אנקעטע. איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן בלייבן ביי די מצוה טאנץ

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן אויפבלייבן ביי די מצוה טאנץ

יא .אזוי דארף זיין
31
12%
ניין. סטם עגמ'' נ פאר רוב פעטער'ס
40
16%
יא אויב די מחותנים פעניען נישט די צייט אין ענדיגן פרי
123
48%
ווענדט זיך ווי א שמחה און ביי וועלכע משפחה
60
24%
 
סך הכל שטימען: 254

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלט מאנרא האט געשריבן:איך האף אז מען האט כאשט גערעדט פון די חתנה איבעראל אז נישט איז ער ארויס מיט שאדן

דו ווייסט אליינס נישט ווי גוט דו האסט געזאגט...

די אלע וואס מאכן חתונה פון 4 ביז 10 נאכמיטאג זענען די זעלבע נאריש ווי 8 ביז 4 ביינאכט. מענטשן זענען פונקט אזוי ביי די ארבעט נאכמיטאג, אסאך פרויען קענען נישט קומען ביז נאך די קינדער שלאפן, אינגעלייט ווארטן ביז נאך נאכט כולל, חברים פון די חתן ווארטן אויף נאך ישיבה...

בקיצור ס'איז די זעלבע ביטול תורה, און ביטול ארבעט, פאר נאנטע און ווייטע, נאר אנשטאט פון מארגן צופרי איז עס פון היינט נאכמיטאג. מ'קען באמת מאכן נארמאל ביינאכט, און ענדיגן 12:30 אזייגער און יעדעם צופרידנשטעלן.

אלעס ביז מצוה טאנץ פארט נארמאל, 7:30 שארף איז די חופה, 9:30 קומט די חתן אריין, 11:30 איז ברכת המזון, א שנעלע מצוה טאנץ מיט א בדחן נאר פאר זיידעס און מחותנים, און 12:20 טאנצן שוין חתן כלה. והכל על מקומו יבא בשלום בלי שום טענה ומענה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19924
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

תכלית.. פארוואס זאל מצוה טאנץ נעמען מער ווי 59 מינוט?
ווער איז אינטרעסירט אויסצוהערן די בדחן אינמיטן די נאכט? נישט די ציבור, און נישט חתן כלה.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:איך האף אז מען האט כאשט גערעדט פון די חתנה איבעראל אז נישט איז ער ארויס מיט שאדן

דו ווייסט אליינס נישט ווי גוט דו האסט געזאגט...

די אלע וואס מאכן חתונה פון 4 ביז 10 נאכמיטאג זענען די זעלבע נאריש ווי 8 ביז 4 ביינאכט. מענטשן זענען פונקט אזוי ביי די ארבעט נאכמיטאג, אסאך פרויען קענען נישט קומען ביז נאך די קינדער שלאפן, אינגעלייט ווארטן ביז נאך נאכט כולל, חברים פון די חתן ווארטן אויף נאך ישיבה...

בקיצור ס'איז די זעלבע ביטול תורה, און ביטול ארבעט, פאר נאנטע און ווייטע, נאר אנשטאט פון מארגן צופרי איז עס פון היינט נאכמיטאג. מ'קען באמת מאכן נארמאל ביינאכט, און ענדיגן 12:30 אזייגער און יעדעם צופרידנשטעלן.

אלעס ביז מצוה טאנץ פארט נארמאל, 7:30 שארף איז די חופה, 9:30 קומט די חתן אריין, 11:30 איז ברכת המזון, א שנעלע מצוה טאנץ מיט א בדחן נאר פאר זיידעס און מחותנים, און 12:20 טאנצן שוין חתן כלה. והכל על מקומו יבא בשלום בלי שום טענה ומענה.


און זיך רעכענען מיט חתן כלה - מאן דכר שמיה?!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קאנסילמאן האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:בין איך געוועהן ביי א חתונה אין ישיבה ספרינג וואלי אפאר חדשים צירוק. א זונטאג חתונה. ביידע מחותנים, סאטמאר. 4 איז געוועהן קבלת פנים. 11:30 איז געוועהן lights out. אינגאנצען. א ברכה אויף זייער קאפ.


אויב איך האב נישט קיין טעות - די זאל מוז ווערען פארשפארט פרי, א דיעל מיט די שכנים און לאקאלע גאווארמענט

יא. דאס איז עס. אן מען מאכט דארט זייער שיינע שמחות. א שיינע זאל, מיט גיטע פארקינג. און מען ענדיגט פרי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

סארקאזי האט געשריבן:איך האלט אז יעדע זאך וואס מטוט צו צופאטשקענען איינגעגעסנע משוגעתען איז א גיטע זאך. ממילא קומט אים קרעדיט.
אבער אויף דעם ענין פון זיך יאגען צו ענדיגען פרי. איך פארשטיי נישט וואס מוויל. די מחותנים און די נאנטע ווילען באלעבן זייער שמחה. וואס איז דער משוגעת פון קאמפיטן ווער סקען פריער ענדיגן. ביי וועם די שמחה האט נישט קיין טעם זאל מוחל זיין אהיים גיין דו מוזט זיך נישט פייניגען וועגן מיר. אבער איך מוז נישט א גאנצען צייט טרייבען ווייל דו האסט פאריגע וואך געהאט א חתונה און די האסט נעקסטע וואך. אדער דו מוזט קומען ווייל ספאסט. אבער דו נישט נישט קיין געדולוד מיטצוהאלטען
סקוט אויס ווי די נערוועזע אידען וואס טרייבען דאס דאווענען זיי ווילען פארטיגען נאך איידער מהאט אנגעהויבען
סתם פעניען צייט איז טאקע אן עבירה. אבער אפכיפערן א חתונה איז נישט קיין מצוה

איהר האט זייער גיט געשריבן.
א בעל שמחה וויל א שיינע שמחה. ער מעג. עס איז א גרויסע עוולה פון די וואס פארפירן און יאגן. עס איז נישט דיין שמחה. דער בעל שמחה איז גענוג אהנגעשרטרענגט, ער דארף נישט די פרעשור פון די פאר נעוועזע אידן.
אבער פון די אנדערע זייט, סתם שלעפען לשם שלעפן האט נישט קיין פשט. עס איז דא חתונה'ס וואס צווישן חתונה און מצוה טאנץ גייט אוועק באלד א שעה מיט גארנישט. ממילא, געזונטערהייט, דער בעל שמחה האט א רעכט. אבער דער עולם האט אויך א רעכט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
בלומינגרויווער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 17, 2019 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגרויווער »

בעל מנגן ר' חיים בלומענפעלד :איבער די שנעלע מצוה טאנץ און ענדיגען חתונה 12:00
ביי חתונה פון הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיצער שליט"א ראש חבורה ללמוד און קרית יואל.




http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... 1JRD02NTkw
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וויל וועלן האט געשריבן:און זיך רעכענען מיט חתן כלה - מאן דכר שמיה?!

חתן כלה וועט מען אויסרופן אזוי ווי נארמאל.

פאר חתן כלה גייט אין לעבן אז יעדע פעטער זאל באקומען פרייוועט 15 מינוט?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
טראכט נאר אביסל
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט נאר אביסל »

פון מיין קוק ווינקל אפשר זאל מען באשטעלן א בדחן זאל דאס אריינזינגען בעפאר און מען וועט דאס צלייגן צום חתונה-סי די און די חתן כלה וועלן דאס קענען איבערהערן און ניטאמאל געדענקן אז דאס איז נישט געווען ביי די חתונה, געווענליך בשעת מעשה האלטן די חן כלה נישט צופיל מיט און זיי ווייסן זיי נישט וואס גייט פאר... בפרט די וואס האבן חתונה יונג...
וואס פרעגסטו? טראכט נאר אביסל!
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:און זיך רעכענען מיט חתן כלה - מאן דכר שמיה?!

חתן כלה וועט מען אויסרופן אזוי ווי נארמאל.

פאר חתן כלה גייט אין לעבן אז יעדע פעטער זאל באקומען פרייוועט 15 מינוט?


איך האב זעט אויס זיך נישט גוט ארויסגעברענגט; איך האב געמיינט צו זאגן אז פאר די חתן כלה מאכט אסאך אויס אויב מ'ענדיגט די חתונה 11:00 און פארגלייך צו 4:00 פארטאגס, ממילא אינעם גרויסן פיקטשער קוקנדיג וואס איז נאריש אדער נישט דארף מען אויך נעמען אין באטראכט די שלימות השמחה און כלילת אפריון פון די חתן כלה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

חתן כלה וויל ענדיגן די חתונה 11:00 אדער 1:00?

לויט מיין מהלך פון א נארמאלע חתונה ביז 11:30 און א נישט געצויגענע מצוה טאנץ ביז 1:30, איז לכאורה יעדער צופרידן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

טראכט נאר אביסל האט געשריבן:פון מיין קוק ווינקל אפשר זאל מען באשטעלן א בדחן זאל דאס אריינזינגען בעפאר און מען וועט דאס צלייגן צום חתונה-סי די און די חתן כלה וועלן דאס קענען איבערהערן און ניטאמאל געדענקן אז דאס איז נישט געווען ביי די חתונה, געווענליך בשעת מעשה האלטן די חן כלה נישט צופיל מיט און זיי ווייסן זיי נישט וואס גייט פאר... בפרט די וואס האבן חתונה יונג...

איך וועל זאגן אביסל אנדערש , ענדליך
א גראמער וועט מאכן גראמען פאר די חתן כלה מצוה טאנץ אויף א צעטל און די זינגער( אדער איינער פון די משפחה )וועט עס שיין אראפזינגען 11:45 באנאכט
זיידעס און מחותנים גראמט מען עניוועי נישט אויס(הלוואי ),מען וועט נישט דארפן צאלן פאר א גראמער שפעט באנאכט,
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:חתן כלה וויל ענדיגן די חתונה 11:00 אדער 1:00?

לויט מיין מהלך פון א נארמאלע חתונה ביז 11:30 און א נישט געצויגענע מצוה טאנץ ביז 1:30, איז לכאורה יעדער צופרידן.


אנשטאט מגיב זיין באנוץ איך זיך מיט די קאנסעפט פון דיין חתימה.
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

בין איך געווען א שטיק צייט צוריק ביי א חתונה נישט אין כינור דוד אדער ישיבה ספרינג וואלי, נישט אין א זאל מיט תקנות. עס האט זיך אנגעהויבן בערך זעקסע זיבענע קבלת פנים, די עצם חתונה איז אנגעגאנגען געהעריג, נאר אנשטאט א שעה פאר די ערשטע טאנץ און א שעה אנדערהאלבן פארן צווייטן, האט מען דאס געמאכט אביסל שנעלער. געבענטשט האט מען בערך צוואנציג נאך עלף, און דערנאך האט די בדחן אויסגעגראמט איין מצוה טאנץ פאר די זיידע, איינס פאר אלע קרובים מצד החתן, אלע קרובים מצד הכלה. און די מחותנים און חתן כלה.

ביי די כל הנערים טאנץ האט מען אויסגעגראמט יעדע נאמען עקסטער מיט א גראם, און טאקע נאר איין גראם פער מענטש.

מ'האט גענדיגט אשת חיל בערך צען נאך צוועלף. די חתן כלה מיט די מחותנים/זיידע האבן געהעריג באקומען זייער פארציע, אלע פעטערס זענען אויסגעגראמט געווארן, דער עולם איז געווען שאקירט פרייליך צו ענדיגן אזוי פריה.

דער איינציגסטער וואס קען ליידן פון אזא מהלך איז געווענליך איין פעטער וואס ווארט שוין א האלב יאר איך זאל געוואר ווערן פון די נעכט וואס ער לערנט רציפות. פאר אים וויל איך מודיע זיין אז "יא עס פי עס" איז נאך באנקראטירט, און זיי נעמען נאך אן צו ליפערן פאר א מינימאלע אפצאל. אז ער וויל שטארק קען ער מיר שיקן בריוון מיט זיינע מעלות. איך דארף נישט דרימלען אויף אפגעשיילטע אראנזשעס עס צו הערן.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

אברהם בן ארי' האט געשריבן:דער איינציגסטער וואס קען ליידן פון אזא מהלך איז געווענליך איין פעטער וואס ווארט שוין א האלב יאר איך זאל געוואר ווערן פון די נעכט וואס ער לערנט רציפות. פאר אים וויל איך מודיע זיין אז "יא עס פי עס" איז נאך באנקראטירט, און זיי נעמען נאך אן צו ליפערן פאר א מינימאלע אפצאל. אז ער וויל שטארק קען ער מיר שיקן בריוון מיט זיינע מעלות. איך דארף נישט דרימלען אויף אפגעשיילטע אראנזשעס עס צו הערן.

:lol:
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

און די עיקר אויב בלייבט מען נישט וויאזוי וועט מען ארויסברענגען ווער עס איז א דרשו איד
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

מ'רעדט אזוי איבער וואס חתן כלה ווילן. איך האב ברוך השם זוכה געווען נעכטן נאכט חתונה צו מאכן א קינד. בעפאר די חתונה, נאטורליך, א חתנד'ל לעבט דאך אין זיין וועלטל, און ער יאז געווען אביסל באטראפעצט הלמאי, אלע חברים האבן א שיינע חתונה אין פאראדייס, און איך, אין כינור דוד, איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין די מעלות, ספעציעל דאס, אז מען פארטיגט האלב צוויי, (און איך קען זיך אריינזעצן אינדערהיים פייערן מיין סעלעברעישאן אז איך האב ברוך השם ערצויגן א קינד און אים חתונה געמאכט, דורך עסן דריי קאונס אייז-קריעם אריינגעטונקען אין רייס-קריספיס און אין שאקלאד ספרינקעלס) בשעת וואס אין פאראדייס קען מען שלעפן ביז פארטאגס אריין. בקיצור, דער חתן האט דאס נישט געקענט פארשטיין. סאו אזוי נעכטן נאכט, האלב איינס, מען האלט שוין טיף אינמיטן בדחנ'ן, פרעג איך אים, ווילסט אפשר טאקע דא זיצן ביז האלב פינף פארטאגס הערן שיינע בדחנות, אדער ביזט צופרידן אז ביז איינס אהאלב שעה איז מען דא פארטיג. איך דארף נישט אויספירן וואס זיין ענטפער איז געווען, דער פערספעקטיוו פון א חתן כלה טוישט זיך גאר שנעל ווי נאר מען זעצט אין זאל גליקליכערהייט, און דוכט זיך אז די אריכות'ער ביים בדחנות אינטערסירט זיי ווי אינעם לינקן פאה.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

אזוי שרייבנדיג, דערמאן איך זיך נאך א מעלה פון כינור דוד, ווייל מיין חשוב'ער באלעבאס, האט זיך באטייליגט ביים חתונה, און ביים סוף גיב איך אים אזוי א זאג, אז איך האב פשוט פארגעסן צו קויפן די אייז-קריעם פאר'ן סעלעברעישאן. הכלל, אומר ועושה, ער האט מיך געוואלט מהנה זיין, און ער איז געלאפן צו פעפערמינט קויפן א שאכטל אייז-קריעם, און אזוי איז געווען א שמחה. ווען מען מאכט חתונה אין פאראדייס איז שוין צי שפעט צו לויפן קויפן אייז-קריעם. אזוי דוכט זיך מיר
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

פון מיין ערפארונג, און איך מיין נישט קיינעם צו באליידיגן, איז דא בלויז צוויי מענטשן וואס פארלאנגען אז מען זאל מאריך זיין. צומאל איז דאס דער מחותן, עס שמעקט אים צו הערן שיינע הספדים אויף אים, און אויף אנדערע. אדער רוב מאל איז דאס פון די עזרת נשים, זיי גלייכן די הספדים גאר גאר שטארק זיי זענען מער געפיהליש. מען קען זיי נישט פאראורטיילן, א מאמע האט זיך געפלאגט 18 יאר אויפצוציען א קינד, וויל זי א שיינעם בדחנות, דאס איז דער מציאות, און דא ביי א חתונה רעדט מען פון צוויי מחותנים און צוויי מחותניסטעס, סאו. דאס איז באמת דער ריזען אונטער'ן אריכות. און אויך, פרויען דארפן נישט דעם קומענדיגן טאג גיין דאווענען און ארבעטן.......
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:פון מיין ערפארונג, און איך מיין נישט קיינעם צו באליידיגן, איז דא בלויז צוויי מענטשן וואס פארלאנגען אז מען זאל מאריך זיין. צומאל איז דאס דער מחותן, עס שמעקט אים צו הערן שיינע הספדים אויף אים, און אויף אנדערע. אדער רוב מאל איז דאס פון די עזרת נשים, זיי גלייכן די הספדים גאר גאר שטארק זיי זענען מער געפיהליש. מען קען זיי נישט פאראורטיילן, א מאמע האט זיך געפלאגט 18 יאר אויפצוציען א קינד, וויל זי א שיינעם בדחנות, דאס איז דער מציאות, און דא ביי א חתונה רעדט מען פון צוויי מחותנים און צוויי מחותניסטעס, סאו. דאס איז באמת דער ריזען אונטער'ן אריכות. און אויך, פרויען דארפן נישט דעם קומענדיגן טאג גיין דאווענען און ארבעטן.......
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

כ'האב נישט אויסגעקליבן "אויב מחותן פעניעט נישט"
ווייל רוב מחותנים ווייסן נישט ווי אזוי און קענען נישט "נישט פעניען"

ביי מיינע קינדער האב איך אויסגעריפן יעדן זיידע מיט אלע זיינע יוצא חלציו
=4
די צוויי מחותנים מיט זייערע קינדער =2
און דערנאך חתן כלה

סך הכל =7 מצווה טענץ מיט שנעלע גראמען נישט אויסגערעכנט קיינע נעמען, ס'האט גענומען א שעה אין א האלב

יעדער איינער ובתוכם חתן כלה אליינס האבן אונז געבענטשט מיט אלע ברכות, און געווען זייער דאנקבאר

ולענ"ד איז דאס נאך אויך צו לאנג
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

ענדליך הערט מען שוין פון אידן וואס האבן חתונה געמאכט/מאכן חתונה. הימל און ערד לגבי די שפראך פון די וואס האבן נאכנישט...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מז"ט הרב צוקערמאן
זאלסט זוכה זיין צו זעהן נחת פין די פאר פאלק אין פין אלע קינדער לאנגער געזונטער יארן אין זעהן לעכטיגע שיינע דורות יראים ושלמים וכט"ס אמן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וויל וועלן האט געשריבן:ענדליך הערט מען שוין פון אידן וואס האבן חתונה געמאכט/מאכן חתונה. הימל און ערד לגבי די שפראך פון די וואס האבן נאכנישט...

די שפראך איז מעגליך אנדערש, אבער די געדאנק איז די זעלבע...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

איך האב אויפגערופן היינט נאכט ביי א חתונה אין מאנסי ווייניגער וואו 20 מינוט - דער עולם ובתוכם חו"כ ומחותנים זענען געווען זייער צופרידן. נאר קינדער האבן פארפירט אז מען גייט נישט גיין שלאפן שפעט און עס איז נישט פעיר.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אליעזר קרויס האט געשריבן:איך האב אויפגערופן היינט נאכט ביי א חתונה אין מאנסי ווייניגער וואו 20 מינוט - דער עולם ובתוכם חו"כ ומחותנים זענען געווען זייער צופרידן. נאר קינדער האבן פארפירט אז מען גייט נישט גיין שלאפן שפעט און עס איז נישט פעיר.

;l;p-
א גרינס פאר הרב הלוי
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”