הלכות מענטשליכקייט אין צופאשטע ענוויירמענט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

הלכות מענטשליכקייט אין צופאשטע ענוויירמענט

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:02 pm

ב"ה געווען ביים ציון, געטיילט, זיך אריינגעקוועטשט, אויסגעבעטן אלעס גוטס.

כ'וואלט אויפברענגען עטליכע נקודות אויפן איייוועלט-טיש און עס בארבעטן.

1) אין א געדרענג איז מען נישט מחיוב זיך צו שאקלען מיט די זעלבע ספיד און קראפט ווי ביי א וואכעדיגע שחרית. קודם מאכט עס ענגער די מצב און שטערט אלע דיינע שכינים מזרח מערב דרום צפון.
2) מען מוז נישט אנקומען צום אוהל שוין אן אויסגעשוויצטער. אפי' מען וועט גוט שוויצן בשעת'ן זאגן תהילים, איז דאך אסאך אנדערש אויב מען האט שוין אנגעהויבן צופרי מיט א גוטע התחלה און אויסגעלאזט די שויער "ווייל מ'וועט עניוועיס שוויצן" עס וועט זיין טריפל-אראומע.
3) טרעטן אויף יענעם'ס פיס אפי' ווען עס איז אין די שיך - טוט די זעלבע וויי ווי ווען מען טרעט אויף דיינס - און אפי' די ווילסט נאר פלעין אדורך גיין.
4) אויב די ווילסט צוקומען צום ציון, שטופ נישט ווילד און האסטיג, ענדערש רואיג און צוביסלעך.
5) שטעק נישט ארויס דיינע עלענבויגן'ס פון דיין שטח - חוץ אויב די שטייסט לעבן דיין שונא'ס קליין בחור'ל (וואס קען נישט צוריק געבן...)
6) ס'האט דיר געכאפט א התעוררות - מוזט אבער נישט שרייען די פסוקי תהילים. גיי נישט העכער ווי די עוורידזש וואליום פון'ם עולם, דו וועסט נאר צושטערן יעדן וואס שטייט פארונט פון דיר. אויב קענסטו נישט אנדערש - שטעל דיך מיטן פנים צו א וואנט.
7) האסט געטראפן א חבר שוין לאנג נישט געזען. נארמאל. גיב שלום עליכם און צוריק צום תהילים. אין א געדרענג וואו מען איז מתפלל, שמועסט מען נישט.

יעדער איז מכובד ממשיך צו זיין און אדער דיסקאסן.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:12 pm

אני הקטן בין זיך נוהג אז איך גיי נישט צו קיין ציון ביום היארצייט דארט ווי ס'דא א געדרענג. מ'קען זיך נישט געהעריג מצמצם זיין און מ'ווערט כסדר געשטערט.

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:28 pm

מענטשליכקייט איז נישט דוקא ווען מען גייט צום ציון. די (אומ)מענטשן וואס פירן זיך אזוי ביים ציון פירן זיך אזוי אויף אין ביהמ״ד אויך. סאיז דא יודן וואס האלטן אז ווען זיי דאווענען ביי א מנין דארף דער גאנצער עולם וויסן אז זיי זענען דא.

די זעלבע זאך איז ביים לערנען, ס׳קענען אסאך מאל זיצן אין ביהמ״ד צענדליגער יודן און יעדער לערנט רואיג פאר זיך אדער מיט א חברותא, ביז סקומט אריין איינער וואס האט זיך דערקלערט אלץ פלאצקער גאון און יעדער מיז יעצט מיטהאלטן זיין שיעור.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:33 pm

חיים אלכסנדר האט געשריבן:ב"ה געווען ביים ציון, געטיילט, זיך אריינגעקוועטשט, אויסגעבעטן אלעס גוטס.

כ'וואלט אויפברענגען עטליכע נקודות אויפן איייוועלט-טיש און עס בארבעטן.

1) אין א געדרענג איז מען נישט מחיוב זיך צו שאקלען מיט די זעלבע ספיד און קראפט ווי ביי א וואכעדיגע שחרית. קודם מאכט עס ענגער די מצב און שטערט אלע דיינע שכינים מזרח מערב דרום צפון.
2) מען מוז נישט אנקומען צום אוהל שוין אן אויסגעשוויצטער. אפי' מען וועט גוט שוויצן בשעת'ן זאגן תהילים, איז דאך אסאך אנדערש אויב מען האט שוין אנגעהויבן צופרי מיט א גוטע התחלה און אויסגעלאזט די שויער "ווייל מ'וועט עניוועיס שוויצן" עס וועט זיין טריפל-אראומע.
3) טרעטן אויף יענעם'ס פיס אפי' ווען עס איז אין די שיך - טוט די זעלבע וויי ווי ווען מען טרעט אויף דיינס - און אפי' די ווילסט נאר פלעין אדורך גיין.
4) אויב די ווילסט צוקומען צום ציון, שטופ נישט ווילד און האסטיג, ענדערש רואיג און צוביסלעך.
5) שטעק נישט ארויס דיינע עלענבויגן'ס פון דיין שטח - חוץ אויב די שטייסט לעבן דיין שונא'ס קליין בחור'ל (וואס קען נישט צוריק געבן...)
6) ס'האט דיר געכאפט א התעוררות - מוזט אבער נישט שרייען די פסוקי תהילים. גיי נישט העכער ווי די עוורידזש וואליום פון'ם עולם, דו וועסט נאר צושטערן יעדן וואס שטייט פארונט פון דיר. אויב קענסטו נישט אנדערש - שטעל דיך מיטן פנים צו א וואנט.
7) האסט געטראפן א חבר שוין לאנג נישט געזען. נארמאל. גיב שלום עליכם און צוריק צום תהילים. אין א געדרענג וואו מען איז מתפלל, שמועסט מען נישט.

יעדער איז מכובד ממשיך צו זיין און אדער דיסקאסן.


צר לי אחי אז דאס זענענן דיינע געפילען מיט וואס דו גייסט אראפ די בארג, די קודש הקדשים, די ציון המצוינת ווי שווערע צענדליגער טויזענטער אידן האבן זיך אויסגעוויינט צו השי"ת, אויסגעוואשען די הערצער און נשמה, איבערגעלאזט דארט די פעקליך, און געבעטען פאר א נייע גוט געבענשט יאר.

לא יאומן די התעררות, די הייליקייט וואס נעמט ארום יעדעם איינעם דארט.

המקום אדמות קודש, אויסגעוואשען מיט ימים אידישע טרערען צו השי"ת, טאקע צושטיפט און פארשוויצט אבער מיט האפענוג צו השי"ת אויף קבלת תפילות און קירבת אלוקים.

ביטע חזר בך און גיי זאג מארגען נאך א קאפיטעל תהילים, און מנהלים - די אשכול אין מקומו כאן.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:58 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:און מנהלים - די אשכול אין מקומו כאן.

און די מנהלים גייען פאלגן?
וואס איז די סתירה צווישן די הייליגקייט, אויסגעוואשענע הערצער, אויסגעפועלט אלעס גוטס - און הלכות מענטשליכקייט?

ווי האט אמאל דער וויזניץ בני ברקער רבי, רבי משה'לע זצ"ל, געזאגט אין א שמועס צו בחורים: "א כאניאק מיינט נישט - נישט פוצן די ציין".
מ'קען דאווענען בעטן פועלן, און דאך בלייבן נארמאל בין אדם לחבירו.
חיים סענדער, החזק בדבריך!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 3:04 pm

מער ווייניגער בינעך מסכים מיטן פותח האשכול
אבער לגבי זיך שטופן צוצוקומען צום ציון, במחילת כבודך, כ'האב מיר שוין מערערע מאל איבערצייגט אז אויב מען שטופט זיך נישט וועט מען נישט אנקומען צום ציון פאר די נאכט פאלט....
נאר קען זיין אז ווען קיינער זאל זיך נישט שטופן וואלט נישט געווען אזוי...

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 3:42 pm

מסכים הונדערט פראצענט מיט @קאנסילמאן, ווער קוקט דען אויף די שטותים ווען מ'קוקט אויף עפעס העכערס?!

וועם ס'באדערט איינע פון די פונקטן פונ'ם פוהא"ש זאל טאקע נישט קומען צום ציון ביום היאצ"ט, און מקטרג זיין אויף אידן אויך ווען ס'נישטא אויף וואס.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 4:08 pm

יא איין זאך פארגעסן
מ'שיקט נישט קיין ראבא קאלס אין קיין צופאטשטע מאמענטן!
יעצט באקומען די צווייטע רויבער קאל היינט אליינס
שעים אן יאו!!
איי איי,-וועלט

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 4:20 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:צר לי אחי אז דאס זענענן דיינע געפילען מיט וואס דו גייסט אראפ די בארג, די קודש הקדשים, די ציון המצוינת ווי שווערע צענדליגער טויזענטער אידן האבן זיך אויסגעוויינט צו השי"ת, אויסגעוואשען די הערצער און נשמה, איבערגעלאזט דארט די פעקליך, און געבעטען פאר א נייע גוט געבענשט יאר.

לא יאומן די התעררות, די הייליקייט וואס נעמט ארום יעדעם איינעם דארט.

המקום אדמות קודש, אויסגעוואשען מיט ימים אידישע טרערען צו השי"ת, טאקע צושטיפט און פארשוויצט אבער מיט האפענוג צו השי"ת אויף קבלת תפילות און קירבת אלוקים.

ביטע חזר בך און גיי זאג מארגען נאך א קאפיטעל תהילים, און מנהלים - די אשכול אין מקומו כאן.


שפיגליצקי האט געשריבן:מסכים הונדערט פראצענט מיט @קאנסילמאן, ווער קוקט דען אויף די שטותים ווען מ'קוקט אויף עפעס העכערס?!

וועם ס'באדערט איינע פון די פונקטן פונ'ם פוהא"ש זאל טאקע נישט קומען צום ציון ביום היאצ"ט, און מקטרג זיין אויף אידן אויך ווען ס'נישטא אויף וואס.


לאמיך ענק אויסלערנען, המטרה אינו מקדש את האמצעים,
ווען א איד איז אמאל געלאפען צו סליחות און אויפן וועג האט ער אריינגעקראכט אין א אנדערע איד האט איינע פון די בעלי מוסר געזאגט אז ער האט גארנישט אויפגעטון מיטן לויפן,
מען קען זיך נישט אויסבעטן ישועות ווען דו טוסט וויי אנדערע אידן
אויב זענט עטץ (קאנסלמאן און שפיגליצקי) פון די אידן וואס האבן ברייטע ביינער און דערשרעקן זיך נישט םון א שטופ אדער קוועטש, מיינט נאך נישט אז אלע אנדערע אידן זענען אקעי מיט דעם. עס איז נישט מענטשליך און שוין. דער פותח האשכול איז טויזענט פערצענט גערעכט.

קיינער האט נישט מקטרג געווען ארנישט, מען האט נאר פארלאנגט אביסל מענטשלעכקייט און מיט רעכט!!!

מנהלים די אשכול איז אבסאלוטילי יא מקומו כאן און איבעראל ווי די אוממענטשן דרייען זיך.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:09 pm

אנטשולדיגט, אבער צו פארלאנגען אז צום ציון קען מען נאר קומען אויב מ'איז אויסגערוט, געשאוערט, שטיין גראד ווי א שטעקן, זיך נישט א ריר טאן צו קומען נאנט צום ציון, האט מיט מענטשהייט נישט קיין שייכות.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:43 pm

סקימט אינגאנצן נישט אריין אין די אשכול, אבער ערגעץ מיז איך שרייבן א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב מיטגעהאלטן
און מיין בהמ''ד ווי איך דאווענען האט זיך איינער א אין די ששת ימי המעשה געיאגט צי די ארבעט און זיך ארויסגעיאגט פון די מנין,
קומט צי א מעורר, איך מעג אייך מעורר זיין, יא, סאיז נישט אויסגעהאלטן ארויסציגיין ביפאר ענדיגן דאווענען, פרעגט ער צוריק אים צוריק, איך מעג אייך אויך עפעס מעורר זיין, זאגט די מעורר אוואדאי, סשטייט א כל תלמיד חכם שנמצא רבב על בגדו.און רשי זאגט ווייל זיי פארשעמען און פארמיסן די תורה, ענטפערט צוריק די מעורר מיט א עניוות, איך בין נישט קיין ת''ח, דא איז געקומען די פאנטש ליין דעמאלטס גיי ארבעטן

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 6:08 pm

לייטער האט געשריבן:סקימט אינגאנצן נישט אריין אין די אשכול, אבער ערגעץ מיז איך שרייבן א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב מיטגעהאלטן
און מיין בהמ''ד ווי איך דאווענען האט זיך איינער א אין די ששת ימי המעשה געיאגט צי די ארבעט און זיך ארויסגעיאגט פון די מנין,
קומט צי א מעורר, איך מעג אייך מעורר זיין, יא, סאיז נישט אויסגעהאלטן ארויסציגיין ביפאר ענדיגן דאווענען, פרעגט ער צוריק אים צוריק, איך מעג אייך אויך עפעס מעורר זיין, זאגט די מעורר אוואדאי, סשטייט א כל תלמיד חכם שנמצא רבב על בגדו.און רשי זאגט ווייל זיי פארשעמען און פארמיסן די תורה, ענטפערט צוריק די מעורר מיט א עניוות, איך בין נישט קיין ת''ח, דא איז געקומען די פאנטש ליין דעמאלטס גיי ארבעטן

:grin: :grin:
. . . . . . .


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט