה, אבער צו אייער שלעכט מזל האט איר אויך מגלה געווען וואס עס האט אייך איבערצייגט דערין, און צו אונזער גוט מזל האט א מנהל (אנשטאט אויסצומעקן אייער תגובה - וואס איך וואלט געטון ווען איך וואלט געווען א גענעראל אין אייער פאנטאזירטע דיקטאטורישע רעזשים) בלויז פארציילט אביסל מער איבער די פאקטן ארום אייער איבערווייז, און אט האט זיך ארויסגעשטעלט אז איר שטעלט אן א פנים ווי איר ווילט א אפענע דעבאטע אין די זעלבע צייט וואס איר פארהאקט די וועג פאר די כמעט איינציגסטע אפענע דעבאטע וואס איז פארהאן צווישן אידן.

דאס איז איינמאל זיכער אז אויב וואלט געליגן סיי וואספארא ברעקל פון ווארהייט אין אייער קלאגע וואלט דאס שוין ארויפגעקומען אויף די אויבערפלאך, און וואו מען האלט היינט, היבש איבער צען יאר פון די גרינדונג פון אייוועלט, איז זיי דאס אויף א וואונדערליכע וועג געלונגען צו פארדעקן... און אפילו אויך מיט אייער יעצטיגע האר אויפשטעלנדע איבערווייז אויף אנדערש...

אויב איך וואלט געווען א מנהל וואלט איך נישט בלויז אויסגעמעקט אייער יעצטיגע תגובה נאר אויך פארשפארט אייער אקאונט אויפן סייט, און נישט ווייל איר קריטיקירט אומריכטיג וואס וואלט געווען גענוג סיבה, נאר ווייל איר נעמט אוועק די מערסט וויכטיגסטע פארדינסט וואס אנדערע קענען ארויסנעמען פון דא. איך וואלט דאס געטון בשם אלע עלטערן וואס ווילן וויסן אויב זיי זאלן געבן וואקסין, אויב זיי דארפן זיין באזארגט איבער די חינוך פון זייער קינדער, און אפילו בשם די וואס ווילן וויסן וועלכע צד אין די וואלן זיי זאלן נעמען אין די עלעקשאנס.

און צו פארענדיגן וועל איך ברענגן א קליינע עפיזאד וואס האט פאסירט ביי מיר, סתם פאר אינטערעסאנטקייט אן קיין ציל אריינצוברענגן דא א מיינונג איבער די וואקסין נושא וואס באלאנגט ערגעץ אנדערש. נאכאמאל: דאס מאכט נישט קיין איין צד איבער וואקסינען אומגערעכט.

איך האב א שטיק צייט צוריק געשריבן א רייע תגובות אין די וואקסין דעבאטע און ערגעץ דעמאלס האט איינער מיר געשיקט א אישי אזוי:
איך וויל דיר נאר לאזן וויסן אז אלעס אין די וואקסין אשכול גייט דורך די אייוועלט צענזור, איך האב פראבירט ארויפצולייגן עכטע שטודיעס אקעגן דיר אבער זיי לאזן עס נישט ארויף, זיי זענען פרא וואקסין אזוי ווי דו ביזט, זיי לאזן ארויף פון צייט צו צייט אפאר אנטי זאכן אז זיי זאלן נישט אויסזעהן איינזייטיג. ביז אהער איז זיין מעסעדזש.

איך וועל זאגן דעם אמת אז איך בין געווען גאנץ נתפעל, ער האט גערעדט ווי א נארמאלע מענטש, נישט באשריגן אדער געהאט טענות, און אפילו נישט אפגעמאכט אז אויב איך נעם אן איין צד מיינט דאס אז איך בין פארהאקט פאר יענע צד, איך האב אנגענומען יענע מעסעדזש אזוי ווי ער זאל זאגן "אויב דו ווילסט זיך עקשנ'ען טו וואס דו ווילסט, אבער אויב דו ווילסט וויסן דעם אמת, זייט וויסן אז מען לאזט דיר נישט הערן דעם צווייטן צד."

איך האב אים צוריקגעשריבן בזה הלשון:
"שיקט מיר ביטע די לינקס אין אישי, אויב איר קענט צושרייבן בעפאר יעדע לינק א קורצע דיסקריפציע פון די אינהאלט פון די לינק איז נאך בעסער. א דאנק."

די צייט וואס איך האב געשיקט מיין ענטפער - אגב 17 מינוט נאך וואס ער האט געשיקט זיין מעסעדזש - איז געווען מיטוואך יולי 03, איבער צוויי חדשים צוריק,
ווען מיינט איר האט ער מיר געשיקט די לינקס וואס ער האט געהאט גרייט ביי זיך וואס פרעגן אפ מיינע ווערטער? אפאר שעה דערנאך? אפאר טעג? וואכן? אפשר נישט ממש די לינקס נאר געשריבן וואס ער האט דארט געזען? אפשר ערקלערט פארוואס ער קען עס נישט שיקן? Non of the above! איך ווארט נאך היינט אויף זיין ענטפער, ער האט אנגענומען א שטיל שווייגעניש איך האב גארנישט געהערט פון אים זינט דעמאלס... אומגלויבליך!

איך שטיי און איך וואונדער מיר, אפשר קען מיר איינער אויסקלארן, ווען ער שרייט ברבים אייוועלט אנפירער זענען איינזייטיג, פארשטיי איך נאך, ער וויל אז אנדערע זאלן מיינען, אבער ער קומט מיר פארקויפן אז ער האט לינקס קעגן מיינע ווערטער, וואס האט ער געמיינט? איך וועל צווייפלען אין מיין צד וועגן א אנאנימער מענטש אויף אייוועלט זאגט אז ער פארמאגט איבערווייז דערקעגן וואס ער וועט מיר נישט אויסזאגן...

איך האב עס געוואלט פארציילן אין די וואקסין דעבאטע אשכול א שטיק צייט שפעטער ווען איינער האט דארט געשריבן אז אייוועלט מעקט די אנטי'ס (וואס איז אגב געווען אין ענטפער צו @עפל קאמפאוט'ס שפעקולאציע אז די אנטי'ס ענטפערן נישט צום זאך בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין גוטע שרייבערס...), אבער איך האב עס למעשה נישט געשריבן וויבאלד עס איז נישט ממש א טייל אין יענע דעבאטע, אבער דא מיין איך אז עס אינטערעסאנט צו פארציילן. און כל שכן ווען איך טראכט אז @עפל קאמפאוט קען דאס אפשר אריינלייגן אין זיין קאלעקציע פון "פראוו" וואס ער פארמאגט אין זיין אישי קעסטל...

און בעפאר איך ענדיג וויל איך נאכאמאל דרוקן: פאר אלע וואס גלייכן נישט אז איך האב גענוצט וואקסין אלס משל, אדער זיי שפירן אז מיינע ווערטער טוט אריינרעדן איבער וואקסינען (וואס איז נישט געווען די כוונה דא), זאלן ביטע אריינגיין אין וואקסין דעבאטע צו ערקלערן פארוואס מיינע ווערטער מאכט נישט אומגערעכט די אנטי צד, און איך וועל בל"נ דארט אריינקומען איבערצוזאגן נאכאמאל דאס וואס איך זאג דא קלאר: אמת, מיין פונקט רעדט נישט אריין לגבי וואקסינען אויף איין וועג אדער אויף די אנדערע!

_ _ _ _ _

דער תגובה איז ארויסגעקומען צו לאנג און איך ווייס אז אין אזעלכע פעלער איז גרינג ארויסצונעמען פון די ווערטער לויט וויאזוי עס גלוסט זיך דעריבער וועל איך עס איבערשרייבן דא אין קורצן און אויף א בעסערע סדר.

1) א אפענע דעבאטע מיינט ווען ביידע צדדים קענען פארציילן זייער צד.
2) לויט לאגיק און לויט אלע פאקטישע ווארשיינליכקייטן איז אייוועלט אזא סארט פלאץ.
3) אין פעלער וואס מענטשן פארקויפן ליגנט איז א אפענע דעבאטע נישט די גאנצע לעזונג.
4) אייוועלט איז א לעזונג אויך צו דעם פראבלעם.
5) אייער תגובה רייסט אויס דעם פונדאמענט פון א אפענע דעבאטע.
6) עס שטעלט זיך ארויס אז איר האט דאס געטון בייזוויליג.
7) אויטאמאטיש מאכט נישט קיין חילוק אויב איר זענט פרא אדער נישט.
8) ביטע אויפהערן דערמיט לטובת אלע אנדערע דא.
9) בדרך אגב, האב איך געברענגט א אנעקדאט וואס ווייזט וויאזוי מענטשן קענען דאס טון ביז וואנזיניגע שטאפלען.

דאס זענען די געדאנקן וואס ווערן ארויסגעברענגט אין דעם תגובה.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג... (קרעדיט: איך געדענק נישט)

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:09 am

יש בו האט געשריבן:פאר וואס האט מען אריבער געפירט די אשכול וואלן: זאל מען עפענען ספעציעלע אנטי אשכולות? צו פארברענגען?

די מנהלים קענען פלעין וועלן אויף ניין

קומט פון דא עס וואלט געווען כדאי צו ליינען די המשך הדברים דארט צו זעהן וואס עס שטעלט זיך ארויס דארט.

@יש בו, מיר האבן צוויי בקשות פאר אייך: ביטע ליין די פאריגע תגובה דא, און נעם אן די בקשה וואס ווערט דארט געבעטן.

@למעלה משבעים א גרויסן יישר כח.
עס איז גוט איר זאלט וויסן אז די איבערוועגנדע מערהייט דא פארשטייען לכתחילה וואס עס ליגט [און נאכמער, וואס עס ליגט נישט] אונטער אזעלכע תגובות, די דאנק איז בעיקר אויף די עקסטערע מיה וואס איר נעמט כדי אונז קלארצושטעלן ספעציפיש ביי יעדע איינס אויף וועלכע אופן עס האט דאסמאל אויסגעקלאפט.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג... (קרעדיט: איך געדענק נישט)

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:15 am

פארוואס איז די אשכול "מדינת ישראל נייעס" פאשפארט געווארן?
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:59 pm

איך מיטשע מיך געפערליך צו פארשטיין די סוגיא
נעכטן לייג איך ארויף א צעטל איבער די כנס הבחירות אויף בר אילן בראשות גדולי ישראל

שפעטער לייגט איינער די כנס נגד הבחירות בראשות רבני העדה

עטליכע שעה שפעטער:
די עדה צעטל בלייבט , מיינע תגובות פליעט אראפ

די אומפארטייאישקייט איז געוואלדיג!
כמיין נאך אביסעל העט שוין נישט זיין וועם צו פאטרייבן פון דא..
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:01 pm

שטייט דאך קלאר ארויס אין די תקנות אז אויף דעם ענין איז מען נישט אומפארטייאיש.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

קשקשת
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 4:42 pm

תגובהדורך קשקשת » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:08 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:איך מיטשע מיך געפערליך צו פארשטיין די סוגיא
נעכטן לייג איך ארויף א צעטל איבער די כנס הבחירות אויף בר אילן בראשות גדולי ישראל

שפעטער לייגט איינער די כנס נגד הבחירות בראשות רבני העדה

עטליכע שעה שפעטער:
די עדה צעטל בלייבט , מיינע תגובות פליעט אראפ

די אומפארטייאישקייט איז געוואלדיג!
כמיין נאך אביסעל העט שוין נישט זיין וועם צו פאטרייבן פון דא..

איך מיטשע מיך געפערליך צו פארשטיין דיין סכל הישר
פרייטאג ווען א יונגערמאן האט געלייגט א מעסידזש איבער זיין ווייטאג ווי מען רויבט נאכאננד ארויס געלט פון עלטערן פון זיין מוסד, האסטו גלייך געהאט א דייעגנאוז אז זיין האבן טענות איז עם קשה עורף סימטעמס

נעכטן לייגסטו ארויף א צעטל איבער די כנס הבחירות אויף בר אילן, וואס פאר בני א"י איז עס א זאך השנויה במחלוקות, אבער פאר דיר בן חו"ל לית מאן דפליג אז עס איז ריינע ציונות
עטליכע שעה שפעטער:
דו קומסט מיט טענות אז עס איז געמעקט



רב טעם וריח איך האב דיר נישט געקענט ענטפערן פרייטאג, איך האב נישט געשריבן קיין מילה אחת קעגן די ארגעניזאציע

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:44 pm

ווישוואש האט געשריבן:שטייט דאך קלאר ארויס אין די תקנות אז אויף דעם ענין איז מען נישט אומפארטייאיש.

קיינמאל נישט באמערקט
אדרבה אפשר ברענגסטו מיר א סקרין שאט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:51 pm

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:51 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:שטייט דאך קלאר ארויס אין די תקנות אז אויף דעם ענין איז מען נישט אומפארטייאיש.

קיינמאל נישט באמערקט
אדרבה אפשר ברענגסטו מיר א סקרין שאט

סעיף ב'
איי איי,-וועלט

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:43 pm

געליינט אין איך בין מסכים מיטן סעיף אז מעם טאר נישט שרייבן עפעס וואס שמעקט פון ציונות

וואס כפארשטיי נישט איז פארוואס גיין צו בחירות האט מיט ציונות
די רבנים המתירים זענען דאך פונקט אזוי אקעגן די מישוג ציונות און סאיז ס״ה א טעכנישע השתדלות במצב הגלות . נישט ח״ו אז מען איז מסכים מיטן רעיון הציונות

וממיילא איז דא ס״ה חסרון הבנה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:47 pm

די נתינת טעם וואס ווערט דארט אנגעגעבן איז אקטועל לגבי בחירות אויך. וק"ל
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:13 pm

אברהם דוד דארפסט דיך נישט אזוי אנשטרענגן מיט שרייבן אזא לאנגע תגובה. טאקע אמת אז די תירוץ מאכט סענס אז מען האט נאכנישט אזוי שנעל עפראווד מיין תגובה, און יתכן אז מען וואלט דאס עפראווד שפעטער, און אי משום הא מיינט נאכנישט אז מען איז איינזייטיג. מסכים
אבער דיין שארפקייט אז מען דארף חוסם זיין איינער וואס איז חושד די מנהלים אין איינזייטיגקייט אין א געוויסע נושא איז זייער איבערגעטריבן, יעדער מענטש קען האבן נגיעות, און ליין ביטע דורך די אלע 111 בלעטער פון מענטשן וואס האבן זיך אפגערעדט מיט גערעכטע טענות און נישט אלעמאל זענען די מנהלים געווען גערעכט. ממילא נגיעות איז שייך ביי יעדן, און מען מעג ארויפברענגען א טענה אויב האט מען דאס מיט וואס אינטערצובעטן, און אין דעם פאל עטליכע מעסעזשעס פון פעלער וואס מען האט נישט באשטעטיגט זייערע תגובות אן קיין נערמאלע סיבה.

יעצט אברהם דוד, מיזט נישט יעצט אפשרייבן נאכאמאל א לאנג'ס און א ברייט'ס, עס נעמט צו סאך צייט צו ליינען. (מיסט בעצם בכלל נישט ענטפערן, איך טראכט שוין לאנג פון עפעס אנדערש, ביטע די אויך)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:14 pm

ער מעג שרייבן, דו ביסט נישט מחוייב צו ליינען.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

סקאראמוטשי
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:30 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:נישט אלעמאל זענען די מנהלים געווען גערעכט.

:lol: :lol: :lol:

ישרן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:37 pm

פארוואס האט מען נאכנישט ארויפגעלייגט מיין לעצטע תגובה אין די וואקסינען אשכול? מען האט עס געשיקט אין אישי צו אברהם דוד ער זאל צוגרייטן א לענגערע תשובה דערויף?
just kidding

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:18 pm

יעצט אריינגעשיקט א תגובה אין א ברייטע אויפקלערונג אשכול,
ס׳וועט בע״ה געמאלדן ווערן דא ווען די תגובה ווערט אנגענומען
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:26 pm

און וואס האט דאס מיט וואקסינען כלפי וואס איר טענה'ט זיך?

ישרן
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:46 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:און וואס האט דאס מיט וואקסינען כלפי וואס איר טענה'ט זיך?

איר רערט צו מיר אדער צו יש בו?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:49 pm

נו וודאי צו יש בו. ער האט דאך געהאט טענות אז די הנהלה איז פרא וואקסין, און דעריבער האט מען אים נישט אפראווד 10 דורכגעטראכטע תגובות, און דאס איז ווי איך פארשטיי וואס ער פראבירט דא אויפווייזן אז ער האט געשטעלט א תגובה און ווארט צו זען צו מיר זענען פרא צו אנטי....


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט