Think and Thank האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:די ראסיסטן, אויב זיי לעבן נאך, בלייבן ביי טראמפ.
דאס איז דיין אייגענע מיינונג, און איז באזירט אויסשליסליך אויף די פאקט אז דיין מח איז גענצליך איבערגענומען פון שנאה צו טראמפ.
Goodmorning האט געשריבן:און אויב דו ווילסט נאך מער שטאף, קען איך דיר אויך אויפקלערן אז די רעפובליקאנער פארטיי איז געגרינדעט אנטקעגן קנעכטשאפט, און לינקאלן איז געווען א רעפובליקאנער.
דאס איז אודאי נישט קיין חידוש פאר קיינעם, חוץ פאר די וועלכע זענען נעבעך געפראגרעמט דורך די לינקע מידיע און מיינען נעבעך אז די רעפובליקאנער זענען ראסיסטן און די דעמס זענען טאלעראנט.
Goodmorning האט געשריבן:רוזעוועלט דער דעמאקראט איז געווען אנטקעגן אימיגראציע און נישט אריינגעלאזט די אידישע פליטים פון אייראפע,
1) דו כאפסט בכלל אז סיז דא א חילוק צווישן לעגאלע אימיגראציע, אומלעגאלע אימיגראציע און פליטים?
2) נישט אריינלאזן מענטשן וועלכע: א) שטייען קלאר אויס צו ווערן פשוט דערמארדעט ב) האבן נישט וואו צו גיין ווייל קיינער לאזט זיי נישט אריין ג) זענען נישט אין קיין אנדערע לאנד נאר אויף א שיף און אויב אמעריקע נעמט זיי נישט אריין גייען זיי צוריק צום קאלך אויוון, האט נישט קיין שייכות מיט אימיגראציע פאליסי נאר ענדערש מיט'ן זיין א קאלטבלוטיגער אכזר און
3) טיילווייז ווייל רוזוועלט איז געווען, ווי רוב דעמאקראטן, א ראסיסט און אנטיסעמיט.
4) רוזוועלט איז לאו דוקא געווען קעגן לעגאלע אימיגראציע. ער האט לויזער געמאכט געזעצן פאר לעגאלע אימיגראנטן.
5) זיין קעגן אומלעגאלע אימיגראציע איז געווען די נארם ביי יעדער אמעריקאנער ביז בערך פינף יאר צוריק.
Goodmorning האט געשריבן:און איינגעשפארט יאפענעזער-אמעריקאנער אין לאגערן צוליב זייער אפשטאם .
ווי געשמועסט איז ראסיזם מיט דעמאקראטן ווייט פון א סתירה. אדרבה, די דעמאקראטישע פירערשאפט איז געווען אזוי אינפילטרירט מיט נאצי סימפאטיקער אז דאס האט געפירט צו דעם אז אמעריקע האט ערשט אקטיוו אריינגעטראטן אין די מלחמה קעגן נאצי דייטשלאנד גאר שפעט, וואס האט עווענטועל געקאסט הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער לעבנס (לויט ר' סענדר דייטש).
Goodmorning האט געשריבן:און פיר יאר צוריק זענען רעפובליקאנער געווען אנטקעגן רוסלאנד,
דו ביזט אנטקעגן כינע אדער פאר?
וואס מיינט דאס 'געווען אנטקעגן רוסלאנד'? די רעפובליקאנער האבן געהאלטן - און האלטן נאכאלץ - אז די גרעסטע מיליטערישע קאנטער באלאנס צו אמעריקע איז לע"ע (עט ליעסט שארט טערם) רוסלאנד. די רעפובליקאנער - און דעמאקראטן - האבן נישט געהאלטן דאן אז מען דארף ווערן מעקארטיאיסטיש. די דעמס האבן עס בלויז אדאפטירט ווען זיי האבן עס דערזעהן אלס זייער איינציגסטע מיטל צו בארעכטיגן די אביוס אף פאוער פון די אבאמא אדמיניסטראציע און די רעזיסטענס.
Goodmorning האט געשריבן:אסאך מער מעסיג איבער אימיגראציע,
שקר וכזב! דו ווייסט אז פאר צען יאר צוריק האבן 'אלע' דעמאקראטן געשטיצט דאס בויען א צוים ביים גרעניץ, און סיז קיינעם נישט בייגעפאלן אז דאס איז ראסיסטיש? דו ווייסט אז פאר צען יאר צוריק האט טשאק שומער אראפגעריסן אלס נאריש דאס אנרופן אומלעגאלע אימיגראנטן 'אנדאקומענטעד'? דו ווייסט אז אבאמא האט דעפארטירט א רעקארד צאל אימיגראנטן? דו ווייסט אז די שוידערליכע 'קעידזשעס' צו האלטן די קינדער האט אבאמא געבויעט?
ברענג מיר 'איין' פאליסי וואו די רעפובליקאנער זענען געווארן מער ראדיקאל איבער אימיגראציע, שוין אפגערעדט פון 'אסאך' מער ראדיקאל. (דאס אז די דעמס האבן זיך גערוקט ראדיאל לינקס פון זייער פאיזיציע איז פשוט פאר יעדן וואס איז גענוג אלט צו געדענקן פאליטיקס פון צעהן יאר צוריק, און איז גענוג קלוג נישט צו ווערן צודרייט פון שנאה.)
Goodmorning האט געשריבן:אנטקעגן דעפעציטן,
זיי זענען נאכאלץ, נאר היות די איינציגסטע וועג וואס די דעמאקראטן וועלן נאך געבן עפעס פאר'ן לאנד איז אויב מען גיבט פאר זייערע גרויליגע צוועקן (א שטייגער ווי פלענד פערענטהוד), האבן די רעפובליקאנער ליידער נישט די גאטס עס צו פייטן.