נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:04 am

א נייער האט געשריבן:
גרויסע-גדולה האט געשריבן:ווער גייט דאווענען שחרית ראש השנה? דער דיין, וואס דאווענט שוין 20 יאר פארן עמוד, אדער דער רב'ס זון וואס האט אקארשט חתונה געהאט? וואס האלט דער עולם , איז עס יושר?
און אויב נעמט מען עס צו פונ'ם דיין, מעג ער זיך מאכן אן אייגן מנין?

א חוצפה און העזה, דער דיין העט דאווענען ווי געהעריג,אז דער רב'ס זון וויל זאל ער זיך מאכן אן אייגענע מנין....

וואס עפעס, וואס איז מיט אביסל כבוד התורה, ער איז דער רב'ס זון קומט זיך עס אים ערליך, אז דער דיין וויל זאל ער זיך גארגלען ערגעץ אנדערש, באלד וועסטו מיר נאך זאגן אז נאך דער רב'ס זז"ג מאה ועשרים זאל דער דיין דאווענען מוסף אויך, אז די ווילסט נעם דיר דיין דיין און מאך דיר א מנין.....

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:08 am

עס איז געווען א דבר פשוט ביי יעדן אז דער דיין האט עס נאר ווי לאנג דער רב'ס זון איז קליין, און איינמאל ער האט חתונה געהאט גייט עס אריבער צו אים.

דער דיין במחילת כבודו הרמה, האט נישט קיין שום רעכט אויפן ברעטל, און פונקט ווי יעדער האט פארשטאנען ווען דער רב זצ"ל האט נאך געלעבט אז שחרית דאווענט בנו להבחל"ח דער היינטיגער רב שליט"א, איז א דבר פשוט אז עס באלאנגט אויך פארן היינטיגן רב'ס זון, דאס גאנצע סיבה פארוואס מען האט עס בכלל געגעבן פארן דיין איז נאר ווייל ער איז נאך געווען יונג ופשוט הוא.

און די מחררי ריב וועלכע פראבירן צו אנדרייען כאילו זיי מיינען דא דעם דיינ'ס כבוד, און רידערן, זאלן זיי קודם אויספאלגן דעם דיינ'ס הוראה ביי פרק פאריגע וואך איבער רעד בין גברא לגברא און נאכדעם רעדן פון זיין כבוד.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:19 pm

וואס גייט דאס פאר מיט אייך וואס??
אום אלול איבער אזוינע זאכן זיך אזוי ארומקריגן?
כ'האב מורא מ'שטיינס געזאגט.... איר האט גאר דעם שופר היינט נישט געהארכט....
. . . . . . .

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:00 pm

אוואדאי אום אלול, טא סידעך מייאיניונע דעיומע,
חוץ פון דעם ברויך מען דאך האבן וואס תשובה טאָן
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 7:19 pm

האבעך געהערט בסוד סודות פון א פריינט פון שעפסיל דעם קצב'ס אז אויב גייט דער דיין דאווענען גייען די יונגעלייטלעך מאכן אן אייגן מנין אונטערן שלאכט הויז.
איך מיין אז איך וועל מוזן אנטדעקן דעם נידערטרעכטיגן פלאן פאר די פארשטאנד פון קהל, כדי אזאנס זאל אין שטאט נישט פארקומען, ווארום אויב יא וועט דיזן יארע פערשריבן ווערן צו שאנדע אינעם פנקס.

ישרן
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:17 pm

און דו גלייבסט נאך אז אין פ. לאדאני וועט זיין נאך א מנין! עטס הערטס וואס ער זאגט? נישט מער נישט ווייניגער נאך-א-מנין! באלד ווער ער נאך זאגן אז זיי האבן אויפגענומען אן אייגענעם שוחט!
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:14 pm

שטומפיג האט געשריבן:האבעך געהערט בסוד סודות פון א פריינט פון שעפסיל דעם קצב'ס אז אויב גייט דער דיין דאווענען גייען די יונגעלייטלעך מאכן אן אייגן מנין אונטערן שלאכט הויז.
איך מיין אז איך וועל מוזן אנטדעקן דעם נידערטרעכטיגן פלאן פאר די פארשטאנד פון קהל, כדי אזאנס זאל אין שטאט נישט פארקומען, ווארום אויב יא וועט דיזן יארע פערשריבן ווערן צו שאנדע אינעם פנקס.

נעה. כ'האב איינמאל געדאוונט דארט, קיין יודיש ווארט קען מען נישט ארויסזאגן דארט... זייט די דין תורה פאר 19 יאר צוריק מיט די טובי העיר נישט מער געדאכט וועגן די סוער סיסטעם האט ער זיך געמאכט אן אייגענע סעפטינג סיי פאר די סוער און סיי פאר די בליט פון די בהמות. די סעפטינג ליגט אינעם נעקסטן צומער און די גרוך דארט גייט עד לב הארץ.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:26 pm

עפעס שטימט נישט דא, די מנהלים פון די קרעטשמע פלעגן פארטרייבן די אינגן וואס פלעגן לופטערן דא אין זאל פאליטישע און רבני'שע געפעכטן. וואסי געשען אז זיי לאזן דאס צו?
נאט אייך א גרינע...


גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:08 am

פליגל האט געשריבן:עפעס שטימט נישט דא, די מנהלים פון די קרעטשמע פלעגן פארטרייבן די אינגן וואס פלעגן לופטערן דא אין זאל פאליטישע און רבני'שע געפעכטן. וואסי געשען אז זיי לאזן דאס צו?

ווייל די מנהלים האלטן דא מיטן דיין. בכגון דא מעג מען גיין אין ערכאות. איך האב געהערט שמועסן אין קרעטשמע, אז אויב מען וועט נישט צולאזן דעם רב'ס זון , האבן זיי שוין א טשערדע גויים גרייט צו טיילן פעטש, און דער דיין האט א פאפ-אפ סוכה גרייט, וואס מען מעג אויפבלאזן אום יום טוב, ווי זיין מנין קען דאווענען אויב זאל אויספעלן עמערדשענסי.
זיי האבן שוין באשטעלט ביי אלעקסי-טו-גאו.
mi a nagy ügy

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:18 am

קום איך יעצט פונעם דיין'ס שטוב, וואו עס איז געווען אן אסיפה דער דיין וויל מוותר זיין, אבער מיר האבן בשום אופן מסכים געווען.
#דער דיין וועט דאווענען
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:21 am

יעצט געהערט הייסע נייעס אין שוסטער'ס מנין, אז די דיין'ס מענטשן געפינען זיך יעצט ביים ראש הקהל יר"ה אין שטוב, און פארלאנגן אז עס זאל פארקומען וואלן ווער עס זאל דאווענען, מען טאר אזא זאך בשום אופן נישט צולאזן, זיי וועלן זיכער פעלטשן די וואלן, אזויווי זיי האבן געטון ביי די וואלן פאר טובי העיר כדי אריינצובאקומען יענקל דער בעקער'ס זון, נאר ווייל ער איז א חבר מיט צדוק דער קצב וואס האט אמאל געגעבן פלייש פארן דיין אויף יו"ט פאר א ביליגע פרייז, מען טאר דאס נישט נאכאמאל צולאזן! הבו עצה...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21993
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:25 am

מאנכע ווילן זאגן אז דער שוסטער האט זיך געלאזט הערן אין שולעכל אז ער וועט נישט צורעכט מאכן די שטיוול פון די קעגנערישע צד לכבוד די קומענדע הייליגע טעג, די פארשטאנד וועט פארופן א זיצונג דעריבער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:59 am

דער דיין'ס מענטשן ווילן נישט גיין צו א דין תורה ווייל זיי ווייסן זייער זייער גוט אז מטעם הדין ומטעם השטאטון קומט זיך דער ברעטל פארן רב'ס זון, ווייל אזוי איז אלץ געווען דער מנהג אין שטעטל, און עס איז געווען א דבר פשוט אז דער דיין האט עס נאר צוליב וואס ווען דער רב האט איבערגענומען דער רב זצ"ל איז נאך דער רב'ס זון געווען א יונגעל, און יעדער האט פארשטאנען אז איינמאל ער זאגט הרי את מקודשת באקומט ער עס כדין, און אזוי וואלט יעדע בי"ד גע'פסק'נט.

וועגן דעם ווילן די אנשי הדומ"ץ קליקע נישט גיין צום בי"ד נאר ליבערשט רייטן אויפן ציבור מיט געפילן אז סוכ"ס איז דער דיין א איד א בן שבעים און דער רב'ס זון א בן עשרים ממילא ווי פאסט עס בלא בלא בלא מיט נאך אנדערע געפילישע לגיונות.

אבער ערליכע אידן ווייסן אז דער תורה איז נישט געבויעט אויף געפילן, נאר תורה איז תורה!

איין זאך איז אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז טראץ דער גאנצער מערכה צו מבעיר זיין דעם דומ"ץ פון ברעטל ווערט געפירט דורכ'ן רב'ס שטוב מענטשן, האט זיך דער רב זעלבסט נאך גארנישט אריינגעמישט, נאר ער האלט זיך פון די זייט וואס דאס צייגט ארויס דעם רב'ס גאלדענע מידות ווי אלעמאל.

כלנו למען תורתינו הק'! הגה"צ ר' משה בן מרן הגאב"ד שליט"א לפני התיבה לשחרית!
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:04 am

למען האמת; ס'יז אפילו נישט פאני אזא שמועס וואס איז געווענליך אנגעפילט מיט בלוט, און האט שוין געקאסט אינעם עבר אסאך שברי לב און עגמ"נ מיט נאך נאכווייען פאר פארמישטע אין אזוינע עסקים. איך קלער אז די סארט טעמע זאל ווערן אפגעשטעלט און פארמאקט.

מיינונג פון איין פליג.
נאט אייך א גרינע...


עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:09 am

פליגל האט געשריבן:למען האמת; ס'יז אפילו נישט פאני אזא שמועס וואס איז געווענליך אנגעפילט מיט בלוט, און האט שוין געקאסט אינעם עבר אסאך שברי לב און עגמ"נ מיט נאך נאכווייען פאר פארמישטע אין אזוינע עסקים. איך קלער אז די סארט טעמע זאל ווערן אפגעשטעלט און פארמאקט.

מיינונג פון איין פליג.

זאלן די פוחזים וריקים וועלכע זענען גרופירט ארום דעם דיין צוריק גיין צו די ווערצהייזער וואו זיי פלעגן ביז די יעצטיגע מערכה פארברענגען זייערע טעג און נעכט, און לאזן קהל אויספורן זייער החלטה אז דער רב'ס זון הגה"צ ר' משה שליט"א זאל דאווענען שחרית.
ווי לאנג זיי פראבירן צו פירן דעם שטאט מיט טעראר פארשטייסטו אליין אז דער טעמע גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין פון טיש.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

ישרן
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:39 pm

איך האב יעצט גערעדט צום ראש הקהל, ער האט באשטעטיגט אז ער מיט פארשטייער פון ביידע צדדים נעמען דעם נעקסטן צוג קיין פעסט וואו עס וועט פארקומען א זיצונג ביים קאנצעלייא דערוועגן.
זאג עס נאר נישט איבער אין מיין נאמען, עס איז א געהיימע סוד.
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:39 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:למען האמת; ס'יז אפילו נישט פאני אזא שמועס וואס איז געווענליך אנגעפילט מיט בלוט, און האט שוין געקאסט אינעם עבר אסאך שברי לב און עגמ"נ מיט נאך נאכווייען פאר פארמישטע אין אזוינע עסקים. איך קלער אז די סארט טעמע זאל ווערן אפגעשטעלט און פארמאקט.

מיינונג פון איין פליג.

זאלן די פוחזים וריקים וועלכע זענען גרופירט ארום דעם דיין צוריק גיין צו די ווערצהייזער וואו זיי פלעגן ביז די יעצטיגע מערכה פארברענגען זייערע טעג און נעכט, און לאזן קהל אויספורן זייער החלטה אז דער רב'ס זון הגה"צ ר' משה שליט"א זאל דאווענען שחרית.
ווי לאנג זיי פראבירן צו פירן דעם שטאט מיט טעראר פארשטייסטו אליין אז דער טעמע גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין פון טיש.


נעכטן צופרי איז יענקל דער פעדלער געקומען צו לויפן צו רב מיט בכיות עצומות, אריינקומענדיג צום רב האט אים דער רב צום אלעם ערשט מכבד געווען מיט א קאלט גלאז וואסער ער זאל זיך דערכאפן דאס הארץ, און אביסל נאכלאזן דאס שטורמיש געוויין.

נאכן זיך בארואיגן, האט אים דער רב געפרעגט מה פשר פונעם געוויין, האט יענקעל אים געענטפערט אז ער האט זיך געחלומ'ט, אז עס גייט קומען א פרישן פעדלער אין שטאט און פארכאפן זיין איינציגסטע מקור חיונה.

דער רב האט אים אויסגעפרעגט אלע פונקטליכע פרטים ווי אזוי דער חלום איז געווען, וועלכע צייט אין דער נאכט, ווי לאנג דאס האט גענומען, יענקל האט אויף אלעס קלאר געענטפערט.

נאכן אריינקלערן א לענגערע וויילע האט אים דער רב געזאגט אז ער קען זיין רואיג, ער ברויך נישט מורא האבן, זינט אונזערע חכמים זאגן אז די חלומות בייטאג קומען מהרהורא דיומא, ווארשיינליך זארגט איר אפט דערוועגן.. יענקל האט זיך צוגעשאקלט מיטן קאפ אין זיך לייכט צושמייכלט, געגעבן א קיש דער רב'ס האנט און פארלאזט דער רב'ס צימער רואיג און צופרידן.
הוי מחשב...

ישרן
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:26 pm

איין גראסע שאנדע!
ווילט איהר געוויס וויסן וואס ביי די קאנצעלייא געבליבן איזט!
דער נשיא האט פאר'ן דיין דעם רעכט געגעבן!
ווער ווייסט דען נישט אז זיין שוואגערס עניקל האט מיט'ן דיינ'ס שוואגער געהייראט?
שרייבן אסאך אסאך ווערטער אין אסאך אסאך תגובות מיט א לאנגע לאנגע חתימה מאכט נאכנישט א מענטש וויסן וואס ער רעדט.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:28 pm

ישרן האט געשריבן:איין גראסע שאנדע!
ווילט איהר געוויס וויסן וואס ביי די קאנצעלייא געבליבן איזט!
דער נשיא האט פאר'ן דיין דעם רעכט געגעבן!
ווער ווייסט דען נישט אז זיין שוואגערס עניקל האט מיט'ן דיינ'ס שוואגער געהייראט?


דער ראש הקהל האט יעצט געמאלדן אין ביהמ"ד אז דער קאנצעליי האט נישט תורה'דיג און נישט לויט די שטאטון א ווארט אויף די קהילה, און ער טענה'ט אז דער רב'ס זון גייט ווייטער דאווענען, זאל זיין וואס זאל זיין.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 7:33 am

אזוי גייט עס.... מאכט אפ אז מ'גייט פרעגן איו קאנצעליי, מזאגט אנדערש ווי זיי הייבט זיך אן נגיעות.... דער נשיא איז א פאלשער מענטש...... מטרעפט עפעס א רב פון א קליינע דערפעל און מ'מאכט אים גרויס ביזן הימל.........
#דער דיין וועט דאווענען
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 12:15 pm

מחשב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:למען האמת; ס'יז אפילו נישט פאני אזא שמועס וואס איז געווענליך אנגעפילט מיט בלוט, און האט שוין געקאסט אינעם עבר אסאך שברי לב און עגמ"נ מיט נאך נאכווייען פאר פארמישטע אין אזוינע עסקים. איך קלער אז די סארט טעמע זאל ווערן אפגעשטעלט און פארמאקט.

מיינונג פון איין פליג.

זאלן די פוחזים וריקים וועלכע זענען גרופירט ארום דעם דיין צוריק גיין צו די ווערצהייזער וואו זיי פלעגן ביז די יעצטיגע מערכה פארברענגען זייערע טעג און נעכט, און לאזן קהל אויספורן זייער החלטה אז דער רב'ס זון הגה"צ ר' משה שליט"א זאל דאווענען שחרית.
ווי לאנג זיי פראבירן צו פירן דעם שטאט מיט טעראר פארשטייסטו אליין אז דער טעמע גייט נישט אזוי שנעל אראפגיין פון טיש.


נעכטן צופרי איז יענקל דער פעדלער געקומען צו לויפן צו רב מיט בכיות עצומות, אריינקומענדיג צום רב האט אים דער רב צום אלעם ערשט מכבד געווען מיט א קאלט גלאז וואסער ער זאל זיך דערכאפן דאס הארץ, און אביסל נאכלאזן דאס שטורמיש געוויין.

נאכן זיך בארואיגן, האט אים דער רב געפרעגט מה פשר פונעם געוויין, האט יענקעל אים געענטפערט אז ער האט זיך געחלומ'ט, אז עס גייט קומען א פרישן פעדלער אין שטאט און פארכאפן זיין איינציגסטע מקור חיונה.

דער רב האט אים אויסגעפרעגט אלע פונקטליכע פרטים ווי אזוי דער חלום איז געווען, וועלכע צייט אין דער נאכט, ווי לאנג דאס האט גענומען, יענקל האט אויף אלעס קלאר געענטפערט.

נאכן אריינקלערן א לענגערע וויילע האט אים דער רב געזאגט אז ער קען זיין רואיג, ער ברויך נישט מורא האבן, זינט אונזערע חכמים זאגן אז די חלומות בייטאג קומען מהרהורא דיומא, ווארשיינליך זארגט איר אפט דערוועגן.. יענקל האט זיך צוגעשאקלט מיטן קאפ אין זיך לייכט צושמייכלט, געגעבן א קיש דער רב'ס האנט און פארלאזט דער רב'ס צימער רואיג און צופרידן.

איר האט א שטיקל טעות אין דעם עצם חלום, איך בין אנוועזנד געווען ביים חלום. ער האט זיך גע'חלום'ט אז די פרישע פעדלער מקל'ט אים אן די ביינער און בינדט אים איין אין שטריק פון פלאקס... און דאס האט אים אממערסטנס אנגעשראקן.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:04 pm

א נייער האט געשריבן:אזוי גייט עס.... מאכט אפ אז מ'גייט פרעגן איו קאנצעליי, מזאגט אנדערש ווי זיי הייבט זיך אן נגיעות.... דער נשיא איז א פאלשער מענטש...... מטרעפט עפעס א רב פון א קליינע דערפעל און מ'מאכט אים גרויס ביזן הימל.........
#דער דיין וועט דאווענען


"א נייער" אין שטעטל און טיילט שוין דעות, הערזשע מיר גוט צו אינגערמאן, דער רב'ס זון וועט דאווענען און דער דיין קען צוזאמען מיט דיר זיך זוכן "א נייער" פלאץ....

Efroiach
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:47 pm

פאריגע וואך ווען איך בין געווען אונטערוועגנס דערציילט מיר איינער אז עפעס טוט זיך אין אמעריקא אז מען גייט באפרייען אלע שווארצע קנעכט, זיי זאגן עפעס אז מען דארף זיך רעכענען מיט אלע סארט מענטשן. #דעמאקראטיע

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:55 pm

Efroiach האט געשריבן:פאריגע וואך ווען איך בין געווען אונטערוועגנס דערציילט מיר איינער אז עפעס טוט זיך אין אמעריקא אז מען גייט באפרייען אלע שווארצע קנעכט, זיי זאגן עפעס אז מען דארף זיך רעכענען מיט אלע סארט מענטשן. #דעמאקראטיע

וואו איז אמעריקא? דאס איז די לאנד פון וואו די קארטאפל קומט?
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:03 pm

נאך אן אסיפה וואס איז פארגעקומען אין בוידעם פונעם ביהמ"ד, מיטן באטייליגונג פון אלע ראשי קהילה, און ביידע צדדים דעם דיין'ס און דעם רב'ס זוהן, וואו מען האט אדורכגעטוהן די לעצטע מחלוקת אין די קהילה ווי מען קען נישט קומען צו קיין פשרה, און עס איז באשלאסן געווארן אז די פראבלעם איז דאס וואס לעצטנס הערט מען אז בקצה המחנה האט זיך אריינגעכאפט אזא מושג וואס הייסט 'איי וועלט' דאס איז עפעס אזא זאך אויף די 'אינטערנעט' (איינער ווייסט אפשר וואס אינטערנעט איז?!) און דארטן איז דא אזעלכע מחוצפים וואס האבן געעפנט א 'אשכול' (געהענגל בלע"ז) וואו זיי טוען אדורך אלע פרטים פון די מחלוקת, און העצן אן די גאנצע (איי)וועלט מיט די מחלוקת.
על כן איז באשלאסן געווארן במעמד כל קהלא קדישא הדין, אז מען וועט זיך ווענדן צו די הנהלה פון יענעם פלאץ, און פאדערן אז עס מוז איינגעשטעלט ווערן א געהעריגע צענזור סיסטעם אין דעם אשכול דנן אזוי ווי אין אלע אנדערע אשכולות אין יענעם וועלטעל.
בלייבט אונז נאר איבער צו הערן אז די הנהלה איז נעתר געווארן לבקשתינו...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ימות המשיח און 8 געסט