לעיבער דעי - אלעס ארום לעבער

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

לעיבער דעי - אלעס ארום לעבער

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:00 pm

אין א"י הייסט דער טאג יום הכבוד, אין ארה"ב הייסט דאס לעיבער דעי.

אז מען רעדט שוין פון לעבער, לאמיר רעדן פון לעבער

דער שבת'דיגער מאכל לעבער איז שוין היינט געווארן א טיי אווענט אדער וואך נאכט מאכל, מען גיבט דאס שוין ביי קדשים אין שוהל, נישט נאר ביי די סעודת שבת ווי אמאל אינדערהיים.

המשך יבא..
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:01 pm

איך פארשטיי נישט מען באקומט נישט קיין בויך וויי פון עסן אזויפיל לעבער?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:12 pm

נישט אזויווי טורקי אום טענקסגיווינג
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:15 pm

גראדע זענען מיר מקיים לעיבער דעי געהעריג, פראם 10 טו 6
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:30 am

איך האב נישט ליב קיין בהמה לעבער
מיין מאמע ע"ה פלעגט אונז מאכען דאס עסען ווייל עס האט געהייסען א געזונט מאכל...
איין מאהל קום איך אהיים פון די שוהלע
און מען קען שמעקען דאס גערוך פון אפגעברענטע לעבער...
יא יא מיין מאמע ע"ה האט נאך געהאט אזא מעטאלענע גריד אויף צו כשר'ן די לעבער
טראכט איך: אוי וויי, וואס וועט זיין?
איך גיי אריין אין קאך, זעה איך דארט פלייש ארום באדעקט מיט זעמעל ברעזעל
האב איך געטראכט: שוין, די גזירה איז אפשטופט געווארען
היינט איז שניצעל און לעבער וועט זיין אנאנדערס מאהל
שניצעל האב איך דאך יא ליב
זעצט מען זיך צום טיש מיט געשמאק
איך שנייד אין דעם "שניצעל" און גיב א בייס
אוי וויי, א שפיצעל, מיין מאמע ע"ה האט ארום גענומען די לעבער מיט דאס זעמעל ברעזעל
אזא קאמופלאזשע.....
אוי זכרונות זכרונות
אבער לעבער אין לשון קודש האט קיינער נישט פיינט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:40 am

מעשה שהיה עם חברי (בחינת בדידי הוה עובדה)

מיר זענען געגאנגען עסן א טשולענט ליל שישי אין איינע פון די לאקאל'ן
באשטעלנדיג א טעלער טשולענט וכו' האט מיין חבר געבעטן אביסל לעבער

פרעגט עם דער איינגעשטעלטער chopped or saute?
האט מיין חבר גענטפערט to stay!

גוט ;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:22 am

לחיים לחיים
שיק ארויף די לעיבערלעך מיט אביסל קוכן

ישרן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:02 pm

msp האט געשריבן:איך האב נישט ליב קיין בהמה לעבער
מיין מאמע ע"ה פלעגט אונז מאכען דאס עסען ווייל עס האט געהייסען א געזונט מאכל...
איין מאהל קום איך אהיים פון די שוהלע
און מען קען שמעקען דאס גערוך פון אפגעברענטע לעבער...
יא יא מיין מאמע ע"ה האט נאך געהאט אזא מעטאלענע גריד אויף צו כשר'ן די לעבער
טראכט איך: אוי וויי, וואס וועט זיין?
איך גיי אריין אין קאך, זעה איך דארט פלייש ארום באדעקט מיט זעמעל ברעזעל
האב איך געטראכט: שוין, די גזירה איז אפשטופט געווארען
היינט איז שניצעל און לעבער וועט זיין אנאנדערס מאהל
שניצעל האב איך דאך יא ליב
זעצט מען זיך צום טיש מיט געשמאק
איך שנייד אין דעם "שניצעל" און גיב א בייס
אוי וויי, א שפיצעל, מיין מאמע ע"ה האט ארום גענומען די לעבער מיט דאס זעמעל ברעזעל
אזא קאמופלאזשע.....
אוי זכרונות זכרונות
אבער לעבער אין לשון קודש האט קיינער נישט פיינט....

כמדומה אז בהמה לעבער איז קשה לשכחה

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:17 pm

שו"ת תשובות והנהגות ח"ה רמ"ג האט געשריבן:היתר אכילת כבד בהמה ועוף

קבלתי דבריו, שמביא מדברי "בן איש חי" [שנה ב' פרשת אחרי אות י"א] בשם הקדוש האריז"ל, שאין לאכול מוח כבד ולב מפני שמטמטם את הלב, ויפה תמה, למה לא שמענו מעולם שיש איזה חשש לאכול כבד בהמה או עוף מפני שמטמטם הלב, ולמה לנו לעבור על דברי קדוש כמוהו ולא נחוש לטמטום הלב.

ולע"ד, נראה שהקדוש האריז"ל מעולם לא אמר שלא לאכול, רק שמביא בעצ"ח (שער כ'), שעיקר גילוי הנר"ן היא במוח לב וכבד, וממילא תפסו מכך שהכבד הוא כלב, וכמו שהלב מזיק כן הכבד.

אמנם נראה לומר, דמהא שבחולין (קט ב) איתא שתמורת איסור דם הקדוש ברוך הוא מסר לנו היתר כבד, יש לדקדק דאין בו היזק, שהרי לא היה נותן לנו דבר שמזיק, וע"כ כבד אינו מזיק ומותר לאכלו, ועיין בש"ך (סי' ע"ב ס"ק ב') שכתב וז"ל "וכתוב בתשב"ץ, ואיני אוכל לב עוף, אף שהספר אינו מזכיר רק לב בהמה שקשה לשכחה, כמו כן מונע אני מלב עוף עכ"ל, וכן ראיתי נזהרים בזה", הרי שהוזכר "לב" ולא הוזכר "כבד", וכבר נהגו כל ישראל לאכול כבד ואין מדקדקין להזהר בזה.

ועוד יש לומר, שעיקר האיסור הוא כשהכבד מלא דם, אבל אנו צולים את הכבד ומתייבש, ויש לצדד דלאחר שנתייבש אינו מזיק כלל, וע"כ אין לחדש בזה איסור.

שוב בא לידי ספר "פאת שדך" על יו"ד (סימן י"ט) מידידי הגאון רבי שמואל מונק זצ"ל, וחוקר בזה, ומביא מ"ספר זכירה" להגאון המקובל מוה"ר זכריה, שאין לאכול מוח וכבד, ומסיק שלדינא מותר, ומ"מ אם מחמיר בכך יש לו על מי לסמוך. ודבריו חידוש הם, היות ושמענו על צדיקים וקדושי עליון שאכלו כבד בסעודות שבת, והמחמיר אינו אלא מן המתמיהין.

ולענ"ד נראה כמ"ש, דאם היה באמת מקום להחמיר, הפוסקים היו מודיעים זאת, וכפי שכתבו להחמיר באכילת לב, וע"כ נראה שמותר לאכול כבד כמנהג ישראל וכמש"נ. [ומיהו יש נוהגין להקל רק בכבד "עוף" דקיל טפי כמבואר בהש"ך בשם התשב"ץ והובא לעיל].

ישרן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:28 pm

איין זאך וואס דר'עולם ווייסט נישט איז אז די גאנצע גדולה מיט די "שטאפ גענז" איז געווען די לעבער! עס איז נאך אלס א גדולה אין די אלגעמיינע גאס עס הייסט foie gras.

ישרן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:06 pm

ישרן האט געשריבן:איין זאך וואס דר'עולם ווייסט נישט איז אז די גאנצע גדולה מיט די "שטאפ גענז" איז געווען די לעבער! עס איז נאך אלס א גדולה אין די אלגעמיינע גאס עס הייסט foie gras.

אינטערעסאנט אז עס טיז יעצט אין די נייעס אז דעבלאזיא יר"ה וויל עס אסר'ן צוליב צעב"ח. איך פרוביר מיך פארצושטעלן אויב אונזער עולם וואלט עס געגעסן וויאזוי מען וואלט פארשריגען די ביטערע גזירה... אדער אפשר וואלט ער עס נישט גע'אסר'ט ע"ע דיבליאזיא דאלאר...

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 5:51 pm

ישרן האט געשריבן:איין זאך וואס דר'עולם ווייסט נישט איז אז די גאנצע גדולה מיט די "שטאפ גענז" איז געווען די לעבער! עס איז נאך אלס א גדולה אין די אלגעמיינע גאס עס הייסט foie gras.

יאפ! ווען הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע איז געווען אין ראצפערט, איז אמאהל א אידענע געקומען פרעגן א שאלה אויף א געשטאפטע לעבער ביים רב פון שטאט הג"ר שאול ראזנבערג זצ"ל בשעת ווען ער האט געהאלטן אינמיטן א שמועס מיט'ן פריערדיגער רב זי"ע. ווען הרה"ק מבעלזא זי"ע האט געזען די ווייסע לעבער (מרוב שמנונית) האט ער זיך אויסגעדרוקט 'נישט בחינם האט מען פארטריבן די בני יששכר פון מונקאטש!

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:29 pm

ישרן האט געשריבן:איין זאך וואס דר'עולם ווייסט נישט איז אז די גאנצע גדולה מיט די "שטאפ גענז" איז געווען די לעבער! עס איז נאך אלס א גדולה אין די אלגעמיינע גאס עס הייסט foie gras.

דער בני יששכר דערמאנט עס, דאכצעך אין אגרא דכלה.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:42 pm

די ריח השטאפ גענז שמעקט ביז דא. אין די חיבור בקדושתו של אהרן אין פרק מהוראותיו הק', פארציילט דער מחבר הרב פרלוב וואס מ'האט געהערט פון הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע אז ווען דער טאטע זצ"ל איז געווען אין מונקאטש האט ער גערופן א אונגארישער איד וואס עסט שטאפ גענז, און אים געהייסן אז ער זאל גיין קויפן פאר זיינעט וועגן דריי שטאפ לעבערלעך... יענער מענטש האט זיך זייער געוואונדערט אויף אזא הוראה.

אבער דער טאטע האט נישט נאכגעלאזט און באפוילן שטרענג אז ער זאל עס ברענגען, און ווען מ'האט געברענגט די לעבערליך האט אים דער טאטע געהייסן זיך זעצן אויף זיין בענקל און אויפעסן די לעבער בשליחותו, זאגנדיג "א זאך וואס טויזענטער אידן טוען דארף מען זיך כולל זיין אין כלל ישראל"!

ישרן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:50 pm

מאטיסאווצער האט געשריבן:די ריח השטאפ גענז שמעקט ביז דא. אין די חיבור בקדושתו של אהרן אין פרק מהוראותיו הק', פארציילט דער מחבר הרב פרלוב וואס מ'האט געהערט פון הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע אז ווען דער טאטע זצ"ל איז געווען אין מונקאטש האט ער גערופן א אונגארישער איד וואס עסט שטאפ גענז, און אים געהייסן אז ער זאל גיין קויפן פאר זיינעט וועגן דריי שטאפ לעבערלעך... יענער מענטש האט זיך זייער געוואונדערט אויף אזא הוראה.

אבער דער טאטע האט נישט נאכגעלאזט און באפוילן שטרענג אז ער זאל עס ברענגען, און ווען מ'האט געברענגט די לעבערליך האט אים דער טאטע געהייסן זיך זעצן אויף זיין בענקל און אויפעסן די לעבער בשליחותו, זאגנדיג "א זאך וואס טויזענטער אידן טוען דארף מען זיך כולל זיין אין כלל ישראל"!

איך ווייס נישט אויב מען איז מחוייב צו פארענטפערן די מעשה, אבער נניח אז די מעשה האט פאסירט גענוי ווי פארציילט, מוז מען קלאר מאכן אז אויב וואלט הרה"ק מבעלזא געהאלטן אז עס איז אסור מדינא וואלט ער עס נישט געטוהן, אלא מאי האט ער געהאלטן אז עס איז מותר מדינא, נאר בתורת חומרא.
נאכאמאל על הצד אז די מעשה האט פאסירט, ואין למידין הלכה מפי מעשה.

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:58 am

איך האב דיר געגעבן א מראי מקום ווייל ס'איז נישט מיין חידוש. איך האב געזען די מעשה אין די חיבור בקדושתו של אהרן אין פרק מהוראותיו הק', בשם הרה"ח ר' דוד ארי' פרסטר ז"ל.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט