יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

ישרן
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:59 pm

איר קענט די מעשה מיטן ארי' דבי עלאי מיט'ן ישמח משה?
לעניננו איך קען באשטיין צו גיין אויף יענע וועלט מיט שחורים צוזעמען מיט מיינע אידן, און נישט מיט לבנים צוזאמען מיט (ווייסט וועם איך מיין)

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 6:05 pm

דער ביאור ביאור הלכה זאגט בסימן רסב סעיף ב:

לבישת בגד לבן בשבת אם מחזי כיוהרא לא יעשה ובא"ר הביא ראיה מהגמרא דרבנן לבשו גלימי אוכמי בשבת עי"ש. ובביתו רשאי אדם לעשות מה שירצה.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 6:12 pm

זיין ערשטע תגובה אויף אייוועלט איז אויף דעם בלאט...

viewtopic.php?f=25&t=1419&p=1855137#p1855137
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 6:14 pm

יעקב, וואס טוט זיך מיט א ספעשל קיופאן פאר חברי אייוועלט

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 6:44 pm

ס'ידוע אז הרה"ק ה'אמרי יוסף' מספינקא זי"ע האט געזאגט אויף רבו הרה"ק ה'שר שלום מבעלזא זי"ע אז ער האט אויסגעלערנט אז מ'קען זיין א רבי אהן צו גיין א ווייסע בעקיטשע (ער איז געווען די ערשטע פון די חסידישע רבי'ס נישט צו גיין מיט דעם). נו! ווי נעמט מען היינט א רבי אויסצולערנען די פשוטע יודן אז מ'קען זיין אנ'ערליכע איד אהן צו גיין א ווייסע בעקיטשע!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:11 pm

הלוואי זאלן אלע שטיבער אנטאן אלע קינדער מיט עפעס ווייס לכבוד שבת, וואס בפשטות אויף דעם גייט עס ארויף. אז שבת זאל מען גיין מיט א בגד וואס האט אדער איז ווייס, דער סיבה פאר'ן גיין מיט ווייסע זאקן אדער שטרומפ (טייטס)
וואס דאס דארף א תיקון און אמעריטשקע ביג טיים.

אבער ביז יעדער זאל גיין אינדערהיים מיט ווייסע בעקיטשעס שמעקט מיר שוין ווי דער לעצטע סטייל צי גיין מיט רעבישע געבלימטע בעקיטשעס אינדערהיים ביי די סעודה (פארשטייט זיך אנע שטריימל)

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:13 pm

יעקב99 האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פארשטייט זעך אז דער עיקר איז דער בגד עליון, ווייסע בעקיטשע.

א קיטל איז אויך גוט?
איך קען נישט יעצט עפפארדן א ווייסע בעקיטשע.

לכאורה נישט. ווייל דאס איז א בגד מיוחד לימים הנוראים. און סאיז דא אין דעם עקסטערע עניינים לגבי ימים הנוראים.
אבער א ווייסע בעקיטשע, איז זייער גוט.
תלמידי הבעש"ט און תלמידי המגיד הגדול זיע"א זענען דאך אזוי געגאנגען שב"ק.

און זאיז זייער כדאי פאר יעדער איינער וואס וויל זוכה זיין צו די גרוייסע הבטחות וואס דער אר"י הקדוש או צדיקי החסידות האבן געזגאט.

און עס איז זייער גרינג.

קענסט אפשר אראפברענגען די הבטחות?

אגב, רוב כלל ישראל טוט נישט רוב זאכן וואס דער אריז"ל הייסט טון ווייל כלל ישראל האט אנגענומען אז עס איז נאר געמאכט פאר אידן וואס זענען אויף די מדריגה. איז פאראן א רמז כלשהו אז ביי ווייסע בעקישעס איז די ענין אנדערש?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:14 pm

אלס קליין קינד פלעגן מיר קינדער גיין שבת מיט ווייסע הענטשיך און שאל, און שטייצעך ווייסע שטרימפ.
נאט אייך א גרינע...


קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:32 pm

פליגל האט געשריבן:אלס קליין קינד פלעגן מיר קינדער גיין שבת מיט ווייסע הענטשיך און שאל, און שטייצעך ווייסע שטרימפ.


ווען מיר זענענן געווען קינדער זענען מיר שבת געגאנגענן מיט ווייסע שטרימפ, טאקע נישט יעדער אבער א חלק הניכור, ( אויך אסאך טאטעס אפילו די וואס זענען נישט געגאנגן מיט קורצע הויזן) די מנהג איז כמעט ווי אינטערגעגאנגענן.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:36 pm

פליגל האט געשריבן:אלס קליין קינד פלעגן מיר קינדער גיין שבת מיט ווייסע הענטשיך און שאל, און שטייצעך ווייסע שטרימפ.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:41 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אלס קליין קינד פלעגן מיר קינדער גיין שבת מיט ווייסע הענטשיך און שאל, און שטייצעך ווייסע שטרימפ.


ווען מיר זענענן געווען קינדער זענען מיר שבת געגאנגענן מיט ווייסע שטרימפ, טאקע נישט יעדער אבער א חלק הניכור, ( אויך אסאך טאטעס אפילו די וואס זענען נישט געגאנגן מיט קורצע הויזן) די מנהג איז כמעט ווי אינטערגעגאנגענן.

נעה, ווייל מ'האט זיך געשעמט צו גיין מיט גע'גט'ע הויזן...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 11:47 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פארשטייט זעך אז דער עיקר איז דער בגד עליון, ווייסע בעקיטשע.

א קיטל איז אויך גוט?
איך קען נישט יעצט עפפארדן א ווייסע בעקיטשע.

גם אני בחלומי בהקיץ האב געגעסן ביי איד אין ירושלים און דער איד איז געזעצן מיט א ווייסע קיטל ביים סעודה
טעיק איט איזי

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:51 pm

א חלק פון דע הבטחות פאר ווער עס וועט גיין ווייס שב"ק:

כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר שולחן הטהור הלכות שבת סימן רס"ב) על לבישת בגדים לבנים בשב"ק:
ואיצטלית זו ראוי לכל בר ישראל, כידוע ממעשה נורא שהיה לאיש אלקים מוהר"ר רבי יצחק דראביטשער בק"ק הרחוב, ויקבל עלבונות ויסורים וצער ומסירות נפש, וילבש לבנים בשבת, ויהיה ניצל מכל עבירות ומיצר הרע ומאש של גהינם, ויקרב הגאולה.
ואילו היו כל ישראל לובשין לבנים בשבת, כבר היה הגאולה בבחינת אחישנה. כך ידוע ממעשה הנ"ל של הקדוש מוה"ה רבי יצחק מדראהביטש.
על כן אל יקל בעיניך כי בזמן הזה המר, אין כאן יוהרא כלל, אלא סבלות וחרפות ועלבונות, ואשרי לו.


עוד כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר זוהר חי פרשת וישב דף קפ"ב ע"ב):
ואמר הצדיק רבינו משה הגדול מפשעוורסק, כשאדם לובש ארבעה בגדי לבן בשבת, מוחלין לו על כל עונותיו.

Efroiach
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:34 pm

אין בין זייער ענג אין צייט במשך די וואך אנצוקומען צום מלבושים געשעפט, איינער ווייסט אפשר צו ס'וועט נאך זיין צובאקומען ווייסע בעקיטשע'ס דעם קומענדיגע זונטאג? איך האף קיינער נעמט נישט אוועק מיינע.....

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:13 pm

מיין טאטע גייט נישט קיין ווייסע בעקיטשע מיין זיידע גייט נישט קיין ווייסע בעקיטשע און אויך מיינע עלטער זיידעס וואס איך האב נאך זוכה געווען צו קענען זענען נישט געגאנגען ווייסע בעקיטשעס נישט אינדערהיים און נישט אין ביהמ"ד, אויך מיין שווער גייט נישט קיין ווייסע בעקיטשע, און איך וועל אי"ה אויך זיך פירן אזוי ווי זיי, און איך האף אז מיינע קינדער וועלן אויך נישט זיין קיין אויבער חכמים און אויפטון חידושים וואס זייער טאטע און זיידע האבן ווייזט אויס נישט געהאט גענוג שכל צו טון. וויאזוי שרייבט דער חובת הלבבות אין שער יחוד המעשה פרק ה "כי אין עצה שתעלה בדעתך שלא קדמוך לדעתה".

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:07 pm

אל הרב פוה"א.
און וואס איז מיט די געוואלדיגע סגולות פון אויפשטיין יעדע נאכט חצות? (זיי מברר ביי כולל חצות מאני מעיקינג ביזנעס) הא? דאס איז דיר נישט איינגעפאלן?
(בדרך אגב, דאס קעמען טוען אין בית המדרש אויך :lol: )

מקבל
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:28 pm

יעקב99 האט געשריבן:[size=150]א חלק פון דע הבטחות פאר ווער עס וועט גיין ווייס שב"ק:

כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר שולחן הטהור הלכות שבת סימן רס"ב) על לבישת בגדים לבנים בשב"ק:
על כן אל יקל בעיניך כי בזמן הזה המר, אין כאן יוהרא כלל, אלא סבלות וחרפות ועלבונות, ואשרי לו.

היינט ווערט דאס מקיום נישט נאר פארן גיין דערמיט, אפילו פארן נאר רעדן דערפון...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:19 pm

אוראייניקל האט געשריבן:אל הרב פוה"א.
און וואס איז מיט די געוואלדיגע סגולות פון אויפשטיין יעדע נאכט חצות? (זיי מברר ביי כולל חצות מאני מעיקינג ביזנעס) הא? דאס איז דיר נישט איינגעפאלן?
(בדרך אגב, דאס קעמען טוען אין בית המדרש אויך :lol: )

;l;p-

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:25 pm

עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אריז"ל (פרי עץ חיים שער השבת, פרק ד): "צָרִיךְ שֶׁיִּלְבּוֹשׁ בְּכָל שַׁבָּת בְּגָדִים לְבָנִים", מען זאל גיין שבת מיט ווייסע קליידער, און רבי חיים וויטאל זכר צדיק לברכה זאגט דארט: "וְקִבַּלְתִּי מִמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁכְּפִי הַגִּווּן הַמּלְבּוּשִׁין שֶׁאָדָם לוֹבֵשׁ בְּשַׁבָּת בָּעוֹלָם הַזֶּה, כַּךְ מַלְבִּישִׁין אוֹתוֹ אַחַר פְּטִירָתוֹ בִּימֵי הַשַּׁבָּת תָּמִיד", ווי אזוי מען גייט אנגעטון שבת דא אויף די וועלט אזוי טוט מען אן דעם מענטש אויבן אין הימל נאך זיין פטירה אין די שבת טעג, און דער אר"י הקדוש האט דערציילט: "לָכֵן רָאָה לְחָכָם אֶחָד לָבוּשׁ שְׁחוֹרִים אַחַר פְּטִירָתוֹ בִּימֵי הַשַׁבָּת, וְהִגִּיד כִּי כַּךְ הָיָה לָבוּשׁ בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהוּא נֶעֱנַשׁ בְּמִדָּה זוּ", אז ער האט געזען א חכם אויבן אין הימל אנגעטון שווארץ, און ער האט געזאגט אז ווייל ער פלעגט גיין אויף די וועלט אנגעטון שווארץ שבת דערפאר האט ער באקומען די עונש פון גיין אנגעטון שווארץ, דעריבער זאל מען גיין מיט פיר ווייסע קליידער, "וְאַרְבָּעָה בִּגְדֵי לָבָן אֵלּוּ, נֶגֶד אַרְבַּע אוֹתִיוֹת הֲוָיָ"ה", און די פיר ווייסע קליידער זענען אנקעגן די פיר אותיות פונעם אייבערשטנ'ס נאמען, עיין שם.

דער הייליגער צדיק רבי יצחק פון דראביטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "אויב אלע וואלטן געגאנגען שבת מיט ווייסע קליידער, וואלט שוין געווען די גאולה". דער צדיק רבי יצחק פון דראביטש זכותו יגן עלינו פלעגט ארום פארן אין אלע שטעט רעדן איבער דאס גרויסקייט פון צו גיין שבת מיט ווייסע קליידער, ביז דער ס"מ אליינס איז געקומען צו אים און אים געווארנט אז אויב ער וועט ווייטער ממשיך זיין צו רעדן פון דעם וועט ער זיך נעמען צו זיינע קינדער וכו', דעמאלט האט ער אויפגעהערט רעדן פון דעם.

דערפאר איז וויכטיג זאל מען גיין מיט ווייסע בעקיטשעס אום שבת און יום טוב, לפחות אין שטוב, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר חדש נח, דף כג): "דְּאִי יַחְזְרוּן בִּתְשׁוּבָה רֵישֵׁי כְּנִישְׁתָּא, אוֹ חָדָא כְּנִישְׁתָּא, בִּזְכוּתָם יִתְכְּנֵשׁ כָּל גָּלוּתָא"; אפילו נאר איין קהלה אדער איין בית המדרש וועלן תשובה טון - וועט זיין די גאולה; אזוי אויך מיט ווייסע קליידער - אז מען וועט גיין מיט דעם קען מען ברענגען די גאולה.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:48 pm

[image][/image]
יעקב99 האט געשריבן:א חלק פון דע הבטחות פאר ווער עס וועט גיין ווייס שב"ק:

כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר שולחן הטהור הלכות שבת סימן רס"ב) על לבישת בגדים לבנים בשב"ק:
ואיצטלית זו ראוי לכל בר ישראל, כידוע ממעשה נורא שהיה לאיש אלקים מוהר"ר רבי יצחק דראביטשער בק"ק הרחוב, ויקבל עלבונות ויסורים וצער ומסירות נפש, וילבש לבנים בשבת, ויהיה ניצל מכל עבירות ומיצר הרע ומאש של גהינם, ויקרב הגאולה.
ואילו היו כל ישראל לובשין לבנים בשבת, כבר היה הגאולה בבחינת אחישנה. כך ידוע ממעשה הנ"ל של הקדוש מוה"ה רבי יצחק מדראהביטש.
על כן אל יקל בעיניך כי בזמן הזה המר, אין כאן יוהרא כלל, אלא סבלות וחרפות ועלבונות, ואשרי לו.


עוד כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר זוהר חי פרשת וישב דף קפ"ב ע"ב):
ואמר הצדיק רבינו משה הגדול מפשעוורסק, כשאדם לובש ארבעה בגדי לבן בשבת, מוחלין לו על כל עונותיו.

זאגט, איר גייט מיט א ווייסע בעקיטשע שבת?

אוי, גילוי...
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:46 am

פעטער שמואל האט געשריבן:[image][/image]
יעקב99 האט געשריבן:א חלק פון דע הבטחות פאר ווער עס וועט גיין ווייס שב"ק:

כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר שולחן הטהור הלכות שבת סימן רס"ב) על לבישת בגדים לבנים בשב"ק:
ואיצטלית זו ראוי לכל בר ישראל, כידוע ממעשה נורא שהיה לאיש אלקים מוהר"ר רבי יצחק דראביטשער בק"ק הרחוב, ויקבל עלבונות ויסורים וצער ומסירות נפש, וילבש לבנים בשבת, ויהיה ניצל מכל עבירות ומיצר הרע ומאש של גהינם, ויקרב הגאולה.
ואילו היו כל ישראל לובשין לבנים בשבת, כבר היה הגאולה בבחינת אחישנה. כך ידוע ממעשה הנ"ל של הקדוש מוה"ה רבי יצחק מדראהביטש.
על כן אל יקל בעיניך כי בזמן הזה המר, אין כאן יוהרא כלל, אלא סבלות וחרפות ועלבונות, ואשרי לו.


עוד כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר זוהר חי פרשת וישב דף קפ"ב ע"ב):
ואמר הצדיק רבינו משה הגדול מפשעוורסק, כשאדם לובש ארבעה בגדי לבן בשבת, מוחלין לו על כל עונותיו.

זאגט, איר גייט מיט א ווייסע בעקיטשע שבת?

אוי, גילוי...


ביי דיר אין שטוב, קענסטו, קיינער זעט נישט.
אזוי זאגט דער ביאור הלכה אין סימן רס"ב.

לפנות בוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:04 pm

יעקב99 האט געשריבן:פאר ווער עס ווייל זוכה זיין צו דע הבטחות וואס דער אריז"ל האט געזאגט פאר ווער עס וועט גיין ווייסע בגדים שב"ק,
אבער שעהמט'זעך צו גיין ווייס אין גאס און אין שוהל,

איז דא א גוטע עיצה:

בשעת סעודת שב"ק קען יעדער איינער גיין א ווייסע בעקיטשע.

ביי דיר אין שטוב, קיינער זעט נישט,
קענסט רוהיג גיין א ווייסע בעקיטשע.

די ווייסט נישט אז יעדער איינער גייט אזוי אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט??!!
די חתם סופר גיבט צו פארשטיין,
אז א מענטש דארף הויעך גיין,
-בעל כרובים עליונים
האט איר פאָד סטעמפס אדער מעדיקעיד?
קענט איר האָבן עמעזאן פריים פאר האלב פרייז!
https://amzn.to/33ycuoj

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:03 am

די קאמאדא רב אין מאנסי גייט ווייס אנגעטוהן גאנץ שבת אפילו אין שול.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:20 pm

ביי צדיקים וקדושים האט מען געוויסט אז נישט אלע זאכן פון קבלה פירט מען זיך למעשה, אסאך קבלה ענינים האבן זיי געהאלטן אז עס איז גענוג צו מכוון זיין דעם ענין וכדומה. אנדערש ווי ביי די מקובלים וואס מען האט בפועל זיך געפירט מיט יעדע קבלה ענין (שמעתי מהרה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א באריכות מיט אסאך משלים ווי מען האט דאס געזעהן).

די ווייסע בעקיטשע'ס איז די זעלבע זאך, למשל די בעלזא צדיקים האבן נאך אזוי גיט געוויסט די גרויסקייט פון בגדי לבנים שבת, און דאך זענען זיי בכלל נישט געגאנגען מיט קיין בגדי לבנים.

און אפילו אנדער צדיקים האבן זיך אויך נישט געפירט מיט דעם ענין ווי דער אר"י הקדוש, ווייל לויט דער אר"י דארף מען גיין א גאנץ שבת מיט ווייסע בגדים און נישט גיין בכלל אנדערע צבעים, למעשה זענען כמה וכמה (אפשר רוב) צדיקים נישט געגאנגען קיין בגדי לבנים בשעת'ן דאווענען.

בקיצור אונז זעמיר נישט קיין בני גרים און אונז ווייסן מיר ברוך השם וויאזוי זיך צו פירן, און פאר דיר הרב יעקב99 קענסט רואיג גיין מיט בגדי לבנים און האלטן א צפור אין טאש און דאווענען שחרית בזמן מעריב וכדומה, כה לחי.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:31 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:בקיצור אונז זעמיר נישט קיין בני גרים און אונז ווייסן מיר ברוך השם וויאזוי זיך צו פירן, און פאר דיר הרב יעקב99 קענסט רואיג גיין מיט בגדי לבנים און האלטן א צפור אין טאש און דאווענען שחרית בזמן מעריב וכדומה, כה לחי.

א פייגל אין טאש? נישט געוויסט אז עס איז דא אזא ענין.
דאס פאדערט זיך שוין אן עקסטערע אשכול

"יעדער איינער קען גיין מיט א פייגל אין טאש"

ווער גייט פתיחה?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט