עכט היימיש האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:למען האמת; ס'יז אפילו נישט פאני אזא שמועס וואס איז געווענליך אנגעפילט מיט בלוט, און האט שוין געקאסט אינעם עבר אסאך שברי לב און עגמ"נ מיט נאך נאכווייען פאר פארמישטע אין אזוינע עסקים. איך קלער אז די סארט טעמע זאל ווערן אפגעשטעלט און פארמאקט.
מיינונג פון איין פליג.
זאלן די פוחזים וריקים וועלכע זענען גרופירט ארום דעם דיין צוריק גיין צו די ווערצהייזער וואו זיי פלעגן ביז די יעצטיגע מערכה פארברענגען זייערע טעג און נעכט, און לאזן קהל אויספורן זייער החלטה אז דער רב'ס זון הגה"צ ר' משה שליט"א זאל דאווענען שחרית.
ווי לאנג זיי פראבירן צו פירן דעם שטאט מיט טעראר פארשטייסטו אליין אז דער טעמע גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין פון טיש.
נעכטן צופרי איז יענקל דער פעדלער געקומען צו לויפן צו רב מיט בכיות עצומות, אריינקומענדיג צום רב האט אים דער רב צום אלעם ערשט מכבד געווען מיט א קאלט גלאז וואסער ער זאל זיך דערכאפן דאס הארץ, און אביסל נאכלאזן דאס שטורמיש געוויין.
נאכן זיך בארואיגן, האט אים דער רב געפרעגט מה פשר פונעם געוויין, האט יענקעל אים געענטפערט אז ער האט זיך געחלומ'ט, אז עס גייט קומען א פרישן פעדלער אין שטאט און פארכאפן זיין איינציגסטע מקור חיונה.
דער רב האט אים אויסגעפרעגט אלע פונקטליכע פרטים ווי אזוי דער חלום איז געווען, וועלכע צייט אין דער נאכט, ווי לאנג דאס האט גענומען, יענקל האט אויף אלעס קלאר געענטפערט.
נאכן אריינקלערן א לענגערע וויילע האט אים דער רב געזאגט אז ער קען זיין רואיג, ער ברויך נישט מורא האבן, זינט אונזערע חכמים זאגן אז די חלומות בייטאג קומען מהרהורא דיומא, ווארשיינליך זארגט איר אפט דערוועגן.. יענקל האט זיך צוגעשאקלט מיטן קאפ אין זיך לייכט צושמייכלט, געגעבן א קיש דער רב'ס האנט און פארלאזט דער רב'ס צימער רואיג און צופרידן.