גרויסע-גדולה האט געשריבן:אונגארישע הייזער האט געשריבן:נאך אן אסיפה וואס איז פארגעקומען אין בוידעם פונעם ביהמ"ד, מיטן באטייליגונג פון אלע ראשי קהילה, און ביידע צדדים דעם דיין'ס און דעם רב'ס זוהן, וואו מען האט אדורכגעטוהן די לעצטע מחלוקת אין די קהילה ווי מען קען נישט קומען צו קיין פשרה, און עס איז באשלאסן געווארן אז די פראבלעם איז דאס וואס לעצטנס הערט מען אז בקצה המחנה האט זיך אריינגעכאפט אזא מושג וואס הייסט 'איי וועלט' דאס איז עפעס אזא זאך אויף די 'אינטערנעט' (איינער ווייסט אפשר וואס אינטערנעט איז?!) און דארטן איז דא אזעלכע מחוצפים וואס האבן געעפנט א 'אשכול' (געהענגל בלע"ז) וואו זיי טוען אדורך אלע פרטים פון די מחלוקת, און העצן אן די גאנצע (איי)וועלט מיט די מחלוקת.
על כן איז באשלאסן געווארן במעמד כל קהלא קדישא הדין, אז מען וועט זיך ווענדן צו די הנהלה פון יענעם פלאץ, און פאדערן אז עס מוז איינגעשטעלט ווערן א געהעריגע צענזור סיסטעם אין דעם אשכול דנן אזוי ווי אין אלע אנדערע אשכולות אין יענעם וועלטעל.
בלייבט אונז נאר איבער צו הערן אז די הנהלה איז נעתר געווארן לבקשתינו...
עס איז באמת זייער ווייטאג'ליך דער שמועס דא. די אלע וואס האבן נאר מיטגעלעבט אזעלכע זאכן ווייסן וואס עס איז מעורר ביי געווענליך איידעלע מענטשן. בשעת איך ליין דא , האב איך א געפערליכע ווייטאג וואס איך האב געשפירט ווען איך האב במו עיניו צוגעזען אזעלכע זאכן לייוו.
עס איז די ערשטע טעמע אין די פ. לאדאני אשכול וואס לכה''פ צוויי אידן האבן זיך שוין אנגערופן אז מען קען נישט אזוי רעדן. מען מוז מעקן.
פארשפארן דעם אשכול בין איך נישט מציע. וואס'זשע דען? איך האב א שטארקע הצעה.
לאמיר זען, דא אויף אייוועלט, ווען קיינער האט נישט קיין עכטע נגיעות, קען איינער אויפקומען מיט א יישרות'דיגן מהלך, וואס קען אויסגעפירט ווערן אין רעאליטי?
Lets rewrite the script , אויב נישט אין רעאליטי, כאטש אין אונזער חלום.
זאל די דאזיגע אשכול שטיין אלץ עדות אז אידן ווילן שלום.
דאס איז א טשעלענדש פארן גאנצע אייעולם!
על'ך דיר ענטפערן לפי תגובתך.
קודם א דאנק פארן פארשטיין מיין פראבלעם מיט דעם שמועס, און אן עקסטרע דאנק פארן ארויפברענגן דעם געדאנק וויזוי מ'קען אזא זאך שליכטן. ס'יז א גוטער עקסערסייז גראדע.
דער אמת איז אז מ'קוקט וויזוי אזא זאך הויבט זיך אן קען מען עס גרינג פארשטיין אז נישט אלעמאל איז דאס א אמת'ע פראבלעם, עס הויבט זיך אן מיט מענטשן מיט פריוואטע נגיעות און פון דארט פארט עס א באן.
לויט די מעשה דא איז געווען א רב וואס'ז נסתלק געווארן און זיין זוהן איז נאך געווען צו אינג איבערצונעמען די שטעלע אלס בעל תפלה, האט דער דיין אינצווישן איבערגענומען. אזוי האט זיך דאס געצויגן 20 יאר ביז עס האט אנגעהויבן ווערן א ווינט אז דער זוהן זאל עס צוריקבאקומען.
ווער איז דער וואס האט דאס באשלאסן? דער זוהן אליין אדער סתם מענטשן ארום וואס האבן פאר סיי וועלכע סיבה אפגעמאכט אז זיי ווילן נישט דעם דיין אדער פשוט הערן דעם רב'ס זוהן?
ס'דא אזא דערהער פון סטאטוסקווא, עפעס וואס גייט שוין אן פאר לאנגע יארן זאל בלייבן וויזוי עס איז. אין די פאל דאווענט שוין דער דיין פאר סיי וועלכע סיבה ביים עמוד און מען פאדערט עס צו טוישן.
נניח אז דער זוהן זעלבסט וויל דעם ברעטל, איז דאך דא צוויי וועגן, אדער בעט מען צווישן זיך, ביטע שיין איך וויל דעם עמוד וואס קומט זיך עכט מיר, אדער בעט מען די ראשי הקהילה זאל עס טאהן פאר אים. אויב איז ער מסכים איז דאך גוט, טאמער נישט ווערט א פראבלעם.. ווייל אויב איז דער זוהן א קליינקעפיגס וואס גייט זיך רייסן פאר א ברעטל, וואס פארא פנים האט אזא געדאווענעכטס וואס האט אפגעקאסט א מחלוקה? און טאמער איז ער א פארביסענס וואס שלאגט זיך פאר א ברעטל וואס פארא טעם האט דאס ראש השנה ווען ער וויינט ביים פיוט אז די קישקע דרייט זיך אים ווען ער שטעלט זיך דאווענען פארן בורא כל עולמים?.. שלאגט זיך דערפאר און נאכער קרעכטסט ער מיר...
און אז דער דיין וויל ווען עכט יא נאר זיינע ארומיגע גייען פאדערן זיין כבוד... קאם-אן.. ער'ז מסכים, ציוואס מאכסטו א פייער??
און בכלל ציוואס ברויכן אנדערע קאכן א קעסל? ציוואס זיך אריינמישן?? ציוואס ארויסטראגן די זאך אין גאס? זאלן די צוויי זיך פארשטענדיגן צווישן זיך, און טאמער איינער פון זיי טראגט עס ארויס אויפן גאס איז יענער דער ידו על התחתונה.
יושר אהער יושר אהין, א מחלוקה אין שטאט ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם, און די צוויי צווישן זיך וועלן זיך שנעל אדורכקומען, און די גרעסטע ישרות איז ווען מ'מאכט שטיל א מחלוקה.
דאס ארום טראגן העצן "דער דיין בלייבט ביים עמוד", " דעם אלטן רב'ס זוהן גייט דאווענען דאס יאר"... די היסטארי האט שוין באוויזן אז די אלע זענען נישט דא פאר די טובה פון די באטרעפענדע, ליבערשט פאר זייער הנאה, איינער האט הנאה צו הערן יענעם דאווענען, א צווייטער האט הנאה פון א גוט שטיקל פייט.
און איך גיי צוריק צו מיין שטעלונג, דער גאנצער שמואס געהערט נישט דא, די היסטארי האט שוין גענוג בלוט און עגמ"נ און אזוינע זאכן איז עפעס וואס געהערט נישט צו מאכן א וויץ דערפון.