TRUMP 2024

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

TRUMP 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

לעצטענס רעדט טראמפ זייער אסאך פון א דריטן טערמין
לדעתי וועט ער לויפן פאר א דריטן טערמין
וואס האלט איר?
אטעטשמענטס
e4b21ff1-e004-4d07-b8d2-63534c658357.jpg
e4b21ff1-e004-4d07-b8d2-63534c658357.jpg (53.3 KiB) געזען 2680 מאל
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

הייסט עס אז ביי דיר איז ער שוין פארזיכערט מיט א צווייטע, די שאלה איז נאר די דריטע..
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

איך האב שוין לאנג געהאט געטראכט אז סגייט איין טאג קומען.
דאכט זיך מיר איך האב עס שוין אמאל ארויפגעברענגט אין איינע פון די טראמפ אשכולות
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

סאיז שוין דא א ניק טראמפ 2020 ? איינער קען עס נאך כאפן, אבער נאר א הייסע טראמפ שטיצער מיט א גיטע שפראך אזוי ווי אינזער יענג
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לויט די קאנסטיטוציע קען ער רואיג לויפן 2024 פאר א צווייטע טערמין
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

לכאורה האט געשריבן:לויט די קאנסטיטוציע קען ער רואיג לויפן 2024 פאר א צווייטע טערמין

;l;p-
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:הייסט עס אז ביי דיר איז ער שוין פארזיכערט מיט א צווייטע, די שאלה איז נאר די דריטע..

געהאט א חבר וואס האט זעך געמוטשעט צו שטעלן ברויט אויפן טיש. איין טאג זאגט ער מיר: אויפן ערשטן מיליאן האבעך שוין אויפגעגעבן, איצטער ארבעט איך שוין אויפן צווייטן מיליאן.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

לכאורה האט געשריבן:לויט די קאנסטיטוציע קען ער רואיג לויפן 2024 פאר א צווייטע טערמין

אויך פאר אן ערשטע, לויט געוויסע
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וואס דער עולם פארזעהט איז אז טראמפ איז נישט אויפגעקומען דערמיט. א ליבעראלער מוילמאכער האט פארפירט אז טראמפ גייט זיך דערקלערן פרעזידענט פאר לייף און איבערנעמען דאס לאנד, האט טראמפ דערקלערט ביי א ראלי אז ער גייט טראלן די דעמס דערמיט. ער האט שוין געטוויט אין די פארגאנגענהייט א ווידיאו ווי עס פארן סיינס טראמפ 2020, טראמפ 2024, טראמפ 2028 וכו' ביז אין די זעכציגער אריין...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

אבער לעצטענס איז ער ביזי מיט דעם מער און מער

איך האב אויך נישט געגלייבט אז בלומבערג וועט לויפן און געווינען א דריטן טערמין
און איך האב נאך ווייניגער געגלייבט אז טראמפ וועט בכלל ווערן פרעזידענט
יעצט וועל איך בכלל נישט ווערן איבעראשט צו זעהן טראמפ אלס א דריטן טערמין אין 2024
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דאכצעך אז צו קענען טוישן די טערם לימיטס דארף מען אפראוועל פון צוויי דריטל סטעיטס, וואס אפילו ווען עס האט די שטיצע דויערט עס געווענליך פיר-פינף יאר, כ"ש ביי אזא נושא.
צו טוישן טערמ לימיטד אין די סיטי קען מען מיט א פשוט'ע וואוט אין סיטי קאונסיל, וועם בלומבערג האט געהאט אין טאש.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
אייגענע מיינונג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:13 pm
לאקאציע: ברוקלין נו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענע מיינונג »

וואס איך האלט? איר האט געפרעגט דעם ריכטיגן מענטש...

איך האלט אז אפי' אויב טראמפ געווינט דעם צווייטן טערמין וועט ער נישט פראבירן א דריטן. ער וועט שוין זיין קרוב לשמונים, און אלס איינער וואס האלט זיך פאר א שטענדיגע געווינער, וועט ער לכאורה נישט ווילן אויסשטיין נאך א פארמעסט און ריזיקירן צו ווערן פארצייכט בספרן של מפסידים גמורים.

חוץ מזה וועט ער דארפן האבן די שטיצע פונעם רעפובליקאנער חדר, וואס כידוע זענען נישט זייער באחדות און יעדער האלט זיך פאר שטאטס חכם, און מיט דאס מינדעסטע אפנויג פונעם טראדעציענאלן וועג קען ער פאראורזאכן א שטורעם אין די פארטיי (כ'גלייב אז דיע טוויט אליין האט פאראורזאכט פלאטערליך פאר ראמני והדומים לו..) די "אלוועיס טראמפ" באוועגונג וועט לכאורה נישט זיין גרעסער ווי די איצטיגע "נעווער טראמפ" מאוומענט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לכאורה האט געשריבן:לויט די קאנסטיטוציע קען ער רואיג לויפן 2024 פאר א צווייטע טערמין


ווער ווייסט, אפשר וועט ער אפילו געווינען, אזוי ווי גראווער קליוולאנד.

מען זאגט אז 2020 האט ער שוין איינגעזען אז "דיס בעיבי איז גאון" וועטער לויפן אין 2024.

צ"ק, עס איז פשוט נישט מעגליך צו זיין אין אמעריקע אויפן בעלאט פאר א דריטן טערמין, נישט מעגליך.

Think and Thank האט געשריבן:וואס דער עולם פארזעהט איז אז טראמפ איז נישט אויפגעקומען דערמיט. א ליבעראלער מוילמאכער האט פארפירט אז טראמפ גייט זיך דערקלערן פרעזידענט פאר לייף און איבערנעמען דאס לאנד, האט טראמפ דערקלערט ביי א ראלי אז ער גייט טראלן די דעמס דערמיט. ער האט שוין געטוויט אין די פארגאנגענהייט א ווידיאו ווי עס פארן סיינס טראמפ 2020, טראמפ 2024, טראמפ 2028 וכו' ביז אין די זעכציגער אריין...


אין א קליפ וואס ער האט ארויסגעשיקט אויף טוויטער גייט עס ביז 3,000 און 4,000 און ווייטער, עטערניטי, וואס שטייצעך אויב ער וועט נאך לעבן וועט ער האפנטליך זיין בארעכטיגט, אזוי ווי קארטער איז נאך איצטערט.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל, ס'ניש כדאי זאלסט שוין אננעמען אלס פאקט אז ער פארלירט 2020. 2016 איז גענוג געווען...
(איך זאג נישט אז ער גייט געווינען ווייל וואס עס גייט זיין ווייסט איין באשעפער, אבער למיחש מיהא בעי.)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

צל עובר האט געשריבן:אין א קליפ וואס ער האט ארויסגעשיקט אויף טוויטער גייט עס ביז 3,000 און 4,000 און ווייטער, עטערניטי, וואס שטייצעך אויב ער וועט נאך לעבן וועט ער האפנטליך זיין בארעכטיגט, אזוי ווי קארטער איז נאך איצטערט.

די קליפ האט נישט מיט די נושא פון די אשכול ווייל די קליפ האט קלאר ארויסגברנגט אז חוץ וואס א טראלט דערמיט איז נישט אז ער גייט זיין פרעזידענט נאר אז טראמפ איז א מאוומענט וואס וועט אנגיין און יענע קליפ שרייבט עס קלאר מה שאין כן די נושא דאס איז וואס ער האט שוין עטליכע מאל געטראלט וועגן 2024
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Think and Thank האט געשריבן:צל, ס'ניש כדאי זאלסט שוין אננעמען אלס פאקט אז ער פארלירט 2020. 2016 איז גענוג געווען...
(איך זאג נישט אז ער גייט געווינען ווייל וואס עס גייט זיין ווייסט איין באשעפער, אבער למיחש מיהא בעי.)


נעוואדע ציטערט מען, מען רעדט לשיטתי' אז ער וועט לויפן אין 2024 וכו'.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

אפשר מיינט מען טראמפ הצעיר פאר 2024 ?
אדער אן איידים א שטיק שווער רב קושנער ?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען רעדט פון דאס.

IMG_20190916_090858.jpg
IMG_20190916_090858.jpg (60.72 KiB) געזען 1549 מאל
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

דאס קען נישט מיינען טראמפ הצעיר ?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מיינסט ווייל ער הייסט אויך טראמפ איז ער שוין זיין טאטע?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אייגענע מיינונג האט געשריבן:וואס איך האלט? איר האט געפרעגט דעם ריכטיגן מענטש...

איך האלט אז אפי' אויב טראמפ געווינט דעם צווייטן טערמין וועט ער נישט פראבירן א דריטן. ער וועט שוין זיין קרוב לשמונים, און אלס איינער וואס האלט זיך פאר א שטענדיגע געווינער, וועט ער לכאורה נישט ווילן אויסשטיין נאך א פארמעסט און ריזיקירן צו ווערן פארצייכט בספרן של מפסידים גמורים.

חוץ מזה וועט ער דארפן האבן די שטיצע פונעם רעפובליקאנער חדר, וואס כידוע זענען נישט זייער באחדות און יעדער האלט זיך פאר שטאטס חכם, און מיט דאס מינדעסטע אפנויג פונעם טראדעציענאלן וועג קען ער פאראורזאכן א שטורעם אין די פארטיי (כ'גלייב אז דיע טוויט אליין האט פאראורזאכט פלאטערליך פאר ראמני והדומים לו..) די "אלוועיס טראמפ" באוועגונג וועט לכאורה נישט זיין גרעסער ווי די איצטיגע "נעווער טראמפ" מאוומענט.

טראמפ וועט מוזען לויפן אפילו קרוב לתשעים ווייל א נישט וועט מען אים נאך לייגן אין דזעיל ווי די דעמעקראטן טרייסטן זיך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען "קען" נישט לויפן פאר א דריטע טערמין.

און מען "וועט" נישט ארעסטירן א געוועזענעם פרעזידענט.
אוועטאר
אייגענע מיינונג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:13 pm
לאקאציע: ברוקלין נו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגענע מיינונג »

זארג נישט האט געשריבן:
אייגענע מיינונג האט געשריבן:וואס איך האלט? איר האט געפרעגט דעם ריכטיגן מענטש...

איך האלט אז אפי' אויב טראמפ געווינט דעם צווייטן טערמין וועט ער נישט פראבירן א דריטן. ער וועט שוין זיין קרוב לשמונים, און אלס איינער וואס האלט זיך פאר א שטענדיגע געווינער, וועט ער לכאורה נישט ווילן אויסשטיין נאך א פארמעסט און ריזיקירן צו ווערן פארצייכט בספרן של מפסידים גמורים.

חוץ מזה וועט ער דארפן האבן די שטיצע פונעם רעפובליקאנער חדר, וואס כידוע זענען נישט זייער באחדות און יעדער האלט זיך פאר שטאטס חכם, און מיט דאס מינדעסטע אפנויג פונעם טראדעציענאלן וועג קען ער פאראורזאכן א שטורעם אין די פארטיי (כ'גלייב אז דיע טוויט אליין האט פאראורזאכט פלאטערליך פאר ראמני והדומים לו..) די "אלוועיס טראמפ" באוועגונג וועט לכאורה נישט זיין גרעסער ווי די איצטיגע "נעווער טראמפ" מאוומענט.

טראמפ וועט מוזען לויפן אפילו קרוב לתשעים ווייל א נישט וועט מען אים נאך לייגן אין דזעיל ווי די דעמעקראטן טרייסטן זיך.

ער איז נישט דער ערשטער פרעזידענט, און זיכער נישט דער ערשטער פאליטיקאנט וואס "גייט גיין אין דשעיל" (lock her up... :lol: ). ווי נאר ער ווערט אויס פרעזידענט קוקן מיר נישט די דעמאוס אויף זיין זייט.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

milech fried האט געשריבן:אבער לעצטענס איז ער ביזי מיט דעם מער און מער

איך האב אויך נישט געגלייבט אז בלומבערג וועט לויפן און געווינען א דריטן טערמין
און איך האב נאך ווייניגער געגלייבט אז טראמפ וועט בכלל ווערן פרעזידענט
יעצט וועל איך בכלל נישט ווערן איבעראשט צו זעהן טראמפ אלס א דריטן טערמין אין 2024

אויב טראמפ באזיגט די טאליבאנער און לאזט איבער א סטאבילער אפגאניסטן, און
מאכט נארט קאריע נוקליער ריין, און
האלט כינע ביים גארגל, און
ווארפט איבער דער איראנער רעזים, און
גיבט זיך א עצה מיט רוסלאנד

דענמאלט וועט מען אים באלוינען מיט א ליגאלע דריטע טערמין און אפילו א פערדע טערמין

אבער אויב נישט איז ער נאר א צוויי טערמין פרעזידענט, און נאכדעם גייט ער אין חד גדיא

און נאכדעם ווערט ער געפארדאנד.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5144
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אייגענע מיינונג האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
אייגענע מיינונג האט געשריבן:וואס איך האלט? איר האט געפרעגט דעם ריכטיגן מענטש...

איך האלט אז אפי' אויב טראמפ געווינט דעם צווייטן טערמין וועט ער נישט פראבירן א דריטן. ער וועט שוין זיין קרוב לשמונים, און אלס איינער וואס האלט זיך פאר א שטענדיגע געווינער, וועט ער לכאורה נישט ווילן אויסשטיין נאך א פארמעסט און ריזיקירן צו ווערן פארצייכט בספרן של מפסידים גמורים.

חוץ מזה וועט ער דארפן האבן די שטיצע פונעם רעפובליקאנער חדר, וואס כידוע זענען נישט זייער באחדות און יעדער האלט זיך פאר שטאטס חכם, און מיט דאס מינדעסטע אפנויג פונעם טראדעציענאלן וועג קען ער פאראורזאכן א שטורעם אין די פארטיי (כ'גלייב אז דיע טוויט אליין האט פאראורזאכט פלאטערליך פאר ראמני והדומים לו..) די "אלוועיס טראמפ" באוועגונג וועט לכאורה נישט זיין גרעסער ווי די איצטיגע "נעווער טראמפ" מאוומענט.

טראמפ וועט מוזען לויפן אפילו קרוב לתשעים ווייל א נישט וועט מען אים נאך לייגן אין דזעיל ווי די דעמעקראטן טרייסטן זיך.

ער איז נישט דער ערשטער פרעזידענט, און זיכער נישט דער ערשטער פאליטיקאנט וואס "גייט גיין אין דשעיל" (lock her up... :lol: ). ווי נאר ער ווערט אויס פרעזידענט קוקן מיר נישט די דעמאוס אויף זיין זייט.

גערעכט, פיר וויל מען זאלן גיין אין דזעיל אבער וועלן נישט גיין (פאר דער סיבה)

קלינטאן (מיסטער)
אבאמא
קלינטאן (מיסעס)
טראמפ
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”