קלארשטעלונג פון די הנהלה בנוגע וואס איז ערלויבט צו שטעלן אין דעם אשכול און וואס נישט:
◄ ווייז ספוילער
ליידער מאכט זיך כסדר אז געוויסע אויסגאבעס פרובירן צו שיקן א מעסעדזש צו א צד שכנגד מיט אראפרייסערישע קעפלעך, און וויבאלד מיר פארמאגן דא אן אשכול וואס ערלויבט ארויפצושטעלן דעקלעך, קומט אויס אז טעמעס וועלכע זענען בעצם פארבאטן ביי אונז, ווערן אריינגעשטופט פון אן הינטער טירל.
מיר האבן שוין פרובירט צו מעקן, שוין פרובירט צו לאזן - אונטער'ן לעגיטימען אויסרייד פון "מיר נעמען נישט קיין אחריות אויפ'ן תוכן ה'דעקל", אבער מיר שפירן אז מען מוז מאכן א שטיקל קלארע פאליסי דערוועגן.
אשר על כן, מהיום והלאה וועט גילטן דער פאלגנדער כלל:
1. א דעקל וואס פראפאגאנדירט אייגענע לייסטונגען און שטעלונגען (אפילו מיט זעלבסט פאבריצירטע פאקטן), אן אראפרייסן א צווייטן, וועט טאלערירט ווערן
2. א דעקל וואס רייסט אראפ א צווייטן, וועט אראפגענומען ווערן (בעסער געזאגט: זאל מען בכלל נישט ארויפשטעלן - סיידן מען פארמעקט די פראוואצירנדע ווערטער)
3. וויבאלד הא גופא קען זיין מוטל בספק, רעזערווירט די הנהלה די רעכט אליינס צו באשליסן וועלכע דעקל פאלט אין וועלכע קאטעגאריע
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן
ביים רבי׳ן בחדרי חדרים: צום 40'סטן יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האלט 'מאמענט' אפ אן אויסשליסליכע שמועס מיט תלמידו החביב הגה״ח ר' יושע מענדלאוויטש, פאר וועמען דער צדיק האט ארויסגעצייגט אן אויסערגעווענליכע חביבות, וועלכער שילדערט אינטערעסאנטע זכרונות פון זיינע יארן ביים רבי'ן אין ישיבה און דערציילט איבער זיינע פריוואטע מאמענטן ביים רבי'ן אין ספרים שטוב מיט פערזענליכע הוראות
עדות׳שאפטן און זכרונות: ״ס'איז אויס וועלט!״ הערט מען די וויינענדיגע שטימע פונעם לעגענדארן משב״ק הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל, אויף די רעקארדירונגען פון סאטמארער רבינ׳ס לוי׳ ביום כוא"ב תשל"ט. הרה"ח ר' וואלף בראננער נעמט אונז צוריק מיט פערציג יאר און שילדערט זכרונות און עדות׳שאפטן פון יענע שווערע מאמענטן ווען חסידים האבן געזען פאר זיך די וועלט-ענדע בהסתלקות הצדיק
כשר׳ע פארברענגען: שיטת החינוך פון ראש ישיבת תורת חסד זצ״ל --- ארי ווייזער: א באזוך אין קעטסקילס הצלה מיט ר׳ יואל מאיראוויטש --- נייע ווינקל ״א מאמענט צו דאנקען״ צו לויבן אין דער עפנטליכקייט --- העסקן ר׳ שלמה מנשה פאלקאוויטש דערציילט איבער די צענדליגער טויזנטער חתימות וואס ער האט געשאפן אין קרית יואל און אין כלל-ישראל שול אין וואודבוירן --- מאמענטעלעך: איך, דער אינדעפענדענט; פיר ביציקלעך; כתיב ולא קרי; היימישע פארלוסטן --- צוויייטער טייל: די 1977 קורצשלוס --- הרב שלום יעקב וואזנער: איבערלאזן א קינד אין קאר? --- הרב שבתי פריעד: א הייסע אקציע אינמיטן דער נאכט --- קאנפערענץ צימער מיט ר׳ ישעי׳ ווייספעלד: געבן א געהאלט העכערונג --- אליהו יואל גליק: אין הארץ פון א ״לא נתקבל״ יונגל --- יוסי געשטעטנער: ביטע באצאלט ווי א מענטש --- און נאך!