דער חצות איד'ל

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

דער חצות איד'ל

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 7:03 am

דער חצות איד איז א באקאנטע צונאמען אויף געוויסע מענטשן אין דער אידישע געזעלשאפט, אבער עס איז אינטערסאנט, און אפי' מאדנע, אז דער נאמען געהערט צו אפאר סארטן מענטשן, מיט אינגאנצן אנדערע נאטורן איינס פון דער צווייטער, מיר וועלן דא פראבירן דורכגיין אלע סארטן, מיט א שטיקעלע אנאליז אויף יעדע איינע.

דער חצות הלילה איד - דאס זענען אידן עובדי ה' נאך פון דער אלטער היים, וואס לייגן זיך שלאפן מיט די הינער אדער נאך פריער, און שטייען שוין אויף ווען רוב וועלט האט זיך נאכנישט געלייגט, בשעת ווען דער נארמאלע שלאפן גייער כאפט זיין לעצטן ציגרעטל איידערן ארויפשטייגן אויפן פליגער צום עולם החלומות, זעט מען שוין דעם חצות איד גיין מיט דער האנטוך אויפן פלייצע, קאמפסגרייט צו עבודת השי"ת, זיין טאג הייבט זיך געווענטליך אן מיטן קלאגן אויפן חורבן ביהמ"ק, און דערנאך מיט א סדר לימוד ביזן ותיקין מנין.

דער חצות היום איד - דאס זענען אידן וואס שטייען אויף ווען דער שכוי איז שוין א געגעסענער, און זייער סדר היום צוטיילט זיך אין צווייען, בשעת ווען דער ערליכער שטייט אויף בזריזות, און הייבט גלייך אן מורמעלן קרבנות לויפנדיג אין ביהמ"ד, אנקומענדיג אין ביהמ"ד הייבט ער גלייך אן א מלחמה מיטן מקוה איד אז ער זאל אים אריינלאזן אין מקוה, נאכן פייערדיגן נצחון לויפט ער אריין אן קיין האנטוך, פארקיווערט גלייך זיינע טריט צום פילטער צימער, ריקט אראפ דער סוויטש, און גיט א טאנץ אריין אין דער נידריגע וואסער, נישט קוקנדיג צו עס איז ביטער קאלט שרעקעדיג לוילעך אדער געבראטן קאלט, און ביז דריי מינוט איז ער אינדרויסן, ער לויפט ארויף אין ביהמ"ד פרעגנדיג יעדעם איינעם אויפן וועג ווען איז חצות, אזוי אז אנקומענדיג אויבן איז ער שוין א גאון אין שיטת חצות, און אינאיינוועגס שוין עפעס געלערנט פארן דאווענען, דאן לאזט זיך אראפ א רואיגקייט אויף אים, ער הייבט אן דאווענען געלאסן, פארגעסענדיג אינגאנצן אז עס איז שוין באלד חצות...
דאגעגן דער ווייניגער ערענסטער, ער שטייט אויף דער זעלבער צייט, אבער מיט א רואיגקייט, ער מאכט זיך דער בעט – ער דארף דאך עפעס טון פארן אים האלטן אזויפיל שעות –, פיצט זיינע ציינער, קוקט אויפן טעלפאן זען וועלכע נייעס ער האט פארפאסט דורכאויס די נאכט, גייט אין ביהמ"ד מיט געלאסענע טריט ווי שב"ק נאך די טשאלנט, אנקומענדיג אין ביהמ"ד מאכט ער א קאווע שאקעלנדיג א ציגרעטל צווישן די פינגער, דאן גייט ער אנאלאזירן ווער עס גייט געווינען די בעפארשטייענדע וואלן, אדער וועלכע ביזנעס איז בעסער עמעזאן אדער ריעל עסטעיט, דאן ווען דער גאנצער וועלט זיצט שוין על מקומו בשלום, גייט ער אראפ צום מקוה איד און פרעגט אים צו עס איז נאך דא שאוערס, ווען דער ענטפער איז נעגעטיוו, גייט ער צוריק ארויף פארענדיגן די פאר וויכטיגע זאכן וואס איז נאכנישט מסודר געווארן ביים ערשטן קופקע, און ווען דער זייגער קלאפט פונקט פינף מינוט פאר חצות, דערמאנט ער זיך "אוי עס איז שוין באלד חצות", ער שמייסט ארויף דער טלית אויף זיין פלייצע, מיטשמייסנדיג אפאר אנדערע אידן אונטער זיך, ער הייבט גלייך אן קרי"ש, וואס פאלגט נאך מיט א שנעלע שמו"ע, עס איז דאך שוין חצות....

דער מנחה חצות איד - דאס זענען אידן געווענטליך איבער די זיבעציג, וואס קומען אריין אויפן האר ביי חצות היום, שטעלן זיך אוועק אויף באשטימטע פלעצער, און הייבן אן קוקן מיט ביייזע בליקן אויף די היינטיגע אינגערלייטלעך וואס דרייען זיך נאך ארום אין אזא צייט מיט טלית און תפילין, און שרייען נאך פון מאל צו מאל שחרית אין חדר ג', די מיט אביסל הומאר וועלן זיך נאך אנרופן וואס שחרית - מעריב, ועתה ילכחו הקהל, אזוי שטייען זיי און בלאזן פאר פונקט א האלבע שעה, ווען דאן הייבט דער בעל תפילה אן מיט א נידריגע טאן אשרי יושבי......

דערנאך איז דא דער מעריב חצות איד, וואס האט מסתמא מחליט געווען אז מעריב דארף מען דאווענען אין דער טונקל, זיי קענען זיך צומאל מוטשענען מיט מנין פאר א האלבע שעה, אבער זיי וועלן נישט אויפגעבן אויף דער געשמאק פון דאווענען ווען דער לעקטער אין ביהמ"ד איז שוין אויסגעלאשן, און נאך געשמאקער אויפצוהאלטן דער אויסגעמוטשעטע שמש פון פארשפארן דעם בית מקדש מעט....

ווער עס האט נאך פרטים איבער חצות אידשאפט זאל זיך אנרופן.

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 7:30 am

דאכט זיך מיר אז ס'שוין געווען אזא ארטיקל ענדליך וועגען חצות מנין

פי-די-עף

אבער דאך זייער שיין ;l;p-
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 7:35 am

אמאל האב איך אביסל געשפעטיגט קומען אין כולל שוין געוועזן נאך 12, אויפן וועג האב איך געכאפט א היטש מיט א איד, הערנדיג אז איך גיי אין כולל, זאגט ער מיר הייסט דו לערנסט אין כולל חצות......

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 7:38 am

נו, ער איז דאך גערעכט אזויווי תיקון חצות זאגן די אשכנז'ישע אידן ביי חצות היום, וואלט מען שוין געמעגט עפענען א חצות היום כולל, פאר די אלע אינגערלייט וואס צוליב דעם וואס זיי ווילן כאפן חצות, באקומען זיי נישט די כולל טשעק....

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:49 am

אוי ביסטו א היטשינער
טעיק איט איזי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:42 pm

צוקער זיס!

אבער פארוואס אין פארברענגען?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], מה שמו און 9 געסט