א ברייטע אויפקלערונג איבער די פראבלעם בנוגע חינוך
אחראי: יאנאש
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm
מיכל הירש האט געשריבן:''קאמאן קאר'' איז א מיטל אדער א סטאנדארט? ווי איך פארשטיי פון וויקיפעדיע איז ''קאמאן קאר'' פשוט א סטאנדארט ווי מען וויל די תלמידים זאלן האלטן נאך יעדע יאר אין שולע. יעדער קען נוצן זיינע אייגענע מהלכים, אבער די ציל דארף זיין אנצוקומען צו די סטאנדארטן.
פארשטיי איך ריכטיג? אויב אזוי וואס איז די טומל?
לפי האמת איז עס גארנישט ווייניגער ווי א מיטל צו קאנראלירן די חינוך פון די קינדער.
לגבי דא שאלה אויב גמרא קען זיין קריטיקל טינקינג. די תירוץ איז אז יא, אבער ווען מען לערנט אמר אביי זאל מען אריינטראכטן גוט אויב אביי רעדט צו די זאך. אויב סמאכט סענס וואס אביי זאגט. אויב סאיז וועליד.
דאס איז פון ני סטענדערד.
Students are engaged and open-minded—but discerning—readers and listeners. They work diligently to understand precisely what an author or speaker is saying, but they also question an author’s or speaker’s assumptions and premises and assess the veracity of claims and the soundness of reasoning.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35253
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Tahares hakodesh האט געשריבן:לגבי דא שאלה אויב גמרא קען זיין קריטיקל טינקינג. די תירוץ איז אז יא, אבער ווען מען לערנט אמר אביי זאל מען אריינטראכטן גוט אויב אביי רעדט צו די זאך. אויב סמאכט סענס וואס אביי זאגט. אויב סאיז וועליד.
דאס איז פון ני סטענדערד.
Students are engaged and open-minded—but discerning—readers and listeners. They work diligently to understand precisely what an author or speaker is saying, but they also question an author’s or speaker’s assumptions and premises and assess the veracity of claims and the soundness of reasoning.
נישט דאס פארלאנגט יעדער מלמד און מגיד שיעור פון די תלמידים?
"באמבל נישט נאך" האב ארויס די סברה און פרעג אריין אויב ס'שטימט נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 649
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
- פארבינד זיך:
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4436
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
אלוקים נצב בעדת ק-ל
א זעלטענע אסיפת הרבנים פון איז פארגעקומען יום שנכפל בו כי טוב ג' כי תצא
די אסיפה איז געווען גערופן אויף 2:30 נאכמיטאג, די אסיפה איז פארופן געווארן דורך כ''ק מרן אדמו''ר מ'סאטמאר (מהר''יי) שליט"א
עס האט זיך באטייליגט כ"ק מרן רבינו שליט"א – די וועד הרבנים פון פערלס כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א - גאב"ד קאשוי שליט"א - אבד"ק פאיע וחבר הבד"צ שליט"א – ווי אויכט די חשוב'ע רבנים, גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א - - אבד"ק גרינוויל שליט"א – הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ קיט"ל בארא פארק וחבר הבד"צ – הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"צ קיט"ל קרית יואל – הגה"צ אבד"ק סאטמאר י-ם שליט"א - אבד"ק סיגוט שליט"א - הגה"צ ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"צ ביהמ"ד הגדול - הגה"צ ר' אשר מאנן שליט"א דומ"ץ קיט"ל מירטל - הג"ר נפתלי הארוויטץ שליט"א אבד"ק זכרון נפתלי וחבר וועד החינוך דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג – הגה"צ ר' שלום יושע ווייס שליט"א דומ"ץ ספינקא בארא פארק וחבר וועד החינוך דמוסדותינו הק' ב"פ - הגה"צ ר' שמעון כ"ץ שליט"א דומ"ץ קיט"ל מאנסי- הגה"צ ר' אהרן שמואל פאדווא שליט"א דומ"ץ בקיט"ל ב"פ - הגה"צ ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ קיט"ל סאוט 8 - הגה"צ ר' משה ארי' ליבערמאן שליט"א דומ"ץ בקיט"ל –הגה"צ ר'יחזקאל טייטלבוים שליט"א דומ"צ קיט"ל קליימער - הגה"צ ר' יהוסף שווארטץ שליט"א דומ"ץ בקיט"ל - בני רבינו שליט"א
הרה"ח ר' שלמה הערצאג יו"ר וועד החינוך דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג
די מנהלים פון די מיידל שולעס פון וומס"ב, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי
וואו אויך ר' נחמי' ווייס וואס מנוצט שוין יארן די ביכער וואס ער מאכט.
עס האט זיך באטייליגט עטליכע חשוב'ע עסקנים וואס די רבנים האבן זיי באאויפטראגט זיך אריינצולייגן אין די מציאת הדברים.
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אנגעלייטעט די אסיפה מיט א רגש דקדושה ווי ער האט ארויס געברענגט דעם אחריות וואס עס ליגט אויף די נאספים ווען מ'איז דן אויף די חינוך פון תשב"ר וואס איז די יסוד פון די קומענדיגע דורות.
יעדע זאך וואס ווערט געטוען אין די מוסדות וואס רביה"ק האט אוועקגעשטעלט דארף זיין מיט א געוואלדיגע זהירות מען זאל חלילה נישט מועל זיין בקדשים אין די פקדון וואס רביה"ק האט אונז איבערגעלאזט.
די נאספים די רבנים הגאוה"צ עיני העדה וואס זיי טראגן דעם אחריות אויף דעם דור דארפן טאקע יעדע זאך דורכטוען לדעת את המעשה אשר יעשון.
דערנאך האט רבינו שליט"א ערווענט די גזירת החינוך וואס איז עומד על הפרק ארויסגעברענגט דעם קריטשען צייט אין וואס מען שטייט די גרויסע סכנה און פונעם צווייטען זייט ווי שטארק מען דארף האבן זהירות יעדע זאך און יעדע פעולה וואס מען טוט וואס וועט האבן א עפעקט אויף לאנגע יארן.
נאכדעם האט רבינו שליט"א מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון די וועד הרבנים פון פערלס זאל פארלייגן די אסיפה.
די גאלאנטע רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ער איז שוין בעובי הקורה די גאנצע צייט במשך די לעצטע דריי יאר וואס מען איז לוחם קעגן די גזירה, און די אלע טענות וואס מאנכע שרייען אז מען מאכט פשרות און אזוי ווייטער קומט פון חסרון ידיעה והבנה אין די מציאות, ער האט ארויסגעברענגט די לעכערליכקייט פון די אלע טענות.
דערנאך איז מען אריבער צו דעם נושא פון "קאמען קאר" די גאלאנטא רבי שליט"א האט מקדים געווען אז ער וועט פארלייגן דאס וואס ער האט מברר געווען אבער ער וויל הערן וואס די אנדערע רבנים האבן צו זאגן אויף דעם.
נאך א לענגערע צייט אראפלייגן די מציאות הענינים און די אלע טענות וואס מען טענה'ט דערויף און די אמת'ע פאקטן וואס ער האט מברר געווען, איז ארויסגעברענגט געווארן אז די נייע ביכער וואס איז ערצייגט דורך פערלס וואס איז געשריבן און צוזאמען געשטעלט דורך ערליכע אידן אויפן קאמען קאר סיסטעם איז א בחינה פון רפואה קודם למכה, און מען קען זאגן אז רביה"ק בגנזי מרומים האט דערפון א שביעות רצון, ווי באקאנט האט רביה"ק משתוקק געווען אז מזאל ערצייגן אייגענע ביכער.
די גאלאנטע רב ווי אויכט נאך עטליכע רבנים האבן שטארק באטאנט אז די נושא פון קאמען קאר האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיטן גזירתת החינוך דאס איז א ענין וואס איז נוגע די מוסדות.
עס איז געווען דארטן אויפן טיש מערערע קונטרסים מיט דאקעמענטן פון אלע צדדים, כדי מען זאל קענען מעיין זיין בשעת מעשה.
נאכדעם האבן די רבנים צווישן זיך איבערגאנגען און דורך געשמועסט אלע חלקי הבונה והסותר מצד א' די אלע טענות וואס ווערן געהערט בחוצות וברחובות, און דערקעגן די אמת'ע פאקטן.
הגה"צ גאב"ד קאשוי שליט"א האט אויכט ארויסגעברענגט אז ער איז באקאנט אין די מציאות הענינים און ער האט גוט דורכגעטוען די טענת המערערים, ער האט ארויסגעברענגט אז די מערערים אין להם על מה שיסמוכו.
די רבנים פון די וועד הרבנים פון פערלס האבן ארויסגעברענגט בתו"ד אז זיי זענען נישט געקומען דא בעטן די רבנים זאלן זיך מצרף זיין צו דעם וואס זיי האבן מחליט געווען, נאר אדרבה יעדער איינער וואס האט עפעס א טענה אדער א פקפוק זאל עס אויסשמועסן כדי מען זאל קענען צוקומען צו א קלארקייט.
די מנהלים שליט"א וואס שטייען בראש המוסדות האבן דארט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' בנציון פייערווערגער הרה"ח ר'נחמן זיגעלמאן און די מנהל אין בורא פארק.
די רבנים שליט"א האבן אויכט פארגעלייגט זייערע שאלות פאר די מנהלי המוסדות פאר די מנהלי המוסדות פון אלע שטעט צו פארשטיין מיט א קלארקייט די מציאות הענינים.
מען האט אויכט איבערגעשמוסט די אלע פרטי הדברים מיט די אנוועזנדע פונעם וועד החינוך, וועלעכע האבן מעיד געווען אז יעדע זאך אינערהאלב די מוסדות ווערט דורכגערעדט און דורכגעטראכט כראוי וכיאות.
מען האט געוויזן די אלע ביכער וואס מען ניצט אין אונזערע מוסדות פאר די רבנים א טייל ארויסגעגעבן דורך פערלס און א טייל פון אנדערע קאמפעניס.
עס האט אויכט אויפגעטרעטן ר' נחמי' ב''ר ארי' ווייס וואס טוט שוין אין די ענין פון ביכער לאנגע יארן און האט מסביר געווען פארשידענע חלקים אין די מציאות, און געוויזען אין די ביכער די מציאות.
אזוי אוכיט האט מען גערעדט דארט מיט ר' יואל ברוין פון מאנסי וואס ער איז שטארק באקאנט אין די מציאת הדברים.
ער האט ארויסגעברענגט אז אסאך ביכער וואס ער האט געמאכט נאך איידער עס איז ארויס די קאמען קאר מהלך איז למעשה נאך וואס עס איז ארויס קאמען קאר דאס אויכט באשטעטיגט געווארן, און אנדערע ווערטער "קאמען קאר" איז נישט עפעס א גרויסע חידוש.
ער האט ארויסגעברענגט אז די אלע טשטושים ובלבולים קען נאר זאגן איינער וואס זעהט נישט די מציאות פאר די אויגן און האלט נישט מיט די סדר הלימודים אין א בית חינוך.
מען האט נישט דורגעלאזט א דבר קטן און א דבר גדול וואס איז נישט אויסגעשמועסט געווארן, אין יעדע טענה האט מען מעיין געווען, ביז עס איז ארויס די קלארקייט ברור כשמלה.
די רבנים שליט"א האבן פה אחד מחליט געווען אז די אלע טענות וואס מען הערט אויף "קאמען קאר" בחוצים וברחובות האבן נישט קיין האפט אין איז נישט אין איינקלאנג מיט די מציאות הדברים. און עס איז אויכט נישט מקום להחמיר צוליב מראית עין וכדומה נאר אדרבה עס האט אויכט געוויסע מעלות ברוחניות מער ווי די אאלטע סדר.
במשך די דיונים האבן די רבנים ארויסגעברענגט די מעשה השחתה וואס ווערט אפגעטוען דורך אזעלעכע יונגען וואס טראגן נישט קיין אחריות אויף זיך, און זיי זוכן לחרחר ריב פאר אנדערע אינטערעסן.
קאשוי רב האט בתו"ד פארציילט אז די חברה טערעזירן אים אויף אלע סארט אופנים און אפילו נעכטען שפעט ביינאכט האט מען אים געקאלט שרייען.
הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א האט פארציילט ווי זיי זענען ביי אים געזעצן שעות אויף שעות אויף אים אין יעדען טאג האבן זיי געטוישט טענות... ווי אויכט האבן זיי אים ארום געשלעפט מיטן ברענגן דאקעמענטן און צום סוף האבן זיי אים געברענגט די זעלבע דאקעמענטן וואס איז שוין מיט עטליכע טעג פריער געווען פארשפרייט.
גרינוויל רב האבן עטליכע געזאגט אז טאמער גייט ער אינטערשרייבן וועגן קאמען קאר, נעמען זיי ארויס די קינדער און גייען אוועק דאווענען.
בתוך הדיונים האט הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א זיך אויפגעשטעלט און בקול חוצב להבת אש אויסגעשריגן איבער די השחתה פון די שמוציגע נידריגע האט ליינ'ס און דיעות זאגגער'ס, וואס דאס רייסט אויס דעם כח התורה והוראה און העצט אן דעם יונגווארג צו טוען מעשים אשר לא יעשו !
די מאנסי רב שליט''א האט זיך אויסגעדריקט מיט גאר שארפע דיבורים אקעגען די אלע וואס רעדען אויף די האט ליינ'ס.
די דיונים זענען פארגעקומען במשך קרוב צו דריי שעה
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 9:25 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
Tahares hakodesh האט געשריבן:מיכל הירש האט געשריבן:''קאמאן קאר'' איז א מיטל אדער א סטאנדארט? ווי איך פארשטיי פון וויקיפעדיע איז ''קאמאן קאר'' פשוט א סטאנדארט ווי מען וויל די תלמידים זאלן האלטן נאך יעדע יאר אין שולע. יעדער קען נוצן זיינע אייגענע מהלכים, אבער די ציל דארף זיין אנצוקומען צו די סטאנדארטן.
פארשטיי איך ריכטיג? אויב אזוי וואס איז די טומל?
לפי האמת איז עס גארנישט ווייניגער ווי א מיטל צו קאנראלירן די חינוך פון די קינדער.
לגבי דא שאלה אויב גמרא קען זיין קריטיקל טינקינג. די תירוץ איז אז יא, אבער ווען מען לערנט אמר אביי זאל מען אריינטראכטן גוט אויב אביי רעדט צו די זאך. אויב סמאכט סענס וואס אביי זאגט. אויב סאיז וועליד.
דאס איז פון ני סטענדערד.
Students are engaged and open-minded—but discerning—readers and listeners. They work diligently to understand precisely what an author or speaker is saying, but they also question an author’s or speaker’s assumptions and premises and assess the veracity of claims and the soundness of reasoning.
דא מוז מען טון פאר די קאממאן קאר סטאנדארט אדער דאס איז זייער ציל?
Tahares hakodesh האט געשריבן:מיכל הירש האט געשריבן:''קאמאן קאר'' איז א מיטל אדער א סטאנדארט? ווי איך פארשטיי פון וויקיפעדיע איז ''קאמאן קאר'' פשוט א סטאנדארט ווי מען וויל די תלמידים זאלן האלטן נאך יעדע יאר אין שולע. יעדער קען נוצן זיינע אייגענע מהלכים, אבער די ציל דארף זיין אנצוקומען צו די סטאנדארטן.
פארשטיי איך ריכטיג? אויב אזוי וואס איז די טומל?
לגבי דא שאלה אויב גמרא קען זיין קריטיקל טינקינג. די תירוץ איז אז יא, אבער ווען מען לערנט אמר אביי זאל מען אריינטראכטן גוט אויב אביי רעדט צו די זאך. אויב סמאכט סענס וואס אביי זאגט. אויב סאיז וועליד.
.
און וואס האלטסטו? וויאזוי דארף מען לערנען? דארף מען נישט פארשטיין וואס אביי זאגט און צו עס שטימט? וואס טוען די טויזנעטער ספרים כל הש''ס אויב נישט פרעגן אויף אביי און פרובירן צו ענטפערן.
עס איז נאך אלץ אמת אז מיר דארפן האבן רעספעקט פאר רבותינו האמוראים, אז אפילו אויב מיר טרעפן נישט דעם תירוץ, גלייבן מיר נאכאלץ אז ער האט נישט גערעדט אין די וועלט אריין. אבער אוודאי דארף מען פרובירן צו פארשטיין, פרעגן, ענטפערן, ''זעהן צו עס מאכט סענס''.
-
- שר חמישים
- תגובות: 65
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.
איינער זאגט, 'ס'איז פאלש.', די צווייער זאגט 'ער מיינט' אויך... די דריטער זאגט שוין א סברה, און ס'לאזט זיך גלייבן, באלד גייסטו גיין, און זאגן איך ווייס פאר א פאקט!!....
אזוי ווי אלע אנדערע נארישע זאכן וואס אסאך זאגן דא...
איך ווייס בידועה ברורה אז ס'איז אמת און וואר א יעדע חתימה וואס שטייט דא האט געחתמ'ט בחתימת יד קדשם, וויסנדיג פונקליך וואס ס'שטייט און נאכן גוט אדורך טוהן דעם גאנצן ענין און מושג.
-
- שר חמישים
- תגובות: 65
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm
-
- שר חמישים
- תגובות: 65
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4436
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
מי לה' אלי האט געשריבן:עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.

איך ווייס פאר א פאקט אז ס'איז פאלש
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4436
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
ווייזער האט געשריבן:קול קורא נגד קאמאן קאור
פאלטשע בריוו
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4436
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
מי לה' אלי האט געשריבן:עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.
איך ווייס בידועה ברורה אז ס'איז אמת און וואר א יעדע חתימה וואס שטייט דא האט געחתמ'ט בחתימת יד קדשם, וויסנדיג פונקליך וואס ס'שטייט און נאכן גוט אדורך טוהן דעם גאנצן ענין און מושג.
איר זענט לכאורה אריינגעפאלן בפח יוקשים.., און א עצה טובה פאר נעקסט טיים שרייבט נישט בידועה ברורה אויף עפעס וואס איינער האט דיר פארציילט...
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10695
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
מי לה' אלי האט געשריבן:עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויך איז זייער זייער פאני אז רבי הילל וויינבערגער זאל זיך אינטערשרייבן אלס די טיטל "יו"ר וועד הכשרות דהתאחדות הרבנים". עפעס זעהט דאס אויס ווי א בחור'ישע ארבעט, אויב זאגט מען דא אז עס איז פאלש, לאזט זיך עס גלייבן.
איינער זאגט, 'ס'איז פאלש.', די צווייער זאגט 'ער מיינט' אויך... די דריטער זאגט שוין א סברה, און ס'לאזט זיך גלייבן, באלד גייסטו גיין, און זאגן איך ווייס פאר א פאקט!!....
אזוי ווי אלע אנדערע נארישע זאכן וואס אסאך זאגן דא...
איך ווייס בידועה ברורה אז ס'איז אמת און וואר א יעדע חתימה וואס שטייט דא האט געחתמ'ט בחתימת יד קדשם, וויסנדיג פונקליך וואס ס'שטייט און נאכן גוט אדורך טוהן דעם גאנצן ענין און מושג.
קאנפירעמט ס'איז קלאר פאלש...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm
וואס איך האב געשריבן אויף אייוועלט זעקס חדשים צוריק.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p1937038